פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איז ער גערעכט??

די וואלן האבן זיך געשלאסן מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 8:18 pm

יא
96
35%
ניין
144
53%
א חלק (זיי דיך מסביר)
33
12%
 
סך הכל שטימען: 273

אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

לכאורה האט געשריבן:צ/ק
עס איז אריינגעקומען א לענגערע מחאה אין די מערכת, לאמיר הערן דעם עולם'ס מיינונג דערוועגן (דער שרייבער באציט זיך צו די אשכול פון ברייען לאנדרי וואס האט גע'הרג'ט זיין פלונית און אנטלאפן, עיין שם)

מיר די ערליכע אידן זענען מוחה אויפן העכסטן קול די פירצה וואס עס האט זיך דא אריינגעכאפט.

אייוועלט איז באקאנט צו זיין אן אפגעהיטן ארט, אבער לעצטענס זענען אפירגעקומען פארשידענע חברה און גענומען שמועסן פון ענינים וואס האבן קיין שייכות מיט אידן און אידישקייט. דאס איז עמלק, עס מאכט קאלט זאכן וואס זענען הייליג און טייער, מיט א ביליגע שפאטיגע שפראך, "עה, וואס איז שוין? מ'מעג רעדן!", אדער "מאך נישט משוגע, ס'איז 2021, יא?".

נעמט למשל די דאזיגע אשכול, די גרויליגע אינטערעס וואס מאנכע האבן אין יעדע קליינע דעטאל, און דאס איז א מעשה פון די אלע דריי עבירות חמורות. וואס האט פאסירט מיט אונז אידן? זייט ווען שמועסן ערליכע אידן פון אזלעכע זאכן, מיינט נישט אז אינדערהיים אין אייראפע זענען נישט געווען אזעלכע מעשיות, ווער האט גערעדט פון דעם? נאר די פרייע צייטונגען, די אויסגאבעס וואס זייער איינציגסטע ציל איז געווען אראפצופירן אידישע קינדער פון ערליכן וועג.

הכלל, עס ברעכן זיך די מויערן פון אייוועלט, די וועלט רוקט זיך פאראויס און אייוועלט בלייבט מיט אן אלטע ווירטשאפט. מען דארף דא טוישן די תקנות אדער עפעס אנדערש. אייוועלט הייבט אן אויסצוזען פונקט ווי סאושעל מידיע, פיילס און ווידיאס, בילדער פון טוויטער און מיאוסע צייטונגען, סקרינשאטס פון אנדערע וועבסייטס. בקיצור א גויאישע סייט נאר אין אידיש.

איז הערט צו, איך האב שוין לאנג געהאט בדיעה ארויסצודרוקן פארשידענע בלעטער פון אייוועלט און דאס פארשפרייטן, זאלן די רבנים און שיינע אידן דאס אויך לעזן. פארוואס נאר די אינטערנעט איינגעטינקענע מעגן דאס זען?

דערווייל האלט איך מיר אפ דערפון, ווייל די סוף וועט זיין אז אייוועלט וועט מוזן דורכגיין א פיינפולע טויש, און די גאס וועט רוישן.

אבער די מצב ווערט נישט בעסער, נאר ערגער און ערגער.

דעריבער מאכט א גענעראל פארזאמלונג, און באשליסט וואספארא סארט ציבור איר צילט מיטן אייוועלט וועבזייטל.

אמאל האט מען געקענט האבן איין בית הכנסת פאר די גאנצע שטעטל. היינט איז אנדערש, נישט יעדער באלאנגט צוזאמען. אין די חדרים און שולעס לייגט מען שוין די שוואכע עקסטער, עס איז טאקע א ווייטאג, אבער ההכרח לא יגנה.

מען מוז עפעס טון. ענק האבן גוטע קעפ, קומט אויף מיט א לעזונג.

אויב איר ווילט נישט טרעפן א לעזונג אדער איר טאפט א וואנט, האב איך פארשידענע עצות און מהלכים (חוץ אפשפארן), אבער צוערשט וויל איך הערן וואס איר זאגט.

הכותב מתוך צער
---
לעצט פארראכטן דורך את פתח לו אום זונטאג אקטאבער 24, 2021 1:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

ער איז בכלל נישט אומגערעכט… העמער עס לאזן פאר די מנהלים צו באשליסן
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

טראסקעט
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

ווען יענע אשכול האט זיך געעפנט האב איך מעורר געווען אז ס'איז נישט בסדר. מיין תגובה איז פארמעקט געווארן.

פון מיין אישי באקס איבער דעם:

ליינענדיג דעם ארטיקל בין איך געווען אביסל אנקעמפטערבל. אבער נאך'ן קוקן די תגובות האב איך אנעהויבן שפירן אז עס איז אפילו נישט קיין בושה צו זאגן אז מ'איז געגאנגען זוכן בילדער, די המשך פון די מעשה, אדער נאכקוקן ענדליכע מעשיות.

יעצט זעה איך גאר אז די מנהל איז נישט צופרידן מיט מיין הערה. ער האט מער מורא פון פאדרייען אשכולות ווי פון פארדרייען אייוועלט. שוין. עס ווייזט אויף די ירידת הדורות.
עס בלייבט נאר איבער צו בעטן, אוי באשעפער לייז זיי אויס אלץ יודען איידער אלץ גוים, חלילה.

איך האלט אז מען קען זען אין דעם אשכול די מצב היינט. און ס'איז נישט גוט.

