קריטיקעל ראסע טעאריע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

Mezofzef האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:בבחינת טובל ושרץ בידו??

פארשטיי נישט.

CRT קען נישט פארעכטן די פראבלעמען וואס CRT מאכט.

וואו האב איך דאס געזאגט?
איך האב געזאגט אז CRT פארענטפערט Candice owence קושיא/ טענה.

און פעיק זאגט זיין טענה איז אויף CRT...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

סא וואס ווילן זיי איך זאל טון? אז סקומט אריין א שווארצער אין מיין סטאר אין איך באגריס אים מיט א "וואס אפ מיי ברא" דארף איך אלעס לייגן אויף האלד אין זיך דירגרינטעווען אויב איך האב געוואלט זיין קאאל אדער געמיינט צי חוזק מאכן....

איינער קען מסביר זייער חלק פון קום ועשה?
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

אויב קומסטו אריין אין א דאקטערס אפיס אין מאנהעטן פון באוויסטע דאקטוירים און דו דארפסט אריבערגיין א קאמפלעצירטע הארץ אפעראציע, דו האסט צוויי אויסוואלן, ביידע וועלט בארימטע דאקטוירים, איינער איז ווייס דער אנדערער איז שווארץ..

------------

דו גייסט אויפן גאס, איין זייט גאס גייט א רייך געקליידעטער ווייסער ביזנעסמאן אויף די אנדערע זייט גייט א רייך געקליידעטער שווארצע ביזנעסמאן...

איך פערזענליך וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו לאזן שניידן ביי א שווארצן, ווילאנג איך ווייס אז ער איז אויסגעצייכנט אין זיין ארבעט

איך וואלט אויך נישט אויסגעקליבן צו גיין אויפן גאס נעבן דעם ווייסן ווילאנג איך זע אז דער שווארצער איז א נארמאלער מענטש

אבער ווען איך זע א שווארצער כוליגאן גיין אויפן גאס און אויף די אנדערע זייט גייט א ווייסער נארמאלער מענטש הייס איך נישט קיין ראסיסט אויב איך גיי אריבער די גאס, די ליבעראלן האלטן אז יא...
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
שבח ארואל האט געשריבן:וואס איז די קריטיקעל רעיס טעאריע?

זייער שווער דאס צו ענטפערן אהן מאכן א רעש. אפילו פאליטיקאנטן דרייען זיך ארויס פון ענטפערן וואס 'קריטיקעל רעיס טעאריע' איז.

איך וועל פרובירן דאס בעסטע און האפנטליך וועט נישט גיין קיין פעטש...

בעפאר 'קריטיקעל רעיס טעאריע', איז די געדאנק געווען אז איינער וואס איז נישט קיין ראסיסט אדער איינער וואס פרובירט זיך צו פארבעסערן נישט צו זיין א ראסיסט, זעהט נישט די חילוק צווישן ראסעס און זעהן אלע מענטשן גלייך און אייניג אויף אזוי ווייט אז אויב אפאר מענטשן אריין אין דיין געשעפט למשל, זיי זענען אלע פון באזונדערע ראסען, אבער דו זעהסט נאר מענטשן, און דו אבזערווירסט נישט אז זיי זענען פון פארשידענע ראסען. דעריבער, וועסטו אוואדאי נישט דיסקרימינירן.

דאס ווערט גערופן - "ראסע-בלינד"

'קריטיקעל רעיס טעאריע' זאגט אז דאס איז אומ-ריכטיג. וויבאלד עס איז אומ-מעגליך נישט צו באמערקן און אבזערווירן באזונדערע ראסען. ד.ה. אז אויב אפאר מענטשן פון פארשידענע ראסען קומען אריין ביי דיר אין געשעפט, וועסטו תיכף אבזערווירן אז זיי זענען פון באזונדערע ראסען, אפילו אויב דו מיינסט אז דו אבזערווירסט נישט. דעריבער, איז מעגליך אז דו דיסקרימינירסט אנטקעגן די מענטשן אומוויסענד אפילו בשוגג.

