איז אזוי, סיי @ר' זעקל און סיי ר' @ פעיק ניוז זאגן גוט.
נאר ר' @פעיק רעדט פאליטיש גערעדט, און @ר' זעקל רעדט פערזענליך גערעדט. למעשה פארדינט טראמפ פערזענליך פון דעם אז ניוסאם איז אהינגעגאנגען, איך מיין אז דאס איז א זאך וואס ר' @פעיק וועט עגריען.
פארוואס טאקע גייט ער? איך קלער אז זיין ציל איז טראולן/איבערציען דעם שטריקל, ביז מען וועט אים, אדער יא ווארפן, וועט יעדער איינער זעהן אז טרוט איז נאך אזוי בייעסד ווי טוויטער, אדער נישט ווארפן, וועט ער למעשה טראולן גאנץ טרוט מיט לינקע טאקינג פוינטס, און האפט אז מזמן לזמן זאלן זיינע טרוטס מאכן פארשפרייטע העדליינס אויף טוויטער, אנדערע סאציאלע מידיע, און געהעריגע מידיע.
איך גלייך נישט זיין שריט, וואס העלפט גאנץ קלאר טראמפ'ס טאש פאר ניוסאם'ס מעגליכע פאליטישע בענעפיטן לויט זיינע חשבונות.
נישט פארגעסן אז צו זען וואס ער שרייבט אויף טרוט, מוז מען האבן אן אקאונט.
--------
עפעס אנדערש האט געשריבן:איך גלייב אז ניוסאם האט נישט געמאכט קיין שום חשבונות, אויסער איין חשבון: ער האט יעצט א פארמעסט צו געווינען. אויב וועט דאס קענען שיפטן אז די רעפאבליקאנער און אינדעפענדענטס זאלן וועלן פאר אים, איז עס א גוטע מאוו.
ער טראכט מעגליך אז עס איז דא געוויסע פון דיע וואס הערן נישט זיין מעסידזש, ווייל זיי זענען נישט אויף די לינקע נעצן, איז כדי צו האבן אויטריטש צו דיע, און מעגליך באקומען זייער שטיצע, איז עס אים ווערד.
און איינמאל ער געווינט, גייט ער עס צומאכן אדער לאזן לויפן.
ניוסאם איז ווירטועלי 100% גאראנטירט צו געווינען זיין פארמעסט, ער האט דאס איבערצייגט סיי ביים ריקאל און סיי מיטן באקומען קרוב צו 60% ער אליינס אין די דזשאנגל פריימערי, חוץ אויב ער אדער די וועלט דרייט זיך אינגאנצן איבער, און טרוט וואלט אים גאנץ ווייניג געהאלפן אין אזא פאל, זיין פארמעסט איז נישט קיין שום תירוץ דא.
זיינע שטיק זענען בפשטות מיט א דמיון אויף 2028/2024.