פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איז ער גערעכט??

די וואלן האבן זיך געשלאסן מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 8:18 pm

יא
96
35%
ניין
144
53%
א חלק (זיי דיך מסביר)
33
12%
 
סך הכל שטימען: 273

אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17363
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

Programming האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
בדרך אפשר האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקטליך וואס זייערע חשבונות זענען. איך שפעקוליר נאר אז ווען מען קוקט אן דעם פאל מיט קינדערישע גלעזער, פון א אומאינפארמירטן שטאנדפונקט, איז זייער גרינג ארויס צו שאקלען פון ארבל קללות און אויסנוצן די ענערגיע זיך צו עסן דאס געזונט אויף די בריטישע רשעים ארורים אנשטאט וויינען אויף די עצם טראגעדיע פון די משפחה. אבער אויב זעהט מען אז די צוגאנג אין די ריעל ווארלד איז אביסל אנדערש פארשטייט מען אז עס איז אביסל פארפארן.

אויב אבער זאגסטו אז צו שרייבן דאס אין פובליק קען איינעם חלילה וויי טון, מעק איך עס גערן אויס


וואס איר זאגט דערמאנט אביסל וואס כהאב געפילט ווען מהאט זיך געשלאגן ווער סאיז שולדיג און מירון.

האטלסט נישט אז דאס איז פי כמה ערגער?


די איידיע איז אז ביי ביידע איז מען געווען ביזי זוכן א "שולדיגער" אויף וועם אויסצוגיסן די כעס און צארן אנשטאט פשוט ווייטאגן און וויינען

דא איז געווען א שווערע, ווייטאגליכע פאל וויאזוי מען וויל עס נאר דרייען. די "עיקר" טראגעדיע דא וואלט פונקט אזוי געווען אויב נניח עס איז טאקע דא א דיין וואס האט מתיר געווען (עז פאר עז איי רעמעמבער ביסטו דער ערשטער אויפצוברענגען אזא טענה דא אויפן וועלטל, פארשטייט זיך אז דו ביסט נישט דער רשע ווייל דו האסט זיך געוואשן דיינע הענט אז ס'איז "רשעות'דיגע סאשעל מידיא שמועות"), און נניח אז די עלטערן וואלטן מיט א שווער פארווייטאגט הארץ אנגענומען די הוראה פון יענעם דיין, וואלט די טראגעדיע געווען מער ווייניגער די זעלבע גרויס, הגם לויט ווי דו הערסט נישט אויף צו שרייבן וואלט מען פון דיר נישט געקענט באקומען א צענטל די סימפאטיע ווי איצט.

דאס באדייט אז דער "ווייטאג פון די משפחה" און אלע אנדערע פראזן וואס דו נוצט גייט דיר גאנץ ווייניג אן. דו זוכסט נישט ארויס צו העלפן די משפחה מיט טאט און ראט, סיי דורכאויס די גאנצע שווערע תקופה, און סיי יעצט; די איינציגסטע זאך וואס דו ביסט דא איז אונז צו געבן דיין פון פאראויס אפגעמאכטע מיינונג איבער די "לינקע ליבעראלן", און דו שפירסט אז די פרשה גיבט דיר אסאך שטאף. דו ווילסט דאס פארוואנדלען אין א אנעדיוקעיטעד (סארי פעיק...) רעפערענדום איבער פאבליק פאליסי אין די מערב וועלט, און דו שפירסט די נויט דאס צו טון דוקא אויפן בלוט פון די צובראכענע פאמיליע.

נו נו, אבער דא און יעצט איז נישט דוקא די פאסיגע צייט פאר די דיסקוסיע. עס פעלן דא די גאונים אדער פשוט'ע יודעי ספר וואס קענען די הלכה'דיגע בליק דערויף; די אינטערנאציאנאלע געזעץ מומחים וועלכע זענען באקאנט מיט די קאמפליצירטע לעגאלע קאנצעפטן וועלכע שפילן דא א ראלע, און מען איז זייער געבינדן מיט וואס מען קען שרייבן וויבאלד עס רעדט זיך דא פון אידיש בלוט. מען קען אפילו אננעמען אז די סיסטעם האט אין דעם פאל געפעילד, און דער ספעציפישער פאל איז בכלל נישט די נושא, אבער אפילו א דין ודברים בכלליות איבער די צוגאנג ווערט דורך דיר באקרוינט אלס בלוטיגע רמזים אויף דעם ספעציפישן קעיס, און בעיסיקלי ווילסטו נאר יעדער זאל איצט אננעמען דיין העכסט אומאינפארמירטע און אומריכטיגע מיינונג אויף אזא קאמפליצירטע ווייטאגליכע שאלה. עס ארבעט אבער נישט אזוי.

