די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

שמואל בארג האט געשריבן:ס'איז דייקא דא אין פלאץ צו רעדן פון מדנ"י גרינדונג, אויב מ'וויל פארשטיין וואס טעראר מיינט און פארוואס רעלאטיוו נארמאלע אראבער זענען מסכים מיט די טעראר פון כאמאס.

כאמאס זאגט נישט אז זיי ווילן אויס'הרג'ענען אלע אידן און כופרים בכל מקומות מושבותיהם רח"ל, זיי זאגן אז זיי דארפן ארצינו הקדושה אין זייער קאנטראל.

אבער אויב ווילסטו מ'זאל נישט פארשפארן דעם אשכול איז בעסער יא צו לאזן די נושא אינדרויסן.

פארוואס פייניגט מען יעצט אידן אין ניו יארק? נישט ווייל זיי ווילן הרג'נען אלע אידן?!? ביסט ערנסט פארנארט?... זיי האבן פיינט יעדן איד פון איבעראל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
עובדיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2021 12:01 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובדיה »

מ'פארגעסט די עיקר חילוק פון סתם פאלעסטינער און כאמאס, כאמאס איז א ראדיקאלער איסלאמישער טעראר גרופע וואס רופט אז מ'זאל הארגענען אלא אידן, לויט זיי האט דער באשעפער געמאכט די מדינה אז די אידן זאלן זיין אויף איין פלאץ מען זאל זיי קענען גרינג אויסהארגענען ה"י.
יא אונז ווילן זעהן נקמה אין די רוצחים, און יא אויך אין זייערע קינדער, ווי די פסוק זאגט: "אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחֵז וְנִפֵּץ אֶת עֹלָלַיִךְ אֶל הַסָּלַע".
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

יא יא, ווי געשריבן א בלאט צוריק. אבער געוויסע דא קריכן אויף גראדע ווענט אן דאס מינדערסטע ריסערטש.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:טעראר איז א מיטל אין מלחמה, כאמאס קען נישט טון עפעס אנדערש צוליב זייערע שוואכע מעגליכקייטן, ירדן זענען גלויביגע גענוי ווי כאמאס, אבער זיי האבן די מלוכה ברויכן זיי נישט נוצן טעראר.

וואס איז מיט כיזבאלא? זיי זענען אויך נישט קיין טעראריסטן בכלל, והא ראיה זיי זענען שטיל...

איר דארף בלויז אביסל עדוקאציע איבער די היסטאריע פון די גרופעס וזהו.

כאמאס - אזויווי אסאך אנדערע טעראריסטישע גרופעס, ובפרט זייער מאמע איסלאמיק בראדערהוד - איז א סאציאלע גרופע, וואס איז פארנומען מיט חינוך, געזונט, חסד (אזויווי די הערסט...), ועוד ועוד. זיי האבן אויפגעשטעלט שפיטעלער, און בתי חינוך וכדו'. צוביסלעך, ווען זייער השפעה איז געווארן גרעסער זענען זיי געווארן א פאליטישע כח אינערהאלב די פאלעסטינער געמיינדע (להבדיל אלף אלפי הבדלות, וויאזוי אגו"י שטעלט זיך פאר, צו אויפטוהן פאר אידישקייט וכדו' און אינאיינוועגס אויך מישן אין פאליטיק. קוק אן די ש"ס פארטיי, וואס האט אויפגעשטעלט א ריזיגע נעץ פון בתי חינוך, און איז אויך א פאליטישע מאכט).
אויך האבן זיי א פליגל פון מיליטער, וואס האט א ציהל צו באפרייען ארץ ישראל פון אירע אקופאנטן.
מיר אלע ווייסן אז זייער אלע וואוילטעטיגע אקטן זענען אלעס פאר איין ציהל, צו בויען זייער מיליטאנטן גרופע, אבער פארט פארקערפערט די ארגאניזאציע צוויי באזונדערע כוחות.
די מהלך וויאזוי צו באפרייען ארץ ישראל איז דורך טארעריסטישע שטיק, וויבאלד נאר דאס איז אין זייערע יכולת, זאל דער אויבערשטער אפהיטן כלל ישראל, זיי זאלן ח"ו נישט צוקומען צו עפעס מער.

