והיתם נקיים האט געשריבן:הונדערט פראצענט אז ס'האט מיט דעם, ווייל רעגירונגס פראגראמען וואס ווערט פינאנצירט דורך שטייערן שטופט ארויף די עקאנאמיע, וואס אלס רעזולטאט איז די קאסט אוו ליווינג העכער.
אבער העכערע שטייערן פאר זיך איז פאר'ן כלל אן הכנסה פונקט ווי ס'איז אן אויסגאבע, ווייל יעדע דאלאר פון שטייערן גייט אריין אין די קאסע פון די רעגירונג וואס קומט צוריק צום כלל אין איין וועג אדער די אנדערע, ווייל היינטיגע צייטן נוצט מען דאך שוין נישט קיין שטייערן צו רייך צו מאכן די רעגירונג אזויווי אמאל, ווייל די רעגירונג איז נישט קיין פיזישער פערזאן נאר א לעגאלער פערזאן (וואס האט נישט קיין תאות ממון).
איז דא נאך איינער דא אויפן וועלטל וואס מיינט אז די רעגירונג נוצט אויס יעדע צענט וואס קומט אריין אויפן בעסטן אופן וואס איז שייך עס צוריק צו געבן צום כלל?
עס איז נישט דא קיין ארגעניזאציע אויף די וועלט וואס נוצט אויס געלט אזוי שלעכט ווי די אמעריקאנע רעגירונג. די פאקט איז אז קיינער האט נישט קיין אמתע אחריות אויף די געלט און מען שווענדט עס אויף נישטיגע הוילע שטותים.
פרעג עני מענטש וואס האנדלט מיט רעגירונג געלטער, א גרויס חלק פון די ארבעט איז זיכער צו מאכן אז די בודזשעט ווערט אויסגענוצט כדאי צו קענען ווייזן אויף די נעקסטע יאר אז מען ברויך נאכאמאל באקומען כאטשיג אזוי סאך.
אלס א קליינע משל, איך האב אמאל געהערט פון איינער וואס פארקויפט פורניטשור פאר פאבליק סקולס אז ער באקומט יעדעס יאר שווערע באשטעלונגען פון די סקולס אויף זאכן וואס זיי דארפן בעצם נישט נאר ווייל זיי מוזן אויסנוצן די געלט עס צו באקומען נעקסטע יאר.
א צווייטע משל איז מיט די טרויעריג בארימטע טיטשערס יוניאן וואס האט געמאכט אז די שטאט זאל נישט קענען פייערן קיין טיטשערס און צוליב דעם זענען דא שווערע הונדרעטע טיטשערס וואס מען האט געמוזט פארשיקן פארן אביוזן זייערע סטודענטן אבער זיי באמובען נאכאלס מידי שבת בשבתו א פעיטשעק פארן טון... גארנישט.
דאס איז נאך פאר מען הייבט אפי' אן צו רעדן וועגן די אלע שטותים ווי מען פאמפט אריין שווערע געלטער פאר אזויגערופענע וויכטיגע ריסורטש שטודיעס וכו'
צו זאגן אז געלט וואס מען צאלט פאר טעקס קומט צוריק איז ערגעץ צווישן ליצנות, ליגנט, און מוח פארשווענדעניש.