אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

נפתלי בנט איז ווארשיינליך דער גרעסטער דורכפאל אין מדינת ישראל'ס פאליטישע היסטאריע.

ער איז שטענדיג בארימט געווען מיט זיין צרות עין אויף בנימין נתניהו וואס האט אים פארשטעלט דעם וועג צום בענקל. ער האלט פון זיך גאר שטארק, אפילו מער פון וויפיל ער דערציילט, און ער דערציילט נישט ווינציג... אבער אין דעם צעווילדעוועטן תשפ"א יאר, האט ער אויך באוויזן דאס אוממעגליכע, און ער זיצט יעצט אויפן בענקל וואס האט נישט געקענט אפילו אפגעשטויבט ווערן פון נתניהו'ס זיץ פלייש.

ער האט נישט באוויזן קיין וואונדער דורכן צוזאמשטעלן א קאליציע וואס זאל אומווארפן ביבי נתניהו מיטן ליכוד, נאר ער האט פשוט אויסגעפאפט זיינע מענטשן. ער האט געשוואוירן און אונטערגעשריבן לעיני כל זאכן וואס ער האט אפיציעל געהאלטן ביים אויספירן, און מיט דעם אלעם האט ער דאס פשוט און גראד איגנארירט און געטאן פונקט דאס פארקערטע איינמאל ער איז ארויף אויפן בענקל. נישט נאר דאס, נאר עס ווערט אצינד אנטפלעקט אז ער איז א גאר איינגערעדטער מגלומן וואס האלט זיך פאר די נשמה פון דוד המלך, און ער שפארט טאקע נישט קיין געלעגנהייטן צו ארויסווייזן זיינע ענליכקייטן צום קעניג דוד. ער איז שטענדיג געווען א רעדעוודיגער, און ער האט נישט געשפארט קיין קריטיק ווען ער האט געוואלט עמיצן אריינפליקן. ספעציעל האט זיך דאס ארויסגעוויזן ווען עס איז געקומען צו די געשפרעכן איבער וויאזוי דער געוועזענער פרעמיער ביבי נתניהו האט געהאנדלט מיטן קאראנע וויירוס, וואס דאמאלטס האט נפתלי בנט נישט אויפגעהערט אונטערצושטעלן פיסלעך און אראפרייסן ביבי'ן אויף טריט און שריט, היינט אבער ווען ער זעט אז ער קען זיך נישט פירן אנדערש, באגנוגט ער זיך נאר מיטן אויסמעקן די טוויט'ס פון זיין פלאטפארמע.

זיין פארטיי 'ימינה' איז שוין פארמעקט, און ער פארמאגט נישט קיין שום שטיצע פון קיינעם וואס האט געשטימט פאר אים. די איינציגסטע וואס האלטן נאך פון אים זענען די וואס האבן געשטימט פאר די לינקע 'יש עתיד' פארטיי, און די סיבה דערצו איז נישט ווייל זיי גלייכן דעם מאדערנעם דתי, נאר ווייל זיי פרייען זיך אז לפיד וועט אים איבערנעמען דורך די ראטאציע פלאן אין א יאר און א האלב ארום. ער איז אלס געווען א קירח אויפן קאפ (וואס די מיסטעריע איבער זיין קליינעם ביר דעקל קאפל איז געשליכטעט געווארן נאכדעם וואס ער האט געצייגט אין אן אינטערוויו אז ער קלעבט עס ארויף אויף זיין קאפ מיט געקייטע גאם), אבער אצינד איז ער קרח מכאן וקרח מכאן. ער איז אפיציעל א גלויביגער איד וואס איז אפילו פרומער ווי די חרד"לים, אבער עס איז שוין עטליכע מאל באריכטעט געווארן אז מען האט אים געטראפן אנליין שבת אויף וואטסעפפ און פעיסבוק, און אזוי אויך זעט מען אז ער איז גאר ווייט פון דעם ווארטס מענטש וואס ער האט זיך אהערגעשטעלט צו זיין.