מילא די פאר קביעות'דיגע נייעס ברענגער, לכאורה ארבייטן זיין פאר געוויסע אויסגאבעס וכדומה, און זיי האבן עפעס א סיסטעם צו זיין אפגעהיטן [אזוי האט מיר געשריבן אמאל איינער פון זיי]. אבער דא האט אויסגעזען ווי יעדער שמויגער איז פלוצלונג געווארן א גאנצע ריסערטשער. און מ'רעדט אפן וועגן בילדער און קליפס פון נשים. לדעתי שפיגלט עס אפ די מצב פון דעם דור. און דאס איז שוין אין דעם הייליגן אייוועלט. מיט מנהלים און אחראים וכו'.

אוי באשעפער.


כאפט טאקע א פחד

וואס וועלן שוין מיינע קינדער טון?
והדור שלאחריו?

משיח זאל א וודאי פריער קומען, אויב ער וויל נאך האבן פאר וועמען צו קומען.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ליידער גערעכט גלות יוד. לאן הגעני געוואלד
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

סארא נארישקייטן. איך בין נאך גענוג אלט צו געדענקען אייוועלט'ס לאנגע אשכול איבער די קעיסי אנטאני קעיס, דוכט זיך געלעגער, פון די סאמע הנהלה איז געווען דארט דער ראש המדברים

אויב זוכט מען נאך עלטער טרעפט מען נאך די ספארטס אפטיילונג פון אייוועלט

וואס עס פאלט יא איז דער חלק פון מחאות. אייוועלט האט זיך געעפנט צו זיין א פלאץ צו פארברענגען רואיג און געמיטליך אויפן געוועב, די מחאות לאזט מען איבער פאר די פאשקעוויל שרייבער אין ריעל לייף. זינט די הנהלה האט שטילערהייט צוגעלייגט א טויש אין די קאנסטיטוציע אז געוויסע מחאות מעג מען יא כפי ראות עיני ההנהלה וכו', איז אייוועלט ווי פארשטענדליך געווארן א מאגנעט פאר די מוחים למיניהם, און מיטן עסן קומט דער אפעטיט, מיט די סארט חברה ווערט מען נישט פארטיג און מען קען קיינמאל נישט לויז ווערן פון זיי.

צייט צוריק צו גיין צום אלטן. אייוועלט איז גרויס, און פארמאגט פילע אפטיילונגען. וועם עס שמעקט נישט איין אשכול זאל ליינען א אנדערע, און ווער עס קען זיך נישט דרייען אינעם זעלבן ביהמ"ד מיט אנדערע א.ג. "שוואכערע", איז מכובד אפצופיצן בשם ומלכות.

און נאך איין בקשה צו זיי בעפאר זיי גייען, ער זאל ביטע אויך נישט דאווענען אין די געהעריגע שולן, נאר שיקן די קינדער אין באזונדערע מוסדות, און נישט פארדרייען דעם קאפ פאר די אלגעמיינע רבנים און קהילות וועלכע קענען ב"ה יא באווייזן להלוך נגד רוחו של כל אחד ואחד.

דיסקלעימער: איך האב בכלל נישט אריין געטרעטן אין יענעם אשכול און די סארט קריים סטארי'ס אינטערעסירן מיר נישט צו שטארק.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

איך האב פונקט געזעהן גרויסע עדס אז דער דאלער פאלט.
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

דממה דקה האט געשריבן:איך האב פונקט געזעהן גרויסע עדס אז דער דאלער פאלט.

דווקא געזען אז די ווערד פון אייועלט איז געשטיגן מיט $300000
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

בדרך אפשר האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:איך האב פונקט געזעהן גרויסע עדס אז דער דאלער פאלט.

דווקא געזען אז די ווערד פון אייועלט איז געשטיגן מיט $300000

ביטקוין
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

דממה דקה האט געשריבן:
בדרך אפשר האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:איך האב פונקט געזעהן גרויסע עדס אז דער דאלער פאלט.

דווקא געזען אז די ווערד פון אייועלט איז געשטיגן מיט $300000

ביטקוין

ווי אלט די ביטקוין?
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

בדרך אפשר האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
בדרך אפשר האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:איך האב פונקט געזעהן גרויסע עדס אז דער דאלער פאלט.

דווקא געזען אז די ווערד פון אייועלט איז געשטיגן מיט $300000

ביטקוין

ווי אלט די ביטקוין?

גראדע האלט עס שוין ווייטער!!! געב א קליק אין מיין חתימה...
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

צו אזא אשכול איז פאסיג גיי איך נישט אריין, עס ברענגט זיכער נישט קיין יר''ש, אבער נישט אלע ג' עבירות...

אבער צו פארגלייכן צו אמאל, איז זיכער היינט בעסער, אדרבה קוקט אליין נאך.

איך פארשטיי אבער נישט וואס מען דארף נאר קוקן אויף אמאל, אדרבה אויב עס איז נישט אויסגעהאלטן דארף מעו זיין בעסער.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

איך טראכט א געדאנק אז אזאנע אשכולות זאלן אריינגיין אין די ספארט'ס פארים ווי די אלעמיינע ציבור האבן נישט קיין עקסעס
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

יענע אשכול האבעך נישט אדורך געטון (כ'ווייס מיטאמאל די מעשה דארט), אבער דא דארט בינעך געווען שאקט זעהענדיג ווי די הנהלה לאזט צו געוויסע זאכן וואס לויט די אייוועלט אטמאספער וואלט מען עס געדארפט צושטערן. די סיבה קען זיין ווייל ס'איז שוין היינט דא הינדערטער אקטיווע שרייבער און דאס מאכט שווערער עפעס צו טון ווייל מ'ברויך זיך פארענטפערן פאר א גרעסערע ציבור.
אבער ב"ה ס'איז נישט געפערליך, די מנהלים אחראים נעמען גאנץ פיין קער
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

רט, @פראגרעמינג.

