פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

סתם אונטערסאנט. טשיינע, רוסלאנד, צפון קארעא, און איראן, די אלע לענדער הערן נישט אויף צו אנטוויקלן מעכטיגע באמבעס און געווער, יעדן טאג ווערט מען געוואר פון א פרישע טעסט וואס זיי האבן געמאכט , און סאיז געווען סוקסעספול..... קיינמאל האבן זיי נישט קיין דורכפעלער, אויב אזוי שטעלט זיך די שווערע קשיא, אויב זענען זיי טאקע אזוי סאך מער פארגעשריטן ווי אמעריקע מיליטעריש, פארוואס הערן זיי נישט אויף צו גנבנען טעכנאלאגישע סודות פון אמעריקע?
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

געשריבען א לאנגס און עס איז געגאנגען א גאנג (אפשר האט עס די מיליטער דערווישט, ווער ווייסט?)

איך וואלט געזאגט אז לית מאן דפליג אז די מערסטע געווער און שטערקסטע געווער ליגט אין אמעריקעס מיליטערישע באזיס, ווי איך פארשטיי איז לית מאן דפליג, געטרעינטע מיליטער לייט זעהט אויס אמעריקע מער ווייניגער אייניג ווי אנדערע לענדער אבער די פלאץ ווי זיי זענען ביהיינד אנדערע לענדער איז אויף אינטעליזשענס.

אמעריקעס טעותים מיט אינטעליזשענס איז אזוי נאנט צו טופשות אז עט סאום פוינט ווערט עס שוין לאכעדיג, איך האלט אז די איראקע מלחמה, אפגאניסטאנע ארויסציה, ראושע ראושע ראושע איז א טייל פון די גאר טייערע זשאוק וואס הייסט אמעריקעס אינטעליזשענס, און ווי מער מען הערט דערפון זעהט זיך אויס אין די עכטע וועלט איז עס נאך סך ערגער ווייל וואס זיי קענען ווען באהאלטען וואלטען זיי.

און די לעצטע פונקט איז די ״וויל״ די אמעריקאנע באפעלקערונג איז מיד פון פייטען, ביז עני דירעקטע אטאקע אויף אמעריקע זעה איך נישט נאך א סיבה איז די מענטשען פון די לאנד זאל נאך וועלן גיין אין קריג אדער עס אנהאלטען מער ווי אפאר טאג ווארפען באמבעס אויף פיינטליכע טעריטאריע.

די ווילען איז נישט דא, ווען מען זעהט ווי אנדערע לענדער מאכען זאכען פאר האלב די פרייז און זענען גרייט צו באשיצען זייער לאנד מיט זייער לעבן איז אמעריקע א שפילצייג מיט איר שוואכע פאטריאטישע שטאלץ קעגן אנדערע - און עס מאכט גאר שטארק אויס אין קריג.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

פיזישע שטארקייט ווי קעריערס קען מען צייגן אבער טעכנעלאגיע האט אמעריקא אייביג געהאלטן פארהוילן, איך פארשטיי אז טשיינע און רוסלאנד ווילן צייגן זייער מעכטיגקייט ווייזן זיי ווי פארגעשריטן זיי זענען מיט סייבער אבער אמעריקא וועט קיינמאל נישט צייגן א צענטעל וואס זיי פארמאגן אין טערמינען פון טעקנאלעזשי און סייבער

אגב די אינטערנעט און איי. פי. אדרעעסעס האט אויך די אמעריקאנער מיליטער ערפינדן
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

אור מופלא האט געשריבן:כ'זעה אז קיינער מערקט נישט אהן דעם עיקר באווייז.
האוואנע סינדראום
אין עטליכע לענדער שוין, אבער אמעריקא האט נישט קיין אאהההההנונג וואס גייט פאר.

ווער זאגט זיי ווייסן נישט? דיר זאגט מען אזוי...
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

מטעמים האט געשריבן:און די לעצטע פונקט איז די ״וויל״ די אמעריקאנע באפעלקערונג איז מיד פון פייטען, ביז עני דירעקטע אטאקע אויף אמעריקע זעה איך נישט נאך א סיבה איז די מענטשען פון די לאנד זאל נאך וועלן גיין אין קריג אדער עס אנהאלטען מער ווי אפאר טאג ווארפען באמבעס אויף פיינטליכע טעריטאריע.

