פעיק ניוז האט געשריבן:ממוצע האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:דער מאראל פון נישט טארן צונעמען דאס לעבן פון א קינד.
וועלכע מאראל פארבאט צו אוועקנעמען די לייף סופארט פון א קינד וואס איז אינגאנצן נישט אווער צו זיין לעבן, און האט שרעקליכע יסורים אויף יעדע ריר, זיין גאנצע קערפער טרייסלט ווען מ'רירט אים אן. ער קען נישט הערן און נישט געהעריג זעהן. זיין מח פונקציאנירט נישט געהעריג, זיין לעבנס עקספעקטענסי איז מערסטנס נאך אפאר יאר. וואס עס איז ערווארטעט צו ערגער ווערן זיין צושטאנד. ער האט אינגאנצן נישט קיין הכרה. און ער וואלט נאטורליך נישט געלעבט, און מיט צווינגען אים צו לעבן און ליידן?
ווילסט וויסן וועלכע מאראל?! דער מאראל וואס שרייעט פונקט דאס פארקערטע פון דיין תגובה! צווינגען צו לעבן? געבן דעם פריוועלידזש צו לעבן.
מיינסט אז מאראלישע געזעצן איז געשריבן אין א ווערטערבוך. דאס זענען זאכן וואס יעדער נברא וואס האט שכל והרגש אנושי, האט. ווער עס האט עס נישט, פרעגט "וועלכע מאראל?"
און דאס זענען שוין די וואס פארשטייען טיפקייטן...
ווילסט דוקא איך זאל ענטפערן ספעסיפיק? וויאזוי ווייסטו אז דאס קינד ליידט? האסט דאך נארוואס געזאגט אז זי האט נישט קיין הכרה. וויאזוי ווייסטו אז זי וואלט נישט געלעבט? גענוג מאל האבן זיך מענטשן אויפגעוועקט פון אזעלכע מצבים.
בכל אופן, שפירסט אז אונזער טענה'ריי טראגט נאך ערגעץ? מיר לעבן אין צוויי פלאנעטן.
פעיק ניוז האט געשריבן:און דאס זענען שוין די וואס פארשטייען טיפקייטן
דו כאפסט אז דאס האט דייקא מיט אזוי גערופענע טיפקייט, ווען מיט סאו קאלד חכמה צונעמט און מען איז מבטל יעדעס ביסל נאטורליכע קאמאן סענץ און הרגשה וואס דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין א מענטש.