די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

א פיין שמועס
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 4:47 pm

די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיין שמועס »

ווען מאנכע האבן זיך דערווייגט צו זאגן אז די היינטיגע מערדעריי איז געווען א רעזולטאט פון לינקע ליבעראליזם האבן אנדערע געענטפערט "ביטע פארדריי נישט דעם שמועס" אנדערע האבן געזאגט "ביטע ברענג נישט אריין פאליטיק דא" וכו'

לאמיר אייך פרעגן טייערע אידן, ווען מענדל בייליס איז געווארן אנגעקלאגט אינעם בלוט בלבול איז אויך געווען א פראבלעם צו זאגן אז דאס איז א תולדה פון אנטיסעמעטיזם אדער מען האט נאר געמעגט רעדן וואס האט געשען מיט בייליס כאילו עס האט מיט אנטיסעמעטיזם גארנישט?

ווען היטלער האט געהארגעט אידן אין די מאסן האט מען געמעגט זאגן אז עס איז א תולדה פון נאציזם אדער מען האט נאר געמעגט רעדן פון די נפטרים ווי זיי זענען נעבעך מיסטיריעז געשטארבן אונטער אומנאטירליכע אומשטענדן כאילו עס האט מיט נאציזם גארנישט?

ווען הונדרעטע בתוכינו זענען געשטארבן פון קאוויד אין די לעצטע צוויי יאר האט מען געדארפט רעדן דערפון ווי למשל זיי זענען פונקט געשטארבן במיתת נשיקה כאילו עס האט מיט קאוויד גארנישט?

אידן וועטס ענק אויף. זייט נישט קיין בת היענה.

דאס וואס האט יעצט פאסירט אין ענגלאנד איז נישט קיין איינמאליגע געשעעניש, עס איז א ווייזערל אז מיר זענען אויפן דרך המלך צום שאול תחתית מיט די ליבעראלן וואס נעמען צוביסלעך איבער די וועלט.

די היינטיגע מערדעריי איז נישט א סייד עפעקט פון ליבעראלע פאליסיס, עס איז ליבעראליזם בתפארתו.

• די רעגירונג מאכט אפ אויב דו האסט די רעכט צו לעבן
• די רעגירונג איז מחליט וועלכע טריטמענטס דו באקומסט
• עלטערן האבן קיין ווארט אויף זייער קינדער
• דער וואס וויל ראטעווען אזא איינעם איז גאר די קרימינאל וואס מען ברויך איינזעצן
• אידישע ווירדן (ליין: מענטשליכע ווירדן) זענען נישט מחייב די אורטייל אויף א קינד ווייל די קינד איז נאכנישט גענוג גרויס צו אויסוועלן רעליגיע (בשעת ער איז גענוג גרויס אויסציוועלן אין זייערע תועבות)
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אוי די בעסטע זאך זאל שוין זיין...
- וכל הרשעה כולה כעשן תכלה כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ

ס'זאל זיין תתגדל ותתקדש בתוך ירושלים עירך לדור ודוד ולנצח נצחים ועינינו תראנה מלכותך כדבר האמור בשירי עזך על ידי דוד משיח צדקיך......
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

אין לשון קודש הייסט עס גלות.
א פיין שמועס
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיין שמועס »

דממה דקה האט געשריבן:אין לשון קודש הייסט עס גלות.

גערעכט.

ווען מען מיינט אז דער וואס שלאגט איז דער גואל גייט עס אריין אין גלות הדעת.
א פיין שמועס
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיין שמועס »

מומחה יוחס האט געשריבן:אוי די בעסטע זאך זאל שוין זיין...
- וכל הרשעה כולה כעשן תכלה כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ

ס'זאל זיין תתגדל ותתקדש בתוך ירושלים עירך לדור ודוד ולנצח נצחים ועינינו תראנה מלכותך כדבר האמור בשירי עזך על ידי דוד משיח צדקיך......

