אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:איך ווער נישט נערוועז פון דיינע געשרייבעכצער, איך האב שטארק הנאה, אגב איך האלט אז דיין בליק אויף בנט איז אויסגעפארעמט פון די אלגעמיינע חרדישע היצקעפ זשורנאליסטן און סאשעל מידיא חברה וואס וואלטן אונטערגעריסן בנט אפילו אויב ער וואלט בטל געמאכט די גיוס פראבלעם און געגאסן געלט פאר ישיבות פשוט ווייל ער האט זיי נישט גענומען אין די קאאליציע.

ער וואלט זיי גערן גענומען.
זיי זענען נאר צו פארקויפט פאר ביבי.

איך האב געמיינט ארויס צוברענגען אז סאיז ווייל זיי זענען נישט אין די קאאליציע, נישט קיין חילוק פארוואס, די זשורנאליסטן דארט האבן א ליניע וואס זיי האלטן זיך דערצו, מ'האט אפגעמאכט אז סאיז א ממשלת שמד, איז נישט קיין חילוק וויפיל גוטס זיי גייען טון ווערט עס נישט אויס שמד.

יא יא, און זיי קענען די מלאכה בעסער ווי די מעה שערימ'ע פאנאטיקער/עקסטרעמיסטן... פשוט זיי האבן באשלאסן אז די מדינה איז א מדינה של שמד, און זיי האבן אזוי באשלאסן אויפן ספעציפישן ממשלה. אבער ווען זיי זענען יא אינעם ממשלה זענען די מעה שערימ'ע פאנאטיקערס און משוגעים פארן גיין קאפ אין וואנט

פאר קנאים מאכט סענס צו גיין קאפ אין וואנט אזוי ארבעט עס, אבער איינער ווי אריה ארליך וואס אפיציעל קומט ער אויף מיט לאגישע קשיות אויף די פאליטישאנס מאכט מיר נערוועז ווען ער פארשטייט פשוט נישט דעם בנט, ווען סאיז סאך הכל א ביביזם וואס טרייבט אים נישט צו פארשטיין, ממש א בת היענה.....
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

ר' זעקל האט געשריבן:און אנדערע ווערטער ער האט סוקסעספול באקומען די פרעימער בענקל דורך ליגנט. טיפישע פאלעטישן.

די חליוק איז אביסעלע טיפער ווי אייער שטחיותדיגע לאזונג.
נפתלי בנט איז ראש ממשלה מיט 6 מאנדאטען ווען 95 פראצענט פון די פאלק האבן נישט געוועלט פאר אים און רוב פאלק ארייגערעכנט רוב פון זיינע וויילער האסט אים אויף א געפערליכע פארנעם, דאס
מיינט נישט "באקומען די פרעמיער בענקל דורך ליגנט" דאס מיינט =אנטי דעמאקראטישע שריט וואס טוט ריזיקירן די גאנצע דעמאקראטיע אין מדינת ישראל. נישטא מער קיין מיינונג פאר די וואוט פון די פשוטע מענטש. נישט דא מער קיין מיינונג פאר עלעקשן'ס. אלעס ווענדט זיך צו די האסט מצליח געווען זיך אוועקשטעלן אויף די ריכטיגע פאזיציע אין די ריכטיגע צייט.דעטס איט.
לעצט פארראכטן דורך סאבאבא אום זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 6:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

סאבאבא האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:און אנדערע ווערטער ער האט סוקסעספול באקומען די פרעימער בענקל דורך ליגנט. טיפישע פאלעטישן.

די חלילוק איז אביסעלע טיפער ווי אייער שטחיותדיגע לאזונג
נפתלי בנט איז ראש ממשלה מיט 6 מאנדאטען ווען 95 פראצענט פון די פאלק האבן נישט געוועלט פאר אים און רוב פאלק ארייגערעכנט רוב פון זיינע וויילער האסט אים אויף א געפערליכע פארנעם, דאס
מיינט נישט "באקומען די פרעמיער בענקל דארך ליגנט" דאס מיינט =אנטי דעמאקראטישע שריט וואס טוט ריזיקירן די גאנצע דעמאקראטיע אין מדינת ישראל. נישטא מער קיין מיינונג פאר די וואוט פון די פשוטע מענטש. ר

סארי, אין מדינת ישראל ארבעט עס נישט אז דאס פאלק וואוט פאר פרעמיער מיניסטער.
מ'וועלט פאר פארטייען, און דאס רוב פאלק האט פאקטיש יא געוועלט פאר די פארטייען פון די יעצטיגע קאאליציע. זיי זענען זייער צופרידן דערפון. (די איינציגע וואס קענסט זאגן אז מ'האט אויסגעפאפט איז די "ימינה" וויילער וואס איז אויך נישט ריכטיג, ווייל זיי האבן גאנץ גוט געוואוסט בנט'ס פלענער און זענען גאנץ פיין צופרידן יעצט אויך).

דאס איז אמאל זיכער אז דאס מערהייט פון די פאלק האט געשטימט "דריי מאל" א גרויסן ניין פאר א ביבי רעכטע קאאליציע.
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

להודיע האט געשריבן:

ריכטיג אז ס'איז נישטא קיין וואלען פאר ראש ממשלה, און ריכטיג אז טרוקענערהייט האט בנט צוזאמגעשטעלט א רוב פאר זיין ממשלה.
אבער למעשה איזדי געבוי פון די וואלען אין מדינת ישראל אויסגעשטעלט געווארן אויף אזא אופן אז די ראש ממשלה זאל זיין אזא איינער וואס האט באקומען שטיצע פון רוב פאלק, ביז יעצט האט יעדע ראש ממשלה געהאט די גרעסטע פארטיי און צוזאמען מיט די קאאליציע ארויסגעברענגט די רצון פון רוב פאלק אין זיין פאזיציע אלץ רא"מ.

