אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ווי די עולם האט מסתמה מיטגעהאלטן האט פרעזידענט ביידען זיך לעצטע וואך צוריקגעקערט פון א גרויסארטיגע 8 טאגיגע נסיעה איבערן ערד קוגל, ווי ער האט באזיכט אין עטליכע לענדער, זיך געטראפן מיט צענדליגער וועלט פירער, און געשלאסן א לאנגע רייע דיעלס און אפמאכן.

אפגעזעהן פונעם פארטיי אפיליאציע אדער צו מען גלייכט יא אדער נישט דעם ביידען אין אלגעמיין זענען אלע מודה אינעם סוקסעס פונעם טריפ. ווי נישט ווי, אמעריקאנער גלייכן ווען זייער פרעזידענט איז ברום המעלה, מיט אן אנזעהנדע פירענדע ראלע, און זעהנדיג דעם פרעזידענט מאנאווירנדיג דעם דיסקוסיע אויפן אינטערנאציאנאלע ארענע, ארבייטן מיט די פריינט, שטעלן אין פלאץ די שונאים און דערקלערן מיט פאטאס אז 'אמעריקא איז צוריק' איז א זאך וואס מענטשן קענען נישט נישט גלייכן.

עס איז אבער אינטערסאנט צו כאפן א בליק אויף צוריק און זעהן ווי דראמאטיש אנדערש די בילד האט אויסגעקוקט הערשט בלויז דריי יאר צוריק בעת אין אמעריקא האט נאך געבלאזן אנדערע ווינטן און א צווייטער גאר אנדערער פרעזידענט האט פארנימען די אמעריקאנער פילאט זיץ, און ווי אטעם פארכאפענד אנדערש א נסיעה איבער די וועלט האט אויסגעקוקט בשעתו.

לאמיר געבן א מיש צוריק דעם בלעטל מיט א דריי יאר טאקע, און לאמיר א בליק טוהן אויפן דאן פרעזידענט טראמפ יר"ה'ס נסיעה צום זשי. 7, נאטא, און דער רוסישער פירער, וואס אט דער זעלבער סדר האבן מיר דא מיטגעלעבט מיטן יעצטיגן פרעזידענט מר. ביידען יר"ה, אזוי ארום אז מיר וועלן קענען גרינג פארגלייכן די צוויי נסיעות 'עפל צו עפל' מיט די אקוראטע בילדער און צייטונג אויסשניטן בשעתו און עס פארגלייכן קעגן דעם יעצטיגן, אזוי ארום צו קענען האבן א קלארן בילד ארום און ארים פון די ביידע פירער'ס באהאנדלונג וואס קען זעהן גאנץ אינטערסאנט פארן ציבור.

לאמיר גיין אויפן סדר פונעם השתלשלות הנסיעות. די זשי, 7. סאמיט, די נאטא קאנפערענץ, די פירער באגעגענישן, און דאן דער אמעריקאנער-רוסישער סאמיט וואס דארט זעהט זיך איבערהויפט אן די שטארקע חילוק פון די צוויי פירער'ס צוגאנג.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

וועלמיר אנהויבן מיט אן אינטערסאנטע אבער גאר קאנסעקווענציאלער חילוק, וואס מ'זעהט איינמאל און נאכאמאל ווי די זעלבע זאכן אויף וואס טראמפ פלעגט פארפירן גאר לאנג אנע רעזולט, איז אייגענטליך דער קילער געמאסטענער ביידען וואס האט סוקסעסירט מיט א רעזעלוציע אנצוהייבן מיט עפעס ממשות צו סאלוון עווענטואל דעם פראבלעם.

ערשטע ביישפיל איז די "טשיינע דאמינענץ" אישו און זייערע נאכאנאנדע שטיקעס ארום די וועלט אויף וועלעכע טראמפ האט כסדר מיט רעכט פארפירט און פרובירט ברענגען די וועלט אויף זיין זייט פונעם פייט אנע ערפאלג נאכדעם וואס זיינע וועלטס פירער באגעגענישן האבן זיך כסדר אויסגעלאזט אין כאאס.