אמן ואמן.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

די אומות העולם, זייט זיי האבן אפגעזאגט מקבל צו זיין דעם 'לא תרצח' זענען זיי אלס און אייביג געווען צמאי דם
נאר אלעמאל אינטער אן אנדערן לבוש,
איינמאל איז עס געווען די רוימער, אינטערן פארטוך פון קייזערטום
שפעטער, אונטער מלבוש פון די 'דת פון ליבע' הנקרא 'קריסטנטוהם'....
און נאכהער, די מחמדאנער... וכו' וכו' וכו'
און אין א דור בעפאר אונז, 'די נאציסטישע ראסע', וועלכע האבן מער רחמנות געהאט אויף הינט, ווי אויף א אידישע מאמע מיט איר קינד... ימח שמם וזכרם...
און עס איז נמשך כהיום..... אינטערן מלבוש פון 'לינקע ליבעראליזם'..., וועלכער בעפארצוגט א פיר פיסיגן בעל חי, איבער דעם אדם המדבר...
הצד השוה שבכולם, דאס איז נאך די אלטע ירושה פונם פעטער עשיו, די תורה שלימה פון 'ועל חרבך תחיה'....
ויהי רצון שיקוים לעינינו במהרה, ורב יעבוד צעיר, וכשזה קם זה נופל, במהרה בימינו לעינינו
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

און דאס איז א תוצאה וואס מ'לעבט אויף די רעגירונגס מוציא'ס זיי צאלן דיין רענט (סעקשאן 8), זיי צאלן דיין גראסערי (פוד סטעמפס), זיי צאלן דיין העלט אינשורענס, זיי צאלן דיין שכר לימוד (וואטשערס) טא פילן זיי זיך אז זיי האבן נאך אזויפיל רעכטן דיר איינצוטיילן

וועיק אפ!!!!! צווחין הב הב און נאכדעם איז שוין צו שפעט זיך ארויסצודרייען פון זייערע לאפעס
טייערע ברודער: דאס איז ליבערליזים, עס קומט מיט פרייז טעג
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

א פיין שמועס האט געשריבן:ווען מאנכע האבן זיך דערווייגט צו זאגן אז די היינטיגע מערדעריי איז געווען א רעזולטאט פון לינקע ליבעראליזם האבן אנדערע געענטפערט "ביטע פארדריי נישט דעם שמועס" אנדערע האבן געזאגט "ביטע ברענג נישט אריין פאליטיק דא" וכו'

לאמיר אייך פרעגן טייערע אידן, ווען מענדל בייליס איז געווארן אנגעקלאגט אינעם בלוט בלבול איז אויך געווען א פראבלעם צו זאגן אז דאס איז א תולדה פון אנטיסעמעטיזם אדער מען האט נאר געמעגט רעדן וואס האט געשען מיט בייליס כאילו עס האט מיט אנטיסעמעטיזם גארנישט?

ווען היטלער האט געהארגעט אידן אין די מאסן האט מען געמעגט זאגן אז עס איז א תולדה פון נאציזם אדער מען האט נאר געמעגט רעדן פון די נפטרים ווי זיי זענען נעבעך מיסטיריעז געשטארבן אונטער אומנאטירליכע אומשטענדן כאילו עס האט מיט נאציזם גארנישט?

ווען הונדרעטע בתוכינו זענען געשטארבן פון קאוויד אין די לעצטע צוויי יאר האט מען געדארפט רעדן דערפון ווי למשל זיי זענען פונקט געשטארבן במיתת נשיקה כאילו עס האט מיט קאוויד גארנישט?

אידן וועטס ענק אויף. זייט נישט קיין בת היענה.

דאס וואס האט יעצט פאסירט אין ענגלאנד איז נישט קיין איינמאליגע געשעעניש, עס איז א ווייזערל אז מיר זענען אויפן דרך המלך צום שאול תחתית מיט די ליבעראלן וואס נעמען צוביסלעך איבער די וועלט.

די היינטיגע מערדעריי איז נישט א סייד עפעקט פון ליבעראלע פאליסיס, עס איז ליבעראליזם בתפארתו.