יענע ספעציפישע אשכול האב איך כמעט נישט אריינגעטרעטן פשוט ווייל עס אינטערעסירט מיר נישט.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

Programming האט געשריבן:און מיטן עסן קומט דער אפעטיט, מיט די סארט חברה ווערט מען נישט פארטיג און מען קען קיינמאל נישט לויז ווערן פון זיי..

גענוי.

יענער סטראשעט צווישן די שורות. ער הערט זיך ווי א פראפעסיאנאלער מומחה אין סטראשענען. ער נעמט מסתמא אן דזשאבס פאר השגחות וכדו', צו סטראשענען געשעפטן...

אלעס איז פיין און וואויל. אויב ס'פאלט איז עס אין בין אדם לחבירו צומאל, נישט בין אדם למקום.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

[align=center]"אייוועלט פאלט נישט און גייט נישט פאלן"[/align]


סזענען דא געציילטע וואס האבן אביסעלע עליות וירידות וואס דארפן פון מאל צו מאל אזאכע שאקעלעך
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

היכי תמצא האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:צ/ק
עס איז אריינגעקומען א לענגערע מחאה אין די מערכת, לאמיר הערן דעם עולם'ס מיינונג דערוועגן (דער שרייבער באציט זיך צו די אשכול פון ברייען לאנדרי וואס האט גע'הרג'ט זיין פלונית און אנטלאפן, עיין שם)

מיר די ערליכע אידן זענען מוחה אויפן העכסטן קול די פירצה וואס עס האט זיך דא אריינגעכאפט.
- ער האט טאקע געפרעגט אנדערע 'ערליכע ניקס' דא אויב זיי זענען מוחה, אדער רעדט סתם אלס יחיד וואס האלט אז ער איז די פארטרעטער פון אלע ניקס? האלט ער אז עס איז נאר פארבליבן עטליכע ערליכע ניקס דא, און די רעשט זענען מתיוונים?!

אייוועלט איז באקאנט צו זיין אן אפגעהיטן ארט, - אהה, ער זאגט דאך זייער גוט. ענדליך אפאר פערל ווערטער.
אבער לעצטענס זענען אפירגעקומען פארשידענע חברה און גענומען שמועסן פון ענינים וואס האבן קיין שייכות מיט אידן און אידישקייט. - "פארשידענע חברה", וועמען פונקטליך ציהלט ער? וואס מיינט ער מיט די אויסדרוק? "שמועסן פון ענינים וואס האבן קיין שייכות מיט אידן און אידישקייט", אמת מ'האט אלס געשריבן וועלטליכע ידיעות, נייעס, און וואס נישט, אוו דאס איז נאר בנוסף צו די הונדערטער שיעורים אין הלכה, הונדערטער פרשת השבוע ארטיקלען, הונדערטער אינהאלטסרייכע ארטיקלען וואס ברענגען ארויס א געוואלדיגע מוסר השכל אויף א געשמאקע און זאלציגע אופן.

הונדערטער סיפורי צדיקים, שלשלת היוחסין, אידישע היסטאריע, עניני דיומא, וועלטליכע וויסנשאפט געשריבן אויף א זעלטן לויטערע, היימישע אידישע סטיל און אפילו מיט מקורות פון די גמרא, גאונים, ראשונים, אחרונים, און וואס נישט.

הונדערטער אשכולות געווידמעט אויף די אידישע שפראך, דקדוק, און גראמאטיק אריינגערעכנט לשון קודש, די הייליגע שפראך וואס העלפט אידן פארשטיין בעסער ספרים, דאס קען איך זאגן מיט א פעסטקייט אז עס נישט דא נאך א פלאץ סיי אויף די אינטערנעט און סיי אידישע היימישע ביכער וואס האט אזויפיל אינהאלט און ידיעה פון מאמע-לשון און לשון קודש ווי דא, אין ס'אפילו נישט דא נאך א פלאץ סיי אויף די אינטערנעט און סיי היימישע אידישע ביכער וואס האט אפילו צוויי פראצענט פון די מאס וואס עס געפינט זיך דא אויף אייוועלט. אין גאס רעדט מען שוין אסאך מער ענגליש ווי צוואנציג יאר צוריק, אבער דא אויף אייוועלט קאכט מען זיך אין מאמע-לשון, אין לשון קודש. און די עולם פרעגט כסדר, וואס ווייזט ווי שטארק דער עולם דארשט דערנאך, ווייל עס איז נישט דא נאך א פלאץ ווי מ'קען זיך אויסלערנען און פארבעסערן מאמע-לשון און לשון קודש, עס איז פארנאכלעסיגט איבעראל חוץ דא אויף אייוועלט.

דערנאך איז דא היכל הנגינה וואו מ'קאכט אין "אידישע" נגינה, נישט די ראדיא און גוי'אישע ניגונים וואס געוויסע הערן זיך צו אין קאר... דערנאך איז דא הונדערטער אשכולות געווידמעט צו העלפן אנדערע, זאל זיין ווען איינער האט נאז-בלוטן אדער שלעכצן (היקקאפס בלע"ז), זאל זיין הילף אין פרנסה, ארגעניזאציעס, רפואה, אדער סיי וואס מ'קען זיך פארשטעלן. עס זענען דא צדקה קאמפיינען, און ניין איך רעד נישט נאר פון די אסטראנאמישע תחיית המתים קאמפיין, אבער אפילו קלענערע צדקה קאמפיינען ארויס צוהעלפן אנדערע אידן (נעכטן האב איך מנדב געווען אכצן טאלער פאר א משפחה וואס האט טראגיש פארלוירן זייערע טאטע, נאר ווייל איך האב פונקט אריינגעקראכט דערין אין א פשוט'ע קליינטשיגע אשכול, עס איז דא הונדערטע נאך אזוילכע, אהן פאמפע).