בנט האט נישט שווער געארבעט צו אהערשטעלן זיין רעגירונג, ער האט פשוט זיך ארומגעדרייט און אויפגעהויבן פון דער ערד אלע קליינע פארטייען וואס האבן זיך געשיצט אונטערן שירעם פון 'רק לא ביבי' און מיט זיי איז ער געגאנגען צום טיש. די צד השוה פון רוב פון די פארטייען איז, אז קיינער פון זיי פארמאגט נישט קיין ווירדן, און זיי זענען בכלל נישט אינטערסירט אין בעסערן דאס לאנד. נאר איין פארטיי איז אינטערסירט אין זאכן, און זיי זענען טאקע די וועלכע געניסן די מערסטע פון די איצטיגע קאליציע. דאס איז מנסור אבאס פון די אראבישע רע"ם פארטיי. אויפן זעלבן שטייגער ווי ש"ס און יהדות התורה, וועלכע האבן געטרעטן אויף ביבי'ן און געסטראשעט מיט אלע סארטן מאניפולאציעס כדי צו קריגן זייער באגערטע פון די רעגירונג, אזוי טוט מנסור אבאס מיט בנט און מיט די נייע רעגירונג. אבער אויף פיל מער א גראבע שטייגער. ער האט ארויסבאקומען א צוזאג אויף פופציג ביליאן שקלים וואס וועט גיין צו די אראבער, און אזוי אויך האט ער ערלעדיגט אז בנט זאל נישט קענען טון גארנישט מיט עזה, גארנישט איבערן הר הבית, גארנישט איבער קיין שום זאך וואס איז פארמישט מיטן אראבישן און ישראל'ישער קאנפליקט. אויב וועט בנט רעאגירן אנדערש ווי עס שמעקט אים, וועט מנסור אים שיקן גריסן און לויפן פון די קאליציע, וואס דאס וועט פאראורזאכן נייע בחירות אין וועלכן די ליכוד וועט זיכער געוואונען.

נאך א זאך וואס צייגט איבער בנט'ס שוואכע פערזענליכקייט איז דאס אז ער רוקט זיך נישט אן זיין פי. אר. מענטש משה קלוגהויפט, וואס ער פירט דעם עסק ביי די נאז, און נאר א דאנק אים קען נאך בנט צייגן זיין געזיכט ברבים. צו זאל דאס זיין מיטן אראנזשירן א אומוויכטיגע רייזע צום ווייסן הויז מיט דזשאו ביידען, וועלכער האט איינגעדרימלט אין געזיכט פון בנט ביים 'היסטארישן' און 'וויכטיגן' שמועס, אדער דורכן שטופן וואקסינען אויף א צודרייטער שטייגער, און פארדרייען א קאפ ווי כאילו די נישט וואקסינירטע זענען שולדיג אינעם אויפשטייג אין קעיסעס, אזוי אויך האט ער עלימינירט דאס ווארט קאראנע און פלאצירט די ווארט דעלטא אויף דעם ארט, און אזוי אויך דאס באשולדיגן די חרדים פון אומאן אין די קאראנע אויסברוך, כאטש וואס טויזענטער אראבער זענען געפלויגן פון און צו טערקיי וועלכער איז באצייכנט אלס א הויכער אלערט מדינה, און דער אראבישער חבר הכנסת עיסאווי פריגדזש האט איבער זיי געליארעמט אין כנסת אז זיי פעלשעווען די קאוויד טעסטס, דאך אבער האט זיך אונזער דוד הלמך נישט געקימערט דערמיט, ווייל אויב זאגט ער א ווארט אויף די אראבער וועט ער נידערן פון דעם בית הכסא של ראש הממשלה מיט א שנעלקייט ווי א פייל פון בויגן. די אלע זאכן זענען מעשי יוצר פון א געלונגענער קאמפיין פירער וואס איז א יודע נפש בהמתו, און ער איז מקבל שכר ככולם אז ער זאל אויפהאלטן די צעיושעטע רעגירונג.

איינער פון די הויפט אויפטוהונגען זינט ער איז געווארן ראש הממשלה איז געווען, אז ער איז איבערנאכט געשטיגן מיט הונדערט טויזענט נאכפאלגער אויף טוויטער... דער נייער פרעמיער וועלכער האט געקריגן א לאנד וואס איז שוין אזוי אויך געשטאנען אויף אייער שאלעכץ, האט נישט בעסער וואס צו טון, ווי קויפן פאלאווערס אויף טוויטער.

זיין נפשיות'דיגער צושטאנד איז אויך היבש געפאלן זינט ער האט געקריגן זיין לאנג געגלוסטעטער טיטל. לויט מייסטנס קערפער באוועגונג מבינים טוט ער זיך שאקלען מיט א געפערליכע אומזיכערקייט און ער קען שוין נישט ווארטן אפצודינען די צוויי שרעקעדיגע יאר, ער איז היבש גראב געווארן זינט ער איז 'ערוועלט' געווארן אלס פרעמיער פון ארץ ישראל. ער איז ווארשיינליך דער ערגסטער פרעמיער וואס מדינת ישראל האט אמאל פארמאגט, ער ווערט אפיציעל אנגערופן 'דער שווינדלער פון רעננה' דורך מיליאנען אין לאנד, און נאר א נס וועט אים ראטעווען פון אנטרינען ווערן איינמאל ער פערטיגט מיט זיין פאזיציע.

