אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

(װאו שרײבט הבל?... ״ברוכים הבאים״...)

כ'עפן די אשכול װאס װעט זײן געװידמעט אלעס ארום די גרױסע אפשטימונג דעם װאך װי ס׳װעט אױסגעקלארט װערן הױעך הױעך אז טראמפ האט נאך גאר שטארקע שטיצע אינערהאלב די רעפובליקאנער - על אפם וחמתם פון זײנע פײנט - װאס זענען געװען זיכער נאך יאנואר 6, אז דאסמאל איז עס ״טאקע״ א עכטע בער, און טראמפ גײט װאו די שװארצע פעפער װאקסט, אבער עטליכע חדשים שפעטער, די שטױב האט זיך געזעצט, און אדרבה נישט נאר װאס ער איז נישט א פינטל שװאכער, נאר זײן גרעסטע קריטיקירער נאך די ראיאטן קאנגרעספרױ ״ליז טשעיניי״ - אן אפשטאמיגע פון א אדעללײטישע ״עליטע״ רעפובליקאנע פאמיליע איז ערװארטעט צו פליען פון איר פירענדע פאזיציע אינערהאלב די רעפובליקאנע קאוקוס,

פון די קאנגרעסס נײעס אשכול:

ר' זעקל האט געשריבן:קאנגרעס מינאריטעט פירער האט באשטימט אן אפשטימונג אויף צוויי טעג ארום אוועק צו נעמען די פארזיצערשאפט פון טשעיני

די באשטעטיגונג קומט נאך וואכן וואס טשעיני אמפערט זיך ארום מיט די געוועזענע פעריזעדנט דאנעלד טראמפ, שאפענדיג אן אויפברויז אינערהאלב די ריפובליקאנער פארטיי וועלכע באשולדיגט איר אויף צוטיילן די פארטיי. טשעיני, וועלכע איז געווען איינס פון 10 ריפובליקאנער צו שטימען צו אימפיטשן טראמפ, אנטזאגט זיך אפצוטרעטן פון איר קריטיק, זאגענדיג, אז זיך נישט ארויס שטעלן אקעגן טראמפ קען פירן צו מער געוואלדטאטן אזויווי מען האט געזען ביי די קעפיטאל אומריען.
קול מבשר
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

משפחה מיט די ווייס פרעזידענט לשעבר?
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

הויעך האט געשריבן:משפחה מיט די ווייס פרעזידענט לשעבר?

טאכטער.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3174
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

הויעך האט געשריבן:משפחה מיט די ווייס פרעזידענט לשעבר?

יאיא און וועגן דעם רעגן זיך געוויסע אויף איר ווייל זי איז אריינגעקומען מיט א שארטקאט פון אויבן נישט ווי סטעפאניק וואס האט געמאכט דעם גאנצען וועג פון אינטען,
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

דא האט איר א באריכט פון הרב הבל אין די געשמאקע קאקאש באריכטען ווי ער איז מסביר די פראבלעם וואס די רעפאבליקאנער האבן מיט איר.

הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג בהר בחוקותי

קוועלער גיבן איבער אז די טויש אין קאנגרעס אין באצוג צו קאנגרעספרוי טשעיני איז נישט אזוי ווייט איבער איר שטעלונג כלפי פרעזידענט טראמפ פאר זיך

פרוי טשעיני האט זיך שוין בארימט געמאכט בעפאר די ערשטע רעזאלוציע אקעגן איר מיט איר קריטיק אין ריכטונג פון טראמפ און טראץ דעם איבערגעלעבט יענע פרואוו איר צו ווארפן איבערן דראנג

לויט ווי מען הערט איז די באוועגונג איר פלאך צו מאכן פיל שטארקער און קומט אפילו פון מעמבערס וועלכע שטיצן איר שטעלונג איבער טראמפ'ס שולד אין די קעפיטאל איבערפאל און לויט טייל אפילו פון געוויסע מעמבערס וועלכע האבן געשטימט צו אימפיטשן טראמפ איבער דעם