• די רעגירונג מאכט אפ אויב דו האסט די רעכט צו לעבן
• די רעגירונג איז מחליט וועלכע טריטמענטס דו באקומסט
• עלטערן האבן קיין ווארט אויף זייער קינדער
• דער וואס וויל ראטעווען אזא איינעם איז גאר די קרימינאל וואס מען ברויך איינזעצן
• אידישע ווירדן (ליין: מענטשליכע ווירדן) זענען נישט מחייב די אורטייל אויף א קינד ווייל די קינד איז נאכנישט גענוג גרויס צו אויסוועלן רעליגיע (בשעת ער איז גענוג גרויס אויסציוועלן אין זייערע תועבות)


מ'מעג זאגן און שרייבן אלעס ווילאנג ס'איז אויסגעהאלטן עפ"ת, ס'איז פשוט נישט שיין עס צו טוהן אין יענעם אשכול. דארט האט מען געשמועסט איבער די מעשה זעלבסט, ווען מ'גייט אריין אין די סיבות ארום און ארום ווערט דאס צעהיצט איבער זייטיגע פאליטישע טעמעס.

איך האב הנאה האסט געמאכט דערפון א באזונדערע שמועס. ווי אנדערע האבן שוין ערווענט איז דאס אין קורצן איין ווארט "גלות".

אידישע לעבנס זענען גארנישט מער פארזיכערט ווען פרא דת גוים פירן די ממשלה ווי אנטי דת.

קיינער וועט נישט מאכן באשלוסן איבער אונזער לעבן אדער ט**ט באזירט אויף א מיינונג פון סנהדרין.

ס'איז אייביג די שאלה וויאזוי אידן קענען זיך דא די בעסטע דורך שוויצן ביזן קרעטשמע, אבער אנעם גואל צדק אינעם הייליגן לאנד, וועסטו קיין מנוחה נישט האבן.

ותמהר ותחיש לגאלנו.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

צ"ק

ענדערש א רעזולט פון עקסטרעם שטאלצע נאציאנאליזם.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

כאפצעם האט געשריבן:צ"ק

ענדערש א רעזולט פון עקסטרעם שטאלצע נאציאנאליזם.

אפשר קומסטו מיט א הסבר אויף דיינע ווערטער
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

איך אליין בין נישט קלאר אין די גאנצע זאך

קען איינער ביטע אויסקלארן וויאזוי דאס ארבעט? די וואס שרייען ליבעראלן זאלן ביטע אוועקלייגן זייער העיט אין די זייט און אריינקומען מסביר זיין וואס זיי מיינען דערמיט. איך פארשטיי אויבנאויפיג, אבער איך קען באשטיין אויב איינער קען עס קלארער מסביר זיין

וויאזוי וואלט זיך אזא קעיס אויסגעלאזט מיט פליישיגע אויגן אין אזעלכע סטעיטס ווי פלארידע טעקסעס?

וויאזוי וואלט זיך עס אויסגעלאזט אין אזעלכע סטעיטס ווי ניו יארק און קאליפארניע?

איז בכלל דא אין די אמעריקאנע געזעץ ביכער אזא זאך אז די עלטערן האבן נישט קיין רעכט ארויסצונעמען א קינד פון שפיטאל צו א אנדערע לאנד אדער סטעיט?
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

אדרבה, ווי געשריבן פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס דא האט פאסירט, וועגן דעם האב איך געבעטן א הסבר אויף דיינע רייד
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2495
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

כאפצעם האט געשריבן:צ"ק

ענדערש א רעזולט פון עקסטרעם שטאלצע נאציאנאליזם.

טייערע כאפצעם, סאיז דא א ריזיגע ציבור וואס לעכסט נאך דיינע אנאליזן, ספעציעל יעצט וויל מען הערן דיין קלארע חוות דעת, אויב דו קענסט ביטע מרחיב זיין הדיבור (מוזט נישט)
#בשיטה נישט
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

כאפצעם האט געשריבן:צ"ק

ענדערש א רעזולט פון עקסטרעם שטאלצע נאציאנאליזם.


אדער שטאלצע ביוראקראטיזם...

אבער דאס איז נאר א הסבר פארוואס זיי האבן זיך נישט געבראכן צו די אינטערנאציאנאלע פרעשור, דער פראבלעם איז, פארוואס איז מען בכלל אנגעקומען צו א מצב אז מען האט געדארפט אינטערנאציאנאלע פרעשור.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

יואל שרייבער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:צ"ק

ענדערש א רעזולט פון עקסטרעם שטאלצע נאציאנאליזם.