נפתלי בנט דערשטיקט זיך מיט ביבי'ס שיך בענדלעך...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

לויט ווי וויכטיג ס'איז צו שרייבן לאנגע אנאליזירונגען באגלייט מיט האלבע און גאנצע שקרים (עיי' ביידענס דרימל) הייב איך אן טראכטן אז מ'כאפט נישט סתם אזוי אז ער איז ממש אזא דורכפאל, ס'מער מענטשן ווילן ער זאל זיין א דורכפאל. ודו"ק.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:לויט ווי וויכטיג ס'איז צו שרייבן לאנגע אנאליזירונגען באגלייט מיט האלבע און גאנצע שקרים (עיי' ביידענס דרימל) הייב איך אן טראכטן אז מ'כאפט נישט סתם אזוי אז ער איז ממש אזא דורכפאל, ס'מער מענטשן ווילן ער זאל זיין א דורכפאל. ודו"ק.

איך האב אויך אזוי געמיינט אין אנהויב (איך בין נישט פארליבט אין נתניהו'ן בכלל) אבער ווי נישט ווי קומט עס שטענדיג צום אויבערפלאך. דער מאן איז נישט באשאנקען געווארן מיט חן מן השמים, און קיין שכל האט ער ליידער נישט גענומען ווען עס איז פארגעקומען די חלוקה.

לאמיר נישט פארגעסן בנט'ס איינשווערונגס דרשה (וואס איז געווארן א פראטעסט אין ענדע) וואו ער האט דארטן נאכגעזאגט דעם תפילה פון רבי אלימעלעך מעלידזשאנעק. אדרבה תן בליבנו...
לעצט פארראכטן דורך טישטוך אום מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

פיינע אנאליז דאס

אפילו די לינקע זענען ברוגז אז דו האסט פארשעמט זייער באליבטע ביידן
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

כ'האב נישט געליינט דעם לאנגן אנאליז, ס'דערקענט זיך פון אינדרויסן אז ס'איז אסאך קאפ און מח אריין אין דעם, פשוט ווייל לדעתי איז יעדע איינציגע טאג וואס בנט איז ראש ממשלה א פרישע אנבעליוועבעל מיילשטיין פאר איהם, די ריזיגע עקספערטן האבן שוין 10 מאל געזאגט קדיש אויף איהם און איהם אויסגעשלאסן פון די פאליטישע ארענע מערערע מאל, אלע זיינע פאקטישע חסרונות פון "אומ'חן" "קינדיש" "שלעכט" "נאריש" וכו' וכו' וכו' ברענגט נאר ארויס וואס פארא געווינער ער איז אז אעפ"כ איז ער איבערגעקומען אלע זיינע נאטורליכע שוואכקייטן מבית ומחוץ און געווארן דער שטערקסטער מאכטפולסטער פערזאן אין די ישראל'ישע פאליטיק... מנגד איז דאס אלעס א שרעקליכע בזיון פאר דעם דל גאה ביבי ז"ל אז אזא קטן שבקטנים און שוטה האט איהם געקענט אראפטראסקענען פון זיין מאכט און ציקנאקן אויף פיצלעך...

מיר קומט צי לאכן ווען כ'זעה די פלינקע פליפ פלאפעריי פון די אלע קארפן קעפעדיגע עקספערטן וואס האבן געגעבן בנט א גרויסע זערא שאנס צי אמאל זיין ראש ממשלה און האבן איהם שטענדיג אפגעלאכט פאר דעם דמיון און חלום... ויהי ווען רעאליטעט האט זיי געשמיסן און דער קטן האט באוויזן דאס אוממעגליכע געט מען א דריי אויס און מ'לייגט אראפ וואס פארא לוזער ער איז און איז בעצם נישט ראש ממשלה בלא בלא בלא
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:כ'האב נישט געליינט דעם לאנגן אנאליז, ס'דערקענט זיך פון אינדרויסן אז ס'איז אסאך קאפ און מח אריין אין דעם, פשוט ווייל לדעתי איז יעדע איינציגע טאג וואס בנט איז ראש ממשלה א פרישע אנבעליוועבעל מיילשטיין פאר איהם, די ריזיגע עקספערטן האבן שוין 10 מאל געזאגט קדיש אויף איהם און איהם אויסגעשלאסן פון די פאליטישע ארענע מערערע מאל, אלע זיינע פאקטישע חסרונות פון "אומ'חן" "קינדיש" "שלעכט" "נאריש" וכו' וכו' וכו' ברענגט נאר ארויס וואס פארא געווינער ער איז אז אעפ"כ איז ער איבערגעקומען אלע זיינע נאטורליכע שוואכקייטן מבית ומחוץ און געווארן דער שטערקסטער מאכטפולסטער פערזאן אין די ישראל'ישע פאליטיק... מנגד איז דאס אלעס א שרעקליכע בזיון פאר דעם דל גאה ביבי ז"ל אז אזא קטן שבקטנים און שוטה האט איהם געקענט אראפטראסקענען פון זיין מאכט און ציקנאקן אויף פיצלעך...

