די רעפאבליקאנער: די אנטי וואקס פארטיי

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די רעפאבליקאנער: די אנטי וואקס פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פון אמעריקע האט געשריבן:לדוגמה, אויסלערנען יונגע קינדער זיך פיינט צו האבן פשוט וועגן זייער קאליר, דאס האט ווער געטהון?

די דעמאקראטן פרעידיגען שוין 30 יאר אין די עדזיקעישאן סיסטעם העיט קעגן אמעריקע און האבן פיין מצליח געווען, רוב ריפאבליקאנער שלאגען זיך נישט צוריק, און דער קומט מיט א פרישקייט קוקן אין שפיגל און שרייט נאכאמאל אז דאס וואס ער זעהט טוהען גאר די ריפאבליקאנער.

סתם טו סעט די רעקארד סטרעיט.

דאס איז די תגובה וואס ברענגט אריין ראסיזם אין דעם אשכול, באשולדיגנדיג די דעמאקראטן אין ראסיזם.

נישט פארקערט בכלל, קיינער האט נישט אנגעהויבן שרייען אין דעם אשכול אז די רעפאבליקאנער זענען ראסיסטן, ווייל עס קומט כלל נישט אריין דא.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: די רעפאבליקאנער: די אנטי וואקס פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

מ'דארף אינאכט נעמען אז די גרויסע שווארצע באפעלעקערונגען אין די דרום סטעיטס מאכט פיל מער דראמאטיש די ארטיגע שיפט אוועק פון די דעמאקראטן.

למשל מיסיסיפי.

צוריק אין 1956-1960 האבן די רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאטן אנגעצויגן דארט בלויז 24%-25%, אבער אין 1964 האט גאלדוואסער אנגעצויגן דארט איבער 87%, און אין 2016-2020 האט טראמפ באקומען דארט 58% פון די שטימען ווען 59% פון די ארטיגע באפעלקערונג איז ווייס (דאס מיינט אז ארום די זעלבע פראצענט פון די ארטיגע ווייסע וואס האבן געשטימט פאר גאלדוואסער האבן געשטימט פאר טראמפ).

דאס מיינט אז א סאליד 60%-65% פון מיסיסיפי ווייסע האבן ממש פון איין פארמעסט ביז די צווייטע גענצליך געטוישט זייטן, און דארט געבליבן פור גוד!

מ'כאפט וואס דאס מיינט? ס'איז ווי דער חסיד'ישער ציבור זאל זיך פליצלונג נעמען שטימען פאר די דעמאקראטן ווי די שווארצע... איז איינער מסופק צו דארט איז געלעגן א גאר יסודות'דיגע טראנספארמאציע? און קיין איין אנדערע אישו וואס איז דעמאלס געלעגן אויפ'ן סדר היום האט נישט געקענט האבן אפילו נאנט פון אזא עפעקט אויף די פאליטישע מאפע.

און בעצם איז קיינער נישט חולק אויף דעם, די דעבאטע איבער די סאודערן סטראטעגיע איז נאר צו ס'איז אפיציעל געווען אזא סטראטעגיע אין די הויפטקווארטירן פון די רעפובליקאנער, אדער ס'איז פשוט געשען פון זיך אליינס (וואס איז מסתבר).
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: די רעפאבליקאנער: די אנטי וואקס פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

צל עובר האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
און אז דו ווילסט דוקא וויסן, די רעפובליקאנער וואלטן געדארפט האבן אכט! שווארצע סענאטארן אז ס'זאל רעפלעקטירן די שווארצע אנוועזנהייט אין זייערע סטעיטס (נישט אז דאס מאכט ראסיסט אדער נישט, נאר אז דו פרעגסט אויף וואס איין שווארצער צווישן פופציג רעפובליקאנער סענאטארן ווייזט, זאג איך דיר אז אויב עפעס ווייזט עס אז זיי האלטן נישט ביי גארנישט).


אויב ניינציג פראצענט שווארצע זענען דעמאקראטן וועט אויטאמאטיש נישט זיין קיין סאך שווארצע רעפובליקאנער קאנדידאטן.

די גרעסערע פראגע איז אויף דעמאקראטן, ניינציג פראצענט שווארצע זענען דעמאקראטן, אבער זיי האבן בלויז צוויי שווארצע סענאטארן.

כמעט אלע סטעיטס מיט גאר אסאך שווארצע, זענען רעפאבליקאנער סטעיטס.

דזשארדזשיע איז אויך געווען אזא סטעיט ביז לעצטנס ממש..