זייער פראזענליך...........
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צ/ק
פאלט נישט. עס איז אלעמאל געווען וואס מתקן צו זיין און עס וועט אלעמאל זיין.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קרייסלער האט געשריבן:קיין פארגלייך צו די קעיסי ענטאני קעיס וואס איז געווען א נאצינאלע נייעס איבער א מאמע האט יא אדער נישט גע'הרג'ט איר קינד, און די סאמע אינטערעס איז געווען אין טעכנישע חלק פון עווידענס

ווידעראום די יעצטיגע קעיס איז מער א שפאקטיוו ארטיקל ווי א נאצינאלע נייעס, און די דעטאלן פונעם קעיס זענען דערווייל נישט קיין טעכנישע נאר פאקטישע דעוועלאפמענטס וועלכע גרעניצן זיך מיט די ג' עבירות

טעות. עס איז געווען נאציאנאלע נייעס, נישט נאר נאציאנאלע, נאר אלוועלטליכע נייעס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הרבי
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 24, 2021 4:05 am

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבי »

נאכן הערן אז אייוועלט פאלט האט מען מסדר געווען מיט בית כ"ק מרן רבינו שליט"א אז דער רבי זאל קומען מחזק זיין דאס קהילה און צוריק אויפהייבן דעם עולם
אדונינו מורינו ורבינו שליט"א
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

היי רבי. וואסינייעס?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מסתמא האט געשריבן:בנוגע נישט ווערן איבערגענומען פון די געפילן, א מענטש וואס ווערט נישט איבערגענומען פון די געפילן אין אזא מצב זאל גיין נאכקוקן זיין יחוס, עפעס איז דעפינעטלי Wראנג, סאיז א גרויסע שאלה צו אזא איינער שטאמט פון יומען ביאינגס בכלל

בנוגע די פוינט אז מזאל "טראכטן", לאמיר פאר איין מינוט אריינטראכטן אויב די אלע שמועות האבן בכלל דעקונג, אפשר איז דאס אלעס פלעינע סאושעל מידיע שמועות געטריבן פון גרויליגע ענגלישע נאציאנאליזם? וויאזוי הייסט דער דיין וועלכע האלט אנדערש פון די משפחה? אישי איז אויכעט גוט..

איך ווייס קיינמאל נישט צו מ'מיינט מיר אדער נישט... עניוועי.. ווער ס'וויל קען גיין נאכקוקן מיין תגובה וואס איך האב געשריבן איבערגענומען פון געפילן, תיכף נאך וואס די מעשה האט פאסירט... ס'האט זיך נאר שפעטער אביסל געטוישט...

--

צ/ק

איך האב נישט קיין אהנונג. פון די פאר יאר וואס איך בין דא, זעה איך נישט קיין גרויסע חילוק.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

Programming האט געשריבן:
אוצר החכמה דארף מען היינט צוטאגס איינגעבן דעם נאמען און גאר א הסכמה פון א רב? זייער אינטערעסאנט. עס איז גראדע דא די "תורה-פארום" וועבזייטל וואס איז פיל מער אקטיוו

קומט נישט דא אריין אבער דאך....,
דאכט זיך אז דו מאכסט א טעות, אוצר החכמה איז דריי אמאל אזוי אקטיוו ווי תורה פורום.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

ממוצע האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:בנוגע נישט ווערן איבערגענומען פון די געפילן, א מענטש וואס ווערט נישט איבערגענומען פון די געפילן אין אזא מצב זאל גיין נאכקוקן זיין יחוס, עפעס איז דעפינעטלי Wראנג, סאיז א גרויסע שאלה צו אזא איינער שטאמט פון יומען ביאינגס בכלל

בנוגע די פוינט אז מזאל "טראכטן", לאמיר פאר איין מינוט אריינטראכטן אויב די אלע שמועות האבן בכלל דעקונג, אפשר איז דאס אלעס פלעינע סאושעל מידיע שמועות געטריבן פון גרויליגע ענגלישע נאציאנאליזם? וויאזוי הייסט דער דיין וועלכע האלט אנדערש פון די משפחה? אישי איז אויכעט גוט..