די ווילען איז נישט דא, ווען מען זעהט ווי אנדערע לענדער מאכען זאכען פאר האלב די פרייז און זענען גרייט צו באשיצען זייער לאנד מיט זייער לעבן איז אמעריקע א שפילצייג מיט איר שוואכע פאטריאטישע שטאלץ קעגן אנדערע - און עס מאכט גאר שטארק אויס אין קריג.

איך האלט נישט אז אמעריקאנער פאטריאטישקייט איז שוואכער ווי אנדערע לענדער, דער עולם האט פשוט געכאפט אז פייטן פאר אפגאניסטאן אדער איראק האט גארנישט מיט פאטריאטישקייט פאר אמעריקע, אזוי ווי דו זאגסט אליינס, עס איז נישט קיין ספק אז א דירעקטע אטאקע אויף אמעריקע וועט אויפוועקן די פאטריאטישקייט מיטן גאנצן קראפט.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך ווייס באמת נישט וואס באדערט געוויסע דא אז מען דעבאטירט דעם נושא. עס זענען דא באריכטן און אנאליזן, איבער דעם אז רוסלאנד צו טשיינע מארשירן פאראויס מיט זייערע מיליטערישע מעגליכקייטן. אלזא וועם באדערט אז מען דעבאטירט דאס?

נאר יעצט האט רוסלאנד דורכגעפירט א סוקסעספול הייפערסאניק מיסל טעסט ארויס פון א סובמארין, וועלכער פליט ניין מאל אזוי שנעל ווי די שנעלקייט פון א קול.

יעצט, מען קען אויסוועלן נישט צו גלייבן קיינע באריכטן, נישט צו גלייבן וואס געוועזענע מיליטערישע באאמטע זאגן, צו גלייבן אז דאס וואס מען זאגט אונז איז פונקט דאס פארקערטע פון דעם רעאליטעט. אדער קען מען אויסוועלן אנצוקוקן די מציאות וויאזוי עס איז, און מסכים זיין אז יא, כאטש וואס אמעריקע איז דערווייל די שטערקסטע לאנד, זענען פארט דא אנדערע סופער פאוערס וואס פרובירן צו פארלויפן דעם וועג פאר אמעריקע, און זיי שפרייזן פאראויס מיט גרויסע טריט.

יעצט וואס דער אמת איז, ווייס איך נישט. מען קען נאר קוקן אויף די אינפאמאציע עוועילעבל. פארוואס זאל איך נישט גלייבן דעם באאמטער וואס זאגט אז אמעריקע איז הינטערשטעליג אין סייבער מעגליכקייטן? איז דא איינער וואס ווארפט אפ זיינע ווערטער? איך האב נאכנישט געהערט.

וואס איז דער ראי' פון אפגאניסטאן אדער הרג'ענען סולימאני? איינער דינגט זיך דען אז אמעריקע איז שטערקער פון די טאליבאן אדער פון איראן? מען רעדט דא פון רוסלאנד און טשיינע. אפילו לגבי אפגאניסטאן זענען די שפיאנזש אגענטורן דורכגעפאלן אין גרויסן, פארזעענדיג גאנץ אפענע זאכן, בנוגע די מעגליכקייטן פון די טאליבאן און די שוואכקייט פון די אפגאנער מיליטער.

צו קעפל: איך ווייס נישט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע: גלילות

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

ערשטנס א לייק פארן פותח האשכול פארן שטיין על המושמר אז די קאך לעפל בלייבט טאקע קאכעדיג
--
צ/ק די הייפארסאניק מיסילס איז א זאך וואס מאיז לעצטענס ביזי איז עס נישט עפעס א שרעקעדיגע וואפן? און ווי האלט אמעריקע מיט דעם

נאכער דעי אלע סייבער אטאקעס און העקערייען וואס קומען פון רוסלאנד כינע וואס אמעריקע טוט גארנישט צוריק פאר דעם צייגט עס נישט אויף שוואכקייט?

און די נקודה וואס מטעמים האט אנגעכאפט וועגן פאטריאטישקייט איך קוק עס אן ווי די גאנצע זאך פון נישט ארויסווייזן די ריכטיגע שטארקייט וואס מען האט און האלטן אללעס בסוד דעס ברענגט אריין אביסל יאוש אין די בירגער ווען מווייזט אביסל וואס מהאט וואלט מען געהאט א בעסערען בליק אויפן מיליטער דאס ברענגט אויטעמאטיש מער פאטריאזם און אויפגעהייטערטקייט
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי. קרעדיט יאנאש
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

מטעמים האט געשריבן:געשריבען א לאנגס און עס איז געגאנגען א גאנג (אפשר האט עס די מיליטער דערווישט, ווער ווייסט?)