אנדערשט איז דא מיט אונזער נפתול וואס די איינציגסטע סיבה פארוואס ער איז רא"מ איז וויבאלד דער נידערטרעכטיגע נוכל האט סה"כ מצליח געווען אויסצונוצן די וויסטע שנאה פון די 'אנטי ביבי' פארטייען און זייער גרייטקייט צו ממליך זיין ס י י וו ע ם אלץ ראש ממשלה על פני ביבי. דאס ווייזט נישט פאר שטיצע אים. והא ראיה ער האט באקומען 6 נעבעכדיגע מאנדאטן טראץ וואס ער איז געלויפן פאר די ראש ממשלה פאזיציע, און קוים קוים ואס ער גייט אריבער די אחוז חסימה אין א זוניגע טאג און אנדערע ווערטער : 95 פראצענט פון מד"י וויל אים נישט אלץ ראש ממשלה. פינטל. און ממילא איז דאס אן אנטי דעמאקראטישע שריט וואס וועט נאך האבן אסאך השפעה אויף די איזראעלי דעמאקראטיע.
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

סאבאבא האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:און אנדערע ווערטער ער האט סוקסעספול באקומען די פרעימער בענקל דורך ליגנט. טיפישע פאלעטישן.

די חליוק איז אביסעלע טיפער ווי אייער שטחיותדיגע לאזונג.
נפתלי בנט איז ראש ממשלה מיט 6 מאנדאטען ווען 95 פראצענט פון די פאלק האבן נישט געוועלט פאר אים און רוב פאלק ארייגערעכנט רוב פון זיינע וויילער האסט אים אויף א געפערליכע פארנעם, דאס
מיינט נישט "באקומען די פרעמיער בענקל דורך ליגנט" דאס מיינט =אנטי דעמאקראטישע שריט וואס טוט ריזיקירן די גאנצע דעמאקראטיע אין מדינת ישראל. נישטא מער קיין מיינונג פאר די וואוט פון די פשוטע מענטש. נישט דא מער קיין מיינונג פאר עלעקשן'ס. אלעס ווענדט זיך צו די האסט מצליח געווען זיך אוועקשטעלן אויף די ריכטיגע פאזיציע אין די ריכטיגע צייט.דעטס איט.

בערך האלב פאלק שטיצט בענעט אלס רה"מ לויט די אנקעטעס.

דער אנטי ביבי האלב לאנד - און בד"וו, דאס רעכנט אריין אויך דעם משותפת - איז מסכים צו דעם מציאות אז בענעט איז רה"מ.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

תגובה דורך Mezofzef »

ווען איך ווער אביסל צו אנגעהיצט וועגן די אמעריקאנע פאליטיק, האב איך ליב אריינצוגיין אין די איזרעלי אשכולות, און ווען איך לאך ווי נאריש עס קוקט אויס פאר א דרויסענדיגער די קאכעריי, כאפ איך אז איך בין דער זעלבער נאר.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

צל עובר האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:און אנדערע ווערטער ער האט סוקסעספול באקומען די פרעימער בענקל דורך ליגנט. טיפישע פאלעטישן.

די חליוק איז אביסעלע טיפער ווי אייער שטחיותדיגע לאזונג.
נפתלי בנט איז ראש ממשלה מיט 6 מאנדאטען ווען 95 פראצענט פון די פאלק האבן נישט געוועלט פאר אים און רוב פאלק ארייגערעכנט רוב פון זיינע וויילער האסט אים אויף א געפערליכע פארנעם, דאס
מיינט נישט "באקומען די פרעמיער בענקל דורך ליגנט" דאס מיינט =אנטי דעמאקראטישע שריט וואס טוט ריזיקירן די גאנצע דעמאקראטיע אין מדינת ישראל. נישטא מער קיין מיינונג פאר די וואוט פון די פשוטע מענטש. נישט דא מער קיין מיינונג פאר עלעקשן'ס. אלעס ווענדט זיך צו די האסט מצליח געווען זיך אוועקשטעלן אויף די ריכטיגע פאזיציע אין די ריכטיגע צייט.דעטס איט.

בערך האלב פאלק שטיצט בענעט אלס רה"מ לויט די אנקעטעס.

דער אנטי ביבי האלב לאנד - און בד"וו, דאס רעכנט אריין אויך דעם משותפת - איז מסכים צו דעם מציאות אז בענעט איז רה"מ.

כזע ס'דיר אביסעלע שווער צו כאפן די פוינט. קען זיין האלב פאלק שטיצט בנט איבער ביבי אבער אלץ ער אליין גייט ער נישט אריבער די אחוז החסימה און באקומט בלויז 15 פראצענט וואס ווילן אים זען אלץ ראש ממשלה.
אויב די כאפסט נאכאלץ נישט גיי פרעג בנט פארוואס האט ער נישט אויפגעהערט זאגען אז "ראש ממשלה עם 15 מנדטים (ובוודאי 6 מנדטים)זה לא מוסרי"...
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
רכבת הקלה
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:13 am

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רכבת הקלה »

צל עובר האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:און אנדערע ווערטער ער האט סוקסעספול באקומען די פרעימער בענקל דורך ליגנט. טיפישע פאלעטישן.

די חליוק איז אביסעלע טיפער ווי אייער שטחיותדיגע לאזונג.
נפתלי בנט איז ראש ממשלה מיט 6 מאנדאטען ווען 95 פראצענט פון די פאלק האבן נישט געוועלט פאר אים און רוב פאלק ארייגערעכנט רוב פון זיינע וויילער האסט אים אויף א געפערליכע פארנעם, דאס
מיינט נישט "באקומען די פרעמיער בענקל דורך ליגנט" דאס מיינט =אנטי דעמאקראטישע שריט וואס טוט ריזיקירן די גאנצע דעמאקראטיע אין מדינת ישראל. נישטא מער קיין מיינונג פאר די וואוט פון די פשוטע מענטש. נישט דא מער קיין מיינונג פאר עלעקשן'ס. אלעס ווענדט זיך צו די האסט מצליח געווען זיך אוועקשטעלן אויף די ריכטיגע פאזיציע אין די ריכטיגע צייט.דעטס איט.