איך ווייס קיינמאל נישט צו מ'מיינט מיר אדער נישט... עניוועי.. ווער ס'וויל קען גיין נאכקוקן מיין תגובה וואס איך האב געשריבן איבערגענומען פון געפילן, תיכף נאך וואס די מעשה האט פאסירט... ס'האט זיך נאר שפעטער אביסל געטוישט...

--

צ/ק

איך האב נישט קיין אהנונג. פון די פאר יאר וואס איך בין דא, זעה איך נישט קיין גרויסע חילוק.


קען נישט מיינען דיר, דו ביסט דאך געווען קעגן דערמאנען דארווין בכלל
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

Programming האט געשריבן:אוצר החכמה דארף מען היינט צוטאגס איינגעבן דעם נאמען און גאר א הסכמה פון א רב? זייער אינטערעסאנט. עס איז גראדע דא די "תורה-פארום" וועבזייטל וואס איז פיל מער אקטיוו
----


----

מען האקט נאך

וואס???
איך בין א מעמבער דארט, קיינער האט נישט געפרעגט מיין נאמען
פוצה פה ומצפצף
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

את פתח לו האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:צ/ק
עס איז אריינגעקומען א לענגערע מחאה אין די מערכת, לאמיר הערן דעם עולם'ס מיינונג דערוועגן (דער שרייבער באציט זיך צו די אשכול פון ברייען לאנדרי וואס האט גע'הרג'ט זיין פלונית און אנטלאפן, עיין שם)

מיר די ערליכע אידן זענען מוחה אויפן העכסטן קול די פירצה וואס עס האט זיך דא אריינגעכאפט.

אייוועלט איז באקאנט צו זיין אן אפגעהיטן ארט, אבער לעצטענס זענען אפירגעקומען פארשידענע חברה און גענומען שמועסן פון ענינים וואס האבן קיין שייכות מיט אידן און אידישקייט. דאס איז עמלק, עס מאכט קאלט זאכן וואס זענען הייליג און טייער, מיט א ביליגע שפאטיגע שפראך, "עה, וואס איז שוין? מ'מעג רעדן!", אדער "מאך נישט משוגע, ס'איז 2021, יא?".

נעמט למשל די דאזיגע אשכול, די גרויליגע אינטערעס וואס מאנכע האבן אין יעדע קליינע דעטאל, און דאס איז א מעשה פון די אלע דריי עבירות חמורות. וואס האט פאסירט מיט אונז אידן? זייט ווען שמועסן ערליכע אידן פון אזלעכע זאכן, מיינט נישט אז אינדערהיים אין אייראפע זענען נישט געווען אזעלכע מעשיות, ווער האט גערעדט פון דעם? נאר די פרייע צייטונגען, די אויסגאבעס וואס זייער איינציגסטע ציל איז געווען אראפצופירן אידישע קינדער פון ערליכן וועג.

הכלל, עס ברעכן זיך די מויערן פון אייוועלט, די וועלט רוקט זיך פאראויס און אייוועלט בלייבט מיט אן אלטע ווירטשאפט. מען דארף דא טוישן די תקנות אדער עפעס אנדערש. אייוועלט הייבט אן אויסצוזען פונקט ווי סאושעל מידיע, פיילס און ווידיאס, בילדער פון טוויטער און מיאוסע צייטונגען, סקרינשאטס פון אנדערע וועבסייטס. בקיצור א גויאישע סייט נאר אין אידיש.

איז הערט צו, איך האב שוין לאנג געהאט בדיעה ארויסצודרוקן פארשידענע בלעטער פון אייוועלט און דאס פארשפרייטן, זאלן די רבנים און שיינע אידן דאס אויך לעזן. פארוואס נאר די אינטערנעט איינגעטינקענע מעגן דאס זען?

דערווייל האלט איך מיר אפ דערפון, ווייל די סוף וועט זיין אז אייוועלט וועט מוזן דורכגיין א פיינפולע טויש, און די גאס וועט רוישן.

אבער די מצב ווערט נישט בעסער, נאר ערגער און ערגער.

דעריבער מאכט א גענעראל פארזאמלונג, און באשליסט וואספארא סארט ציבור איר צילט מיטן אייוועלט וועבזייטל.