עס ווערט ערקלערט אז דאס קומט צוליב וואס זיי האלטן אז טשעיני קאנצעטרירט זיך צופיל איבער דעם אין עפנטליכע קאמענטארן און וויל עס גאר פארוואנדלען אלץ צענטער פונקט אין איר פריימערי קאמפיין אין ווייאמינג און אפליו אירע אליאירטע קאלעגן גלויבן אז דאס גייט אויפן חשבון פון האמערן אקעגן די ביידען אדמיניסטראציע זיי זאגן אז אפילו אויב זי האמערט אקעגן ביידען און טראמפ צוגלייך איז עס די מעסעדזש איבער דעם לעצטן וועלכע שלאגט ווארצעלן און ווערט גערן אפגעקויפט דורך די מידיא

זיי ווייזן אן אז אלץ אן אינדיווידועלע קאנגרעס מיטגליד איז עס נישט אזא פראבלעם אבער זייענדיג אין די פירערשאפט ברענגט עס קאפ וויי פאר אנדערע קאנגרעסלייט וועלכע קומען אהיים צו זייערע דיסטריקטן און שטייען אויס מער פראגן איבער טשעיני ווי איבער ביידען

די מעמבערס זאגן אז די פירערשאפט דארף זיין קאנצעטרירט און פאראייניגט מיט איין אויסשליסליכע מעסעדזש וואס איז צו באקעמפן דעמאקראטן און זייער אגענדע און שוויצן צו געוואנען א מאיאריטעט אין 2022 למספרם

זיי ציען א קאנטראסט צו סענאט מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל וועלכע האט אויך געשוימט אויף טראמפ נאך די קעפיטאל איבערפאל און זיינע געפילן צו אים האט זיך נישט צופיל געטוישט זינט דאן אבער טראץ דעם האט ער זיך גיך אנגעהויבן באציען צו דעם דורך עס איגנארירן אלץ א געוועזענע ערשיינונג וועלכע עקזיסטירט מער נישט און ברענגט נאכאנאנד ארויס אז ער איז קאנצעטרירט אויף די צוקונפט

אבזערווירער ארום טשעיני פרובירן צו פארשטיין גיבן די קאנגרעספרוי און איר פירונג מיטן פאקט אז זי איז נישט אנגעקומען קיין וואשינגטאן קעמפנדיג פון אונטן אויף ארויף נאר אלץ יחוס אבות וועלכע האט אויסגעטראטן פאר איר דעם באדן און האט צוליב דעם פארפעלט אויסצושארפן איר מעגליכקייט פון זיך אומגיין מיט ראטגעבער און קאלעגן און אז זי איז פארבליבן ביז היינט מיט זייער רויע פאליטישע חושים אויסצוהערן און זיך רעכענען מיט די מיינונג פון ארומיגע און פריינט

אינטערסאנט צו באמערקן אז די ווארשיינליכע ערזאץ צו טשעיני איז עליסא סטעפאניק וועלכע האט באוויזן זיך אריינצובאקומען אין וואשינגטאן מיט די שטארקע שטיצע פון אזעלכע טראדיציאנאלע רעפובליקאנע ווי בוש, ראמני, רייען און באלטאן אבער איצט זאגן אירע אורמיגע אז זי אידענטיפיצירט זיך מער נישט מיט זיי

אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3174
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

סענאטאר גרעהעם: די וועלכע פרובירן אויסצומעקן דאנאלד טראמפ פון די רעפובליקאנע פארטיי וועלן זיך טרעפן זעלבסט פארמעקט

קרעדיט: הבל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פאסט טרעגער האט געשריבן:סענאטאר גרעהעם: די וועלכע פרובירן אויסצומעקן דאנאלד טראמפ פון די רעפובליקאנע פארטיי וועלן זיך טרעפן זעלבסט פארמעקט

קרעדיט: הבל

;l;p-
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

עס איז א שרעק וואס טראמפ האט געטוהן מיט לינדזי.
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

ר' זעקל האט געשריבן:עס איז א שרעק וואס טראמפ האט געטוהן מיט לינדזי.