ביידען איז אנגעקומען און שוין ביים ערשטן וועלטליכע מיטינג, מיט די ריכטיגע דיפלאמאטישע פרעשור מצליח געווען צו שטעלן דעם גרינדשטיין אויף א פאראייניגטע פרייע וועלט קעגן טשיינע. דאס איז ערשט ביים זשי 7 און דאן די זעלבע ביי נאטא.
אטעטשמענטס
20210620_004110.jpg
20210620_004110.jpg (240.37 KiB) געזען 1301 מאל
20210620_021402.jpg
20210620_021402.jpg (430.58 KiB) געזען 1337 מאל
20210620_020529.jpg
20210620_020529.jpg (263.22 KiB) געזען 1337 מאל
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום זונטאג יוני 20, 2021 8:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

די אייראפעאישע/אמעריקאנע טרעיד געפעכט איז נאך א ביישפיל. טראמפ האט געפירט א קאמפ אבער אנע סעלושענס. ביידען קומט אן און מיט א דאזע קאמפעטענסי ארלעדיגט א לענדמארק טרעיד געפעכט.
אטעטשמענטס
20210620_052405.jpg
20210620_052405.jpg (376.75 KiB) געזען 1336 מאל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

גאר באקאנט איז טראמפס געשרייען קעגן טשיינע'ס קאוועראפ אויפן קאוויד אריזשענס אויספארשונגען. ער האט אבער אויסגעקליבן שרייען און פארפירן אויף די גאנצע וועלט, איז עס געבליבן ביי דעם.

ביידען האט מיט ערוואקסענע פארהאנדלונגען ארלעדיגט די פרייע לענדער'ס זיך פאראייניגן אויף א פרעשור קאמפיין אויף טשיינע דערוועגן.
אטעטשמענטס
20210620_055630.jpg
20210620_055630.jpg (487.9 KiB) געזען 1336 מאל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

די כאאטישע באגעגענישן מיט אמעריקא'ס אליאירטע בשעתו vs די באזעסענע רעספעקטירטע פירערשאפט כהיום איז מיינדבאגלינג.
אטעטשמענטס
20210620_002117.jpg
20210620_002117.jpg (297.13 KiB) געזען 1300 מאל
20210620_020510.jpg
20210620_020510.jpg (424.29 KiB) געזען 1323 מאל
20210620_014414.jpg
20210620_014414.jpg (178.78 KiB) געזען 1323 מאל
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום זונטאג יוני 20, 2021 8:03 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

דאן vs יעצט; א בילד וואס רעדט א מיליאן ווערטער.
אטעטשמענטס
20210620_050036.jpg
20210620_050036.jpg (483.15 KiB) געזען 1319 מאל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

דאן vs יעצט.

אויבן: וועלט פירער לאכן און שפעטן אפ הויעך פונעם אמעריקאנעם פרעזידענט אונטער זיין רוקן. די פוטעדזש דערפון ווערט בליץ שנעל צושפרייט איבער די וועלט מיט ציפעדיגע בושות.

אונטן: אמעריקא'ס פרעזידענט איז צוריק מיטן פולסטן רעספעקט, אלס פירער פון די פרייע וועלט.
אטעטשמענטס
Screenshot_20210620-074820_Gallery.jpg
Screenshot_20210620-074820_Gallery.jpg (535.99 KiB) געזען 1307 מאל
20210620_013105.jpg
20210620_013105.jpg (266.41 KiB) געזען 1307 מאל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

יונייטעד קינגדאם'ס פירער מר. באריס זשאנסאן. טראמפ vs ביידען:
אטעטשמענטס
Screenshot_20210620-080557_Gallery.jpg
Screenshot_20210620-080557_Gallery.jpg (718.31 KiB) געזען 1296 מאל
20210620_003901.jpg
20210620_003901.jpg (216.86 KiB) געזען 1296 מאל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