איך וואלט געזאגט אז לית מאן דפליג אז די מערסטע געווער און שטערקסטע געווער ליגט אין אמעריקעס מיליטערישע באזיס, ווי איך פארשטיי איז לית מאן דפליג, געטרעינטע מיליטער לייט זעהט אויס אמעריקע מער ווייניגער אייניג ווי אנדערע לענדער אבער די פלאץ ווי זיי זענען ביהיינד אנדערע לענדער איז אויף אינטעליזשענס.

אמעריקעס טעותים מיט אינטעליזשענס איז אזוי נאנט צו טופשות אז עט סאום פוינט ווערט עס שוין לאכעדיג, איך האלט אז די איראקע מלחמה, אפגאניסטאנע ארויסציה, ראושע ראושע ראושע איז א טייל פון די גאר טייערע זשאוק וואס הייסט אמעריקעס אינטעליזשענס, און ווי מער מען הערט דערפון זעהט זיך אויס אין די עכטע וועלט איז עס נאך סך ערגער ווייל וואס זיי קענען ווען באהאלטען וואלטען זיי.

און די לעצטע פונקט איז די ״וויל״ די אמעריקאנע באפעלקערונג איז מיד פון פייטען, ביז עני דירעקטע אטאקע אויף אמעריקע זעה איך נישט נאך א סיבה איז די מענטשען פון די לאנד זאל נאך וועלן גיין אין קריג אדער עס אנהאלטען מער ווי אפאר טאג ווארפען באמבעס אויף פיינטליכע טעריטאריע.

די ווילען איז נישט דא, ווען מען זעהט ווי אנדערע לענדער מאכען זאכען פאר האלב די פרייז און זענען גרייט צו באשיצען זייער לאנד מיט זייער לעבן איז אמעריקע א שפילצייג מיט איר שוואכע פאטריאטישע שטאלץ קעגן אנדערע - און עס מאכט גאר שטארק אויס אין קריג.

;l;p-
אוועטאר
שבח ארואל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 26, 2021 12:06 pm

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבח ארואל »

יש לו מנה האט געשריבן:כ'וועל פרובירן צו ענטפערן קורץ אויף פארשידענע פראגעס וואס דו פרעגסט.

בנוגע די בודזשעט ברויכסטו נעמען אין באטראכט די פילע באזעס וואס אמעריקא האט ארום די וועלט וואס קאסט א געוואלד אויפצוהאלטן, די זעלבע מיט די עירקרעפט קעריערס וואס אמעריקא האט דערפון פינעף מאל אזוי סאך ווי עני אנדערע לאנד.

קיין איין לאנד האט נאכנישט אנטוויקלט א פליגער ווי די עף 35 אדער עף 22, נעם א בי 2 באמבארדירער א פליגער וואס האט נישט אירס גלייכן, די צודרייטע טעכנאלאגיע וואס אמעריקא'ס נייע קריגס שיפן האבן זייענדיג אינגאנצן סטעלט.

כהנה וכהנה האט אמעריקא וואפן, טעכנאלאגיע און מעגליכקייטן ווייט פאראויס פון עני אנדערע לאנד.

בנוגע סייבער איז וואס איך קלער איז אזוי, אמעריקע קען נישט אפעציעל מודה זיין איר שטארקייט און מעכטיגקייט אין סייבער, ווייל ס'וועט אייביג זיין דעי בהמות וואס וועלן פארפירן דערויף, צו זאל עס זיין בדמות פרעסע אדער קאנגרעס אבער דעי פערדן מיט זייערע מענטשן רעכט וכו' וכו' וועלן אייביג טרעפן אויף וואס מוחה צו זיין, במילא מוז אלעס זיין שטיל.

לדוגמה, האט איינער געוואוסט אז אמעריקע קען און שפיאנירט אויף יעדע איינציגסטע מענטש אין דער וועלט? ניין איז געקומען א עדווארד סנאודן און דערציילט וואס עס גייט פאר, האצעך אנגעהויבן א רודעריי און א געטועכץ און אפעציעל האצעך עס געענדיגט, אבער ס'איז דא טעכנאלאגישע מעגליכקייטן וואס אמעריקא האט און נאובאדי ווייסט דערפון, א שטייגער ווי די דזשי פי עס א גאונישע און געניאלע אויסטרעף וואס די וועלט האט נישט געהאט קיין אנונג דערפון, אזוי איז דא נאך און נאך.