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
מבית שמש
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 5:58 am
לאקאציע: נעבן בית מדרש

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבית שמש »

דוכט זיך מיר אז גאנץ מדינת ישראל איז איין גרויסע שטיק דורכפאל...
ולענינינו לדעתי איז נתניהו אסאך א גרעסע דורכפאל פון וואס א הויכע שטאנדפונקט ער איז געווען און ביז וואו ער האט מצליח געווען זיך צו אליינס אראפברענגען
חוץ פון דעם דריי איך זעך דא אין ארצינו הקדושה און איך זע נישט אז עפעס איז אנדערש געווארן עולם כמנהגו נוהג דער דורפאל איז נאר פאר ווער סאי נישט אויפן בענקל און דער געווינס פאר ווער סאיז יא אויפן בענקל
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

נאך א נקודה, איך ליג בעצם נישט אין איזרעלי פאליטיק, און איך וויס נישט וואס עס האט יא אדער נישט מיט א ראש הממשלה, אבער דאס ביסל וואס איך הער לערנט מיר אזוי:

אינטער ביבי האט מען יעדע מאל וואס מען האט גערעדט פון א פרישע מעגליכע לאקדאון אויף די ימים טובים, האט עס פאסירט! אינטער ביבי האט מען דיסקרימינירט אפן אקעגן חרדים, געשטערט חרדישע פארזאמלונגען בשעת אלגעמיינע זענען אנגעגאנגען, יעדע יו"ט איז "אפיציעל" געווען א צייט ווען מען האט באטראכט, און דערנאך געמאכט א לאקדאון, מען האט לאביאירט ביי אוקריינע און סוקסעספול אפגעשטעלט דאס פארן קיין אומאן.

אינטער בנט איז אויך דא א פרישע אויפשטייג, ליבערמאן האט אויך געלייגט דרוק פאר א תשרי-לאקדאון, אבער עס האט נישט פאסירט, אומאן איז אנגעגאנגען כאילו לא הי', און חרדישע אידן ווערן נישט דיסקרמינירט און גע'רודפ'ט דירעקט ווי אינטער ביבי.

דער תירוץ אז יעצט איז דער לאנד וואקסינירט איז א באבע תירוץ, ווער עס האט מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען אינטער נתניהו ווי אזוי און ווען עס איז געווען לאקדאונס קען זיין גאנץ זיכער אז יעצט וואלט געוען די זעלבע, און מוצאי ראש השנה וואלט מען געדארפט פאראופן פראטעסטן צו קענען פארן פון איין שטאט צום צווייטן (איי, נאסטאלגיע פון די צייטן אינטער ביבי...)

עניוועי, בסך הכול מיט מיין בליק אלץ א דרויסענדיגער לעבן יעצט אחב"י חרדישע אידן אין ארה"ק אסאך בעסער און רואיגער ווי אינטער ביבי. דער גרויסער א. ג. אוהב חרדים.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

בענעט איז כנראה אסאך א נארמאלערע מענטש ווי ביבי

לגיונות, דיקטאטוריזם, קארופציע און אלע גוטע זאכן מיט וואס די מדינה של גהינום איז געבענטש איז בענעט גארנישט אנדערש, אבער ער איז פארט כנראה בעסער ווי ביבי
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

עכט היימיש האט געשריבן:נאך א נקודה, איך ליג בעצם נישט אין איזרעלי פאליטיק, און איך וויס נישט וואס עס האט יא אדער נישט מיט א ראש הממשלה, אבער דאס ביסל וואס איך הער לערנט מיר אזוי:

אינטער ביבי האט מען יעדע מאל וואס מען האט גערעדט פון א פרישע מעגליכע לאקדאון אויף די ימים טובים, האט עס פאסירט! אינטער ביבי האט מען דיסקרימינירט אפן אקעגן חרדים, געשטערט חרדישע פארזאמלונגען בשעת אלגעמיינע זענען אנגעגאנגען, יעדע יו"ט איז "אפיציעל" געווען א צייט ווען מען האט באטראכט, און דערנאך געמאכט א לאקדאון, מען האט לאביאירט ביי אוקריינע און סוקסעספול אפגעשטעלט דאס פארן קיין אומאן.

אינטער בנט איז אויך דא א פרישע אויפשטייג, ליבערמאן האט אויך געלייגט דרוק פאר א תשרי-לאקדאון, אבער עס האט נישט פאסירט, אומאן איז אנגעגאנגען כאילו לא הי', און חרדישע אידן ווערן נישט דיסקרמינירט און גע'רודפ'ט דירעקט ווי אינטער ביבי.