קאנאדא'ס פירער מר. זשאסטען טרודאו. טראמפ vs ביידען:

(צום באמערקן, נישט אז אמעריקא גיבט זיי א פאס.. פון אפשטעלן דעם קיסטאון פייפליין ביז דורכפירן דעם ספעציעלן אלאסקע קרוז שיפן געזעץ, לעקט קאנאדא נישט קיין ספעשל פלאש האניג. אבער דאך איז דא א רעספעקטפולע מיוטשעל פארשטענדענישט.)
אטעטשמענטס
Screenshot_20210620-080857_Gallery.jpg
Screenshot_20210620-080857_Gallery.jpg (640.91 KiB) געזען 1288 מאל
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

די גאנצע ארטיקל וואלט געהאט מער חן אן די העדליינס פון די פרעס ודי

איך בין טאקע נייגעריג צו הערן/זעהן די רעאקציע פון די וועלט פירער ווען ביידען העקעצט און קעקעקצט ביי זיינע רעדעס

מיין פוינט איז, אז יעדע געשעניש קענסטו טרעפן אויף וואס צו שיינען די ספאט לייט, פאזיטיוו אדער נעגאטיוו
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פראנקרייך'ס פירער מר. מאקרון. טראמפ vs ביידען:
אטעטשמענטס
Screenshot_20210620-081903_Gallery.jpg
Screenshot_20210620-081903_Gallery.jpg (591.03 KiB) געזען 1280 מאל
20210620_005212.jpg
20210620_005212.jpg (255.04 KiB) געזען 1280 מאל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

נאטא פרעזידענט/סעקרעטאר. טראמפ vs ביידען:
אטעטשמענטס
Screenshot_20210620-082121_Gallery.jpg
Screenshot_20210620-082121_Gallery.jpg (620.99 KiB) געזען 1276 מאל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פרעזידענטליכע אפראוול ראטע ביים באזוך. טראמפ vs ביידען:
אטעטשמענטס
Screenshot_20210620-082336_Gallery.jpg
Screenshot_20210620-082336_Gallery.jpg (566.21 KiB) געזען 1275 מאל
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום זונטאג יוני 20, 2021 8:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

כאפצעם האט געשריבן:לאמיר געבן א מיש צוריק דעם בלעטל מיט א דריי יאר טאקע, און לאמיר א בליק טוהן אויפן דאן פרעזידענט טראמפ יר"ה'ס נסיעה צום זשי. 7, נאטא, און דער רוסישער פירער, וואס אט דער זעלבער סדר האבן מיר דא מיטגעלעבט מיטן יעצטיגן פרעזידענט מר. ביידען יר"ה, אזוי ארום אז מיר וועלן קענען גרינג פארגלייכן די צוויי נסיעות 'עפל צו עפל' מיט די אקוראטע בילדער און צייטונג אויסשניטן בשעתו און עס פארגלייכן קעגן דעם יעצטיגן, אזוי ארום צו קענען האבן א קלארן בילד ארום און ארים פון די ביידע פירער'ס באהאנדלונג וואס קען זעהן גאנץ אינטערסאנט פארן ציבור.

די מאכסט מיר לאכן, אקוראטע צייטונג אויסשניטן אזוי ארום צו האבן א קלארע בילד

וויפיל מאל דארך מען דיר זאגן אז העדליין'ס פון די לינקע מידיע מאכט קיינעם נישט קלענער אדער גרעסער?

שוין געניג דיין לינקע העדליין אשכול וואס די רופסט מיט א נאמען וואס האט נישט קיין טראפ שייכות מיט די אינהאלט ביידן אקאמפלישמענטס, וואס פעלט אויס נאכאיין?