דערנאך איז דא א פלאץ ווי דער עולם קען זיך אויסגעבן אביסל, בארואיגן די אנגעצויגענע נערוון פון די שווערע דרוק וואס די היינטיגע געאיילטע לעבנסשטייגער מאכט אן, און ניין עס איז נישט קיין מושב לצים פול מיט הוללת, עס איז אויף א היימישע ערליכע אופן, און עס איז נישט נגד התורה צו שמייכלען אביסל. אפילו דארט שטעלט מען אויך צו ליל ששי תורה פון אונזערע ניקס וואס זענען געשמאקע מגידים.

העלפט פון די נייעס אפטיילונג איז אידישע נייעס, זאל זיין נייעס פון אלע געגנטער ארום די וועלט וואו אידן וואוינען אריינגערעכנט פרישע געגנטער, און אפילו געגנטער וואס עקזיסטירן נאכנישט, אבער דא אויף אייוועלט איז שוין דא נייעס דערויף... אדער זאל זיין נייעס פון קהילות וחסידות.

וואו נאך, חוץ פון אייוועלט, קען מען רעדן צו אידן פון די אנדערע עק וועלט טאג טעגליך אנגעהויבן פון ארה"ק, בעלגיע, ענגלאנד, קאנאדע, אמעריקע, מעקסיקא, ועוד ועוד...

אלזא, וויל איך וויסן וואו דער ניק וואס האט געשריבן די בריוו/אישי דרייט זיך, דרייט ער זיך נאר ביי די גוי'אישע נייעס און ער זארגט זיך אז ער וועט שוין נישט קענען ליינען די 'שמוציגע גוי'אישע' נייעס? ליינט ער אדער לערנט ער אמאל די אלע טויזענטער אשכולות וואס פאקן איין נייעס צען מאל?


דאס איז עמלק, - זייט ווען באציהט מען זיך צו אנדערע אידן אלץ 'עמלק'? אויף עמלק שטייט "מחה תמחה את זכר עמלק" אויף א איד שטייט "ישראל אף על פי שחטא ישראל הוא". מיט וואסערע זינד און חוצפה פארגלייכט מען אידן וואס מ'איז מעגליך חושד בכשרים, צו עמלק?
עס מאכט קאלט זאכן וואס זענען הייליג און טייער, מיט א ביליגע שפאטיגע שפראך, "עה, וואס איז שוין? מ'מעג רעדן!", אדער "מאך נישט משוגע, ס'איז 2021, יא?".
- איך האב קיינמאל געזעהן אזוינע אויסדרוקן סיי וואו דא אויף אייוועלט, אדער האט ער דאס סתם אויפגעמאכט (האט ער געלינקט א תגובה וואו ער האט דאס געזעהן?), אדער דרייט ער זיך אין די סארט אשכולות וואס ווערן צום סוף געמעקט, טאקע ווייל די סארט דעבאטעס אין פערזענליכע אטאקעס וואס גייט דארט אן. האב איך אבער נישט גענוג צייט נאר זיך צו דרייען דארט, ווייל איך דריי זיך אויך אין די אויבנדערמאנטע אשכולות, דעריבער קען זיין אז איך האב נישט זוכה געווען דאס צו זעהן

נעמט למשל די דאזיגע אשכול,
איז די דאזיגע אשכול א יוצא מן הכלל (אפשר נאך אפאר אנדערע)? אדער איז ביי איהם גאנץ אייוועלט אזוי? מיין ערפארונג דא אויף אייוועלט איז נישט אזוי.

די גרויליגע אינטערעס וואס מאנכע האבן אין יעדע קליינע דעטאל, און דאס איז א מעשה פון די אלע דריי עבירות חמורות. - הייסט עס ער האט שיין דורכגעטאן די מעשה מיט אלע גרויליגע דעטאלן (און ער איז גערעכט! עס איז א גרויליגע מעשה מיט גרויליגע דעטאלן), און ער האט עס פארציילט פאר א רב/דיין וואס האט פארשטייצעך אויסגעהערט די גאנצע מעשה. נאכדעם האט מען נאכגעקוקט און גע'פסק'נט אז אלע דריי עבירות זענען ספעציעל פארמישט אין די מעשה מער ווי לאמיר זאגן אמעריקאנער זעלנער וואס זענען גע'הרג'ט געווארן דורך טעראריסטן, א גוי וואס איז געשאסן געווארן דורך די פאליציי, אדער א קליין קינד וואס האט געשאסן זיין מאמע, איא? די דאזיגע מעשה האט טאקע גרויליגע דעטאלן, אבער נייעס וואס רעכנט אריין שפיכת דמים רעפארטירט מען יעדעס טאג אין אלע היימישע צייטונגען אדער נייעס קוועלער. די אנדערע צוויי עבירות האב איך קיין אהנונג וואס דאס האט צוטון מיט די באזונדערע מעשה, הלכות נישואין גייט נישט אהן ביי גוים, עבודה זרה? דער גוי איז עפעס א גרעסערע כופר ווי סיי וועלכע גוים וואס ווערן דערמאנט טאג טעגליך אין אלע היימישע צייטונגען און נייעס קוועלער? ער טרייבט היפש איבער.