דער תירוץ אז יעצט איז דער לאנד וואקסינירט איז א באבע תירוץ, ווער עס האט מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען אינטער נתניהו ווי אזוי און ווען עס איז געווען לאקדאונס קען זיין גאנץ זיכער אז יעצט וואלט געוען די זעלבע, און מוצאי ראש השנה וואלט מען געדארפט פאראופן פראטעסטן צו קענען פארן פון איין שטאט צום צווייטן (איי, נאסטאלגיע פון די צייטן אינטער ביבי...)

עניוועי, בסך הכול מיט מיין בליק אלץ א דרויסענדיגער לעבן יעצט אחב"י חרדישע אידן אין ארה"ק אסאך בעסער און רואיגער ווי אינטער ביבי. דער גרויסער א. ג. אוהב חרדים.

WOW.. א שטארקע נקודה וואס איך האב נישט באמערקט

ביבי איז בעצם אסאך א גרעסערע דיקטאטור, איזראעל איז בעצם געבויט אויף קאמוניסטישע/דיקטאטורישע יסודות (שוין לאנג וואס איך קלער צו עפענען אן אשכול דאס אויסשמוסן), א דיקטאטור וועט געווענטליך אנדרייען צער און עגמת נפש און נאכדעם זיך אהערשטעלן ווי די רעטער, אין קארעא טראכט מען אז ווען נישט קים יאנג און וואלט מען שוין לאנג נישט געלעבט...

סזעהט אויס פון דערויסן אז סאיז טאקע אזוי, בענעט וויל נישט גארנישט ער איז פלעין נארמאל, טאקע א ליגענער און א קרוק אבער נארמאל און ציוויליזירט (אקעי די מדינה ברויך אינטערגיין, מיר רעדן פאליטיש)
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

בנט פאר זיך קומט אריין אלס א געבראטענער נער, און מיט גאר א קליינער מוח.
די יעצטיגע ממשלה איז טאקע נישט בנטס קרעדיט, ער וואלט און זיין לעבען נישט געקענט צוזאמשטעלען אזא קאמפלעצירטע געדרייטע קאליציע וואס אלעס האט געדארפט קלאפען הונדערט און איין פערצענט עס צי מאכען א מציאות, דאס איז קלאר לאפידס מייסטער פאליטישע ווערק, וואס ניצט דעם קליינער בענאט אלס זיין פערזענדליכע שפילצייג צי פארעמען די מאדענעסטע געמישטע קאליציע.
בענאט האט קיין קונץ נישט באוויזען, לאפיד האט אים אים עס געגעבען אויפן גאלדענעם טאץ אלס א שרייפעלע צום גרויעסן פאזעל וואס ער האט צוזאמגעקלאפט, די טאג טעגליכע ווערטשאפט און עני קאמפליקאציע פאלט אויף לאפידס קאפ, און ער גלייכט עס אויס מייסטערהאפטיג, בענט שפילט טאקע קעניג (שלעכטע עקטאר) אבער די ריעל פאוער בראקער איז גאר א צווייטער.
לעצט פארראכטן דורך די קאץ ארויס פון זאק אום מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
keep your words tasteful, you may have to eat them later
אוועטאר
מבית שמש
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 5:58 am
לאקאציע: נעבן בית מדרש

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבית שמש »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:בנט פאר זיך קומט אריין אלס א געבראטענער נער, און מיט גאר א קליינער מוח.
די יעצטיגע ממשלה איז טאקע נישט בנטס קרעדיט, ער וואלט און זיין לעבען נישט געקענט צוזאמשטעלען אזא קאמפלעצירטע געדרייטע קאליציע וואס אלעס האט געדארפט קלאפען הונדערט און איין פערצענט עס צי מאכען א מציאות, דאס איז קלאר לאפידס מייסטער פאליטישע ווערק, וואס ניצט דעם קליינער בענאט אלס זיין פערזענדליכע שפילצייג צי פארעמען די מאדענעסטע געמישטע קאליציע.
בענאט האט קיין קונץ נישט באוויזען, לאפיד האט אים אים עס געגעבען אויפן גאלדענעם טאץ אלס א שרייפעלע צום גרויעסן פאזעל וואס ער האט צוזאמגעקלאפט, די טאג טעגליכע ווערטשאפט און עני קאמפליקאציע פאלט אויף לאפידס קאפ, און ער גלייכט עס אויס מייטערהאפטיג, בענט שפילט טאקע קעניג (שלעכטע עקטאר) אבער די ריעל פאוער בראקער איז גאר א צווייטער.