אדער שטאלצע ביוראקראטיזם...

אבער דאס איז נאר א הסבר פארוואס זיי האבן זיך נישט געבראכן צו די אינטערנאציאנאלע פרעשור, דער פראבלעם איז, פארוואס איז מען בכלל אנגעקומען צו א מצב אז מען האט געדארפט אינטערנאציאנאלע פרעשור.

זייער סיסטעם באצאלט פאר מעדיקעל טריעטמענט, און אז זיי זעהן מער נישט קיין וועג פון היילן דעם פאציענט זאגן זיי מיר צאלן מער נישט, פלאג אויס דעם מאשין רח"ל.

יעצט, אין א נארמאלע לאנד ווי דער פאציענט זאגט לאמיר גיין אין א צווייט פלאץ זיך היילן זאגט מען אדרבה, גיי. דא קומט אבער אריין זייער נאציאנאלע ראדיקאליזעם, חלילה א צווייטער מדינה וועט צייגן בעסערע מעדיקעל קעפעבילעטיס, און דאס טאר מען נישט צולאזן!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שכל זאגט, אז ווי מער גריפ די רעגירונג האט אויף דיין העלט קעיר, אלץ מער וועט זי זוכן צו האבן א ווארט אין די החלטות וואס ווערן געמאכט אויף דיין חשבון.

די פראגרעסיווע קולטור איז, אז אן אינדיווידואלער מענטש, פארשטייט נישט און איז נישט בארעכטיגט צו מחליט זיין וואס איז גוט פאר אים און וואס נישט. די גאווערמענט האט א פליכט צו מאכן זיכער אז דאס לעבן פון דעם פובליק און פון דעם יחיד, איז 'פארזיכערט' און געשמאק.

ביי די לינקע איז זייער שטארק דא דער כופר'יש געשטימטער געדאנקן גאנג, אז א נברא האט נישט קיין תכלית נאך וואס ער גייט פון דער וועלט. אלזא א מענטש וואס אויף דער וועלט טוט ער גארנישט אויף, האט ער מער נישט וואס צו זוכן דא.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

אפאר יאר צוריק איז געווען אין טעקסאס א קעיס ווי די שפיטאל האט געוואלט אויסשאלטערען די מאשינען פאר א פאציענט ווייל ער איז געווען ברעין-דעד, די טאטע איז געקומען אין שפיטאל מיט א גאן און אנגעמאכט א כעאס, דער זוהן איז למעשה ארויס פון שפיטאל געזונט און שטארק.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

כאפצעם האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:צ"ק

ענדערש א רעזולט פון עקסטרעם שטאלצע נאציאנאליזם.


אדער שטאלצע ביוראקראטיזם...

אבער דאס איז נאר א הסבר פארוואס זיי האבן זיך נישט געבראכן צו די אינטערנאציאנאלע פרעשור, דער פראבלעם איז, פארוואס איז מען בכלל אנגעקומען צו א מצב אז מען האט געדארפט אינטערנאציאנאלע פרעשור.

זייער סיסטעם באצאלט פאר מעדיקעל טריעטמענט, און אז זיי זעהן מער נישט קיין וועג פון היילן דעם פאציענט זאגן זיי מיר צאלן מער נישט, פלאג אויס דעם מאשין רח"ל.

איז דאך דאס יא א תוצאה פון נאציאנאליזירן העלט קעיר. נישט אזוי?
יעצט, אין א נארמאלע לאנד ווי דער פאציענט זאגט לאמיר גיין אין א צווייט פלאץ זיך היילן זאגט מען אדרבה, גיי. דא קומט אבער אריין זייער נאציאנאלע ראדיקאליזעם, חלילה א צווייטער מדינה וועט צייגן בעסערע מעדיקעל קעפעבילעטיס, און דאס טאר מען נישט צולאזן!

האבן זיי געלאזט האלטן דאס קינד אינדערהיים אונטער גוטע קעיר?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דממה דקה האט געשריבן:אפאר יאר צוריק איז געווען אין טעקסאס א קעיס ווי די שפיטאל האט געוואלט אויסשאלטערען די מאשינען פאר א פאציענט ווייל ער איז געווען ברעין-דעד, די טאטע איז געקומען אין שפיטאל מיט א גאן און אנגעמאכט א כעאס, דער זוהן איז למעשה ארויס פון שפיטאל געזונט און שטארק.