וואס האט פאסירט מיט אונז אידן? זייט ווען שמועסן ערליכע אידן פון אזלעכע זאכן, מיינט נישט אז אינדערהיים אין אייראפע זענען נישט געווען אזעלכע מעשיות, ווער האט גערעדט פון דעם? נאר די פרייע צייטונגען, די אויסגאבעס וואס זייער איינציגסטע ציל איז געווען אראפצופירן אידישע קינדער פון ערליכן וועג.
- דא איז ער גערעכט, אויב מען קאכט זיך שטארק אויס אין די דעטאלן איז עס טאקע גרויליג. איך ווייס נישט וואס מ'האט דארטן געשריבן אבער אזוי ווי אויבן דערמאנט איז זייער איבער געטריבן אז מ'האט זיך געקאכט אין די שלש עבירות. אבער מיט'ן אריינקריכן אין די דעטאלן (כ'האב קיין אהנונג ווי טיף), איז זיכער נישט גוט פאר די נשמה פון א איד און גרעניצט זיך מיט וּבְחֻקֹּתֵיהֶם לֹא תֵלֵכוּ.

צוגלייכן די משכילישע פרייע צייטונגען פון דערהיים צו אייוועלט איז ווייטער זייער איבערגעטריבן. די פרייע צייטונגען האבן נישט געדארפט גיין קריכן צום גוי פאר אלע סארט מיאוסע פאסירונגען, זיי האבן ליידער געהאט די אלע סארט פאסירונגען וואס זייער אייגענע קאמיוניטיס פון פרייע אידן זענען באגאנגען. ערליכע אידן האבן דאס נישט געליינט. אייוועלט איז נישט געווידמעט אונטערצוברענגען אידישקייט, עס איז נישט א פרייע צייטונג וואס באריכט מעשיות פון פרייע אידן פאר פרייע אידן. פרייע אידן ליינען אייוועלט?! זייער, זייער איבערגעטריבן.


הכלל, עס ברעכן זיך די מויערן פון אייוועלט, די וועלט רוקט זיך פאראויס און אייוועלט בלייבט מיט אן אלטע ווירטשאפט. מען דארף דא טוישן די תקנות אדער עפעס אנדערש. - אמת, און מיר אלע ווייסן אז לעצטענס ווערן גערעדט מערערע סארט זאכן וואס איז נישט פאסיג פאר אייוועלט, טאקע ווייל אייוועלט איז אויסגעהאלטן און פאר ערליכע אידן. ער ברויך נישט באשולדיגן גאנץ אייוועלט און אלע ניקס דא ווייל עס איז דא א פראבלעם מיט געוויסע אינהאלט וואס די הנהלה און אחראים ארבעטן ביטער שווער צו קעמפען. איז ער אריינגעגאנגען לעצטענס אין די צענזור אשכול? עס טוט זיך אויף טישן און בענק. גאנצעטע אשכולות פליען אסאך אפטער און שנעלער. מ'מעקט פון אלע זייטן הטוב עם הרע, און דערנאך זענען זיי פארנומען מיט טעגלאש, אקטועלע, וכדו'.

אבער די הנהלה און אחראים ארבעטן זייער געטריי אפצומעקן יעדע אשכול/תגובה וואס שמעקט נאר פון אינהאלט וואס איז נישט געאייגענט פאר אייוועלט. אפילו אין די צענזור אשכול מעקט מען שוין גאנצעטע בלעטער. מ'מעקט אזוי סאך אז עס איז שוין דא אן אשכול פאר 'אשכולות/תגובות וואס מ'האט געמעקט' און נאך אן אשכול פאר 'אשכולות/תגובות וואס מ'גייט באלד מעקן'...

ער מיינט אז די הנהלה האלט נישט זיצונגען ווי אזוי צו האנדלען די מצב, וואס צו טון? מ'ברויך נישט זיינע סטראשונגן. ער מיינט עס זענען נישט דא רבנים/עסקנים וואס האלטן אן אויג אויף אייוועלט? די פילטערס לאזן עס אדורך סתם אזוי?

און וואו קומט אריין "די וועלט רוקט זיך פאראויס און אייוועלט בלייבט מיט אלטע ווירטשאפט"? וועלכע וועלט טוישט זיך? די גוי'אישע וועלט? די גוי'אישע טוישט זיך טעגליך, שוין יארן לאנג. ער וויל באקעמפן די גוי'אישע וועלט, קען ער גיין אינטערברענגען די גאנצע אינטערנעט. איך וואונטש איהם הצלחה רבה.

יתכן ער רעדט פון די אידישע וועלט ווייל ער שרייבט 'די פארשידענע חברה', נו, זאל ער גיין צום שורש פונעם פראבלעם, נישט נוצן די בת היענה מעטאד. און וואס מיינט 'די אלטע ווירטשאפט'? ס'הייסט די ווירטשאפט זענען ערליכע אבער צוריק געשטאנענע אידן וואס כאפן נישט אז די אידישע וועלט טוישט זיך?! די ווירטשאפט רוקט זיך נישט פאראויס אזוי ווי 'די פארשידענע חברה'? אייוועלט'ס אחריות איז צו האלטן אייוועלט ריין, נישט די אידישע וועלט. ער וויל אז אייוועלט זאל נישט אריינלאזן 'די פארשידענע חברה' וואס פרעדיגן די שלש עבירות? אייוועלט וויל דאס אויך! אין פאקט, אלע ניקס דא ווילן אויך נישט זעהן 'פארשידענע חברה' וואס פרעדיגן די שלש עבירות. מ'ארבעט ביטער שווער אויף דעם.