'קריטיקעל רעיס טעאריע' - נישטא אזא זאך ווי "ראסע-בלינד"

wow דאס איז נעקסט לעוול..

כהאב א גוטע איידיע פון אן אנאליז פאר פנחס גלויבער
"די סייענטיפישע וועלט אנערקענט אין א זאך וואס מיר ווייסן שוין פון לאנג - פניות"

דאס איז נעקסט לעוול שמייליגע ליבעראליזם, מטאר ניטאמאל מהרהר זיין קיין מחשבות זרות..

---

אני הקטן האב עס בכלל נישט דורכגעטון דערווייל
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:בבחינת טובל ושרץ בידו??

פארשטיי נישט.

CRT קען נישט פארעכטן די פראבלעמען וואס CRT מאכט.

וואו האב איך דאס געזאגט?
איך האב געזאגט אז CRT פארענטפערט Candice owence קושיא/ טענה.

און פעיק זאגט זיין טענה איז אויף CRT...

איר טענה איז לאו דוקא אויף דער טעאריע. נאר בכלליות אויף דער געדאנק פון שטיין און טשעקן א גאנצן טאג צו מען באהאנדלט די שווארצע פונקט ווי די ווייסע. "פארוואס ביזסטו ביזי דערמיט? וואס פאלט דיך איין אז עס איז דא א חילוק אז מענטשן זאלן זיך באגיין אנדערש? פארוואס ביזסטו פארנומען זאגן אז דער אדער יענער האט מער ווייסע ארבעטע ווי שווארצע? וואס פאלט דיר איין אז יענער האט בכלל געקוקט אויפ'ן קאליר? אלא מאי דו קוקסט אויפ'ן קאליר".
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

די שאלה ווערט ווען א בן חם פאליציאנט שטעלט מיר אפ און גיבט א קוויטל פאר שווארצע פענסטערס צי כקען אים זאגן דו ראסיסט וואס דו ביזט פארוואס זעסטו בכלל א חילוק צווישן א געהעריגע ווינדאו און א שווארצע
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

חלקי האט געשריבן:אין קורצען, אויב זענט איר נישט קאליר בליינד זענט איר א ראסיסט!

;l;p- ;l;p- ;l;p-
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

אפשר וועט איינער קלארער ווערן דא:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p2910976
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

פרעזידענט טראמפ באהויפטעט אז די ליבעראלע מהלך פון קריטיקעל ראסע טעאריע, האט ער באפוילן ארויסצונעמען פון די שולעס צוליב וואס עס איז זעלבסט ראסיסטיש:

SEPTEMBER 29, 2020 10:53 PM EDT
During the first general election Presidential debate on Tuesday night, President Donald Trump was asked to explain his Administration’s directive to all federal agencies to stop anti-bias trainings that rely on critical race theory or address white privilege.

“I ended it because it’s racist. I ended it because a lot of people were complaining that they were asked to do things that were absolutely insane, that it was a radical revolution that was taking place in our military, in our schools, all over the place,” Trump said, though he did not directly answer moderator Chris Wallace’s question about whether he believes that systemic racism exists in the U.S. “We were paying people hundreds of thousands of dollars to teach very bad ideas and frankly, very sick ideas. And really, they were teaching people to hate our country, and I’m not going to allow that to happen.”
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אין אין אינטרעסאנטע טוויסט וואונדערט מיך אלץ פארוואס דאס ווארט "ראסיסט" נוצט מען ווען איינער איז קעגן א געוויסע ראסע.

אן ענווייראמענטאליסט, א ציוניסט, קאמוניסט, לאביאיסט איז געווענלין אייער וואס איז בעד (פרא) נישט נגד (אנטי).

קאן זיין אז ראסיסט רופט מען עס ווייל דער ראסיסט בעפארצוגט זיין ראסע איבער אן אן אנדערע.

וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין באדערט מיך עפעס אנדערש.

אין די גוי'שע וועלט איז א באליידיגונג ווען מ'רופט דיך אן א "ראסיסט" יעדער וועט זיך ארויסדרייען נישט צו הייסן א ראסיסט.

ס'איז קלאר אז אויב א ראסיסט מייט זיין קאליר-בליינד דאן איז יעדער וואס פרובירט צו העלפן סיי וועלכע מינאריטעט וועט אויטאמאטיש א א ראסיסט ביי דעפינישן.

ווידעראום אויב ראסיסט מיינט איינער וואס טוט בעפארצוגן זיין ראסע vs. א צווייטנס דאן קומט אויס אז די עוולה איז בלויז ווען ער טוט דאס.

לדוגמא, ווען NYC וועט זעהן ס'איז דא א אויסברוך פון א מחלה ביי א געוויסע מינאריטעט גרופע און וועט באשליסן אז מ'גייט קודם אויסטיילן א מעדיצין פאר די גרופע און עס אילו ספאנסערן וועט קיינער נישט טענה'ן אז די רעגירונג טאר דאס נישט טאהן.

סיי ווען זיי טוען דאס פאר שווארצע, אידן, פרויען אדער סיי וועלכע גרופע. אזוילאנג ווי איך נוץ דיין ראסע לטובתך איז אלעס גוט, אבער ווען איך נוץ ראסע לרעתך דאמאלטס שרייסטו ראסע.

בעסערע דוגמא, אז די פאליציי וועט אריינקומען אין א שווארצע געגנט און זאגן אלע שווארצע אריין אין די הייזער, מיר האבן אינפארמאציע פון א ווייסע ראסיסט וואס דרייט זיך מיט א ביקס צו הרג'נן שווארצע, ביטע גייט יעדער אריין עד יעבור זעם. וועט יעדער דאס אויסלויבן ווייל די פאליציי האט דאס גענוצט קאליר צו העלפן דעם קאלירטן. אויב אבער וועט די פאליציי בשעת מעשה אפשטעלן יעדן ווייסן אין אים אויספאקן די טאשן פשוט ווייל איך ווייס דאך אז א ווייסער מערדער איז אין די געגנט, דאמאלטס איז דאסריין ראסיסזם. ווייל האסט גענוצט די קאליר פון מיין הויט קעגן מיר.

אין פאקט, ווערן מין, ראסע, עטנישע אפשטאם, קאליר און איך ווייס נישט וואס נאך אויסגעפילט אויף צעדלידגער אפפליקאציעס און פארמס ביי אנע א שיעור אגענטורן. די רעגירונג, יונעווירסעטיס,פאליטישע קאמפיינס, מעדיצינשע טרייעלס מאכן אלע סארט שטודיעס און פארשונגען צו העלפן די אלס סארט גרופעס.

וויאזוי איז מעגליך צו העלפן די שווארצע אויב זיי לאזן מיך נישט טראכטן אז זיי זענען שווארץ, די גאנצע נושא גייט מיר נישט אריין אין קאפ.

אזוי לאנג ווי ס'איז געווען סיי וועלכע געזעץ אויף די ביכער וואס האט נישט געגעבן גלייכבארעכטיגונג פאר שווארצע, פרויען וכד' האב איך פארשטענען די טענה.

איינמאל אז ס'איז נישטא קיין איין געזעץ באזירט אויף קאליר א.א.וו. פון די אנדערע זייט איז דא צענדלידער פאליסיס אין סערוויסעס ווי מ'טוט בערפארצוגן די מיניראיטעטן? וואס אין די וועלט ווילן זיי? וואס דארף CRT פארעכטן און וויאזוי?

ס'איז עפעס וואס גייט מיר נישט אריין אין קאפ.