בערך האלב פאלק שטיצט בענעט אלס רה"מ לויט די אנקעטעס.

דער אנטי ביבי האלב לאנד - און בד"וו, דאס רעכנט אריין אויך דעם משותפת - איז מסכים צו דעם מציאות אז בענעט איז רה"מ.

רוב אידן וואס וואוינען אין מדינת ישראל האבן געוואוט בעד ביבי. דער אראבער איז בכלל נישט קיין נאמבער מיט וועם מדארף זיך רעכענען
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

רכבת הקלה האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:און אנדערע ווערטער ער האט סוקסעספול באקומען די פרעימער בענקל דורך ליגנט. טיפישע פאלעטישן.

די חליוק איז אביסעלע טיפער ווי אייער שטחיותדיגע לאזונג.
נפתלי בנט איז ראש ממשלה מיט 6 מאנדאטען ווען 95 פראצענט פון די פאלק האבן נישט געוועלט פאר אים און רוב פאלק ארייגערעכנט רוב פון זיינע וויילער האסט אים אויף א געפערליכע פארנעם, דאס
מיינט נישט "באקומען די פרעמיער בענקל דורך ליגנט" דאס מיינט =אנטי דעמאקראטישע שריט וואס טוט ריזיקירן די גאנצע דעמאקראטיע אין מדינת ישראל. נישטא מער קיין מיינונג פאר די וואוט פון די פשוטע מענטש. נישט דא מער קיין מיינונג פאר עלעקשן'ס. אלעס ווענדט זיך צו די האסט מצליח געווען זיך אוועקשטעלן אויף די ריכטיגע פאזיציע אין די ריכטיגע צייט.דעטס איט.

בערך האלב פאלק שטיצט בענעט אלס רה"מ לויט די אנקעטעס.

דער אנטי ביבי האלב לאנד - און בד"וו, דאס רעכנט אריין אויך דעם משותפת - איז מסכים צו דעם מציאות אז בענעט איז רה"מ.

רוב אידן וואס וואוינען אין מדינת ישראל האבן געוואוט בעד ביבי. דער אראבער איז בכלל נישט קיין נאמבער מיט וועם מדארף זיך רעכענען

דאלמאסט רוף עס נישט דעמאקראטיש.

בד"ו זיי האבען געמאכט בענאט פרעמיער און געשיקט ביבי ליפטערן, זיי זענען א ביג נומבער .
keep your words tasteful, you may have to eat them later
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

סאבאבא האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:און אנדערע ווערטער ער האט סוקסעספול באקומען די פרעימער בענקל דורך ליגנט. טיפישע פאלעטישן.

די חליוק איז אביסעלע טיפער ווי אייער שטחיותדיגע לאזונג.
נפתלי בנט איז ראש ממשלה מיט 6 מאנדאטען ווען 95 פראצענט פון די פאלק האבן נישט געוועלט פאר אים און רוב פאלק ארייגערעכנט רוב פון זיינע וויילער האסט אים אויף א געפערליכע פארנעם, דאס
מיינט נישט "באקומען די פרעמיער בענקל דורך ליגנט" דאס מיינט =אנטי דעמאקראטישע שריט וואס טוט ריזיקירן די גאנצע דעמאקראטיע אין מדינת ישראל. נישטא מער קיין מיינונג פאר די וואוט פון די פשוטע מענטש. נישט דא מער קיין מיינונג פאר עלעקשן'ס. אלעס ווענדט זיך צו די האסט מצליח געווען זיך אוועקשטעלן אויף די ריכטיגע פאזיציע אין די ריכטיגע צייט.דעטס איט.

בערך האלב פאלק שטיצט בענעט אלס רה"מ לויט די אנקעטעס.

דער אנטי ביבי האלב לאנד - און בד"וו, דאס רעכנט אריין אויך דעם משותפת - איז מסכים צו דעם מציאות אז בענעט איז רה"מ.

כזע ס'דיר אביסעלע שווער צו כאפן די פוינט. קען זיין האלב פאלק שטיצט בנט איבער ביבי אבער אלץ ער אליין גייט ער נישט אריבער די אחוז החסימה און באקומט בלויז 15 פראצענט וואס ווילן אים זען אלץ ראש ממשלה.
אויב די כאפסט נאכאלץ נישט גיי פרעג בנט פארוואס האט ער נישט אויפגעהערט זאגען אז "ראש ממשלה עם 15 מנדטים (ובוודאי 6 מנדטים)זה לא מוסרי"...

דו זאגסט 95 איז קעגן אים.

דאס איז במחילת כבודך שטיות.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

רכבת הקלה האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:און אנדערע ווערטער ער האט סוקסעספול באקומען די פרעימער בענקל דורך ליגנט. טיפישע פאלעטישן.

די חליוק איז אביסעלע טיפער ווי אייער שטחיותדיגע לאזונג.
נפתלי בנט איז ראש ממשלה מיט 6 מאנדאטען ווען 95 פראצענט פון די פאלק האבן נישט געוועלט פאר אים און רוב פאלק ארייגערעכנט רוב פון זיינע וויילער האסט אים אויף א געפערליכע פארנעם, דאס
מיינט נישט "באקומען די פרעמיער בענקל דורך ליגנט" דאס מיינט =אנטי דעמאקראטישע שריט וואס טוט ריזיקירן די גאנצע דעמאקראטיע אין מדינת ישראל. נישטא מער קיין מיינונג פאר די וואוט פון די פשוטע מענטש. נישט דא מער קיין מיינונג פאר עלעקשן'ס. אלעס ווענדט זיך צו די האסט מצליח געווען זיך אוועקשטעלן אויף די ריכטיגע פאזיציע אין די ריכטיגע צייט.דעטס איט.