אמאל האט מען געקענט האבן איין בית הכנסת פאר די גאנצע שטעטל. היינט איז אנדערש, נישט יעדער באלאנגט צוזאמען. אין די חדרים און שולעס לייגט מען שוין די שוואכע עקסטער, עס איז טאקע א ווייטאג, אבער ההכרח לא יגנה.

מען מוז עפעס טון. ענק האבן גוטע קעפ, קומט אויף מיט א לעזונג.

אויב איר ווילט נישט טרעפן א לעזונג אדער איר טאפט א וואנט, האב איך פארשידענע עצות און מהלכים (חוץ אפשפארן), אבער צוערשט וויל איך הערן וואס איר זאגט.

הכותב מתוך צער
---


ווי זעהט ער דא "אלע דריי" הארבסטע עבירות???
ער וויל מאכן עפעס דראמאטיש מילא, אבער שקר איז אויך עפעס א שטיקל פראבלעם געדענק איך.

שפיכות דמים יא, אבער "אלע דריי"???
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

סאבאבא האט געשריבן:זאל אים איינער זאגען דעם 'מקנא קנאת ד' צבקות' אז די טעג וואס אזוינע פינסטערע חברה ווי אים האבן געהאלטן כלל ישראל ביים קארג זענען פארביי. איטס אווער.
אויב איינער פאלט איז עס דער 'מחאות פעקטארי' וואס איז געגאנגען באנקראט.

וואו, שארף.
——
יאפ, אייוועלט פאלט. די אמת איז אז די גאנצע וועלט פאלט, ברויך מען נאר קענען מבחין זיין וואס יא צו לאזן און וואס נישט
האמער דא פארדעם מנהלים און זיי באשליסן דאס, און ווער עס גלייכט נישט די באשליסן וואס ווערן דא געמאכט מיינט דאס אז דאס פלאץ איז נישט אזוי געאייגענט פאר עם
און אמת, עס וואלט נישט אויך נישט געווען געאייגענט פאר עם צען יאר צירוק
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זיך באציען צום קעפל צו אייוועלט פאלט וואלט איך געזאגט אויסדרוקליך נישט! איך גריי מיך דא גענוג לאנג צו געדענקן יעדע פאר יאר ווערן די עלטערע נערוועז פון די יונגערע שרייבער און זיי נעמען זיך ברעטשענען אז עס פאלט. ווען זיי זאלן צוריק קוקן וויאזוי זיי האבן אנגעפאנגען וואלטן זיי געמעקט אלע זייערע תגובות! איך שרייב שוין כהיום זייער ווייניג צוליב מאנגל און צייט אבער איך ליין היפש אסאך. דער עולם איז פריש און מונטער מיט תוכן און חן!

יעצט צום מר. מוחה וואס האלט עס ממש נישט אויס.
אייוועלט איז נישט קיין צייטונג. עס איז א שמועס צווישן ערליכע יונגעלייט וואס קומען זיך לופטערן. די נייעס אויף וואס ער באציט זיך איז פאר נייעס ליבהאבער א גוט שטיקל נייעס וואס האט נישט אין זיך קיין שמץ שמוץ! דאס אז די דערהרגעטע איז געווען א פרוי דארף נאכנישט מאכן ביי אים קיין פייגעלעך. די נייעס וואלט פונקט אזוי אויסגעשמועסט געווארן ווען עס זאל ווען זיין צוויי חברים.
דא האט מען א הרוג און מען זוכט דעם הורג! סימפל א גוט שטיקל נייעס דורכצוקייען. געהאפט האט מען אז מען וועט אים כאפן לעבעדיג און קענען מיטהאלטן א גוטע פרענזיק קעיס מיט גוטע לויערס און טיים-ליינס צו קענען ניצן אביסל די קעפעלע און ארויסהאבן יעדע רור. למעשה האט זיך עס שנעל געענדיגט אן קיין טעם. אבער ווי די דריי עבירות קומען דא אריין האב איך קיין מושג נישט! רציחה, מעגליך.
צייט אראפצולייגן די מחאה פייפער און אנפאנגען קוקן פאזעטיוו אויף כלל ישראל.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

מסתמא האט געשריבן:כוויל רעדן פון א צווייטע נושא אבער סהאט פונקט אזוי א שייכות צום קעפל