דערפאר איז 'נישט' שייך אפצולערנען די דעת הקהל אין עזה, פון דעם וואס זיי האבן געוואונען די וואלן (די גאנצע גרופע באשטייט 'לויט די איזרעאלישע השערות' [וואס איז נחשד צו מגזם זיין] פון לערך 6-8 טויזנט קעמפער, פון א באפעלקערונג פון איבער צוויי מיליאן).
און דערפאר האבן זיי 'צענדליגע' פירער, וויבאלד דאס פארקערפערט מער ווי איין ציהל און פונקציע, און יעדע זאך כשלעצמו האט זיך אנדערע פירער'ס (כ'וויל נישט זאגן הויך, ועוד מעט וסקלונו, אבער נישט יעדע הויכראנגיגע חמאס פירער איז בהכרח א טעראריסט).
דערפאר איז לאו דוקא ריכטיג אראפצוקנאקן יעדע בנין פון חמאס אקטיוויטעטן (כאטש איך פארשטיי אז זיי אליינס מאכן זיכער צו מישן איינס מיטן צווייטן, און אויטאמאטיש ווערט דאס א הכרח).
ועוד ועוד

די מדינה האט מצליח געווען זיי אפצומאלן פאר רוצחים און טעראריסטן 'צוליב רעליגיע', טעראר לשם שמים, א זאך וואס איז נישט ריכטיג.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

יעדער דארט שטיצט אבער די טעראריזם פון כאמאס אדער נישט? יעדער דארט איז גרייט צו הרג'נען אידן אדער נישט??
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
פעקט טשעק אלערט.

איך קען נישט ליינען די אלערט, לערן עס פאר הויעך.

זיי מברר וויאזוי חאמאס פירט זיך אויף צו זייערע אונטערטאנען?

מער ווי איין 'קריסטליכע' טומאה פונקציאנירט אין עזה פאס, ואין פוצה פה ומצפצף.
ניין, זיי זענען לאו דוקא דא צו הרג'ענען די 'כופרים'.

מקור?

וויפיל כאמאס טונעלן זענען דא אונטער דעם?...

גוגל מעפס
דוק ותשכח
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:מער ווי איין 'קריסטליכע' טומאה פונקציאנירט אין עזה פאס, ואין פוצה פה ומצפצף.
ניין, זיי זענען לאו דוקא דא צו הרג'ענען די 'כופרים'.

נע, בכלל נישט... מ'פייניגט נאר מדינת ישראל דארט. און דאס איז וואס האט שוין יא ארויסגעליעקט, ווער ווייסט וויפיל נאך אזעלכע מעשיות בלייבן פארשוויגן.
In October 2007, Rami Khader Ayyad, owner of Gaza's only Christian bookstore, was abducted, beaten and murdered, after his bookstore was firebombed by an unidentified group attacking targets associated with Western influence.

https://en.m.wikipedia.org/wiki/The_Tea ... s_Bookshop

יישר כח פאר די לינק!
לאמיר צוברענגען אייניגע זאצן.
"about 3,000 Christians were Gaza residents, a tiny minority in comparison with the approximately 1.5 million Muslims living there."
דאס איז מסביר פארוואס די איינצעלנע טומאות איז גענוג פאר די קליינע צאל איינוואוינער.

"Relations between the Muslim and Christian communities have historically been cordial."
גוגל טראנסעלירט
די באַציונגען צווישן די מוסלים און קריסטלעך קהילות זענען היסטאָריש געווען האַרציק.

אלזא, זענען זיי דא צו הרג'ענען כופרים?
פארוואס לאזן זיי אפן די טומאות אינטער זייער הערשאפט?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ליין דארט ווייטער... וויפיל זענען דא היינט? מער פון 3000 אדער ווייניגער?

והשנית, אויף וויקיפידיע וועסטו אויך נישט טרעפן די רדיפות קעגן אויסווארפן פון אונזער היימישע קאמיוניטי... דאס זענען זאכן וואס בלייבן דארט. עזה איז א טורד ווארלד קאנטרי און ווער עס געט ארויס די סודות טרעפט זיך מיט איין אדער צוויי קעפ ווייניגער.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

שמואל בארג האט געשריבן:די אלע זאכן וואס דו זאגסט קען מען לייגן אויף די מזרחי פונקט אזוי, זיי ווילן א לאנד און אויך אפווישן אלע אראבער, פארוואס באקומען זיי נישט דעם טיטל אייסיס?

כאמאס הרג'ט נישט די 'כופרים' וואס וואוינען אין עזה, זיי זענען דא צו צוריקכאפן דעם הייליג לאנד פון מדנ"י וואס לפי טענתם איז דאס זייער, און דאס איז וואס זיי זאגן.