ער זאגט אז מען דארף טוישן די תקנות. די תקנות זענען מימות קדם געווען אנטקעגן די אלע סארט אינהאלט וואס ער דערמאנט. וואסערע תקנות וויל ער מ'זאל טוישן?! אה, ער וויל לכאורה אסר'ן די פאלגענדע וואס ער שרייבט, און איך וועל באלד רעדן דערפון.

איצט לאמיר צוגיין צו זיין אנדערע פארשלאג. אהה, איך גלייך אזוי שטארק דער פארשלאג. די סארט פארשלאגן הערט מען כסדר פון מענטשן וואס רעדן זיך אפ, אבער האבן קיין אהנונג וואס צו טון. די פארשלאג ווערט גערופן, ווארטס דערויף, ווארטס, לייגט צו מוח ווייל עס איז א גאונישע רעיון, איר זענט קאנצענטרירט? אקעי. די פארשלאג הייסט:..... "עפעס אנדערש!!!". יא, איר הערט גוט. איר זענט אלע פארגאפט, ריכטיג? איך אויך.


אייוועלט הייבט אן אויסצוזען פונקט ווי סאושעל מידיע, פיילס און ווידיאס, בילדער פון טוויטער און מיאוסע צייטונגען, סקרינשאטס פון אנדערע וועבסייטס. בקיצור א גויאישע סייט נאר אין אידיש.
- אוואדאי אזוי ווי יעדער ערליכע איד, האט ער קיינמאל געזעהן סאושעל מידיא. כה לחי.

פון וואו ווייס איך דאס ווייל ער מיינט אז אייוועלט קוקט באמת אויס ווי סאושעל מידיא. איך בעהט איהם אז ער זאל קומען מיט א קלארע הסבר ווי אזוי סאשעל מידיא קוקט אויס מיט אלע דעטאלן, און דערנאך זאל ער קלאר אנווייזן ווי אזוי אייוועלט איז ממש קאפיע דערפון.
(איך און אנדערע האבן שוין ארומגערעדט וועגן אייוועלט און סאושעל מידיא אין אנדערע אשכולות, און איך האב קיין געדולד עס איבערצו'חזר'ן).

איצט הייבט ער שוין יא אן אריינקומען מיט יושרדיגע טענה'ס (געוויסע), יא עס איז טאקע דא סקרינשאטס פון טוויטער און גוי'אישע וועבזייטלעך, יא עס איז טאקע דא אסאך ווידיאוס, און דאס דארף מען טאקע שוקל זיין. למעשה איז אייוועלט א אידישע וועבזייטל, און סקרינשאטס פון ענגלישע (אדער העברעאישע) וועבזייטלעך זאל לדעתי נישט זיין ערלויבט. ווידיאוס איז אויך אביסל ארויס פון פראפארציע, ס'שוין דא סערוויסעס צו 'כשר'ן' ווידיאוס... ער האט א פונקט.

אבער נאכדעם הייבט ער ווײטער אן איבערצוטרייבן. מיאוסע צייטונגען?! קיינמאל געזעהן. און פיילס וואס איז שלעכט מיט פיילס. געוויסע פיילס אנטהאלטן ספרים, אויסגאבעס, אדער סיי וואסערע אויסגעהאלטענע אינהאלט.

אבער דא קומט די ארגסטע שורה. "בקיצור א גויאישע סייט נאר אין אידיש"? איז ביי איהם גאנץ אייוועלט די קאך לעפל? אלע אנדערע אינהאלט וואס פאקן איין די קאך לעפל, איז גוי'אישע אינהאלט געשריבן אויף אידיש?!

ער זאל זיך אויפהערן צו באציען צום קאך לעפל מיט די נאמען אייוועלט. האקן אויף גאנץ אייוועלט ווייל ער גלייכט נישט איין סוב-פארום?! אזוי צו באשמוצן? מאי?

איז הערט צו, איך האב שוין לאנג געהאט בדיעה ארויסצודרוקן פארשידענע בלעטער פון אייוועלט און דאס פארשפרייטן, זאלן די רבנים און שיינע אידן דאס אויך לעזן. פארוואס נאר די אינטערנעט איינגעטינקענע מעגן דאס זען?

- דא ווייזט ער ארויס זיינע עכטע קאלירן. הכותב מתוך צער באנוצט זיך נישט מיט א "איז הערט צו" אזוי שרייבט איינער וואס איז א כותב מתוך התראה.

איצט שרייבט ער אפאר שורות וואס איז א בחינה פון "א גאנץ יאר שיכור, פורים ניכטער". ער וויל אז מיר די אינטערנעט איינגעטונקענע זאלן שרייבן הערליכע זאכן וואס די אומ-איינגעטונקענע וועלן אזוי שטארק הנאה האבן פון אז זיי וועלן אויפנעמען א האלב-איינגעטונקענע (איהם..), באשטעלן א פרינטער און בעהטן אז מ'זאל זיי פרינטן די הערליכע סחורה וואס די איינגעטונקענע שרייבן... אויב פון זיך טונקען קומען אזעלכע גוטע ווארע, דאן זאל זיך יעדער זאפארט גיין טונקען. וואס דארף מען אנקומען צום איינגעטונקענער, ווען מ'קען זיך אליינס טונקען.

אבער ניין ער וויל אויסמענטשלען די איינגעטונקענע צו זיין געדאנקען גאנג, און דערנאך וועט ער זיי איינשפאנען צו שרייבן הערליכע סחורה פאר די אומ-איינגעטונקענע כדי די אומ-איינגעטונקענע זאלן קענען טאנצן אויף ביידע חתונות. איך גיב איהם אפ רעספעקט, דאס איז געוואלדיגע מאנופלאציע לטובת זיין אגענדע.