ובזה יצאתי ידי חובתי(?)

א גוטע וואך.

;l;p- ;l;p- ;l;p- @יש, יו אר יודשז!!
קען זיין עס קומט א פיינע אדר אוועטאר, סטעי טונד...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

לקדש שם שמים האט געשריבן:ערשטנס א לייק פארן פותח האשכול פארן שטיין על המושמר אז די קאך לעפל בלייבט טאקע קאכעדיג
--
צ/ק די הייפארסאניק מיסילס איז א זאך וואס מאיז לעצטענס ביזי איז עס נישט עפעס א שרעקעדיגע וואפן? און ווי האלט אמעריקע מיט דעם

אין 'ספיד' זענען זיי לכאורה הינטערשטעליג. אין 'רעינדזש' דארף מען נארמי זאל אויסקלארן. איך ווייס נישט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

תגובה דורך מסתמא »

פעיק ניוז האט געשריבן:

פלאטשיג גערעדט, סלאזט זיך זאגן אז אמעריקע האט נישט קיין שום דעפענס מעכאניזם פאר די ספיד וואפנס

יעצט ווען סקומט צופליען א גאנצע פלאטע פון הייפערסאניק מיסילס אויף אמעריקעס עירקרעפט קעריערס? סאיז דא א דעפענס מעכאניזם קעגן דעם? שטארק מעגליך אז נישט (די מעגליכקייט אז יא ווייסן מיר אלע, דאס איז דער צווייטע צד)
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

בנוגע הייפערסאניק מיסעלס שטייט אמעריקא פאראויס אין אפאר פלעצער
איינס סאיז סטעלט מיסעלס
צוויי סאיז גאר פונקטלעך
דריי ספליט אויף מאק פינף (און ארבעטן יעצט אויף א מיסיעל וואס קען פליען אויף מאק 20 וואס קיין איין לאנד האט נישט)
פיר זייערע הייפערסאניק מיסעלס ארויס פליען פון א בי 52 פליגער וואס קיין איין לאנד האט נאכנישט

כמיין מדארף אנהייבן צו באריכטן טעגליך די נייעס פונעם אמעריקאנעם מיליטער
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

נארמאליזעם האט געשריבן:בנוגע הייפערסאניק מיסעלס שטייט אמעריקא פאראויס אין אפאר פלעצער
איינס סאיז סטעלט מיסעלס
צוויי סאיז גאר פונקטלעך
דריי ספליט אויף מאק פינף (און ארבעטן יעצט אויף א מיסיעל וואס קען פליען אויף מאק 20 וואס קיין איין לאנד האט נישט)
פיר זייערע הייפערסאניק מיסעלס ארויס פליען פון א בי 52 פליגער וואס קיין איין לאנד האט נאכנישט

כמיין מדארף אנהייבן צו באריכטן טעגליך די נייעס פונעם אמעריקאנעם מיליטער

די ספיד פון די רוסישע הייפערסאניק, מאכט עס גאר שווער פאר אמעריקאנער ראדארן אויפצוכאפן אין צייט, אז מען זאל קענען אקטיוויזירן די אינטערסעפטאר מיסילס, און אפילו ווען יא, פליט עס אויך נישט גענוג שנעל פאר דער הייפערסאניק מיסלס.

די פונקטליכקייט פון די רוסישע מיסל ווייס איך נישט.

וואס איז מאק?

בקיצור, יעדער האט זיך זיינע שטארקייטן און שוואכקייט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

נארמאליזעם האט געשריבן:כמיין מדארף אנהייבן צו באריכטן טעגליך די נייעס פונעם אמעריקאנעם מיליטער

אדרבה, סוואלט געווען זייער אינטערעסאנט,
און עקסטער די כינעזער מיליטער, פאר די כינעזע פענס
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

מים חיים האט געשריבן:אדרבה, סוואלט געווען זייער אינטערעסאנט,

די טשייניזע פענס זענען דא :grin:
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

נארמאליזעם האט געשריבן:

:lol: :lol: :lol:
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פונקט פארקערט. איך בין אן אמעריקאנער פען. צוליב דעם וויל איך טאקע זען טשיינע אראפ, נישט ארויף.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איך פארשטיי נישט, אז אמעריקע האט יו-עף-אוס, זענען זיי נישט די שטערקסטע מיליטער?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

פעיק ניוז האט געשריבן:פונקט פארקערט. איך בין אן אמעריקאנער פען. צוליב דעם וויל איך טאקע זען טשיינע אראפ, נישט ארויף.