יעדער האט מיטגעהאלטן די שוידערליכע רשעות וואס איז פארגעקומען אין ענגלאנד ווען מהאט אויסגעפלאגט אלטע פיקסלער פון לייף-סופארט מיט א מין אומדערהערטע אכזריות נישט לאזענדיג די משפחה איר טראספארטירן און האלטן ביים לעבן אויף זייער אייגענע קאסטן

די פאקט איז אז די משפחה האט געהאט א פסק הלכה אז מען טאר איר נישט אראפנעמען פון לייף-סופארט, אנדערע זאגן נאך שמועות אז געוויסע רבנים האבן בעצם יא מתיר געווען ואכהמ"ל

צו מיך איז אומגלויבליך און אומפארשטענדליך וויאזוי דאס פלאץ דא האט ציגעלאזט דיסקוסיעס וועלכע האבן אפען און קלאר מרמז געווען אז מהאט איר געמעגט ערמארדן

זאג מיר, דו האסט עס דורכגעטון?
האסט געפרעגט א דיין?
איז דא איין דיין וועלכער האט געהאלטן אז "מען דארף" איר אראפנעמען פון לייף סופארט?
דא שטייט א משפחה און בלוטיגט, זיי זענען עמאושענעלי צוגעבינדן צו זייער קינד און זייער בלוט גיסט זיך ווי וואסער און דא אויף אייוועלט איז ערלויבט אראפצישפילן די גאנצע מערדעריי...

דא אויף אייוועלט מעג מען דן זיין אויב די שפיטאל האט עס געמעגט טון.. דא מעג מען טעמישערהייט מרמז זיין און דן זיין אין הלכה ווען יענעמס בלוט גיסט זיך, דא מעג מען מרמז זיין אז א ... לעבן האט נישט קיין ווערד, דא מעג מען מרמז זיין אז די שפיטעלער זענען נישט קיין מערדער ווייל אונזערע רבנים פסקענען אויכעט די זאכן..

סארי אבער סאיז א גרויסע בושה אז א איד מיט א אידיש הארץ זאל זיך דערוואגן צו שרייבן די אלע זאכן

סאיז אונז נישט קיין נפק"מ וואס די הלכה איז אלץ "מתיר" ווען א משפחה וויל זייער טאכטער לעבעדיג!!

סאיז אונז נישט קיין נפק"מ וואס די הלכה זאגט אויף דעם ספעציפישע פאל, אויב קען די שפיטאל הארגענען פאציענטן כפי ראות עיניהם זענען מיר אויף געהאקטע צרות!!

סאיז דען בכלל א ספק אז מצד די שפיטאל איז יעצט פארגעקומען א מארד?! הלכה'דיג תורה'דיג העמיר מארגן רעדן!!

אויב ווילסטו פארלעשן דיין אידיש הארץ און נאר רעדן פון הלכה, להוי ידיעה אז @... איז ע"פ הלכה פטור פון האבן קינדער... סאיז א חרפה און א בושה לאן הגיענו, פון אפאר חדשים צוריק געדענקען אונזער אידישע די ען עי פון רחמנות צו א צווייטער איד ביזן צולאזן די סאמע אכזריות'דיגסטע דיסקוסיעס בשעת יענעמס הארץ בלוטיגט איז אנבעליוועבל..

צום קעפל, איך ווייס נישט אויב ס'פאלט, אבער ס'איז דארט ווי דער דור איז ליידער און דארף א גרויסע תיקון.

די תגובה וואס איך ציטיר דא טוט - במחילת כבודו - זיין א גוטע ביישפיל: יא, די תורה'דיגע מהלך איז אויסשליסליך אז די תורה און דעת תורה איז קובע, און אלעס אנדערש איז בטל ומבוטל כעפרא דארעה ווען ס'שטייט קעגן די תורה, אבער דא קען מען ליידער אלעס אוועקמאכן בריש גלי מיט'ן נארישע אויסריידן ווי "געפילן", "געזעץ" (לויט דער געזעץ לעבט נאך דאס קינד געהעריג וכדו'), "אפילו דער גוי פארשטייט" וכדו', אנטשולדיגט, ס'איז א אידישע סייט, און ס'גייט אונז בכלל נישט אן וואס דער גוי פארשטייט אדער נישט, און נישט דאס געזעץ אדער סיי וועלכע שמייליגע גלח איז קובע וואס לעבן און טויט איז, און דאס נעמט זיך פון דאס זיין משוקע אין די עבודה זרה פון די אזויגערופענע "אידיש-קריסטליכע" ווירדן רח"ל וואס מאנכע האבן דא אפן פארטיידיגט אין די פארגאנגענהייט אז ס'איז געווען א שרעק.