בערך האלב פאלק שטיצט בענעט אלס רה"מ לויט די אנקעטעס.

דער אנטי ביבי האלב לאנד - און בד"וו, דאס רעכנט אריין אויך דעם משותפת - איז מסכים צו דעם מציאות אז בענעט איז רה"מ.

רוב אידן וואס וואוינען אין מדינת ישראל האבן געוואוט בעד ביבי. דער אראבער איז בכלל נישט קיין נאמבער מיט וועם מדארף זיך רעכענען

סתם פאר אייער אינפארמאציע, פון די 110 ציוניסטישע חברי הכנסת, זענען בלויז 53 מיט דעם געוועזענעם ראש הכופרים נתניהו אין די אפאזיציע, און 57 זענען מיט דעם יעצטיגן ראש הכופרים בענעט, וועלכער האט די שטיצע פון רוב אידן, און רוב פון דעם גאנצן פאלק.

גראדע עמטליך איז או אראבער סתם אזוי גלייכבארעכטיגט, אין די מדינה,ממילא אפילו אויב בענעט האט נישט קיין רוב אידן, זענט איר כלל נישט גערעכט, אבער ער האט יא רוב אידן, וכנ"ל, 57 קעגן 53.
אן א נאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:30 am

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן א נאמען »

רכבת הקלה האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:און אנדערע ווערטער ער האט סוקסעספול באקומען די פרעימער בענקל דורך ליגנט. טיפישע פאלעטישן.

די חליוק איז אביסעלע טיפער ווי אייער שטחיותדיגע לאזונג.
נפתלי בנט איז ראש ממשלה מיט 6 מאנדאטען ווען 95 פראצענט פון די פאלק האבן נישט געוועלט פאר אים און רוב פאלק ארייגערעכנט רוב פון זיינע וויילער האסט אים אויף א געפערליכע פארנעם, דאס
מיינט נישט "באקומען די פרעמיער בענקל דורך ליגנט" דאס מיינט =אנטי דעמאקראטישע שריט וואס טוט ריזיקירן די גאנצע דעמאקראטיע אין מדינת ישראל. נישטא מער קיין מיינונג פאר די וואוט פון די פשוטע מענטש. נישט דא מער קיין מיינונג פאר עלעקשן'ס. אלעס ווענדט זיך צו די האסט מצליח געווען זיך אוועקשטעלן אויף די ריכטיגע פאזיציע אין די ריכטיגע צייט.דעטס איט.

בערך האלב פאלק שטיצט בענעט אלס רה"מ לויט די אנקעטעס.

דער אנטי ביבי האלב לאנד - און בד"וו, דאס רעכנט אריין אויך דעם משותפת - איז מסכים צו דעם מציאות אז בענעט איז רה"מ.

רוב אידן וואס וואוינען אין מדינת ישראל האבן געוואוט בעד ביבי. דער אראבער איז בכלל נישט קיין נאמבער מיט וועם מדארף זיך רעכענען

דוכט זיך מיר אז דאס איז שיטת מאיר כהנא
אז עס גייט נישט ווי דו ווילסט וויל וויאזוי עס גייט
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

צל עובר האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:און אנדערע ווערטער ער האט סוקסעספול באקומען די פרעימער בענקל דורך ליגנט. טיפישע פאלעטישן.

די חליוק איז אביסעלע טיפער ווי אייער שטחיותדיגע לאזונג.
נפתלי בנט איז ראש ממשלה מיט 6 מאנדאטען ווען 95 פראצענט פון די פאלק האבן נישט געוועלט פאר אים און רוב פאלק ארייגערעכנט רוב פון זיינע וויילער האסט אים אויף א געפערליכע פארנעם, דאס
מיינט נישט "באקומען די פרעמיער בענקל דורך ליגנט" דאס מיינט =אנטי דעמאקראטישע שריט וואס טוט ריזיקירן די גאנצע דעמאקראטיע אין מדינת ישראל. נישטא מער קיין מיינונג פאר די וואוט פון די פשוטע מענטש. נישט דא מער קיין מיינונג פאר עלעקשן'ס. אלעס ווענדט זיך צו די האסט מצליח געווען זיך אוועקשטעלן אויף די ריכטיגע פאזיציע אין די ריכטיגע צייט.דעטס איט.

בערך האלב פאלק שטיצט בענעט אלס רה"מ לויט די אנקעטעס.

דער אנטי ביבי האלב לאנד - און בד"וו, דאס רעכנט אריין אויך דעם משותפת - איז מסכים צו דעם מציאות אז בענעט איז רה"מ.

כזע ס'דיר אביסעלע שווער צו כאפן די פוינט. קען זיין האלב פאלק שטיצט בנט איבער ביבי אבער אלץ ער אליין גייט ער נישט אריבער די אחוז החסימה און באקומט בלויז 15 פראצענט וואס ווילן אים זען אלץ ראש ממשלה.
אויב די כאפסט נאכאלץ נישט גיי פרעג בנט פארוואס האט ער נישט אויפגעהערט זאגען אז "ראש ממשלה עם 15 מנדטים (ובוודאי 6 מנדטים)זה לא מוסרי"...

דו זאגסט 95 איז קעגן אים.

דאס איז במחילת כבודך שטיות.