גרשון האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, אז אמעריקע האט יו-עף-אוס, זענען זיי נישט די שטערקסטע מיליטער?

:lol: :lol: :lol:
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום זונטאג אקטאבער 17, 2021 2:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אפשר איז טאקע אן איידיע צו גרינדן דריי אשכולות, פאר אמעריקע, כינע און רוסלאנד, און כסדר באריכטן דארט די מיליטער, סייבער און שפיאנאזש פארשריט פון די דריי לענדער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גרשון האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, אז אמעריקע האט יו-עף-אוס, זענען זיי נישט די שטערקסטע מיליטער?

:grin:
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פעיק ניוז האט געשריבן:די ספיד פון די רוסישע הייפערסאניק, מאכט עס גאר שווער פאר אמעריקאנער ראדארן אויפצוכאפן אין צייט, אז מען זאל קענען אקטיוויזירן די אינטערסעפטאר מיסילס, און אפילו ווען יא, פליט עס אויך נישט גענוג שנעל פאר דער הייפערסאניק מיסלס.

די פונקטליכקייט פון די רוסישע מיסל ווייס איך נישט.

וואס איז מאק?

בקיצור, יעדער האט זיך זיינע שטארקייטן און שוואכקייט.

יא וועגן דעם ארבעט אמעריקא אויף אן אנטי הייפערסאניק דעפענס סיסטעם און שטייען שוין גאר ווייט אין דעם, א זאך וואס קיין איין לאנד האט נישט ביזדערוויל
מהאלט עס שוין אינמיטן אויסלייגן אויף עיר קעריער שיפן און צוגאב צו סיסטעמס וואס מניצט שוין זייט 2019
מאק איז די ספיד פונעם קול אין די לופט
מאק 1 איז בערך 767 מייל פער שעה
מאק 2 איז 1534 און אזוי ווייטער
מאק 20 איז 15345
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

גרשון האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, אז אמעריקע האט יו-עף-אוס, זענען זיי נישט די שטערקסטע מיליטער?

יא עף אויס זענען מיליטערישע מיסעלס און פליגערס וואס מען טעסט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

נארמאליזעם האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:די ספיד פון די רוסישע הייפערסאניק, מאכט עס גאר שווער פאר אמעריקאנער ראדארן אויפצוכאפן אין צייט, אז מען זאל קענען אקטיוויזירן די אינטערסעפטאר מיסילס, און אפילו ווען יא, פליט עס אויך נישט גענוג שנעל פאר דער הייפערסאניק מיסלס.

די פונקטליכקייט פון די רוסישע מיסל ווייס איך נישט.

וואס איז מאק?

בקיצור, יעדער האט זיך זיינע שטארקייטן און שוואכקייט.

יא וועגן דעם ארבעט אמעריקא אויף אן אנטי הייפערסאניק דעפענס סיסטעם און שטייען שוין גאר ווייט אין דעם, א זאך וואס קיין איין לאנד האט נישט ביזדערוויל
מהאלט עס שוין אינמיטן אויסלייגן אויף עיר קעריער שיפן און צוגאב צו סיסטעמס וואס מניצט שוין זייט 2019
מאק איז די ספיד פונעם קול אין די לופט
מאק 1 איז בערך 767 מייל פער שעה
מאק 2 איז 1534 און אזוי ווייטער
מאק 20 איז 15345

נו איז דאך די רוסישע פאראויס אין דעם.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: פאלט אמעריקע ארינטער פון די מיליטערישע איטערנאציאנאלע ארענע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פעיק ניוז האט געשריבן:נו איז דאך די רוסישע פאראויס אין דעם.

זיי האבן מאק 6 אבער מען ווייסט נישט צו סאיז געווען אמת
אמעריקא גייט שוין אריינלייגן אין זייער ארסענעל הייפערסאניק מיסעלס וואס פליען אויף מאק 20
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”