ממש אזוי... איתמר בן גביר א ראדיקאלע ציוניסטישע פירער וואס פארפירט ביים הר הבית, האט יעצט געזאגט אז מ'דארף תיכף צו ווארפן אל אקצע אין אלע אנדערע בנינים אויפן הר הבית כדי מ'זאל שוין קענען גראד אנהייבן מקריב צו זיין קרבנות, ברענגען בכורים, וכו'. נאכדעם האט ער געזאגט אז ער האפט ארויסצושטויסן אלע אראבער פון גאנץ ארץ ישראל אזוי וועט דאס לאנד זיין ריין...
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

שמואל בארג האט געשריבן:נעלסאן מאנדעלע האט אויך טערארזירט די ווייסע איינוואוינער אין אפריקע, ער איז אפגעזיצן אין טורמע לאנגע יארן, ווען ס'איז אים געלונגען צו דורכפירן וואס ער האט געוואלט איז ער געקרוינט געווארן אלס דער גרויסער העלד.

טעראר איז א מיטל אין מלחמה, כאמאס קען נישט טון עפעס אנדערש צוליב זייערע שוואכע מעגליכקייטן, ירדן זענען גלויביגע גענוי ווי כאמאס, אבער זיי האבן די מלוכה ברויכן זיי נישט נוצן טעראר.

יעדעס ווארט אמת. איך וואונדער מיך אויב חאמאס וועט איין טאג זיין א העלד. אלעס קען פאסירן. דער וועלט טוישט זיך כסדר.
אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִרְיַת חָנָה »

כאמאס שרייבט ארויס אין זייער טשארטער אז אלע אידן (וואס מיינט יא בכל מקומות מושבותיהם) דארפן ווערן אויסגעשאכטן. דער לעצטער איד וועט זיך באהאלטן אונטער א בוים אדער א שטיין, וועט דער שטיין אויסשרייען צום ריכטיגן מאמין קום און הרג'ע דער איד וואס באהאלט זיך אונטער מיר. דאס איז זייער קאנסטיטוציע.

until the Jews hide behind rocks and trees, which will cry: O Muslim! there is a Jew hiding behind me, come on and kill him!
https://fas.org/irp/world/para/docs/880818.htm

א פירער זייערער האט לעצטענס גערופן פאר אלע מוסלומענער צו נעמען מעסערס און אפשניידן אידישע צאוורים רח"ל. נאכאמאל, בכל מקומות מושבותיהם. ער האט געוויזן פונקטליך וועלכע גידים מ'דארף דורכשניידן. אויב איינער ווייסט פון וואס כ'רעד זאל ער ביטע אהערלייגן די ווידיא ווייל איך קען נישט. דאס איז נאר א קליינע ביישפיל.

ווען א מזרח'יסטישע גרופע וואלט געשריבן האלב אזעלכע שארפע ווערטער אין זייער קאנסטיטוציע וואלט די גאנצע וועלט, אריינגערעכנט די מדינה, געהאלטן מיט רעכט אז זיי זענען טעראריסטן. כהנא'ס כך איז נישט געווען א פערטל אזוי, דאך איז עס א טעראר גרופע לויט די מדינה, אמעריקע, אייראפע, קאנאדע.
אז מ'איז קעגן די מדינה הציונית מיינט נאכנישט אז מ'דארף קויפן אלע אראבישע פראפאגאנדע. אויב איז אמאל געווען א טעראריסטישע און אנטיסעמיטישע ארגאנזיאציע איז עס חמאס, און אויב א לאנד דערקלערט עס נישט פאר אזאנס איז עס נאר וועגן אנטיסעמיטיזם.
הושענא, חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִרְיַת חָנָה »

נעלסאן מאנדעלע איז טאקע באמת געווען א טעראריסט. שפעטער, נאכן זיצן אין תפיסה האט ער געטוישט זיין מהלך און אויף דעם איז ער געדענקט צום גוטן. נישט אויף זיינע מעשים הראשונים.
דאס פון מאנדאלע איז א לינקע ליבעראלע שלאג טענה, כאילו מ'קען גארנישט משפט'ן און יעדער טעראריסט קען טאקע עכט זיין א פרידאם פייטער. פעך!
הושענא, חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:כאמאס וויל זיין בעה"ב אויף עזה פולשטענדיג, נישט א מצה צווישן מדנ"י און עגיפטן, ווען עזה וועט ווערן א געהעריג אנערקענטע לאנד פארוואס זאל כאמאס דארפן צוקומען צו טעראר?