ווי גרויס איז די חילוק? והייתם האט לכאורה געמאכט א חשבון אז זעכצן פראצענט פון די רעפובליקאנער סטעיטס זענען שווארץ (8/50=16%), נעשאנעלי איז עס 13%, סאו לכאורה איז עס בערך 11% פון די דעמאקראטישע סטעיטס, און אזויווי בערך אכט פראצענט שווארצע זענען רעפאבליקען אדער ליען רעפאבליקען, און אכציג פראצענט זענען דעמאקראט אדער ליען דעמאקראט, מיינט עס אז בערך 1.3% פון די באפעלקערונג אין די רעפובליקאנע סטעיטס זענען שווארצע רעפובליקאנער, און 9% פון די דעמאקראטישע סטעיטס זענען שווארצע דעמאקראטן, און אין סענאט זענען 2% רעפובליקאנער פון די 1.3% שווארצע רעפובליקאנער, אבער ביי דעמאקראטן איז עס 4% פון 9% שווארצע דעמאקראטן.

חוץ מערילענד, זענען די שווארצע נישט איבער 20% אין קיין איין בלויע סטעיט דאכציך, רויטע סטעיטס זענען זיי איבער 30% אין אפאר.

דא האסטו א מאפע.

African-Americans_by_state.svg.png


עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז א סטעיט וואס די שווארצע זענען ארום פופצן פראצענט, און אודאי ווי זיי זענען אסאך ווייניגער, זאל נישט זיין קיין איינס פון די צוויי סענאטארן שווארצע. און דזשארדזשיע האט טאקע יעצט איין שווארצן און איין איד..

וואשינגטאן די סי אלס סטעיט וועט מסתמא האבן איינס אדער ביידע סענעטארן שווארצע, ווי מען זעהט אז די מעיאר איז.

און דא איז א ליסטע ביי סטעיט. די אנדערע סטעיטס מיט נאך ווייניגער האבן נישט געפיט...
Screenshot_20210720-144956_Chrome.jpg


דו ביסט גערעכט ווען עס איז איין סטעיט, אבער פון 25 סטעיטס וואס האבן צוזאמען צען פראצענט שווארצע וואלטן סטאטיסטיקלי געדארפט זיין 5 שווארצע סענאטארן.
נאכדערצו ווען מען רעדט איין רעיס נאך די צווייטע פאר צענדליגער יארן, און עס זענען נאך קיינמאל נישט געווען מער ווי צוויי דעמאקראטישע שווארצע, און ביז 2017 איז נאך קיינמאל נישט געווען מער ווי איין שווארצער, מיינט עס אז עס איז זיכער נישט קיין צופאל, משא''כ אין די רעפובליקאנער סטעיטס ווי אפי' עס זענען דא אסאך שווארצע זענען זיי אבער כמעט אלע דעמאקראטן און לויפן אויף די דעמאקראטישע זייט אזוי ווי ווארנאק טאקע.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די רעפאבליקאנער: די אנטי וואקס פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

צום קעפל (דאס איז דאכציך די ערשטע מאל איך זעה א אנקעטע דירעקט איבער דעם ענין לויט די פארטייען):

20210919_102158.jpg
20210919_102158.jpg (100.38 KiB) געזען 2687 מאל
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

Re: די רעפאבליקאנער: די אנטי וואקס פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

צל עובר האט געשריבן:צום קעפל (דאס איז דאכציך די ערשטע מאל איך זעה א אנקעטע דירעקט איבער דעם ענין לויט די פארטייען):

20210919_102158.jpg


דאס האט גארנישט מיטן קעפל.

דאס האט ספעסיפיג מיטן קאוויד וואקסין וואס איז שטארק פאליטיזירט געווארען.

עס איז זעלבספארשטענדליך אז אויב טראמפ וואלט יעצט געווען פרעזידענט וואלט די רעזאלט געווען פונקט פארקערט.
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: די רעפאבליקאנער: די אנטי וואקס פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

טוב לב האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:צום קעפל (דאס איז דאכציך די ערשטע מאל איך זעה א אנקעטע דירעקט איבער דעם ענין לויט די פארטייען):

20210919_102158.jpg


דאס האט גארנישט מיטן קעפל.

דאס האט ספעסיפיג מיטן קאוויד וואקסין וואס איז שטארק פאליטיזירט געווארען.

עס איז זעלבספארשטענדליך אז אויב טראמפ וואלט יעצט געווען פרעזידענט וואלט די רעזאלט געווען פונקט פארקערט.

יא יא ווער געדענקט נאך ווען קאומאו האט געשריגן אז די וואקסין וואס איז ארויסגעקומען מיטן הילף פונעם פרעזידענט א יאר צוריק האט נישט גענוג סעיפטי סטאדיס
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די רעפאבליקאנער: די אנטי וואקס פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואס איז פשט פון מאכן א קוגל פון סעיפטי אין עפעקטיוונעס אין איין אנקעטע?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: די רעפאבליקאנער: די אנטי וואקס פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

טוב לב האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:צום קעפל (דאס איז דאכציך די ערשטע מאל איך זעה א אנקעטע דירעקט איבער דעם ענין לויט די פארטייען):

[attachment=0]


דאס האט גארנישט מיטן קעפל.