איך האב שוין אויך געהאט דעם געפיל מער ווי איינמאל ליינענדיג אז מ'מוז אריינמישן די רבנים צו וואס דער עולם ציט, און ווען כ'האב לעצטנס געזאגט פאר א קלוגן איד אז ווער ווייסט צו ס'וועט נישט זיין צו שפעט איין טאג האט ער מיר געזאגט אז ער האט מורא אז פאר אסאך אידן איז שוין ליידער וכו'.

פארשטייט זיך אז כ'האב גארנישט געטוהן ווייל כ'האב מיך פארלאזט אז די הנהלה האלט אן עינא פקיחא, אבער יעצט אז די דיסקוסיע איז אפן ערלויב איך מיר צו שרייבן אפן וואס איך האלט מיט און איך האב שוין געהערט פון אסאך אנדערע די זעלבע - סוכ"ס איז א זייטל אפן (פאר ערליכע פילטער באנוצער) בלויז לויט די הוראות הרבנים, איז פארוואס זאלן זיי עס אויפ'ן לאזן אויב זיי ווייסן נישט פונקטליך וואס דא גייט פאר? אז מ'פרעגט מיך וואלט איך אפילו געזאגט עפעס וואס איז לכאורה נישט עפעס וואס א גרויסע עולם וואלט געוואלט, אבער איך מיין אז ווען די סייט זאל וואלט געווען אונטער איינער פון די אפיציעלע צייטונגען ווי דער איד וכדו' וואלט עס געהאט אן אנדער פנים, סוכ"ס דרייען זיך דא טויזענטער אידן וואס גארנישט ווייניגער נעמען זיי נישט אריין אין שטוב, איז פארוואס זאל זייער פילטער אדורכלאזן עפעס וואס וואלט דארט נישט אריינגעגאנגען???
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

צ/ק

אייוועלט פאלט נישט ב''ה.

דאס נארמאלקייט פון קענען אויסשמועסן א נושא ווי ערוואקסענע מענטשן, און לאזן די מחאות דארטן ווי ס'פעלט באמת אויס, דאס איז שטארק געפאלן.

און א דאנק אייך מנהלים פאר די געוואלדיגע ארבעט, נישטא מיט וואס זיך צו שעמען.
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

עומד מן הצד האט געשריבן:צ/ק

אייוועלט פאלט נישט ב''ה.

דאס נארמאלקייט פון קענען אויסשמועסן א נושא ווי ערוואקסענע מענטשן, און לאזן די מחאות דארטן ווי ס'פעלט באמת אויס, דאס איז שטארק געפאלן.

און א דאנק אייך מנהלים פאר די געוואלדיגע ארבעט, .

גאמ
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

עומד מן הצד האט געשריבן:צ/ק:

דאס נארמאלקייט פון קענען אויסשמועסן א נושא ווי ערוואקסענע מענטשן, און לאזן די מחאות דארטן ווי ס'פעלט באמת אויס, דאס איז שטארק געפאלן.

און א דאנק אייך מנהלים פאר די געוואלדיגע ארבעט, נישטא מיט וואס זיך צו שעמען.
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום זונטאג אקטאבער 24, 2021 7:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22688
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

צ''ק.

שווער צו זאגן.

פון איין זייט איז דאך פשוט אז כלל ישראל פאלט, און עס איז זייער נארמאל אז אייוועלט פאלט מיט, פונקט ווי אלעס אנדערש פאלט צוזאמען מיט אונז. ירידת הדורות איז א פאקט. און איינער וואס פראבירט עס צו לייקענען האט נישט וואס צו זוכן אויפן אינטערנעט בכלל.

פון די אנדערע זייט טוט די הנהלה די מערסטע וואס מעגליך אפצושטעלן די ירידה. צו אזא ארטיקל - נושא וואלט געווען ערלויבט פאר אפאר יאר צוריק, מסתבר אז נישט. אבער די אמת איז אז פאר אפאר יאר צוריק וואלט אזא ארטיקל באמת נישט געווען אזא פראבלעם ווי היינט, ואכהמ''ל. און פון די דריטע זייט, אויב איז די הנהלה צו שטרענג, פעלט דאך די גאנצע אויפטוה פון אייוועלט כמובן.