פאר 20 יאר צוריק וואלסטו געשריבן אזוי: ווען עזה וועט זיין אונטער זייער אייגענעם אויטאריטעט וועלן זיי זיין צופרידן. יעצט אז זיי האבן דאס שוין, זאגסטו אז זיי ווילן א גאנצע לאנד נישט א מצה.

ווען זיי וועלן האבן א לאנד, וועלן זיי סך הכל ווילן אן אייגענעם קאנטינענט, און נאכדעם אן אייגענעם פלאנעט... יא, דאס גענוי ווילן זיי.

דיין חשבון שטימט אפשר מיט די אראבער פון 60 יאר צוריק, נישט מיט די היינטיגע טעראריסטן וואס זענען שונאי ישראל פונקט ווי אייסיס און אל קאידא.

נו אפשר שיקט מען די גאנצע פעקל קיין מארס, ושלום על ישראל, וחסל ווי מזאגט.

אוי ווי גוט דאס וואלט געווען, אבער דעמאלטס וועלן זיי זיך דארפן שלאגן מיט 'אילאן מאסק'...
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

קִרְיַת חָנָה האט געשריבן:אז מ'איז קעגן די מדינה הציונית מיינט נאכנישט אז מ'דארף קויפן אלע אראבישע פראפאגאנדע. אויב איז אמאל געווען א טעראריסטישע און אנטיסעמיטישע ארגאנזיאציע איז עס חמאס, און אויב א לאנד דערקלערט עס נישט פאר אזאנס איז עס נאר וועגן אנטיסעמיטיזם.

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

מים חיים האט געשריבן:

כ'האב דאס פונקט פריער געשריבן פאר מים חיים אין אישי, אמת?? ממש די זעלבע ווערטער.

כ'האב הנאה אז איינער זאגט וואס איך האב מורא צו זאגן ברבים...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:טעראר איז א מיטל אין מלחמה, כאמאס קען נישט טון עפעס אנדערש צוליב זייערע שוואכע מעגליכקייטן, ירדן זענען גלויביגע גענוי ווי כאמאס, אבער זיי האבן די מלוכה ברויכן זיי נישט נוצן טעראר.

וואס איז מיט כיזבאלא? זיי זענען אויך נישט קיין טעראריסטן בכלל, והא ראיה זיי זענען שטיל...

איר דארף בלויז אביסל עדוקאציע איבער די היסטאריע פון די גרופעס וזהו.

כאמאס - אזויווי אסאך אנדערע טעראריסטישע גרופעס, ובפרט זייער מאמע איסלאמיק בראדערהוד - איז א סאציאלע גרופע, וואס איז פארנומען מיט חינוך, געזונט, חסד (אזויווי די הערסט...), ועוד ועוד. זיי האבן אויפגעשטעלט שפיטעלער, און בתי חינוך וכדו'. צוביסלעך, ווען זייער השפעה איז געווארן גרעסער זענען זיי געווארן א פאליטישע כח אינערהאלב די פאלעסטינער געמיינדע (להבדיל אלף אלפי הבדלות, וויאזוי אגו"י שטעלט זיך פאר, צו אויפטוהן פאר אידישקייט וכדו' און אינאיינוועגס אויך מישן אין פאליטיק. קוק אן די ש"ס פארטיי, וואס האט אויפגעשטעלט א ריזיגע נעץ פון בתי חינוך, און איז אויך א פאליטישע מאכט).
אויך האבן זיי א פליגל פון מיליטער, וואס האט א ציהל צו באפרייען ארץ ישראל פון אירע אקופאנטן.
מיר אלע ווייסן אז זייער אלע וואוילטעטיגע אקטן זענען אלעס פאר איין ציהל, צו בויען זייער מיליטאנטן גרופע, אבער פארט פארקערפערט די ארגאניזאציע צוויי באזונדערע כוחות.
די מהלך וויאזוי צו באפרייען ארץ ישראל איז דורך טארעריסטישע שטיק, וויבאלד נאר דאס איז אין זייערע יכולת, זאל דער אויבערשטער אפהיטן כלל ישראל, זיי זאלן ח"ו נישט צוקומען צו עפעס מער.

