לאק דאון יא, מאנדאט נישט?
-------
א איפסוס אנקעטע פאר עקסיאס קומט אריין אין ליין מיט דעם מארנינג קאנסאולט אנקעטע פאר פאליטיקא, מיט גאר שטארקע שטיצע פאר דעם וואקסין. (אינטרעסאנט אז אינדעפענדענטס גלייכן מער דעם ביזנעס מאנדאט, און רעפאבליקאנער האבן א קלענערן פראבלעם מיט דעם רעגירונג ארבעטער מאנדאט. ויש לומר אז די אינדעפענדענטס פראבלעם איז מער וואקסין פארכט, איז אים מער וויכטיג דער טעסטינג אפציע, און דעם רעפאבליקאנער'ס פראבלעם איז מער גאווערמענט אוועריעטש, ממילא איז דער ביזנעס מאנדאט ערגער פאר אים. שטייצעך מיר רעדן נאר פון די פאר פראצענט וואס זענען ספילט אויף די פראגעס.)
- IMG_20210914_091330.jpg (88.75 KiB) געזען 1647 מאל
אז א דריטל רעפאבליקאנער זאלן היינטיגע צייטן שטיצן א ביידן פאליסי וואס ווערט אזוי שטארק אראפגעריסן דורך די גאנצע רעפאבליקאנער פארטיי און זייערע פירער למינהם, איז אסאך, זייער אסאך.