ס'קען זיין די שווארצע ליידן פון פראבלעימן א דאנק אמאליגע געזעצן, ס'קען זיין אז סאסייעטי דארף עפעס טוהן עס צו פאררעכטן אבער אויב כדי דיר צו העלעפן מוז איך וויסן אז דו ביזט שווארץ דאמאלטס מאי הועילו חכמים בתקנתם?

יא, ס'איז מענטשן וואס סטריאטייפן מינאריטעטן, זיי מיינען ווייל איך בין א איד דאמאלטס שטעל איך מיך מער אויף פון מיין בענקל אין פליגער... נו ס'איז אמת פארדעם איז יענער א ראסיסט ווייל ער טראכט אזוי? דאס איז די אויפגאבע פון מינאריטעטן צו אויפווייזן אז ער איז נישט אזוי.

ס'וועט מיר טאקע נישט שמעקן אז מ'טריעט מיך אנדערש אבער יענער האט נישט קיין רעכט צו נוצן די קאליר מיינע אדער מיין אויסקוק צו טראכטן אז די מענטש האט א גרעסער שאנס פאר א געוויסע סארט התנהגות? אפילו יעדער ווייסט עס און ס'איז א פאקט?

אז איך גיי אריין אין האומ-דיפאט אפאר טעג פאר סוכות און ער לאזט מיך נישט קויפן קיין היטער מיט די געווענליכע return policy ווייל...... דאמאלטס איז דאס ריין ראסיזם.

אויב אבער די מענעדעזער רופט מיך צו און ער זאגט מיר איך ווייס אס ס'איז א האלידעי ביי ענק, קום לאז מיך דיר ווייזן וואס קענסט קויפן פאר שפאט בילייג, וועסט דיך מחי' זיין? איז ער אויך א ראסיסט?

ער מעג וויסן און מיך טריעטן אנדערש ווי א צווייטן וועגן מיין אויסקוק אדער נישט?

די וועג וויאזוי ס'גייט איצט איז? מעגסט מיך נאר אנקוקן אנדערש אויב איך וויל און ווען איך וויל, אין אנדערע צייטן איז כאילו אונזער פארשידנארטיקייטן עקזיסטירן נישט.

אויפן פליגער מעג מען זאגן לעדיס ענד דזענטלמען, זיי קודם. אבער טאמער בעט איך וויל טוישן און זיצן נעבן א מאן ווייל מיין אידישקייט פארלאנגט דאס דעמאלטס דארף איך מיך פארענטעפרן 100 מאל? איז דא א חילוק צווישן אונז צוויי אדער נישט?

איצט ווען דו זאגסט אז שווארצע משורשה זענען נישט בארעכטיגט צו ABC, אדער אידן משורשם זענען אויסגעשטעלט צו ווייסעכוואס, האסטו חרוב געמאכט א מענטש אדער א גרפוע פון מענטשן צוליב זיי ראסע.

אבער טאמער האב איך דאטא צו פרעדיקטן א געוויסע התנהגות, ביך איך א ראסיסט?

אבער ווען איך שטעל אויס א מארקעטינג עד באזירט אויף די סארט קלייענעטעל וואס איך האב, מעג איך נישט נוצן ראסע? מין? יארגאנג? עטנישע אפשטאם? א.א.וו.?

ס'איז דאך נישט קיין מציאות.

און אין די זעלבע צייט אז איך האב א "פעטטערן אוו ביהעיווער" באזירט אויף ראסע? מין? יארגאנג? עטנישע אפשטאם? א.א.וו.? און איך ווייל נוצן די אינפארמאציע מיך צו באשיצן דארף איך דאס גענצליך איגנארירן? איך דארף זיין א פערד? פארוואס?

און אויב יא, דאן זאל דאס גיין ביידע וועגן.

איך באשיץ מיך נישט פון דיין ראסע אפילו ווען די דאטא און לאגיק זאגט אזוי און איך העלף דיר נישט צוליב דיין ראסע אפילו די דאטא און לאגיק זאגן אזוי.