לכבודך וועל איך איבערשריבן נאכאמאל וואס כ'האב געזאגט : ביי די לעצטע בחירות איז נפתלי בנט געלאפען מיט גרויס פאמפע פאר די פרעמיער אמט, און 95 פראצענט פון די פאלק האבן נישט געוועלט פאר אים. פינטל.דעטס איט. צו מיינט דאס אז זיי זענען קעגן אים? לאוו דווקא, אבער אויך נישט בעד אים.
קלאר?
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

צל עובר, כ'וויס נישט פון ווי די נעמסט דיין זיכערקייט צו קובע זיין נאמבערס ארויף און אראפ אהער און אהין, אבער ברשותך לאמיר גיין ריעליסטיק לדוגמא ביסט קובע אז רוב וויילער פון בנט זענען צופרידן מיט זיין החלטה, דאס איז אן גראבע פעיק ניוז שטיקל מיט פעטנס.
א סקר פון דיירקט פולס אינערהאלב די ימינה ווילער באלד נאך די הקמת הממשלה האט געוויזן ווי פאלגענד : 61 פראצענט קעגן די החלטה פון בנט. בלויז 29 פראצענט בעד. אזוי אויך אין א סקר פון דיירקט פולס פאר מקור ראשון (באלד נאך הקמת הממשלה) געוויזן אז בלויז 35 פראצענט וועלן נאכאמאל וועלן פאר ימינה.
ווייטער א ברייטע סקר וואס איז ארויס יעצט לכבוד 100 טעג צו די ממשלה אינערהאלב די ציבור 'דתי לאומי' ווייזט אז 75.2% זענען קעגן די ממשלה פון בנט.
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

ער האט געזאגט רוב וויילער, נישט רוב בנט וויילער.
פוצה פה ומצפצף
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אויב גייט מען יענע וועג, האט נאר ארום 27% געשטימט פאר ביבי, מה לי 73%, מה לי 95%?

נאר וואס דען? מען דארף האבן פארטייען וואס פארטרעטן רוב לאנד, ווייל דאס איז די סיסטעם דארט.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

תרמב האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:איך ווער נישט נערוועז פון דיינע געשרייבעכצער, איך האב שטארק הנאה, אגב איך האלט אז דיין בליק אויף בנט איז אויסגעפארעמט פון די אלגעמיינע חרדישע היצקעפ זשורנאליסטן און סאשעל מידיא חברה וואס וואלטן אונטערגעריסן בנט אפילו אויב ער וואלט בטל געמאכט די גיוס פראבלעם און געגאסן געלט פאר ישיבות פשוט ווייל ער האט זיי נישט גענומען אין די קאאליציע.

ער וואלט זיי גערן גענומען.
זיי זענען נאר צו פארקויפט פאר ביבי.

איך האב געמיינט ארויס צוברענגען אז סאיז ווייל זיי זענען נישט אין די קאאליציע, נישט קיין חילוק פארוואס, די זשורנאליסטן דארט האבן א ליניע וואס זיי האלטן זיך דערצו, מ'האט אפגעמאכט אז סאיז א ממשלת שמד, איז נישט קיין חילוק וויפיל גוטס זיי גייען טון ווערט עס נישט אויס שמד.

עס הייבט זיך נישט אן.

די ממשלה באדערט מיר נישט אלס ממשלת שמד (נישט אז עס גייט מיר נישט אן די אפיציעלע אנערקענונג אין די רעפארמער, אבער איך האלט נישט אז דאס גייט טוישן די מדינה אויף למעשה). די ממשלה איז פשוט אומרעאליסטיש, שטארק אפגעקנאקט פון מציאות, און פירן זיך אויף א גאר מיאוס'ער פארנעם שטיצנדיג אלע קליינע עקסטרעמע באוועגונגען. עס איז נישט קיין פעסטע אוועקגעשטעלטע רעגירונג, עס באשטייט נאר אויף שווינדלערייען און געשרייען.

מיר מאכט מער נערוועז די היימישע חברי הכנסת וועלכע האבן פארלוירן זייער יערליכע אינקאם מיטן ארויסגיין פון די רעגירונג, און צוליב דעם שרייען זיי אז עס איז שמד און בלא בלא בלא, הגם וואס אין אלגעמיין זעה איך זיך מער אויף די לינקע זייט פונעם ספעקטרום, פארט אבער, ווען עס קומט לגבי מדינת ישראל נויג איך זיך צו רעכטס, און עס איז מיר אנגענעמער צו זען בצלאל סמוטריץ אין כנסת ווי מוסי רז און מנסור עבאס.
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

טישטוך האט געשריבן:מיר מאכט מער נערוועז די היימישע חברי הכנסת וועלכע האבן פארלוירן זייער יערליכע אינקאם מיטן ארויסגיין פון די רעגירונג, און צוליב דעם שרייען זיי אז עס איז שמד און בלא בלא בלא

ווער זאגט אז זיי שרייען וועגן דעם
עס איז קלאר אז זיי ווילן און ארבעטן צו טוישן יסודותדיגע אידישקייט זאכן וואס גייט זיין א חורבן לדורות און צירוק איז שווער \קען מען נישט טוישן
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

עציץ נקוב האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:מיר מאכט מער נערוועז די היימישע חברי הכנסת וועלכע האבן פארלוירן זייער יערליכע אינקאם מיטן ארויסגיין פון די רעגירונג, און צוליב דעם שרייען זיי אז עס איז שמד און בלא בלא בלא

ווער זאגט אז זיי שרייען וועגן דעם
עס איז קלאר אז זיי ווילן און ארבעטן צו טוישן יסודותדיגע אידישקייט זאכן וואס גייט זיין א חורבן לדורות און צירוק איז שווער \קען מען נישט טוישן

די ראיה צו דעם איז אז ווען נתניהו האט געוואלט טון זאכן וואס זענען אנטקעגן זייערע יסודות הדת האבן זיי געשוויגן מיט א שטילשווייגעניש.
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

טישטוך האט געשריבן:

למשל?
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

סאבאבא האט געשריבן:צל עובר, כ'וויס נישט פון ווי די נעמסט דיין זיכערקייט צו קובע זיין נאמבערס ארויף און אראפ אהער און אהין, אבער ברשותך לאמיר גיין ריעליסטיק לדוגמא ביסט קובע אז רוב וויילער פון בנט זענען צופרידן מיט זיין החלטה, דאס איז אן גראבע פעיק ניוז שטיקל מיט פעטנס.
א סקר פון דיירקט פולס אינערהאלב די ימינה ווילער באלד נאך די הקמת הממשלה האט געוויזן ווי פאלגענד : 61 פראצענט קעגן די החלטה פון בנט. בלויז 29 פראצענט בעד. אזוי אויך אין א סקר פון דיירקט פולס פאר מקור ראשון (באלד נאך הקמת הממשלה) געוויזן אז בלויז 35 פראצענט וועלן נאכאמאל וועלן פאר ימינה.
ווייטער א ברייטע סקר וואס איז ארויס יעצט לכבוד 100 טעג צו די ממשלה אינערהאלב די ציבור 'דתי לאומי' ווייזט אז 75.2% זענען קעגן די ממשלה פון בנט.

וויפיל באקומט בנט לויט די לעצטע פאר אנקעטעס?

וואס ווייזן די לעצטיגע אנקעטעס אויב די וואלן וואלטן יעצט פארגעקומען, וויפיל וואלטן די יעצטיגע קאליציע פארטייען באקומען?
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

עציץ נקוב האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:מיר מאכט מער נערוועז די היימישע חברי הכנסת וועלכע האבן פארלוירן זייער יערליכע אינקאם מיטן ארויסגיין פון די רעגירונג, און צוליב דעם שרייען זיי אז עס איז שמד און בלא בלא בלא

ווער זאגט אז זיי שרייען וועגן דעם

נאך ווי שרייען זיי.ווען למעשה אלע גזירות גיוס קאראנע און נאך זענען געווען אינטער נתניהו, און די גרעסטע 'קיצוצים' האט נתניהו אנגעמאכט.

מיר איז געפאלן אז ווען יענקל ליצמאן אין אן אינטערוויו אין המודיע (סוכות) ווארפט ער ארויף די שולד אויף די היימישע אידן וואס האבן נישט געוועהלט דאס מאל. ער האט עפעס רעכט (כ'רעד פון די וואס זיי גייען צו בחירות), אבער די סיבה איז געווען ווייל זיי זענען געווען גערעגט אויף די חכי"ם וואס טוהען גארנישט וכו'.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

געב איך דאס ווארט פאר ר' קלמן ליבסקינד וואס קומט אריין קריסטעל קלאר אין א טור אין מעריב(כ'וועל זיך פרייען אויב איינער קען אראפברענגען די גאנצע ארטיקל) :

