אסון מירון - טרוקענע פאקטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
It looks like if this would have been a one-way this would have never happened am I right?
- זילבערווערק
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3815
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
יצחק אייזיק האט געשריבן:זילבערווערק האט געשריבן:מייזעלס האט געשריבן:[image][/image]
דו וועסט מוזן מודה זיין אז ס'איז געווען א קוראזש פון דער איד צו צווייפלען, שוין אין יענע טעג אין דער פאקט אז ס'איז געווען א געיט.
זיי שרייבן טאקע אז די געיט (וואס מ'האט מעגליך אוועקגענומען בעפאר די טראגעדיע) האט גורם געווען די שטופעריי, דאס איז מען שפעטער געוואויער געוואסן אז ס'איז נישט געווען ריכטיג, אבער דער עצם ענין צו לייקענען דער געיטש שוין דעמאלט איז העכסט קוראזשפול, און צייגט אויף זייער אחריות נישט צו שרייבן אמת, און נישט בלויז דאמירן בעלמא (וואס די וועלט זאגט)
בכלל נישט ריכטיג.
די טראגעדיע האט פאסירט דאנערשטאג נאכט. יענע נאכט זענען שוין געווען העפטיגע דעבאטעס יא געיט אדער נישט געיט.
ביז נאך שבת איז שוין געווען אנגענומען כמעט איבעראל אז די געיט טעאריע האט פשוט מיט קנאות צו טון און נישט מיטן מציאות.
דער איד איז געגאנגען צום דרוק דינסטאג נאכט א וואך שפעטער!! ווען ס'איז שוין געווען כמעט ווי זיכער אז די געיט טעאריע מאכט נישט קיין סענס.
וראיה לדברי, דער דאזיגער אשכול האט זיך געעפנט דאנערשטאג, א וואך נאכן טראגעדיע, מיט קלארע דעטאלן אז געיט לא היה. די דעבאטע איז שוין געווען קלאר עטליכע טעג פריער.
די קעמרע ווידיאו איז ארויסגעקומען דינסטאג נאכמיטאג אין אמעריקע, דער איד רעדאקציע האט נאך געהאט צייט עס איבערצוקוקן און באשליסן, וואס זיי האבן טאקע געטון.
ס'איז שווער זיך צו טענה'ן צו די ווידיא איז שוין דעמאלט ארויסגעקומען, זייער מעגליך אז איר זענט גערעכט, אבער לויט וויל איך געדענק איז דאס טאקע געווען א קוראזש פון 'דער איד' דאס צו שרייבן, דער דעת הקהל איז געווען גענצליך אנדערש (עכ"פ בשעת'ן שרייבן און פארמאכן 'דער איד'). אין ירושלים האט זיך דער דעת הקהל געטוישט נאר מיטוואך דאנערשטאג, נאכדעם וואס די קנאישע האטליינס האבן שווער באמבארדירט דעם ציבור אז ס'איז נישט געווען קיין געיט.
און וואס יא, זיי שרייבן אז ס'איז א מחלוקת און נעמען נישט קיין צד...
- יוראפ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19433
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
- לאקאציע: על אדמת נכר
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
רח"ל! ה"י!
ווען ס'פאנגט זיך אן אפצוליידיגן זעט מען צוויי בערג פון מענטשן רח"ל, אונטן ביי די סטעפס און אויבן פון די סטעפס
ווען ס'פאנגט זיך אן אפצוליידיגן זעט מען צוויי בערג פון מענטשן רח"ל, אונטן ביי די סטעפס און אויבן פון די סטעפס
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
Wow a1 האט געשריבן:It looks like if this would have been a one-way this would have never happened am I right?
זיכער נישט, אפשר וואלט עס אפגעריקט די טראגעדיע מיט געציילטע מינוטן, אדער געמאכט אביסל גרינגער
אבער מיט די שנעלקייט וואס די מענטשן קומען צו פליען און לויט ווי מען הערט פון דעי וואס זענען דארט געווען איז נישט געווען מעגליך
- דבר החרדים מירושלים
- שר האלף
- תגובות: 1554
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
00.43.44
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18800
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
המלך שלמה האט געשריבן:Wow a1 האט געשריבן:It looks like if this would have been a one-way this would have never happened am I right?