סיי מענער און סיי פרויען האבן געשטימט פאר ה. קלינטאן מיט די האפענונג צו צוברעכן דעם גלאזענעם דאך, איך האב נישט געזעהן קיינעם דאס פארדאמען.

ביי אבאמא האט מען קלאר געזעהן די שווארצע ארויסגיין אין די מאסן ווייל.... ער איז שווארץ, איך האב נישט געזעהן קיינעם דאס פארדאמען.

איך פארשטיי באמת נישט וואס די מיניאריטעטן באדערט און וויאזוי זיי ווילן דאס פאררעכטן.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ווער זאגט אז די מינאריטעטן זענען די פאן טרעגער פון די טעאריע? זיי קען פשוט זיין סתם מויל מאכער וואס ווילן אז מען זאל זיי אנקוקן ווי כאילו זיי זענען דא צו העלפן די באקריוודעטע ראסעס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

פראקטיש האט געשריבן:אין אין אינטרעסאנטע טוויסט וואונדערט מיך אלץ פארוואס דאס ווארט "ראסיסט" נוצט מען ווען איינער איז קעגן א געוויסע ראסע.

אפצוטייטשן די ווארט.
ציוניסט גלייבט אין ציון, ענווייראמענטאליסט גלייבט אין ראטעווען די ענווייראמענט וכו' און א ראסיסט גלייבט אז עס איז דא חילוקים צווישן ראסעס.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

Mezofzef האט געשריבן:אפצוטייטשן די ווארט.

ציוניסט גלייבט אין ציון, ענווייראמענטאליסט גלייבט אין ראטעווען די ענווייראמענט וכו' און א ראסיסט גלייבט אז עס איז דא חילוקים צווישן ראסעס.

און א ליבעראליסט גלייבט אז עס איז נישט דא חילוקים צווישן ראסעס.

[ואגב ממש: עס איז פארהאן חילוקים צווישן ראסעס]
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

זייער פראקטיש גערעדט, די מציאות איז אז ריבוי הטענות היינט צוטאגס איבער ראסע איז נאר עמאציאנעל און נישט מיט שכל אשר על כן ווייס איך נישט וויפיעל די היזיגע שכלדיגע יונגעלייט וועלן דיר קענען ענטפערן.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

בבקשה האט געשריבן:איך וויל לייגן א ווארענונג אין די אשכול, כבר היה לעולמים אז א גוישע צייטונג האט נאכגעשריבן אייוועלט איבערגעזעצט אויף ענגליש, מיט א מקור. עכ ביטע טראכטן איידער איהר שרייבט טאמער עס קען חו גורם זיין א חילול השם

די מיינסט עס ערנסט? איז דאס טאקע אמת? מיר קוקט דאס אויס דמיונות..
אנטשולדיגט אויב קוקט אויס צו שארף.. איך פרעג אמת'דיג..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מצפצף, האסט א טעות: א ראסיסט גלייבט אז עס זענען בכלל דא צוויי ראסעס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פראקטיש האט געשריבן:

פוילישע למדנות.

ווען א מענטש שטעלט ארויס א באשולדיגונג קעגן עמיצן באזירט אויף זיין ראסע, איז ער א ראסיסט. פונקט ווי א קאמוניסט איז איינער וואס האלט זאכן באזירט אויף קאמוניזם, אזוי איז א ראסיסט איינער וואס האלט זאכן (באשולדיגונגען, פארשטייט זיך, לויט'ן קאנטעקסט) באזירט אויף ראסע.

ווען א ריכטער וועט נוטה זיין אז דער איד איז געווען דער שווינדלער באזירט אויף "אידן זענען שווינדלערס", איז ער א ראסיסט.
ווען א פאליציאנט וועט נוטה זיין אז דער אפריקאנער-אמעריקאנער איז דער רויבער באזירט אויף "שווארצע זענען רויבערס", איז ער א ראסיסט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

פעיק ניוז האט געשריבן:מצפצף, האסט א טעות: א ראסיסט גלייבט אז עס זענען בכלל דא צוויי ראסעס.