דאס האט ספעסיפיג מיטן קאוויד וואקסין וואס איז שטארק פאליטיזירט געווארען.

עס איז זעלבספארשטענדליך אז אויב טראמפ וואלט יעצט געווען פרעזידענט וואלט די רעזאלט געווען פונקט פארקערט.

זעלבספארשטענדליך גאר???... "וואלט" קומט נישט דא אריין ווייל ס'איז פאקטיש געווען אנקעטעס איבער די וואקסין א יאר צוריק, און דו ווייסט וואס די רעזולטאטן האבן געוויזן?

דא האסטו איינס:
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (26.01 KiB) געזען 2627 מאל
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: די רעפאבליקאנער: די אנטי וואקס פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

והיתם נקיים האט געשריבן:
טוב לב האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:צום קעפל (דאס איז דאכציך די ערשטע מאל איך זעה א אנקעטע דירעקט איבער דעם ענין לויט די פארטייען):

[attachment=0]


דאס האט גארנישט מיטן קעפל.

דאס האט ספעסיפיג מיטן קאוויד וואקסין וואס איז שטארק פאליטיזירט געווארען.

עס איז זעלבספארשטענדליך אז אויב טראמפ וואלט יעצט געווען פרעזידענט וואלט די רעזאלט געווען פונקט פארקערט.

זעלבספארשטענדליך גאר???... "וואלט" קומט נישט דא אריין ווייל ס'איז פאקטיש געווען אנקעטעס איבער די וואקסין א יאר צוריק, און דו ווייסט וואס די רעזולטאטן האבן געוויזן?

דא האסטו איינס:

מיט דעם ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט, רעפובליקאנער זענען שוין לאנג מער וואקסין סקעפטיש ווי דעמאקראטן, נאך פאר די קאוויד איז בכלל אפירגעקומען
למשה איז אבער ביי די דעמאקראטן אויך דא אזא 10-15% (מילד גערעדט) וואקסין סקעפטיקער, דערפאר איז נישט ריכטיג וואס געוויסע ניקים האלטן אין איין איבערקייען אז די קאנצעפט אז וואקסינס איז נישט אזוי אפעקטיוו אדער סעיף איז עפעס א וויסט רעכטע נאצישע אנטיסעמיטישע קאנספיראציע טעאריע, נאר עס זענען דא גענוג וואס האלטן אזוי אויף לינקס אויך, נאר די רעכטע זענען באופן כללי מער סקעפטיש אויף די גאווערמענט דערפאר איז דא דארט מער, עס איז אבער נישט בהכרח געבינדן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די רעפאבליקאנער: די אנטי וואקס פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לויט די אנקעטע אליינס, זענען 13% דעמאקראטן וואקסין סקעפטיקער, פלאס נאך 4% וואס ווייסן נישט.

(און דאס איז לפענ"ד די סיבה פארוואס ביידן האט אזוי געצעגערט מיט וואקסין מאנדאטן, ווייל רוב וואס שטיצט עס איז נישט גענוג, זינט די אלע רעכטע און רעכט גענויגטע "אינדעפענדענטס", וואס זענען פרא מאנדאט, וועלן דאך ממילא נישט שטימען פאר דיר, האט ער געמוזט ווארטן ביז עס איז געווען בערך רוב פון צווישן דעמאקראטן לינקע און צענטריסטישע וויילער וואס זענען פרא מאנדאט.)
אוועטאר
מילי דשטותא
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 18, 2021 12:32 pm
לאקאציע: עיר הקודש אומן!

Re: די רעפאבליקאנער: די אנטי וואקס פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילי דשטותא »

צ/ק
פארוואס ווערן שיטות, טולס צו אטעקירן מענטשן?
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: די רעפאבליקאנער: די אנטי וואקס פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

מילי דשטותא האט געשריבן:צ/ק
פארוואס ווערן שיטות, טולס צו אטעקירן מענטשן?

פארוואס פילט איר אז דער קעפל איז א אטאקע?
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: די רעפאבליקאנער: די אנטי וואקס פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

Mezofzef האט געשריבן:
מילי דשטותא האט געשריבן:צ/ק
פארוואס ווערן שיטות, טולס צו אטעקירן מענטשן?

פארוואס פילט איר אז דער קעפל איז א אטאקע?

פארוואס פילט איר אין @מילי דשטותא'ס תגובה א אטאקע אין אייער ריכטונג?
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: די רעפאבליקאנער: די אנטי וואקס פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

איך פיל כלל נישט אזוי.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
ירח בן יומו
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 6:20 am

Re: די רעפאבליקאנער: די אנטי וואקס פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירח בן יומו »

שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”