זיכער נישט, אפשר וואלט עס אפגעריקט די טראגעדיע מיט געציילטע מינוטן, אדער געמאכט אביסל גרינגער
אבער מיט די שנעלקייט וואס די מענטשן קומען צו פליען און לויט ווי מען הערט פון דעי וואס זענען דארט געווען איז נישט געווען מעגליך
און אויב נישט דארט איז ליידער געווען זייער אסאך פוינטס אין מירון וואס וואלט געקענט געשעהן די זעלבע.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
Wow a1 האט געשריבן:It looks like if this would have been a one-way this would have never happened am I right?
שווער צי גלייבן אז דער מלאך המוות וואלט נישט געטראפן א אנדערע וועג צי אויספירן זיין שליחות
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
אין שמחה כהתרת הספיקות! עס איז שווער צו נוצען די ווארט שמחה דא, דאס הארץ טריפט מיט בלוט צוקוקנדיג די שוידערליכע מינוטען, געוואלד און געשריגען וואס דארטען גייט פאר אין בלויז אפאר מינוטען, ה' ירחם!
אבער דאס האט מען געוואלט, דער עולם וויל זעהן וויאזוי דאס האט געקענט פאסירען, פון דא זעהט מען נישט קיין שום געיט, און ליידער די פלוס פון מאסען מענטשען וואס זענען אקעגן געקומען פון צוויי ריכטונגען האט צוגעברענגט דעם שרעקליכען טראגעדיע, זאל השי"ת אונז באשיצען, לא תקום פעמיים צרה, און מ'זאל שוין זעהן און הערען נאר חסד ורחמים

-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:00.43.44
???
וואס פאסירט דאן?
דער איד מיט די ווילטשעיר פאנגט אן אראפ גיין קעגן דעם שטראם און מ'פאנגט זיך אן צו פארהאנקענען אונטן פון די שטיגן?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9997
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
די גרופע אינגלעך מיט די ווייסע קאפלעך וואס קומען פון די פארקערטע ריכטונג און פרבירן איבערברעכן די מאסע, מאכן א געפערליכע צעמישעניש.
#פארלאשן אינדערמיט.
#פארלאשן אינדערמיט.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
- עכט נארמאל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 398
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:07 pm
- לאקאציע: אין כולל
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
די טראגעדיע האט ממש זערא שייכות מיט קומען פון צוויי ריכטונגען, די שמאלע געדרייטע שיפע שביל האט פשוט נישט דערטראגן, אזא ריזן מאסע מענטשן פלייש וואס האט זיך מיטאמאל צעשטראמט און געפאלן אראפ אויף אראפ אויף די טרעפ איינער אויפן צווייטן.
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
איך האב שוין געשריבן בשעת מעשה, און די קליפ גיבט נאר צו דערצו. יעדער איינער וואס איז נאר געווען אמאל ביי די הדלקה קען עס מעיד זיין, די אלע זענען שוין ליידער געווען ממש כמעט ביי אסיפת הכוחות נאך פארן אראפגיין די כביש, די גאנצע געשטופעכטס איז קוים א מינוט צייט. נאך א מינוט איז אלעס געבליבן ווי עס איז, און עס מאכט נישט קיין סענס אז אזויפיל געזונטע מענטשען אין די געהעריגע כוחות זאלן ממש אויסגיין פון פארלירן אקסידזשען פאר איין מינוט. חוץ אויב מען האט נישט קיין כח צו פייטן פאר די לעבן.
מען האט געווארפן וואסער פאר די אידן דארט תיכף ומיד, און אויפן פלאר אליינס זעט מען נישט קיין 200 אידן. בשעת מעשה האט מען געזאגט אז עס איז געווען 150 פארוואונדעטע פלאס די 45. ווען עס שטארבן ווען נאר 5, קען מען זאגן אז מען האט זיי פשוט צוטרעטן, אבער 45?
די וואס זענען ארויסגעגאנגען פון די קאטאסטראפע מיט זייער אייגענע פיס, און בכלל נישט געטריטעט האט מען לכאורה נישט גערעכנט בכלל.
גראדע ווער עס האלט מיט די וועדת חקירה, זעט אז זיי פאוקעסן בעיקר אויף די ריבוי העם חלק.

- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
loyodea האט געשריבן:די טראגעדיע האט ממש זערא שייכות מיט קומען פון צוויי ריכטונגען, די שמאלע געדרייטע שיפע שביל האט פשוט נישט דערטראגן, אזא ריזן מאסע מענטשן פלייש וואס האט זיך מיטאמאל צעשטראמט און געפאלן אראפ אויף אראפ אויף די טרעפ איינער אויפן צווייטן.
לאו דוקא, גאנץ מעגליך אז יא.