און וואס איז שלעכט אזוי?
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:בנט פאר זיך קומט אריין אלס א געבראטענער נער, און מיט גאר א קליינער מוח.
די יעצטיגע ממשלה איז טאקע נישט בנטס קרעדיט, ער וואלט און זיין לעבען נישט געקענט צוזאמשטעלען אזא קאמפלעצירטע געדרייטע קאליציע וואס אלעס האט געדארפט קלאפען הונדערט און איין פערצענט עס צי מאכען א מציאות, דאס איז קלאר לאפידס מייסטער פאליטישע ווערק, וואס ניצט דעם קליינער בענאט אלס זיין פערזענדליכע שפילצייג צי פארעמען די מאדענעסטע געמישטע קאליציע.
בענאט האט קיין קונץ נישט באוויזען, לאפיד האט אים אים עס געגעבען אויפן גאלדענעם טאץ אלס א שרייפעלע צום גרויעסן פאזעל וואס ער האט צוזאמגעקלאפט, די טאג טעגליכע ווערטשאפט און עני קאמפליקאציע פאלט אויף לאפידס קאפ, און ער גלייכט עס אויס מייטערהאפטיג, בענט שפילט טאקע קעניג (שלעכטע עקטאר) אבער די ריעל פאוער בראקער איז גאר א צווייטער.

נעה.. סזעהט אויס וואו גאנץ א שיינע ציזאמענארבעט

נאכאלעם איז לאפיד אליינס מיט די גאנצע לינקע בלאק די מינאריטי, זיי מוזן זיין אין גוטן מיט עפעס א אפטיילונג פון די רעכטע בלאק
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:לויט ווי וויכטיג ס'איז צו שרייבן לאנגע אנאליזירונגען באגלייט מיט האלבע און גאנצע שקרים (עיי' ביידענס דרימל) הייב איך אן טראכטן אז מ'כאפט נישט סתם אזוי אז ער איז ממש אזא דורכפאל, ס'מער מענטשן ווילן ער זאל זיין א דורכפאל. ודו"ק.

האסט נישט געדארפט גיין אזוי ווייט ביז ביידען (וואס איז בכלל נישט דומה) קענסט פשוט גיין צו טראמפ, וואספארא דארכפאל ער איז, אמער ער האט געווינען די פרעזידענט אמט, וכן ל'בנט א דארכפאל פון א פערזאן נישט מער אין נישט ווייניגער ער איז פרעימער שוין פאר א שיינע שטיק צייט נאך וואס אלע אנאליסטן האבן געזאגט אז עס גייט אנהאלטן פון תענית אסתר ביז פורים.

(די איינציגסטע צוזאמשטעל פון ביידען אין בענעט איז אפשר וויפל טערמינען זיי גייען דינען)
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

סטאוו דו זאגסט א גוטע געדאנק וויאזוי מקען עס אנקוקן
אבער אזויווי זעקל האט ארויסגעברענגט (מעין) ווען ביידן זאל מיאוס אנזעצן פאליטיש לדוגמא שטארק פארלירן ביידע הייזער און אויפרעגן זיין פארטיי אויף אים ועוד, און אויך אנזעצן פערזענליך, וואלסטו אויך געזאגט אז ער איז למעשה א סוקסעס ווייל ער איז פרעזידענט?
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

מים חיים האט געשריבן:סטאוו דו זאגסט א גוטע געדאנק וויאזוי מקען עס אנקוקן

יא ער פערזענדליך איז א סוקסעס אז ער איז אנגעקומען צו דעם אמט, קענסט זאגן אז זיין פרעזידענדסי איז געווען א אנזעץ, (אבאמא האט אויך מיעס פארלוירן ביידע הייזער אין 2010)
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

הנאה געהאט, שכח טישטוך.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ר' זעקל האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:סטאוו דו זאגסט א גוטע געדאנק וויאזוי מקען עס אנקוקן
אבער אזויווי זעקל האט ארויסגעברענגט (מעין) ווען ביידן זאל מיאוס אנזעצן פאליטיש לדוגמא שטארק פארלירן ביידע הייזער און אויפרעגן זיין פארטיי אויף אים ועוד, און אויך אנזעצן פערזענליך, וואלסטו אויך געזאגט אז ער איז למעשה א סוקסעס ווייל ער איז פרעזידענט?

יא ער פערזענדליך איז א סוקסעס אז ער איז אנגעקומען צו דעם אמט, קענסט זאגן אז זיין פרעזידענדסי איז געווען א אנזעץ, (אבאמא האט אויך מיעס פארלוירן ביידע הייזער אין 2010)

ועוד, מדינת ישראל איז אינגאנצן אנדערש אויסגעשטעלט, בנט האט נישט אנגעזעצט זיינע וויילער עפ"י רוב, ער האט נישט אנגעזעצט זיין פראקציע א שטייגער ווי ווען א רעפאבליקאנער אדער דעמאקראט זעצט אן די גרויסע פארטיי וועם ער פארטרעט.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:סטאוו דו זאגסט א גוטע געדאנק וויאזוי מקען עס אנקוקן
אבער אזויווי זעקל האט ארויסגעברענגט (מעין) ווען ביידן זאל מיאוס אנזעצן פאליטיש לדוגמא שטארק פארלירן ביידע הייזער און אויפרעגן זיין פארטיי אויף אים ועוד, און אויך אנזעצן פערזענליך, וואלסטו אויך געזאגט אז ער איז למעשה א סוקסעס ווייל ער איז פרעזידענט?

