קאנטרי מאוד האט געשריבן:כאפצעם האט געשריבן:פרייליכען האט געשריבן:b1a4dbc02a73412a92e9865bfc9cbd49.jpg
אה!!!! פיינעלי הערט מען שוין דעם מעדזשיק "פראוד" פראז. ס'איז עפעס געגאנגען שלאפן די לעצטע נאכט ביי אלע אנדערע פארמעסטן...
צום פוינט, %100 מיינט נישט אלץ א פול קאונט לגבי עבסענטי'ס, אין פאקט האט מען אגאנצן צייט געהערט אז בערגן האט נאכנישט רעפארטעט זייערע מעיל אין'ס.
די ערשטע שורה איז סתם שטעכעדיג און נישט עטיש. דיין צווייטע שורה איז גערעדט צום זאך.
דארפסט פארשטיין, אזאנע מענטשן ווי אני דער קליינער פארשטייען נישט קיין סך צו וואלן און זייערע דרכים, מיר איז א קשיא וויאזוי הייסט עס קודם 100 פראצענט געציילט און דערנאך ווערן געבויערן 40 טויזנט שטומען, נישט קיין חילוק אויף וועלעכע זייט. אז די זאגסט מיר אז מעיל אין'ס איז נישט געווען גערעכנט לכתחלה, האסטו געענטפערט צום זאך. דארפסט אבער נישט שרייען, כ'האב דאך נישט געדארפט וויסן אז מען רעכנט נישט לכתחלה מעיל אין'ס. פארשטייסט?
פארוואס זאג איך עס אייך? ווייל איך האלט אז די ביסט אביעקטיוו און וועסט עס פארשטיין פאר נעקסט טיים.
ס'איז בכלל נישט קיין פראבלעם אז מ'פארשטייט נישט קיין סך צו וואלן און זייערע דרכים, אבער ס'איז יא א פראבלעם אז מ'פארשטייט נישט אז מ'קען נישט בויען קיין בנינים אויף זאכן וואס מ'פארשטייט נישט.
איך מיין נישט דיר, דו ביסט גראדע זייער אויפריכטיג אז דאס איז נישט דיין עקפערטיז, און דו שרייבסט אז דו ווילסט פשוט פארשטיין. אבער למשל דער וועם ער האט ציטירט
(נישט דער ניק, די טוויטער קאנטע) 1) דארף אדער וויסן בעסער אדער נישט שרייבן אין די ענינים
(ער האט איבער 47 טויזענט נאכפאלגער), 2) ער פרעגט נישט סתם וויאזוי ס'ארבעט נאר ער קומט צו מסכנות, אלעס אין די צייט וואס די תירוצים אויף די קשיות זענען אזוי פשוט און גוט, אז אויף אזא קשיא זאגט מען "ס'איז בכלל נישט קיין קשיא"...
געווענליך ווען איינער טוט אזוינס מיינט עס אדער אז ער איז א שוטה, אדער אז ער קעיטערט עס צו א באזע פון שוטים.