האט מען געקענט טרענספערן דעם פאציענט צו א צווייטן שפיטאל?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

כאפצעם האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:צ"ק

ענדערש א רעזולט פון עקסטרעם שטאלצע נאציאנאליזם.


אדער שטאלצע ביוראקראטיזם...

אבער דאס איז נאר א הסבר פארוואס זיי האבן זיך נישט געבראכן צו די אינטערנאציאנאלע פרעשור, דער פראבלעם איז, פארוואס איז מען בכלל אנגעקומען צו א מצב אז מען האט געדארפט אינטערנאציאנאלע פרעשור.

זייער סיסטעם באצאלט פאר מעדיקעל טריעטמענט, און אז זיי זעהן מער נישט קיין וועג פון היילן דעם פאציענט זאגן זיי מיר צאלן מער נישט, פלאג אויס דעם מאשין רח"ל.

יעצט, אין א נארמאלע לאנד ווי דער פאציענט זאגט לאמיר גיין אין א צווייט פלאץ זיך היילן זאגט מען אדרבה, גיי. דא קומט אבער אריין זייער נאציאנאלע ראדיקאליזעם, חלילה א צווייטער מדינה וועט צייגן בעסערע מעדיקעל קעפעבילעטיס, און דאס טאר מען נישט צולאזן!

דאס איז די נקודה "זייער סיסטעם באצאלט פאר מעדיקעל טריעטמענט" אין עס איז נישטא קיין וועג פון אליין באצאלן, אוואדאי די וועג פון עס אינפארסירן קומט אריין נאציאנאליזם.
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

כאפצעם האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:צ"ק

ענדערש א רעזולט פון עקסטרעם שטאלצע נאציאנאליזם.


אדער שטאלצע ביוראקראטיזם...

אבער דאס איז נאר א הסבר פארוואס זיי האבן זיך נישט געבראכן צו די אינטערנאציאנאלע פרעשור, דער פראבלעם איז, פארוואס איז מען בכלל אנגעקומען צו א מצב אז מען האט געדארפט אינטערנאציאנאלע פרעשור.

זייער סיסטעם באצאלט פאר מעדיקעל טריעטמענט, און אז זיי זעהן מער נישט קיין וועג פון היילן דעם פאציענט זאגן זיי מיר צאלן מער נישט, פלאג אויס דעם מאשין רח"ל.

יעצט, אין א נארמאלע לאנד ווי דער פאציענט זאגט לאמיר גיין אין א צווייט פלאץ זיך היילן זאגט מען אדרבה, גיי. דא קומט אבער אריין זייער נאציאנאלע ראדיקאליזעם, חלילה א צווייטער מדינה וועט צייגן בעסערע מעדיקעל קעפעבילעטיס, און דאס טאר מען נישט צולאזן!

סאיז אויך דאס, אבער אויך די צודרייטע וועג פון רחמנות (מיט אזא רחמנות ווער דארף נאך רשעות!) האבן אויפן קינד מער ווי די עלטערן… שלעכטע צודרייטע משגעים
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

פעיק ניוז האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אפאר יאר צוריק איז געווען אין טעקסאס א קעיס ווי די שפיטאל האט געוואלט אויסשאלטערען די מאשינען פאר א פאציענט ווייל ער איז געווען ברעין-דעד, די טאטע איז געקומען אין שפיטאל מיט א גאן און אנגעמאכט א כעאס, דער זוהן איז למעשה ארויס פון שפיטאל געזונט און שטארק.

האט מען געקענט טרענספערן דעם פאציענט צו א צווייטן שפיטאל?

https://www.click2houston.com/news/2015 ... to-kprc-2/
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

פעיק ניוז האט געשריבן:שכל זאגט, אז ווי מער גריפ די רעגירונג האט אויף דיין העלט קעיר, אלץ מער וועט זי זוכן צו האבן א ווארט אין די החלטות וואס ווערן געמאכט אויף דיין חשבון.