״ערימה ענקית של כתמים ערכיים ומוסריים גרר איתו בנט ללשכת רה״מ. נמצאים בה, בערימה הזו, השקרים הרבים ששיקר לבוחריו. נמצאות בה ההבטחות הרבות שהבטיח, ושהפר בזו אחר זו. אבל כל הכתמים הללו מתגמדים מול הקלון הגדול שיהיה רשום לנצח על שמו של בנט. בנט מחק לחלוטין מן הלקסיקון את המושג ״קווים אדומים״. אחרי הקדנציה שלו, לא יהיה עוד דבר שיהיה פסול. הכל יהיה מותר והכל יהיה לגיטימי.
אלף פעמים הזכירו לבנט את שיתוף הפעולה המסוכן שלו עם ח״כים ערבים קיצונים, אבל כדי להבין עד כמה נמוך היה מוכן לרדת האיש הזה כדי לאחוז בתואר ״ראש הממשלה״, חשוב להכיר את הסיפור הבא: אחרי שהמשטרה והשב״כ הצליחו לעצור את החשודים בניסיון לרצוח יהודים בפרעות בעכו, הקימה קבוצת תושבים ערבים בעיר אוהל מחאה בדרישה לשחרר אותם. מי שנאם ודרש לשחרר את הרוצחים, היה אלחרומי יו״ר ועדת הפנים שבנט מינה. חבר בכיר בממשלה של בנט דורש בפומבי לשחרר מחבלים רוצחים.
מה האנשים האלה מסבירים לילדים שלהם? שבשביל למנוע בחירות חמישיות הם השליכו לפח את כל מה שהם חונכו עליו? האם יש עוד מישהו בהיסטוריה של הציונות הדתית שהיה מוכן להידרדר כך, אל מעמקי הכלום? החבורה של ימינה, ואיתה סער, ואלקין, והנדל, והאוזר, החליטו שאם מה שמניע אותך זה הרצון לכהן כראש ממשלה ו/או לזרוק את נתניהו ו/או לדאוג להצלת הקריירה הפוליטית שלך, אז זה בסדר שאין לך קווים אדומים.
אם עד עכשיו היו אלה מבקריו ויריביו של בנט שטענו שכדי להיות ראש ממשלה הוא נפרד מכל ערכיו, עכשיו הודה בכך בנט במו פיו. כשיונית לוי הזכירה לו את הסתירה בין עמדותיו היום לעמדות שהשמיע בעבר, רגע לפני שסיכמה ש'האידיאולוגיה נמחקה בשביל להיות ראש ממשלה', הסביר לה בנט ש'כשאתה נכנס לחדר הזה, אתה חייב להשיל את כל הפוליטיקה מאחור'.
כבר היו לנו פוליטיקאים שהשילו מעצמם את עולה של האידיאולוגיה שהביאה אותם לכנסת. ספק אם היה לנו פוליטיקאי שהשיל אותה ממנו במהירות כזו ובקלות כזו, עד שאתה עומד משתאה מול המופע הזה ותוהה האם יכול להיות שתפיסת העולם – שהייתה שם לכאורה בעבר – לא הייתה אלא הצגה אחת גדולה?" אנחנו רגילים לפוליטיקאים שהופכים את עמדותיהם, כמו סטייקים, בלי להניד עפעף. ועדיין, נדמה שהסרטונים שמועלים לרשת כל העת ומזכירים לנו שעל כל התבטאות של בנט היום יש התבטאות סותרת שלו מאתמול – מביכים ברמות שטרם נראו כאן.
וחשוב להסביר שוב למה זה נורא כל כך. כי כשמדובר בפוליטיקאי שחוזר בו מהבטחות פוליטיות כאלה או אחרות, ניחא. החיים מורכבים. לא תמיד אפשר להשיג הכל. הבעיה אצל בנט היא שכמעט כל הבטחות העבר שלו שיקפו – כך לפחות חשבנו אז – אידיאולוגיה. הן ביטאו אג'נדה עמוקה. הן לימדו על תפיסת עולם שעליה חונך. וכשכל האידיאולוגיות, וכל האג'נדות וכל תפיסות העולם מושלכות לשולי הדרך תמורת האפשרות לכהן כראש ממשלה, ואנחנו נשארים עם השילוב המסוכן של אפס מחויבות לערכים מזה ועם אמביציה חסרת גבולות מזה, לי זה מזכיר יותר מכל את אריאל שרון.
"מי שלא ראה שמחה של עיתונאים נוכח ממשלה שאין בה נתניהו, לא ראה שמחה מימיו, כשהמביכים מכולם, בפער, הם בעלי הטורים הפוליטיים. אלה אוכלים תדרוכים מידיו של בנט, ומקיאים אותם על דפי העיתון, בדיוק כפי שהיה בנט רוצה שיעשו. בשבוע שבו הוא נכשל בהעברת חוק האזרחות, סיכם הפרשן הפוליטי של 'ידיעות אחרונות': 'בנט מאושר'. הפרשן הפוליטי של 'הארץ' פסק: 'בנט נהנה'. הפרשן הפוליטי של 'מעריב' הכריע: 'בנט מבסוט'".
אבל זו הייתה רק ההתחלה. תראו מה קורה עם הקורונה. אלף איש נפטרו בחודש וחצי? המצב מצוין. מכונות האקמו נגמרות? הכל סבבה. מספר החולים שבמצב קשה עולה? המדינה בכיוון הנכון. ראש הממשלה מתעקש לפתוח את שנת הלימודים ב-1 בספטמבר, ורבבות ילדים יושבים בבית, מבודדים עם הוריהם ועם הקורונה? 'בנט מסכם רבעון כשהוא כמעט חף מטעויות'"
כל הפרשנים, שעד אתמול שחטו אותו, יוצאים עכשיו מגדרם כדי להרים לו, כי הוא סידר להם ממשלה עם העבודה, ועם מרצ, ועם הערבים, ועם דיבורים על שתי מדינות, ובלי ביבי, ובלי הליכודניקים, ובלי החרדים, ובלי הימין, או כמו שקורא לזה יאיר לפיד: 'ממשלה נורמלית של אנשים נורמליים, שבאים מהמקום הנכון'. הם, אנשי שמאל כולם, מסתכלים עליו ורואים את החמור. הוא, נעבעך, מסתכל על עצמו ורואה את המשיח"
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

נאך אביסעלע קרישקעלעך איבער דעם דורכפאל וואס רופט זיך נפתלי בנט:

מיט צוויי וואכן צוריק האט נפתלי בנט מיט אן ערנסטע מינע אויפן געזיכט געלאזט וויסן אום מוצאי שבת ביי א פרעסע קאנפרענץ, אז ער איז נישט ממליץ אז קיינער זאל פארן קיין חוץ לארץ צוליב די נייע אמיקראן וואריאנט. דאס איז געווען א דרשה וואס ער האט געגעבן שטרעבנדיג אויסצוזען ווי זיין פארגייער נתניהו, וועלכער איז געווען אבסעסירט איבער קאראנע, און ער האט געוואוסט גוט וויאזוי צו האלטן דאס פאלק געשפאנט און אנגעצויגן, און דאן וויאזוי אריינצוקומען אלס א מלאך המושיע.

בנט אבער איז אין א גרויסער פארלעגנהייט, ווייל ער האט געהאלטן אין איין שרייען אז מען טאר נישט מאכן קיין לאקדאונס, און דעריבער קען ער נישט פארשפארן די גאסן, איז אים געבליבן די איינציגסטע אפציע צו זאגן אז מען זאל נישט פליען. עס איז נישט קלאר צוליב וועלכע סיבה ער האט זיך איינגערעדט אז עס וועט עמיצן אפעקטירן, אבער לויט א סקר וואס די פרעסע האט אפגעהאלטן אין לופטפעלד האבן אלע געזאגט אז זיי פליען ווי געפלאנט ווייל מען דארף זיך צוגעוואוינען צו לעבן מיטן קאוויד און נישט צו אנטלויפן דערפון. די גרעסטע פראסק האט ער געכאפט פון זיין אייגענע ווייב און קינדער, ווען עס איז באקאנט געווארן עטליכע טעג נאך זיין דרשה אז זיי גרייטן זיך צו פליען קיין אייראפע אויף וואקאציע. דאס האט פאראורזאכט א גרויסן שטורעם אין די מידיא, און אפילו די גאר לינקע וועלכע זענען געווען פארנומען זיך אננעמען פאר אים יומם ולילה, האבן אים שענדליך אראפגעריסן פארן זיך האלטן העכער פון זיינע געזעצן, און פארן גיין קעגן זיינע אייגענע ווירדן. עטליכע סטאנציעס האבן געטאדלט אז זיין ווייב האט אים אין דר'ערד און זיי האבן געוואוסט אנצוצייגן אז ער האט געבעטן זיין ווייב אז זי זאל אפרופן די נסיעה צוליב דעם וואס עס וועט אפעקטירן זיין נאמען אבער זי האט געפיפן אויף אים מיט א הויכהילכיגע פייפער, און ער איז געבליבן ללעג ולקלס. בקיצור, מרת בינעטה האט די הויזן אין שטוב און נפתלי גלייכט דאס נישט.