ער איז פון די אלד טײמערס װאס האלטן די פינגער צו פילן די װינט דירעקציע,
ס׳מיינט נישט גארנישט.. הה״ד פערפעקט פאלישד פאליטישאן....
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:

דאס הייסט נישט געגאנגען מיט די ווינט, זייט טראמפ האט אים אינטערגעקויפט האט ער זיך געשטעלעט אויף זיין זייט פולי.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואס הייסט? די המון עם אין די פארטיי האבן דאך געשטיצט טראמפ. פארוואס זאל ער אים נישט שטיצן, אויב וויל ער אנהאלטן זיין שטאנד?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

פעיק, גוט געזאגט, אפגעזעהן זײנע אמת׳ע כװנות מוז ער רילײזן די מציאות, אז נישט װעט זײן די זעלבע אשכול נאר מיט זײן נאמען...
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פעיק ניוז האט געשריבן:וואס הייסט? די המון עם אין די פארטיי האבן דאך געשטיצט טראמפ. פארוואס זאל ער אים נישט שטיצן, אויב וויל ער אנהאלטן זיין שטאנד?

די המון עם האט אויך געשטיצט טראמפ און 2016 אין ער האט זיך געקריגט מיט אים, לינדזי איז אלס געווען א טראבל מעקער פאר די רעפאבליקענס, ער האט אויסגעטיילט ציפקע צרות פאר בוש ווען ער איז געווען פרעזידענט, ער איז געווען אין איין קליקע מיט מעקעין און פלעיק, ערגעץ אריין אין די טראמפ פרעזידענטסי איך מיין עס איז געווען ווען טראמפ האט געמאלדען אז ער גייט ארויסציען די טרופען פון סיריע אין גרעהעם האט געפערליך פארפירט דערקעגן, האט אים טראמפ געריפען פאר א מיטונג ער האט אים אריינגעלעקט, און ער האט אים אביסל נאכגעגעבן מיטען פארלענגערען אביסל די פרעצעדור פון ארויסציען פון סיריע, זייט דעמאלטס איז גרעהעם געווארען א נארמאלע מענטש אין די פארטי, אויפגעהערט אראפרייסן טראמפ פאר יעדע זאך, אין אויפגעהערט מיט די מעקעין סטייל פון נאכגעבן א גאנצען טאג פאר די אנדערע זייט.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דעמאלט האט ער נאך גע'דמיונ'ט אז עס איז נאר א חלום. ווי אויך איז ער געווען טראמפ'ס אפאנענט אין דעם פרעזידענטליכן קאמפיין.

איינמאל די וואסערן האבן זיך איינגעשטילט און אויסגעקלארט, האט ער געוואוסט וועלכע זייט צו נעמען, פשוט פאר זיין הצלחה.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

ר' זעקל האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:וואס הייסט? די המון עם אין די פארטיי האבן דאך געשטיצט טראמפ. פארוואס זאל ער אים נישט שטיצן, אויב וויל ער אנהאלטן זיין שטאנד?

די המון עם האט אויך געשטיצט טראמפ און 2016 אין ער האט זיך געקריגט מיט אים, לינדזי איז אלס געווען א טראבל מעקער פאר די רעפאבליקענס, ער האט אויסגעטיילט ציפקע צרות פאר בוש ווען ער איז געווען פרעזידענט, ער איז געווען אין איין קליקע מיט מעקעין און פלעיק, ערגעץ אריין אין די טראמפ פרעזידענטסי איך מיין עס איז געווען ווען טראמפ האט געמאלדען אז ער גייט ארויסציען די טרופען פון סיריע אין גרעהעם האט געפערליך פארפירט דערקעגן, האט אים טראמפ געריפען פאר א מיטונג ער האט אים אריינגעלעקט, און ער האט אים אביסל נאכגעגעבן מיטען פארלענגערען אביסל די פרעצעדור פון ארויסציען פון סיריע, זייט דעמאלטס איז גרעהעם געווארען א נארמאלע מענטש אין די פארטי, אויפגעהערט אראפרייסן טראמפ פאר יעדע זאך, אין אויפגעהערט מיט די מעקעין סטייל פון נאכגעבן א גאנצען טאג פאר די אנדערע זייט.