יא ער פערזענדליך איז א סוקסעס אז ער איז אנגעקומען צו דעם אמט, קענסט זאגן אז זיין פרעזידענדסי איז געווען א אנזעץ, (אבאמא האט אויך מיעס פארלוירן ביידע הייזער אין 2010)

ועוד, מדינת ישראל איז אינגאנצן אנדערש אויסגעשטעלט, בנט האט נישט אנגעזעצט זיינע וויילער עפ"י רוב, ער האט נישט אנגעזעצט זיין פראקציע א שטייגער ווי ווען א רעפאבליקאנער אדער דעמאקראט זעצט אן די גרויסע פארטיי וועם ער פארטרעט.

זיכער האט ער אנגעזעצט זיינע וויילער, און נאך ווי.

בנט'ס פארטיי 'ימינה' איז אפיציעל א נאציאנאלע פארטיי, און עס באשטייט פון מענטשן וואס וואלטן אין קיין שום פאל נישט מסכים געווען צו האבן א רעגירונג אינאיינעם מיט די אראבער. בנט האט טאקע געשוואוירן און אונטערגעשריבן אויף לייוו טיווי (טשענעל 20) אז ער וועט נישט זיצן אין א רעגירונג מיט רע"ם און מנסור אבאס, ער האט ארויסגעגעבן א ווידעא וואו ער האט פארשפראכן אז ער וועט נישט געבן פאר לפיד צו זיין ראש הממשלה "כי אני איש ימין, והוא איש שמאל" און דערנאך האט ער זיי אלעמען אנגעזעצט.

סתם אזוי, גיב א קוק אויף די סיסטעם פון די מאנדאטן. ער וואלט נישט אנגעצויגן מער ווי זעקס מאנדאטן, ביבי האט אנגעצויגן דרייסיג! און קוק ווער עס איז ראש הממשלה. פארשטייט זיך אז דאס איז נאר צושטאנד געקומען דורך די צוזאמענארבעט פון אלע גארבעדזש פארטייען און אויך מיט די אראבער. בנט האט אריינגענומען דעם רעכטן איווט ליבערמאן אין זיין רעגירונג און אין די זעלבע צייט די לינקע מרצ פארטיי, א זאך וואס אפילו יאיר לפיד וואלט נישט געקענט באווייזן.

דאס אלעס איז נאר צושטאנד געקומען דורך זיינע פרעכע ליגנטס וואס ער האט געשאסן רעכטס און לינקס. א זאך וואס וועט אים באגראבן אין די היסטאריע פון פאליטיק אלס א שקרן און א נוכל.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

און אנדערע ווערטער ער האט סוקסעספול באקומען די פרעימער בענקל דורך ליגנט. טיפישע פאלעטישן.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

עכט היימיש האט געשריבן:נאך א נקודה, איך ליג בעצם נישט אין איזרעלי פאליטיק, און איך וויס נישט וואס עס האט יא אדער נישט מיט א ראש הממשלה, אבער דאס ביסל וואס איך הער לערנט מיר אזוי:

אינטער ביבי האט מען יעדע מאל וואס מען האט גערעדט פון א פרישע מעגליכע לאקדאון אויף די ימים טובים, האט עס פאסירט! אינטער ביבי האט מען דיסקרימינירט אפן אקעגן חרדים, געשטערט חרדישע פארזאמלונגען בשעת אלגעמיינע זענען אנגעגאנגען, יעדע יו"ט איז "אפיציעל" געווען א צייט ווען מען האט באטראכט, און דערנאך געמאכט א לאקדאון, מען האט לאביאירט ביי אוקריינע און סוקסעספול אפגעשטעלט דאס פארן קיין אומאן.

אינטער בנט איז אויך דא א פרישע אויפשטייג, ליבערמאן האט אויך געלייגט דרוק פאר א תשרי-לאקדאון, אבער עס האט נישט פאסירט, אומאן איז אנגעגאנגען כאילו לא הי', און חרדישע אידן ווערן נישט דיסקרמינירט און גע'רודפ'ט דירעקט ווי אינטער ביבי.

דער תירוץ אז יעצט איז דער לאנד וואקסינירט איז א באבע תירוץ, ווער עס האט מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען אינטער נתניהו ווי אזוי און ווען עס איז געווען לאקדאונס קען זיין גאנץ זיכער אז יעצט וואלט געוען די זעלבע, און מוצאי ראש השנה וואלט מען געדארפט פאראופן פראטעסטן צו קענען פארן פון איין שטאט צום צווייטן (איי, נאסטאלגיע פון די צייטן אינטער ביבי...)