די פראגרעסיווע קולטור איז, אז אן אינדיווידואלער מענטש, פארשטייט נישט און איז נישט בארעכטיגט צו מחליט זיין וואס איז גוט פאר אים און וואס נישט. די גאווערמענט האט א פליכט צו מאכן זיכער אז דאס לעבן פון דעם פובליק און פון דעם יחיד, איז 'פארזיכערט' און געשמאק.

ביי די לינקע איז זייער שטארק דא דער כופר'יש געשטימטער געדאנקן גאנג, אז א נברא האט נישט קיין תכלית נאך וואס ער גייט פון דער וועלט. אלזא א מענטש וואס אויף דער וועלט טוט ער גארנישט אויף, האט ער מער נישט וואס צו זוכן דא.

יאפ, @פעיק גיימיר מארגן זיך ארויסלאזן אין א מאסן שיסעריי אויף די אלע דזשאנקיס און היימלאזע וועלכע פולן אן ניו יארק סיטיס גאסן, מיר זענען רחמנים בני רחמנים, זיי האבן שוין נישט קיין תכלית אויף דער וועלט, זיי וועלן נאר ליידן...

קוקו צו וועלכע מסקנות גאווערנמענטס און אינסטיטושאנס קענען צוקומען!!

אלעס ווייל קאמאן סענס איז נאכנישט דאקומענטעט אין ערגעץ במילה איז עס נישט מאסגעבנד!!

מיין אישו איז נאר פארוואס די אינסטיטוציע קען באשליסן זאכן פאר מיר על אפי ועל חמתי

עניוועי, אונזער געפלאנטע שיסעריי איז אבוויעסלי נאר א ווערטל
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

כדי צו ליינען און פארשטיין אביסל וואס גייט פאר אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

Pushing Death
by Jonathan Rosenblum
Mishpacha Magazine
April 21, 2017

http://www.jewishmediaresources.com/1873/pushing-death



Pushing Death

Recently, I had a chance to spend a day with one of my closest friends from law school. Near the end of our time together, he shared the story of the passing of his mother whom I had the pleasure of meeting many decades ago.

Towards the end the end of her life, she was hospitalized with pneumonia. The doctor told her oldest son that she would not be able regain her strength unless a feeding tube was inserted. Her son decided against the feeding tube on the grounds that his mother had lived a full life – she was then 96 – and that the operation entailed certain risks and might be painful.

When my friend went to visit his mother in hospice, he was shocked to find that all her medications had been stopped as well. He asked his brother what was going on, and his brother told him that everything was being done to ensure the smoothest, most painless passage to the next world.

"But have you asked Mama what she wants?" my friend asked. The two brothers agreed that they would put the question their mother together. They sat in her room, one either side of her, each holding one of her hands, while the older son explained the choices that he had made. He concluded by asking his devoutly religious mother, whether she was prepared to meet her Maker.

"Well, son, I don't think I am – at least not quite yet," she replied. My friend related that at that moment he felt like jumping up and cheering. Over the next two months, his mother proceeded to eat herself out of hospice entirely.

Why was I so struck by this story? Because it provides a good example of how the societal emphasis on the quality of life has warped our thinking and perverted our most basic moral intuitions.

My friend's older brother loved his mother dearly. There can be no question of an ill motive in his decisions: Yet so sincerely did he believe that he was acting in his mother's best interests by helping her gently let go of life that he did not even bother to ask her what she wanted.

JUSTICE NEIL GORSUCH chronicles in his book The Future of Euthanasia and Assisted Suicide the slippery slope that inevitably follows when one departs from the traditional view of the sanctity of life.

Already 20 years ago, the Second and Ninth Circuits both endorsed a broad constitutional right to assisted suicide for competent, terminally ill persons. Though the Supreme Court narrowly overturned both decisions, a majority of the justices appeared prepared to recognize a right to assisted suicide in particular circumstances.

The Netherlands is the country with the longest experience with euthanasia and assisted suicide going back to a 1984 statute. The autonomy argument has now been extended in the Netherlands to non-terminally ill patients and to include forms of suffering that are not physical. In addition, it has been extended to children as young as twelve years old, as long that child possesses a reasonable understanding of his interests and obtains parental consent. By 16, parental consent is no longer required. According to a large survey of Dutch physicians, by 1990 there were already 8,750 deaths, or 7 percent of all deaths in the Netherlands, as a consequence of active intervention to shorten life or withdrawal of medical treatment for the same purpose, without the explicit consent of the victims.