איר זאלט מיר אביסל אנטשולדיגן במחילות כבודך, אין דזשענערל האב איך זייער ליב אייער געשרייבעריי אבער ביז סקומט צו היפאקריטיע, איך קען ווען אויך עפענען אשכולות אין אריינלייגען אלע רעכטע מידיע העדליין'ס נאר ווי די פארשטייסט אליין האט עס נישט קיין פשט ווייל העדליינס ווייזט נישט אויף גארנישט, ונתנו גייט אהין און צוריק, ווען עס איז נעבעך נישטא גארנישט צי ווייזען מוז מען נוצען העדליינס

פארמיר צייגט די זאכן אז מ'האנדעלט דא פון א דורכפאל פון א פרעזידענט אז מען מיז צוקומען צו זיך אליין צו פאפן מיט לינקע פראפעגאנדע ווי איידער צו קוקען אויפן מציאות

-----------------------

קרייסלער האקט
לעצט פארראכטן דורך פאסט טרעגער אום זונטאג יוני 20, 2021 8:27 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ס׳וועט זיין בעסער
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס׳וועט זיין בעסער »

עטליכע נקודות

דאס די wp און די nyt שרייבען אנדערע סארט העד ליינס לטובת ביידען, דאס איז פשוט ערווארטעט.

שנית, די פאקט אז ביידען זאגט אז אמעריקא וועט געבן געלט פאר ….. אלעס, בקיצור ביזנעס בעק טו רעגולער אז אמעריקע איז די פּיגי בענק פון די וועלט, אודאי וועלן די וועלט פירער זיין מער העפּי. טראמפ האט געפאדערט אז יעדער זאל צושטעלן זייער חלק, זענען די וועלט פירער נישט געוועהן זייער צופרידן.

נאך א נקודה, די אלע אפיציעלע פאטא-אפ בילדער וואס מען ברענגט פון ביידען איז פונקט אזוי דא פון טראמפ (פ״וו ברענגט מען עס נישט, איך מיין איך ווייס) ס״ה די מער ערענסטע בילדער פון טראמפ האסטו נישט פון ביידען ווייל א׳ ביידען האט זיי אלעס געגעבן, ב׳ ווייל ביידען׳ס סטעף (וואס לפי ביידען קען ער ווערן אין טראבעל פון זיי) האבן איהם נאר צו געלאזט צו די פאראויסגפלאנטע צערעמאניעס און פאטא-אפ סעשענס.

אויך, יעדער ווייסט אז ביידען גייט גארנישט טוהן למעשה, ס׳איז אלס נאר דאמירן בעלמא, למשל ער רעדט שארף קעגן רוסלאנד און למעשה נעמט ער אראפ אלע סאנקציעס פון די רוסישע פייפליין אריין קיין יוראפ, נאכדעם ווערט ביידען גאר פריינטליך מיט פוטין און ער לאכט ווי א לוניטיק ווען מ׳פרעגט איהם איבער זיין ״פוטין איז א קילער״ קאמענט. משא״כ פון טראמפ האט מען מער מורא געהאט ווייל ער טוט למעשה.

די וועלט האט נישט אזוי געלאכט פון טראמפ. די וועלט (אינקלודינג רוסלאנד, טשיינע און איראן) איז זייער העפי יעצט.
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

ס׳וועט זיין בעסער האט געשריבן:עטליכע נקודות

;l;p- די זעלבע האב איך געשריבן אויבן, נאר די האסט עס שענער צולייגט

לגבי דאס אז ביידן האט גארנישט געטון למעשה, דארפסטו פארשטיין אז ביי די חברה הייסט טאלק אנלי וויט נאוי עקשאן אקאמפלישט ועיין כאן
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

טערקיי'ס פירער מר. ערדואן. טראמפ vs ביידען:

(ביידען האט הערשט לעצטענס שטארק צוגעפיקסט דער טערקישער מיטן דערקלערן אפיציעל דעם ארמעניער שחיטה אלס א "זשענעסייד" אבער דאך באוויזן צו האבן א פרוכטבארע מיטינג מיט אים, קריגן לויב ווערטער, און געמאכט א דיעל וועגן אפגאניסטאן)
אטעטשמענטס
Screenshot_20210620-083654_Gallery.jpg
Screenshot_20210620-083654_Gallery.jpg (501.78 KiB) געזען 1256 מאל
Screenshot_20210620-082853_Chrome.jpg
Screenshot_20210620-082853_Chrome.jpg (172.4 KiB) געזען 1256 מאל
Screenshot_20210620-083203_Chrome.jpg
Screenshot_20210620-083203_Chrome.jpg (201.37 KiB) געזען 1256 מאל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

כאפצעם האט געשריבן:דאן vs יעצט.

אויבן: וועלט פירער לאכן און שפעטן אפ הויעך פונעם אמעריקאנעם פרעזידענט אונטער זיין רוקן. די פוטעדזש דערפון ווערט בליץ שנעל צושפרייט איבער די וועלט מיט ציפעדיגע בושות.

אונטן: אמעריקא'ס פרעזידענט איז צוריק מיטן פולסטן רעספעקט, אלס פירער פון די פרייע וועלט.

כאפצעם האט פארגעסן צו ברענגען די רעקארדירונג און בילדער ווען ביידן פרעגט פארוואס דזשאנסאן האט אים נישט פארגעשטעלט דעם דרום אפריקאנער פרעזידענט, אויף וואס דזשאנסאן ערנטפערט ער האט יא.

און דער עולם שיסט אויס אויפן קול...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

די גאנצע אשכול צייגט נאר ווי ביידן איז נישט אינטערעסירט אויפצוטון. אמעריקע איז מער נישט פירסט און מיר האבן מער נישט קיין פרעזידענט וואס זאל שטעלן זיינע ווירדן ערשט, אפגעזען ווער עס לאכט פון אים און וואס די מידיע האט צו פארקויפן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

דאן האמיר די פוטין סאמיטן. טראמפ vs ביידען:

א געשעענישט וואס אמעריקא וועט נישט פארגעסן אזוי שנעל.
אטעטשמענטס
Screenshot_20210620-084049_Gallery.jpg
Screenshot_20210620-084049_Gallery.jpg (654.01 KiB) געזען 1246 מאל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ביידען/פוטין: טאטאל ביידען דאמינענץ.

טראמפ/פוטין: טאטאל פוטין דאמינענץ.
אטעטשמענטס
Screenshot_20210620-041318_Gallery.jpg
Screenshot_20210620-041318_Gallery.jpg (628.88 KiB) געזען 1242 מאל
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

@ כאפצעם טייערער איך מיין עס איז נישט אויסגעהאלטן וואס די טוסט

וואס איז מיט שמוע בין אחיכם?

אז די קאמפערסט די פראפאגאנדע פון יעצט ווס פיר יאר צוריק דארפסטו עס קאמפערן מיט די רעכטע פראפאגאדע, נישט אזוי?

קאמפערן לינקע פראפאגאנדע צו לינקע פראפעגאנדע רופסטו עפעלס צו עפעלס?...................
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פון פאקס ביזן וואשינגעאן פאוסט, די ווערדיקט איז קלאר.
אטעטשמענטס
20210619_234113.jpg
20210619_234113.jpg (262.28 KiB) געזען 1236 מאל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פרעסטיזשפולער ניו יארק טיימס פראנט קאווער, דאן vs יעצט:
אטעטשמענטס
Screenshot_20210620-084724_Gallery.jpg
Screenshot_20210620-084724_Gallery.jpg (606.2 KiB) געזען 1230 מאל
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: אויפן וועלטס ארענע: טראמפ vs ביידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

Screenshot 2021-06-20 084747.png
Screenshot 2021-06-20 084747.png (562.83 KiB) געזען 1227 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”