אזוי ווי ער איז דאך שטארק פארגלייבט אין סאצעלא מידיא, האט ער ארויסגעשריבן א פעיסבוק פאוסט אין וועלכן ער האט געזאגט אז ער נעמט אן קריטיק, און אז זיין ווייב און קינדער האבן געמוזט פליען צוליב דעם וואס זיי זענען אריבער א שווערע יאר (ווער איז דען נישט אריבער א שווער יאר? מיט אזא הויזן לאך אויפן בענקל קאסט עס יעדן איינעם געזונט און געלט) אבער ער האט אויסגעפירט אז זיי זענען נאר געגאנגען צוליב דעם וואס מען האט שוין אויסגעפונען מער איבער דעם טויטליכן אמיקראן (און האט נישט געשפירט פאר וויכטיג מודיע צו זיין אזוי שנעל ווי ער האט געכאפט דעם מיקראפאן צום ערשט) און ווען זיי קומען צוריק גייען זיי גראד אין בידוד אריין.

אבער... עטליכע טעג בעפאר זיי דארפן צוריקקומען האט ער מבטל געווען דעם בידוד פאר וואקסינירטע בירגער וואס קומען צוריק פון גרינע לענדער, אזוי אז די רעבעצין זאל נישט דארפן זיצן אין קווארענטין. עס זעט זיך אויס ווי מרת בינעטה האט זיך פארעקלט פון דעם גאנצן קאראנע סומעטאכע און פון איר מאן'ס האנדלונג און זי פאדערט דאס איריגע...

***
די ארץ ישראל'דיגע שטייערן וואקסן ווי אויף הייוון. מען האט דאך צוגעזאגט פאר מאנסור עבאס אז ער וועט געניסן פון ביליאנען שקלים (חוץ פון זיין יערליכן פיר ביליאן שקל'דיגע געהאלט) צו טיילן פאר זיינע פריינט אין חאמאס, און מען מוז האבן פון וואו דאס צו דעקן. אויך דער רוסישער דורכפאל איוועט ליבערמאן מוז האבן גענוג צו אראפשנאפן פאר זיין וואדקע, דעריבער מוז מען באשטייערן דעם ציבור מיט כל מיני שטותים. די איינמאליגע געשיר זענען טייערער געווארן מיט שווערע צענדליגע שקלים פער פונט, אזוי אז צו קויפן א פעקל פון הונדערט פלאסטיק טעלערס קען קאסטן אזויפיל ווי פופצן דאלער (!), נעטפליקס טעלעוויזיע איז ארויף מיט פופצן פראצענט, און לויט ביבי איז עס נאר כדי מענטשן זאלן אנהויבן צוריק צו קוקן אויף די פארגעסענע איינזייטיגע נעבעכדיגע איזראעילי מידיא סטאנציעס, און אזוי אויך נאך פילע שטייערן וואס זענען געשטיגן געפערליך.

די עלעקטראנישע ציגארעטן מארקעט האט געליטן. די שטייערן דערויף זענען ארויף מיט דריי הונדערט און זעכציג פראצענט (יא, 360%) און עס איז געווארן אוממגעליך צו רייכערן די סארט ציגארעטן. אויך זענען די זיסע געטראנקען ארויף מיט די פרייז, און די דייעט קאלע גייט יעצט ווערן טייערער און טייערער. אלעס איז אונטערן נאמען פון די פלאנעט און פון די גרינע קאקאראוטשן, אבער ווען די כנסת צייגט בילדער ווי איוועט ליבערמאן זיצט מיטן געפלאצטן רעקל איבער א פלאסטיק קאפ פון דייעט קאלע הייבט עס אויף די ברעמען פונעם גראדן טראכטער. בכלל, אז עמיצער וואס איז חשוד אז ער האט געגנב'עט מיליאנען שקלים פונעם קהל'ס קאסע זאל ווערן א מיניסטער, און גאר דער פינאנץ מיניסטער אין ארץ ישראל, דאס איז אויך אומדערהערט, און נאר אין אזא חעלעמע רעגירונג אונטער בנט קען דאס פאסירן.

***
די מזרחי'סטישע עידית סילמאן וועלכע דינט אלס יושב ראש פונעם קאליציע האט זיך ביטערליך פארשעמט ווען זי האט זיך ארויסגעכאפט מיט א געבראטענער ליגנט פון פיסקל, דערציילנדיג אז מען האט איר געשלאגן אין א גאז סטאנציע. ווען מען האט איר אנגעהויבן פרעגן שאלות האט זי זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן, און דאן האט זיך אנגעהויבן געבן פאלשע תירוצים לכאן ולכאן, און ווען עטליכע דזשורנאליסטן האבן ארויסגעשלעפט פון איר אז עס האט פאסירט אין מודיעין, זענען זיי אריבער און גענומען קאמערעס פון די גאנצע אומגעגנט, אבער קיין איבערפאל האט מען נישט געזען, און זיכער נישט איבער עידית סילמאן (וועלכע דרייט זיך מיט טויזנט באדי גארדס). דערנאך האט זי ארויסגעשיקט א בילד פונעם רעסיט וואס זי האט באקומען ביים אנפילן גאז (און פארמעקט דעם דאטום) אבער קיינער האט איר שוין נישט געגלייבט און זי איז נעבעך געבליבן ללעג ולקלס.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: אנאליז אויף דעם דורכפאל פון מדינת ישראל - נפתלי בנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

;l;p- אייזן שטארק. סארא שפראך דו האסט..

האסט אויסגעלאזט דו היינטיגע שקר
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”