And the basis for action, according to the Dutch Supreme Court, was physicians' "quality of life assessments" in the majority of cases. And those quality of life assessments were based on an ever-widening list of factors. Initially, about 50 percent involved assessments of the patient's acute pain and suffering. But more recently, pain is the principle factor in less than 20 percent of physicians assessments, surpassed by such factors as the lack of social interest in the "needless prolongation of life" (33 percent) or even the "inability to cope" of the patient's family.

In short order, a movement to permit euthanasia or physician-assisted suicide based on theories of personal autonomy evolved in the direction of the types of utilitarian arguments about which lives are worth societal investment and which ones are not that were popular among early euthanasia and eugenics enthusiasts in the United States – including Harvard professors, college presidents, and Supreme Court Justice Oliver Wendell Holmes ("three generations of idiots is enough") – until the Nazis, ym"sh, gave euthanasia a really bad name.

Another chilling discovery of the large survey of Dutch physicians is that only about half of the cases of euthanasia or physician-assisted suicide are reported at all. In the rest of the cases, the attending physician just lists the case as "death by natural causes." So there is no effective supervision or way for the government to know how many of those killed might be suffering from temporary or alleviable depression or the like.

Nor do the legally sanctioned killings always go smoothly. In about 16 per cent of the cases there were "problems with completion," i.e., the patient died neither as quickly nor as painlessly as predicted.

IN 2015, THE CANADIAN SUPREME COURT found a constitutional right to physician-assisted suicide and gave the Canadian parliament a year to draft an appropriate statute guaranteeing that "right." Though the statute recognized a physician's right not to assist in such a suicide for reasons of conscience, the provincial medical associations were delegated authority to draft regulations concerning the obligations of physicians under the statute.

The College of Physicians and Surgeons of Ontario issued regulations requiring physicians who refuse to assist in a suicide for reasons of religion or conscience to nevertheless refer the patient to another physician who is prepared to assist the suicide. (Ontario includes Toronto and is home to the largest number of Jewish physicians of any province in Canada.)

Failure to do so, according to the regulations, will be considered "abandonment" of the patient. The College of Physicians and Surgeons has the power to revoke the licenses of non-complying physicians. Providing "effective referral," according to the College, is not "assisting" in a suicide, and therefore cannot be said to violate the conscience of the referring physician

Unfortunately, the judgment about whether the referring physician is implicated in the subsequent killing of the patient is not one for the Ontario College of Physicians to make. It is an issue of halacha: Does such a referral violate the prohibition against being mesayeah l'davar aveirah. A number of Catholic doctors and professional organizations representing Christian doctors, Bnai Brith of Canada, and at least one Orthodox physician, Dr. Ellen Warner, a full professor of medicine at the University of Toronto and an oncologist, who deals with many end of life patients, have filed suit to prevent enforcement of the guidelines of the Ontario College of Physicians and Surgeons, on the grounds that they violate both their religious conscience and their conception of the proper task of a physician as one charged with preserving life. And efforts are underway in parliament to secure physicians an exemption from making referrals.

In late December, the Rabbinical Council of America published a resolution, passed at the initiative of Rabbis Chaim Strauchler and Daniel Korobkin, both of Toronto, condemning physician assisted death as forbidden by Jewish law, which views life as a gift of G-d that only He can take away.

The resolution points out that such statutes may make it impossible for believing Jews to enter the practice of medicine or to continue as physicians. It also notes, as does Judge Gorsuch, that the so-called "right to die" often transmogrifies into a "duty to die" for vulnerable patients who worry about being a burden, financial or otherwise, to their families. And it takes little imagination to see how health care providers, eager to avoid the high cost of late life care, will provide incentives to create something like a "duty to kill" for physicians who want to work for them.

THE LIFELINES STORY IN THE PESACH ISSUE, "Living with Dignity," illustrates graphically how physician assisted suicide statutes completely transform the mindset of health care providers. (The story was actually sent to me by the narrator/daughter of the patient in question, who heard I was researching the Canadian statute.)