דערפאר איז 'נישט' שייך אפצולערנען די דעת הקהל אין עזה, פון דעם וואס זיי האבן געוואונען די וואלן (די גאנצע גרופע באשטייט 'לויט די איזרעאלישע השערות' [וואס איז נחשד צו מגזם זיין] פון לערך 6-8 טויזנט קעמפער, פון א באפעלקערונג פון איבער צוויי מיליאן).
און דערפאר האבן זיי 'צענדליגע' פירער, וויבאלד דאס פארקערפערט מער ווי איין ציהל און פונקציע, און יעדע זאך כשלעצמו האט זיך אנדערע פירער'ס (כ'וויל נישט זאגן הויך, ועוד מעט וסקלונו, אבער נישט יעדע הויכראנגיגע חמאס פירער איז בהכרח א טעראריסט).
דערפאר איז לאו דוקא ריכטיג אראפצוקנאקן יעדע בנין פון חמאס אקטיוויטעטן (כאטש איך פארשטיי אז זיי אליינס מאכן זיכער צו מישן איינס מיטן צווייטן, און אויטאמאטיש ווערט דאס א הכרח).
ועוד ועוד

די מדינה האט מצליח געווען זיי אפצומאלן פאר רוצחים און טעראריסטן 'צוליב רעליגיע', טעראר לשם שמים, א זאך וואס איז נישט ריכטיג.

יא, חאמאס האט יעצט געטענה'ט אז זיי זענען פונקט אזוי שיין ווי די ציונים. דאס הייסט אז זיי האבן כסדר פון פאראויס געזאגט וואו און ווען מ'גייט שיסן(דריי אזייגער אויף תל אביב, פיר אזייגער אויף באר שבע, א.א.וו.) כדי דער עולם זאל איידער איבערלאזן דעם שטאט אדער זיצן אין בונקער, פונקט ווי די מדינה רופט אן איינוואוינער פון געביידעס אדער 'קלאפן זיי אויפן דאך'
איך מאך נישט קיין ליצנות, זיי האבן באמת אזוי געזאגט
לעצט פארראכטן דורך היכי תמצא אום פרייטאג מאי 21, 2021 3:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

היכי תמצא האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:די אלע זאכן וואס דו זאגסט קען מען לייגן אויף די מזרחי פונקט אזוי, זיי ווילן א לאנד און אויך אפווישן אלע אראבער, פארוואס באקומען זיי נישט דעם טיטל אייסיס?

ממש אזוי... איתמר בן גביר א ראדיקאלע ציוניסטישע פירער וואס פארפירט ביים הר הבית, האט יעצט געזאגט אז מ'דארף תיכף צו ווארפן אל אקצע אין אלע אנדערע בנינים אויפן הר הבית כדי מ'זאל שוין קענען גראד אנהייבן מקריב צו זיין קרבנות, ברענגען בכורים, וכו'. נאכדעם האט ער געזאגט אז ער האפט ארויסצושטויסן אלע אראבער פון גאנץ ארץ ישראל אזוי וועט דאס לאנד זיין ריין...

ממש אזוי? בן גביר האט שוין איינעם געהרג'ט? צוויי מענטשן? ברענג א ליסטע. ער איז טאקע א ראדיקאלער עקסטרעמיסט מיט צודרייטע מיינונגען, אבער פארגלייכן א אידיש קינד צו כאמאס טעראריסטן?!?!?

ער איז א אידיש קינד מיט א ווארים הארץ וואס הרג'ט נישט קיין מענטשן. אנדערע זאכן וואס ער האט געזאגט האט ער ליידער קונה געווען פון זיינע רבי'ס...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

אין איין ווארט:
די גאנצע זאך האט זיך אנגעהויבן ווייל חמאס האט געוואלט אז די מדינה זאל ארויסנעמען אירע פעטראלן פון די אל אקצא.
האלט מען יעצט צענדליגע טעג שפעטער מיט חרוב'ע בנינים, גאסן, טונעלן, טעראריסטישע זאפאסן, פירער און סתם מענטשן אין עזה.

ווער פעטראלירט היינט אל אקצא? מדינת ישראל.

סא זאג מיר פונקטליך וואס איז דא די גרויסע נצחון פון חמאס, און וואס איז דא די גרויסע דורכפאל פון די מדינה?

ביי די וועי, איך ווייס נישט צו עס איז קראנט, די עלעקטעריק פירמע האט געסטראשעט אז זיי שטעלן נישט צוריק די חרוב געווארענע עלעקטריק פאר עזה, ביז ווילאנג זיי געבן נישט צוריק די צוויי מדינת ישראל פארכאפטע.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:יעדער דארט שטיצט אבער די טעראריזם פון כאמאס אדער נישט? יעדער דארט איז גרייט צו הרג'נען אידן אדער נישט??