אין אנדערע ווערטער, עס איז זייער א גרעי עריע, און די הנהלה פראבירט צו טוהן די בעסטע צו גיין צווישען די טראפן. זאל די אייבישטער זיי ווייטער געבן די יושב הדעת צו פראבירן צו טוהן וואס איז ריכטיג.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גא"מ לדברי עומד וגעלעגער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

צ"ק, א חלק.

אין תוכן וואלט איך עס געשטעלט בערך אויף איין שטאפל מיט אמאל, און אפשר אפילו העכער. די סיבה פארוואס נאר אפשר, ווייל למעשה זענען דא פיל מער תגובות בכמות, און מ'דארף מער זוכן פאר די תוכנ'דיגע חלקים.

מצד דער הנהלה איז אייביג געווען זייער א גוטע ארבעט און ס'איז נאך אלץ דא.

אין מאראל איז עס זייער שטארק געפאלן לדעתי. ס'איז נישט דא קיין נהגו כבוד זה בזה ביי אסאך צווישן אונז.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

בלעקמעיל
אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זופ מיט קניידל »

Programming האט געשריבן:סארא נארישקייטן. איך בין נאך גענוג אלט צו געדענקען אייוועלט'ס לאנגע אשכול איבער די קעיסי אנטאני קעיס, דוכט זיך געלעגער, פון די סאמע הנהלה איז געווען דארט דער ראש המדברים

אויב זוכט מען נאך עלטער טרעפט מען נאך די ספארטס אפטיילונג פון אייוועלט

וואס עס פאלט יא איז דער חלק פון מחאות. אייוועלט האט זיך געעפנט צו זיין א פלאץ צו פארברענגען רואיג און געמיטליך אויפן געוועב, די מחאות לאזט מען איבער פאר די פאשקעוויל שרייבער אין ריעל לייף. זינט די הנהלה האט שטילערהייט צוגעלייגט א טויש אין די קאנסטיטוציע אז געוויסע מחאות מעג מען יא כפי ראות עיני ההנהלה וכו', איז אייוועלט ווי פארשטענדליך געווארן א מאגנעט פאר די מוחים למיניהם, און מיטן עסן קומט דער אפעטיט, מיט די סארט חברה ווערט מען נישט פארטיג און מען קען קיינמאל נישט לויז ווערן פון זיי.

צייט צוריק צו גיין צום אלטן. אייוועלט איז גרויס, און פארמאגט פילע אפטיילונגען. וועם עס שמעקט נישט איין אשכול זאל ליינען א אנדערע, און ווער עס קען זיך נישט דרייען אינעם זעלבן ביהמ"ד מיט אנדערע א.ג. "שוואכערע", איז מכובד אפצופיצן בשם ומלכות.

און נאך איין בקשה צו זיי בעפאר זיי גייען, ער זאל ביטע אויך נישט דאווענען אין די געהעריגע שולן, נאר שיקן די קינדער אין באזונדערע מוסדות, און נישט פארדרייען דעם קאפ פאר די אלגעמיינע רבנים און קהילות וועלכע קענען ב"ה יא באווייזן להלוך נגד רוחו של כל אחד ואחד.

דיסקלעימער: איך האב בכלל נישט אריין געטרעטן אין יענעם אשכול און די סארט קריים סטארי'ס אינטערעסירן מיר נישט צו שטארק.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

צ/ק

לגבי פאלן ווייס איך נישט, אבער עס איז זיכער געווארן מער ראדיקאל (בעיקר אויף די לינקע זייט)
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

גרשון האט געשריבן:
אין מאראל איז עס זייער שטארק געפאלן לדעתי. ס'איז נישט דא קיין נהגו כבוד זה בזה ביי אסאך צווישן אונז.

איי עגרי. א שאד!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

בוידעם האט געשריבן:צ/ק

לגבי פאלן ווייס איך נישט, אבער עס איז זיכער געווארן מער ראדיקאל (בעיקר אויף די לינקע רעכטע זייט)
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17363
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: פאלט אייוועלט?? זאגט אייער מיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

איבער פיפציג פראצענט האלט אז ער איז נישט גערעכט!?!!
# לאנג לעבן זאל אייוועלט,!!!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”