יא, כ׳געדענק אין אנפאנג פון די טראמפ פרעזידענסי האט ער נישט געקענט שלום מאכן מיט׳ן מצב, שפעטער האט ער זיך מיטגעכאפט מיט די המון עם׳ס רצון, און די מידיא איז געװען ביזי חוזק מאכן אז גרעהעם איז אױך ״מיטגעשלעפט געװארן״ ר״ל ״נעבעך״....
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פעיק ניוז האט געשריבן:דעמאלט האט ער נאך גע'דמיונ'ט אז עס איז נאר א חלום. ווי אויך איז ער געווען טראמפ'ס אפאנענט אין דעם פרעזידענטליכן קאמפיין.

איינמאל די וואסערן האבן זיך איינגעשטילט און אויסגעקלארט, האט ער געוואוסט וועלכע זייט צו נעמען, פשוט פאר זיין הצלחה.

איך רעדט ביז היפש אריין אין טראמפ'ס פרעזידענטשאפט האט ער נאך איבערגעדרייט, ביי די מוללער סקעם איז ער געווען ביזי צו פארטיידיגען מוללער אז מען דארף אים געבן רשות צו ענדיגען די גאנצע אינוועסטיגעשן, און עס איז גאר א טובה פאר טראמפ און אז אויב ער איז אומשילדיג וועט יעדער איינער זעהן, שפעטער ווען ער האט זיך געטוישט בין איך געווען זיכער אז ער טוט עס נאר כדי צו געווינען ריעלעקשאן, אין איינמאל ער געווינט דרייט ער זיך צוריק, ביזדערווייל איז ער געבליבען פון טראמפ'ס גרעסטע פארטיידיגערס אין סענאט, ער וואלט געקענט זיין ווי רוב אנדערע סענאט רעפאבליקענס וואס רייסען נישט אראפ טראמפ אבער זיי טרייען נישט צו רעדן פון אים, ביזדערווייל איז ער ביזי צו פארטיידיגען טראמפ ווען ער קען נאר.

און געדענק ער לויפט ערשט פאר ריעלעקשאן און 2026, ער האט נישט פארוואס מורא צו האבן.
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

הכל הבל האט געשריבן:קאנגרעספרוי טשעיני געווארן אראפגערוקט פון איר פאזיציע אלץ רעפובליקאנע קאנפרענץ פארזיצערין אין א וואויס וואוט

עעעעענדליך......
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

ר' זעקל האט געשריבן:עס איז א שרעק וואס טראמפ האט געטוהן מיט לינדזי.

געטון וואס?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

טראק דרייווער האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:עס איז א שרעק וואס טראמפ האט געטוהן מיט לינדזי.

געטון וואס?

ליין ווייטער די נעקסטע פאר תגובה'ת
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובה דורך הכל הבל »

פעלאסי: ליז טשעיני איז א פירער מיט געוואלדיגע קוראזש, פאטריאטיזם און אויפריכטיגקייט

רעפובליקאנער האבן היינט דערקלערט אז די דאזיגע ווירדן זענען נישט באגרוסנד אין די פארטיי
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

גרעהעם: אין מיין בליק האט זי גענומען א פאזיציע אין באצו צו פרעזידענט טראמפ וואס איז אינדרויסן פון די מעינסטריעם פון די רעפובליקאנע פארטיי
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

הכל הבל האט געשריבן:פעלאסי: ליז טשעיני איז א פירער מיט געוואלדיגע קוראזש, פאטריאטיזם און אויפריכטיגקייט