איז דא אפילו איין פראצענט אין די ארטיגע בעפעלקערונג וואס פלאנט עס צו טוהן???

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך וויל אויך אלע אראבערס זאלן שטארבן, איך בין א טעראריסט?? ניין. ווייל איך פלאן עס נישט צו טון.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.

פון אמעריקע האט געשריבן:כאמאס איז א טעראריסטישע ארגאניזאציע, פינטל.

(די פאקט אז די איינוואוינער האבן ערוועלט כאמאס זיי צו פארטרעטן, זאגט זייער אסאך וואס די איינוואוינער זענען און וואס זיי ווילן.)

די פאקט אז ווען מ'רעדט פון כאמאס מוזטו אויך "אריינווארפן" אז די ארטיגע איינוואוינער ווילן דאס, זאגט אז דיין פראבלעם איז נישט דוקא כאמאס, נאר אויך די ארטיגע איינוואוינער.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

עפעס אנדערש האט געשריבן:ביי די וועי, איך ווייס נישט צו עס איז קראנט, די עלעקטעריק פירמע האט געסטראשעט אז זיי שטעלן נישט צוריק די חרוב געווארענע עלעקטריק פאר עזה, ביז ווילאנג זיי געבן נישט צוריק די צוויי מדינת ישראל פארכאפטע.

יא קראנט.

נישט צוויי, נאר דריי. צוויי סאלדאטן און א ציווילער.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
Potatoes
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 16, 2021 11:01 am

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potatoes »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:ביי די וועי, איך ווייס נישט צו עס איז קראנט, די עלעקטעריק פירמע האט געסטראשעט אז זיי שטעלן נישט צוריק די חרוב געווארענע עלעקטריק פאר עזה, ביז ווילאנג זיי געבן נישט צוריק די צוויי מדינת ישראל פארכאפטע.

יא קראנט.

נישט צוויי, נאר דריי. צוויי סאלדאטן און א ציווילער.

Link?
Potatoes are used in every kitchen and no one is allergic to it
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

והיתם נקיים האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:יעדער דארט שטיצט אבער די טעראריזם פון כאמאס אדער נישט? יעדער דארט איז גרייט צו הרג'נען אידן אדער נישט??

איז דא אפילו איין פראצענט אין די ארטיגע בעפעלקערונג וואס פלאנט עס צו טוהן???

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך וויל אויך אלע אראבערס זאלן שטארבן, איך בין א טעראריסט?? ניין. ווייל איך פלאן עס נישט צו טון.

די חילוק איז פארוואס מ'פלאנט עס נישט צו טון... זיי האבן נישט די יכולת און מיר האבן א תורה וואס זאגט לא תרצח.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

קִרְיַת חָנָה האט געשריבן:כאמאס שרייבט ארויס אין זייער טשארטער אז אלע אידן (וואס מיינט יא בכל מקומות מושבותיהם) דארפן ווערן אויסגעשאכטן. דער לעצטער איד וועט זיך באהאלטן אונטער א בוים אדער א שטיין, וועט דער שטיין אויסשרייען צום ריכטיגן מאמין קום און הרג'ע דער איד וואס באהאלט זיך אונטער מיר. דאס איז זייער קאנסטיטוציע.

until the Jews hide behind rocks and trees, which will cry: O Muslim! there is a Jew hiding behind me, come on and kill him!
https://fas.org/irp/world/para/docs/880818.htm

אגב, דאס איז נישט קיין אייגענס פון חאמאס. דאס ווערט געברענגט און זייער געשמייליגטע בוך "פאלטשע נביאות פון דעם פאלטשן נביא" Judgment Day will not come before the Muslims fight the Jews, and the Jews will hide behind the rocks and the trees, but the rocks and the trees will say: Oh Muslim, oh servant of Allah, there is a Jew behind me, come and kill him — except for the gharqad tree, which is one of the trees of the Jews. - כפירה

דאס לערנט מען פאר און מוסלמענישער שולעס איבער די גאנצע וועלט, יא, אויך דא אינעם פרידליכע אמעריקע.
לעצט פארראכטן דורך היכי תמצא אום פרייטאג מאי 21, 2021 3:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

אגב, די עלעקריק ליניעס איז חרוב געווארן דורך עזה ראקעטן.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”