עניוועי, בסך הכול מיט מיין בליק אלץ א דרויסענדיגער לעבן יעצט אחב"י חרדישע אידן אין ארה"ק אסאך בעסער און רואיגער ווי אינטער ביבי. דער גרויסער א. ג. אוהב חרדים.

די עיקר חילוקים זענען, ביבי האט געציטערט פון די לינקע מידיע און פון פארלירן זיין בענקל, פון וואס בענעט האט נישט מורא. זיין בענקל פארלירט ער ממילא און די מידיע איז סייווי שטיל ביי אים.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

מסתמא האט געשריבן:בענעט איז כנראה אסאך א נארמאלערע מענטש ווי ביבי

לגיונות, דיקטאטוריזם, קארופציע און אלע גוטע זאכן מיט וואס די מדינה של גהינום איז געבענטש איז בענעט גארנישט אנדערש, אבער ער איז פארט כנראה בעסער ווי ביבי

ער איז טאקע נארמאלער, ציווילער, מעגליך מער באזעצן, אבער ווייט נישט אזוי קלוג ווי ביבי און איינוועגס אויך נישט אזוי קארופטירט...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:בענעט איז כנראה אסאך א נארמאלערע מענטש ווי ביבי

לגיונות, דיקטאטוריזם, קארופציע און אלע גוטע זאכן מיט וואס די מדינה של גהינום איז געבענטש איז בענעט גארנישט אנדערש, אבער ער איז פארט כנראה בעסער ווי ביבי

ער איז טאקע נארמאלער, ציווילער, מעגליך מער באזעצן, אבער ווייט נישט אזוי קלוג ווי ביבי און איינוועגס אויך נישט אזוי קארופטירט...

איר מיינט ציזאגן "פיפיג", איא?

ני ני, פון דעם זעמיר דאך פטור געווארן
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

צום קעפל.

בלויז 12 מענטשן האבן באוויזן צו ווערן ראשי ממשלת הכופרים, בענעט איז איינער פון די.

און דער איינציגסטער וואס האט דאס באוויזן צו טון אן שטארק אנציען ביי וואלן...

נישט דאס איז א דורכפאל אין מיין בוק.

גראדע לויט די אנקעטעס גייט ער ארויף א מאנדאט צוויי. און עס זעהט ניטאמאל אויס אז עס וועט בקרוב זיין וואלן עניוועי.

נישט ער האט צוזאמגענומען אלע פארטייען, נאר דער שותף זיינער דער אויסערן מיניסטער.

-------

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:כ'האב נישט געליינט דעם לאנגן אנאליז, ס'דערקענט זיך פון אינדרויסן אז ס'איז אסאך קאפ און מח אריין אין דעם, פשוט ווייל לדעתי איז יעדע איינציגע טאג וואס בנט איז ראש ממשלה א פרישע אנבעליוועבעל מיילשטיין פאר איהם, די ריזיגע עקספערטן האבן שוין 10 מאל געזאגט קדיש אויף איהם און איהם אויסגעשלאסן פון די פאליטישע ארענע מערערע מאל, אלע זיינע פאקטישע חסרונות פון "אומ'חן" "קינדיש" "שלעכט" "נאריש" וכו' וכו' וכו' ברענגט נאר ארויס וואס פארא געווינער ער איז אז אעפ"כ איז ער איבערגעקומען אלע זיינע נאטורליכע שוואכקייטן מבית ומחוץ און געווארן דער שטערקסטער מאכטפולסטער פערזאן אין די ישראל'ישע פאליטיק... מנגד איז דאס אלעס א שרעקליכע בזיון פאר דעם דל גאה ביבי ז"ל אז אזא קטן שבקטנים און שוטה האט איהם געקענט אראפטראסקענען פון זיין מאכט און ציקנאקן אויף פיצלעך...

מיר קומט צי לאכן ווען כ'זעה די פלינקע פליפ פלאפעריי פון די אלע קארפן קעפעדיגע עקספערטן וואס האבן געגעבן בנט א גרויסע זערא שאנס צי אמאל זיין ראש ממשלה און האבן איהם שטענדיג אפגעלאכט פאר דעם דמיון און חלום... ויהי ווען רעאליטעט האט זיי געשמיסן און דער קטן האט באוויזן דאס אוממעגליכע געט מען א דריי אויס און מ'לייגט אראפ וואס פארא לוזער ער איז און איז בעצם נישט ראש ממשלה בלא בלא בלא

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

צל עובר האט געשריבן:און דער איינציגסטער וואס האט דאס באוויזן צו טון אן שטארק אנציען ביי וואלן...

נישט דאס איז א דורכפאל אין מיין בוק.

אביסל ווי טראמפ פארלוירן די פאפולערע וואוטס אין געווינען די פרעזידענטשאפט.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”