Every single physician and nurse in the story, with the sole exception of the Orthodox "Dr. Sharon Finer," who insists that the mother's condition is "completely treatable," appears to view their duty with respect to a terminally ill patient as to expedite their departure from the world.

First, the doctors at the hospital in which the 84-year-old cancer patient is being treated tells her that her cancer has metastasized to her bones and stomach lining, and that she has only a day or two to live. She is sent home to die. By prematurely ending treatment, the hospital caused her needless pain by failing to detect calcium leaking from her bones into her blood.

After being admitted to a second hospital via the emergency room, that hospital too soon gives up on medical treatment, and keeps sending teams of palliative specialists to ask whether she would like increased doses of morphine, which can often trigger a fatal heart attack. Those same professionals next recommend cessation of hydration, which will lead inevitably to death.

Only after the elderly cancer patient realizes that death is not as imminent as she was told, does she insist on lowering her pain medication so she can resume normal activities. For her efforts, she is visited by a series of psychiatrists who try to convince her to die already. One asks her, "Do you have any meaning in life?" Even after being assured that she does, he tells her in his most soothing voice, "We are here to help you die, if that is your wish – and we truly believe it is."

Another young resident completely misreads a CT scan and tells her that the situation is hopeless. She then falsely writes on her chart that the patient expressed a desire to cease treatment.

Today, more than half a year after the first prediction of death within a day or two, the narrator's mother goes to the gym every day to work out on the elliptical machine and lift weights, reads prodigiously, and greets her children, grandchildren, and great-grandchildren with a smile.

Sometimes, even under medial regimes which appropriate to themselves the ability to assess the "quality of life," the merchants of death strike out.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: די "ענגלאנדישע מערדעריי" איז נישט אן איינמאליג פרשה, זיי נישט קיין בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

כאפצעם האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:צ"ק

ענדערש א רעזולט פון עקסטרעם שטאלצע נאציאנאליזם.


אדער שטאלצע ביוראקראטיזם...

אבער דאס איז נאר א הסבר פארוואס זיי האבן זיך נישט געבראכן צו די אינטערנאציאנאלע פרעשור, דער פראבלעם איז, פארוואס איז מען בכלל אנגעקומען צו א מצב אז מען האט געדארפט אינטערנאציאנאלע פרעשור.

זייער סיסטעם באצאלט פאר מעדיקעל טריעטמענט, און אז זיי זעהן מער נישט קיין וועג פון היילן דעם פאציענט זאגן זיי מיר צאלן מער נישט, פלאג אויס דעם מאשין רח"ל.

יעצט, אין א נארמאלע לאנד ווי דער פאציענט זאגט לאמיר גיין אין א צווייט פלאץ זיך היילן זאגט מען אדרבה, גיי. דא קומט אבער אריין זייער נאציאנאלע ראדיקאליזעם, חלילה א צווייטער מדינה וועט צייגן בעסערע מעדיקעל קעפעבילעטיס, און דאס טאר מען נישט צולאזן!

די אנגעבליכע סיבה פארוואס נישט צו לאזן א טרענספער איז באשטאנען פון 3 פונקטן. (לפי זכרוני בערך)

1) די טרענספער וועט איר גורם זיין זייער אסאך פעין. און לויט טייל דאקטורים א 20 פראצענט שאנס אז זי וועט דאס נישט מאכן בכלל.

2) די איזראעלישע דאקטורים זענען נישט געווען געהעריג גרייט צו קאמיוניקירן איבער וואס זייער טריטמענט פלאן איז.

3) די דארטיגע רולס זענען אנדערש. און עס קען זיין אז דארט וועט מען טוען אנדערש ווי גע'פסק'ט דא.

---

עס האט אויבנאויף גארנישט געהאט צוטוען מיט די געלט וואס עס האט געקאסט. אויב עפעס האט עס געהאט מיט די כלליות'דיגע גויאישע בליק. און מסתבר אז ליבעראליזם האט צוגעשפילט צו דעם.
לעצט פארראכטן דורך ממוצע אום דינסטאג אקטאבער 19, 2021 11:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”