ס'טייטש, ס'זענען דא וואס גלייבן נישט? פארוואס האבן אלע ווערטערביכער דאס ווארט "ראסע"?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גרשון האט געשריבן:

;l;p-
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גרשון האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:מצפצף, האסט א טעות: א ראסיסט גלייבט אז עס זענען בכלל דא צוויי ראסעס.

ס'טייטש, ס'זענען דא וואס גלייבן נישט? פארוואס האבן אלע ווערטערביכער דאס ווארט "ראסע"?

גארנישט איך בין אין 'תתפתל' מאוד.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מומחה יוחס האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:איך וויל לייגן א ווארענונג אין די אשכול, כבר היה לעולמים אז א גוישע צייטונג האט נאכגעשריבן אייוועלט איבערגעזעצט אויף ענגליש, מיט א מקור. עכ ביטע טראכטן איידער איהר שרייבט טאמער עס קען חו גורם זיין א חילול השם

די מיינסט עס ערנסט? איז דאס טאקע אמת? מיר קוקט דאס אויס דמיונות..
אנטשולדיגט אויב קוקט אויס צו שארף.. איך פרעג אמת'דיג..

איך ווייס נישט אויב א פראמינענטע צייטונג וואלט דאס געטון, אבער אין סאציאלע מידיא, פארוואס דען נישט?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

גרשון האט געשריבן:ווען א מענטש שטעלט ארויס א באשולדיגונג קעגן עמיצן באזירט אויף זיין ראסע, איז ער א ראסיסט. פונקט ווי א קאמוניסט איז איינער וואס האלט זאכן באזירט אויף קאמוניזם, אזוי איז א ראסיסט איינער וואס האלט זאכן (באשולדיגונגען, פארשטייט זיך, לויט'ן קאנטעקסט) באזירט אויף ראסע.

ווען א ריכטער וועט נוטה זיין אז דער איד איז געווען דער שווינדלער באזירט אויף "אידן זענען שווינדלערס", איז ער א ראסיסט.

ווען א פאליציאנט וועט נוטה זיין אז דער אפריקאנער-אמעריקאנער איז דער רויבער באזירט אויף "שווארצע זענען רויבערס", איז ער א ראסיסט.

;l;p-
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

בעסער אזוי האט געשריבן:אבער ווען איך זע א שווארצער כוליגאן גיין אויפן גאס און אויף די אנדערע זייט גייט א ווייסער נארמאלער מענטש הייס איך נישט קיין ראסיסט אויב איך גיי אריבער די גאס, די ליבעראלן האלטן אז יא...

באזירט אויף עפעס, אדער פארוואס נישט?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

פעיק ניוז האט געשריבן:מצפצף, האסט א טעות: א ראסיסט גלייבט אז עס זענען בכלל דא צוויי ראסעס.

פארוואס פאר גרשון גיבסטו א טאמבס אפ און פון מיר מאכסטו חוזק, ווען אונז זאגן די זעלבע זאך?
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קריטיקעל ראסע טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

Mezofzef האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:מצפצף, האסט א טעות: א ראסיסט גלייבט אז עס זענען בכלל דא צוויי ראסעס.

פארוואס פאר גרשון גיבסטו א טאמבס אפ און פון מיר מאכסטו חוזק, ווען אונז זאגן די זעלבע זאך?

נאופ, עטס זאגטס צוויי זאכן לגמרי. דו זאגסט אז איינער וואס גלייבט אז עס זענען דא חילוקים צווישן ראסעס, איז א ראסיסט. און ער זאגט אז איינער וואס בא'עוול'ט איינעם באזירט אויף זיין ראסע, איז א ראסיסט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”