אבער לאמיר רעדן פון נאך צוויי נקודות.

א. האט ער אמאל געהערט פון די 'שרייבער' אויסגאבע? דאס קענען אלע רבנים און שיינע אידן באקומען אומזיסט פול מיט תוכן. ער ווייסט אבער נישט אז דאס איז אייוועלט ווייל עס האט לעצטענס נישט קיין נייעס, און אייוועלט באשטייט דאך נאר פון די קאך לעפל דעריבער איז 'שרייבער' אויסגאבע נישט גוט.

ב. די שיינע אידן ליינען עס דא אויף אייוועלט! ווער מיינט ער שרייבן אלע דברי תורה, סיפורי צדיקים, ליל ששי, פרשת השבוע, שיעורים, ועוד... ער מיינט אמעראצים שרייבן דאס?! די שיינע אידן וואס ער באציהט זיך צו קען ער דא טרעפן אויף אייוועלט. אבער האמיר ווייטער די זעלבע פראבלעם, ער איז דאך נאר פארנומען מיט די קאך לעפל.

נאך א זאך, רבנים, תלמידי חכמים, און שיינע אידן האבן אן אייגענע פארום. "אוצר החכמה" א פארשפארטע גרופע וואו צו ווערן א מעמבער ברויך מען אריינגעבן אן אפליקאציע מיט די נאמען און משפחה, א.א.וו., דערנאך ברויך מען אויך אן הסכמה פון א רב, עס נעמט אפאר חדשים, אבער דערנאך באקומסטו די רשות כתיבה און דו קענסט זיך טונקען אויף דיין שטייגער. אבער איצט איז עס פארשפארט און מ'נעמט נישט אן קיין פרישע מעמבערס, העט ער מוזן ווארטן.


דערווייל האלט איך מיר אפ דערפון, ווייל די סוף וועט זיין אז אייוועלט וועט מוזן דורכגיין א פיינפולע טויש, און די גאס וועט רוישן.
- דא קומט אונז א שארפע פסק דין. מיר, די איינגעטונקענע זענען נאכנישט גרייט צו ווערן איינגעשפאנט. מיר וועלן קודם מוזן דורכגיין א "פיינפולער" טויש, איינמאל די גאס וועט רוישן וועלן מיר באקומען די זכיה זיך צו טונקען פאר די אומ-איינגעטונקענע, און צושטעלן ווי עס ברויך צו זיין. וועל איך אים זאגן אזוי: האלט דיך אפ ביז די ימות המשיח, איך וויל נישט דורכגיין א פיינפולער טויש, איך בין נישט אינטערסירט אז די גאס זאל רוישן. און איך וועל איהם זאגן נאך בעסער, איך וויל זיך נישט טונקען פאר די אומ-איינגעטונקענע! שוידערליך, איך ווייס.

אבער די מצב ווערט נישט בעסער, נאר ערגער און ערגער. - גערעכט, איך שטים צו.

דעריבער מאכט א גענעראל פארזאמלונג, און באשליסט וואספארא סארט ציבור איר צילט מיטן אייוועלט וועבזייטל. - עס זעהט מיר נישט אויס אז ער וויל מיר זאלן מאכן א גענעראל פארזאמלונג, נאר ער וויל פירן די גענעראל פארזאמלונג, ער ווייסט דאך שוין אלע פלענער..

אמאל האט מען געקענט האבן איין בית הכנסת פאר די גאנצע שטעטל. היינט איז אנדערש, נישט יעדער באלאנגט צוזאמען. אין די חדרים און שולעס לייגט מען שוין די שוואכע עקסטער, עס איז טאקע א ווייטאג, אבער ההכרח לא יגנה. - ההכרח לא יגנה ולא ישובח - ריכטיג!

ער איז שרעקליך איינזייטיג. ער וויל אז מ'זאל אפטיילן, נישט יעדער האלט ווי איהם. ער וויל עס זאל זיין ווי עס האט פאסירט מיט די משכילים? ער וויל אז 90% זאל פאלן כדי ער מיט'ן 10% זאלן בלייבן?!

ווער איז ער מחליט צו זיין מי יחיה ומי ימות? איך שריי שוין לאנג אז מיר האלטן ביי א מצב ווי די צייטן פון די משכילים, אבער די בת היענה מעטאד ארבעט נישט, און ער קען דאס נישט ארויפצווינגען אויף יעדעם. מקריב זיין 90% פאר 10% איז א מהלך?!


מען מוז עפעס טון. ענק האבן גוטע קעפ, קומט אויף מיט א לעזונג. - דא ווארפט ער א שטיקל ביינדל אז מיר זאלן זיך שפירן וויכטיג "אונז האמיר גוטע קעפ". מיר די געטונקענע חלש'ן פאר אזא קאמפלימענט, איצט וועלן מיר טון וואס ער בעהט.

אויב איר ווילט נישט טרעפן א לעזונג אדער איר טאפט א וואנט, האב איך פארשידענע עצות און מהלכים (חוץ אפשפארן), אבער צוערשט וויל איך הערן וואס איר זאגט. - ער וויל גארנישט הערן, ער האט דאך שוין אלעס געזאגט! אויכעט אויב מיר ווילן נישט טרעפן א לעזונג, האט ער סיי ווי פארשידענע עצות און מהלכים. ווי אויך, איז איז איהם זייער וויכטיג אנצוווייזן אז מ'מוז נישט פארשפארן ווייל ער האט מיטלען.. משמע אז אהן זיינע מיטלען וויל ער פארשפארן אייוועלט..