רעפובליקאנער האבן היינט דערקלערט אז די דאזיגע ווירדן זענען נישט באגרוסנד אין די פארטיי

טשעיני האט באקומען א קאמפלימענט פון פעלאוסי! װאט עי אקאמפלישמענט!, טשעיני אױב דו ביסט העפי מיט די דעמאקראטן קענסטו נאכגײן אין אמאשן׳ס דרכים, אדרבה, קײנער װעט נישט פארפעלן קײן שלאף איבער דיר, נאו װאריס...
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

ר' זעקל האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:דעמאלט האט ער נאך גע'דמיונ'ט אז עס איז נאר א חלום. ווי אויך איז ער געווען טראמפ'ס אפאנענט אין דעם פרעזידענטליכן קאמפיין.

איינמאל די וואסערן האבן זיך איינגעשטילט און אויסגעקלארט, האט ער געוואוסט וועלכע זייט צו נעמען, פשוט פאר זיין הצלחה.

איך רעדט ביז היפש אריין אין טראמפ'ס פרעזידענטשאפט האט ער נאך איבערגעדרייט, ביי די מוללער סקעם איז ער געווען ביזי צו פארטיידיגען מוללער אז מען דארף אים געבן רשות צו ענדיגען די גאנצע אינוועסטיגעשן, און עס איז גאר א טובה פאר טראמפ און אז אויב ער איז אומשילדיג וועט יעדער איינער זעהן, שפעטער ווען ער האט זיך געטוישט בין איך געווען זיכער אז ער טוט עס נאר כדי צו געווינען ריעלעקשאן, אין איינמאל ער געווינט דרייט ער זיך צוריק, ביזדערווייל איז ער געבליבען פון טראמפ'ס גרעסטע פארטיידיגערס אין סענאט, ער וואלט געקענט זיין ווי רוב אנדערע סענאט רעפאבליקענס וואס רייסען נישט אראפ טראמפ אבער זיי טרייען נישט צו רעדן פון אים, ביזדערווייל איז ער ביזי צו פארטיידיגען טראמפ ווען ער קען נאר.

און געדענק ער לויפט ערשט פאר ריעלעקשאן און 2026, ער האט נישט פארוואס מורא צו האבן.

גרעהעם האט נאך די 2020 עלעקשאנס זיך ארויסגעשטעלט קעגן טראמפ און האט אויפגעטרעטן אין סענאט מיט א ווילדע דרשה אז די עלעקשאנס איז "אווער"...

אין מיין מיינונג איז גרעהעם א אפענע ליגנער וועלכע שטייט נישט פאר גארנישט, ער וועט זיך טוישן און טוישן לויט ווי די ווינט בלאזט

ניטאמאל מעג איך יעצט געדענקען ווי ער האט פאר א קארגע פאר חדשים צוריק געהאקט קעגן טראמפ מיינענדיג איז די זאך איז "אווער" מיט אים...
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

עקזעקטלי דאס האב איך געשריבן, פױ,

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:עס איז א שרעק וואס טראמפ האט געטוהן מיט לינדזי.

ער איז פון די אלד טײמערס װאס האלטן די פינגער צו פילן די װינט דירעקציע,
ס׳מיינט נישט גארנישט.. הה״ד פערפעקט פאלישד פאליטישאן....
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אלעס ארום דאס אראפשטימען קאנגרעספרױ "ליז טשעיני"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ר' זעקל האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:עס איז א שרעק וואס טראמפ האט געטוהן מיט לינדזי.

געטון וואס?

ליין ווייטער די נעקסטע פאר תגובה'ת

קען זיין איך האב מיר נישט גוט עקספרעסט, טראמפ האט גארנישט שלעכט געטוהן פאר גרעהעם, איך האב געמיינט צו זאגן אז ער האט באוויזען אים איבער צו דרייען מן הקצה אל הקצה.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”