הכותב מתוך צער הכותב מתוך התראה
---


ערנסט גערעדט, די קאך לעפל און נייעס בכלליות צריך תיקון. איך בין מסכים. עס איז טאקע שרעקליך לעצטענס וואס מ'דארף אלס מעקן. און די פאקט אז מ'רעדט פון זאכן וואס מ'דארף מעקן. ווי אויך איז ער גערעכט וועגן סקרינשאטס פון גוי'אישע נייעס און סאושעל מידיא, די ווידיאוס מיט די גאנצע כשריי איז שוין אויך ארויס פון פראפארציע.

אבער דער דא, וואס האט דאס געשריבן איז נישט בצער, ער וויל אונטערברענגן גאנץ אייוועלט, אדער עס אויסשטעלן לויט ווי עס שמעקט איהם. ער האט גראנדיעזע פלענער וואס קיינער האט איהם געבעהטן. און סטראשעט נאך צווישן די שורות!

דאס רופט מען בלעקמעיל בלע"ז

און פון בלעקמעיל דערשרעקט מען זיך נישט! מיר דארפן איהם נישט האבן מיט זיינע קרומע אגענדעס, מיר קענען זיך אליין מתקן זיין. דער ניק, ברויך א חסימה טובה.

הכותב מתוך צחות מליצה ושכל
אני הק' היכי תמצא
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

קיין פארגלייך צו די קעיסי ענטאני קעיס וואס איז געווען א נאצינאלע נייעס איבער א מאמע האט יא אדער נישט גע'הרג'ט איר קינד, און די סאמע אינטערעס איז געווען אין טעכנישע חלק פון עווידענס

ווידעראום די יעצטיגע קעיס איז מער א שפאקטיוו ארטיקל ווי א נאצינאלע נייעס, און די דעטאלן פונעם קעיס זענען דערווייל נישט קיין טעכנישע נאר פאקטישע דעוועלאפמענטס וועלכע גרעניצן זיך מיט די ג' עבירות

יעצט צום ענין: מ'קען נישט זאגן אז עס איינפאכע נייעס ווי ספארטס אדער פאליטיק און מ'קען נישט זאגן אז עס איז אומריינע חומר, טא לאז איך עס איבער פאר די מנהלים צו באשליסען
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

צק
יא.
און איך פאל אויך (און ס'האט גארנישט מיט אייוועלט)
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

שטומפיג האט געשריבן:צק
יא.
און איך פאל אויך (און ס'האט גארנישט מיט אייוועלט)

אוי וויי וואס הייסט?
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

נארמאליזעם האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:צק
יא.
און איך פאל אויך (און ס'האט גארנישט מיט אייוועלט)

אוי וויי וואס הייסט?

ס'הייסט גארנישט. איך בין נישט ווי א איד פון א דור פריער, און יענער איז נישט ווי נאך א דור פריער, וחוזר חזרה
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

עס איז גראדע אמת אז די היימישע צייטונגען באשרייבן נישט געווענליך די סארט נייעסן, "משום הרחק מן הכיעור" ווי זיי זאגן אלעמאל.

אבער דא איז ב"ה נישט קיין צייטונג. די טרויעריגע ענדע ביי די לייבי קלעצקי געשיכטע איז אויך נישט באריכטעט געווארן דעטאלירט אין די היימישע צייטונגען, אבער דא איז א פלאץ וואס איז ווייניגער פארמאל.

אוצר החכמה דארף מען היינט צוטאגס איינגעבן דעם נאמען און גאר א הסכמה פון א רב? זייער אינטערעסאנט. עס איז גראדע דא די "תורה-פארום" וועבזייטל וואס איז פיל מער אקטיוו
----

קרייסלער האקט

נאו איידיע וואס דו רעדסט. האסט לעצטנס געטשעקט די נאציאנאלע נייעס?

בכלל וואסערע מין שפראך איז דאס "עס גרעניצט זיך מיט די ג' חמורות"? די אלע מחאות כסדר איבער דאס און יענס אז עס איז כפירה און ציונות גרעניצט זיך אויך מיט די שלש חמורות. די נייעס איבער שייטלעך פון אינדיע גרעניצט זיך אויך מיט די שלש חמורות.

קעיסי אנטאני קעיס איז נישט געווען באריכטעט אין קיין איין היימישע צייטונג

----

מען האקט נאך
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

שטומפיג האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:צק
יא.
און איך פאל אויך (און ס'האט גארנישט מיט אייוועלט)

אוי וויי וואס הייסט?

ס'הייסט גארנישט. איך בין נישט ווי א איד פון א דור פריער, און יענער איז נישט ווי נאך א דור פריער, וחוזר חזרה

עה עה די דורות פאלן נישט
די ניסיונות טוישן זיך מאכט עס אזוי אויסקוקן
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

נארמאליזעם האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:צק
יא.
און איך פאל אויך (און ס'האט גארנישט מיט אייוועלט)

אוי וויי וואס הייסט?

ס'הייסט גארנישט. איך בין נישט ווי א איד פון א דור פריער, און יענער איז נישט ווי נאך א דור פריער, וחוזר חזרה

עה עה די דורות פאלן נישט
די ניסיונות טוישן זיך מאכט עס אזוי אויסקוקן

אויב דו וועסט מיך ציטירן אויף אן ארט וואו איך האב געשריבן "די דורות פאלן" באקומסטו פון מיין ריסעס
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”