ווען מ'שטופט פון אונטן און ס'ווערט דרוק אויף ארויף, וועט צוריקפליען די פרעשור אויף אראפ, אסאך שטערקער ווי ס'וואלט געווען אנדעם. ווער ס'האט זיך אמאל געשטופט ווייסט וואס איך מיין. זיכער איז די שביל אליין גענוג מסוכן, אבער ס'האט מעגליך צוגעגעבן.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
לעיקוואד האט געשריבן:איך האב שוין געשריבן בשעת מעשה, און די קליפ גיבט נאר צו דערצו. יעדער איינער וואס איז נאר געווען אמאל ביי די הדלקה קען עס מעיד זיין, די אלע זענען שוין ליידער געווען ממש כמעט ביי אסיפת הכוחות נאך פארן אראפגיין די כביש, די גאנצע געשטופעכטס איז קוים א מינוט צייט. נאך א מינוט איז אלעס געבליבן ווי עס איז, און עס מאכט נישט קיין סענס אז אזויפיל געזונטע מענטשען אין די געהעריגע כוחות זאלן ממש אויסגיין פון פארלירן אקסידזשען פאר איין מינוט. חוץ אויב מען האט נישט קיין כח צו פייטן פאר די לעבן.
מען האט געווארפן וואסער פאר די אידן דארט תיכף ומיד, און אויפן פלאר אליינס זעט מען נישט קיין 200 אידן. בשעת מעשה האט מען געזאגט אז עס איז געווען 150 פארוואונדעטע פלאס די 45. ווען עס שטארבן ווען נאר 5, קען מען זאגן אז מען האט זיי פשוט צוטרעטן, אבער 45?
די וואס זענען ארויסגעגאנגען פון די קאטאסטראפע מיט זייער אייגענע פיס, און בכלל נישט געטריטעט האט מען לכאורה נישט גערעכנט בכלל.
גראדע ווער עס האלט מיט די וועדת חקירה, זעט אז זיי פאוקעסן בעיקר אויף די ריבוי העם חלק.
פארוואס קלערסטו אז אלע אומגעקומענע זענען דארט אויף די ערד? צווישן די וואס שטייען אונטער זיי דארט וואו מ'שפריצט די וואסער זענען אויך מעגליך דא נישט לעבעדיגע וואס האבן נישט געהאט וואו צו פאלן. זיי זענען דארט געשטאנען צודרוקט פאר א שיינע פאר מינוט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
איז עס נאר איך וואס קען נישט קוקן אויף די ווידיא און עס נאכאמאל איבערלעבן?
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
Haklal האט געשריבן:איז עס נאר איך וואס קען נישט קוקן אויף די ווידיא און עס נאכאמאל איבערלעבן?
איך אויך נישט.
כ'האב יא געזען אויסצוגן פון א מינוט צוויי, אבער איך ציטער עס צו זען געהעריג. איך דאנק דעם באשעפער אז מיין הארץ ארבעט נאך אפי' נאך אזויפיל טראגעדיעס.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
איך האב טשילס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
יצחק אייזיק האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:איך האב שוין געשריבן בשעת מעשה, און די קליפ גיבט נאר צו דערצו. יעדער איינער וואס איז נאר געווען אמאל ביי די הדלקה קען עס מעיד זיין, די אלע זענען שוין ליידער געווען ממש כמעט ביי אסיפת הכוחות נאך פארן אראפגיין די כביש, די גאנצע געשטופעכטס איז קוים א מינוט צייט. נאך א מינוט איז אלעס געבליבן ווי עס איז, און עס מאכט נישט קיין סענס אז אזויפיל געזונטע מענטשען אין די געהעריגע כוחות זאלן ממש אויסגיין פון פארלירן אקסידזשען פאר איין מינוט. חוץ אויב מען האט נישט קיין כח צו פייטן פאר די לעבן.
מען האט געווארפן וואסער פאר די אידן דארט תיכף ומיד, און אויפן פלאר אליינס זעט מען נישט קיין 200 אידן. בשעת מעשה האט מען געזאגט אז עס איז געווען 150 פארוואונדעטע פלאס די 45. ווען עס שטארבן ווען נאר 5, קען מען זאגן אז מען האט זיי פשוט צוטרעטן, אבער 45?
די וואס זענען ארויסגעגאנגען פון די קאטאסטראפע מיט זייער אייגענע פיס, און בכלל נישט געטריטעט האט מען לכאורה נישט גערעכנט בכלל.
גראדע ווער עס האלט מיט די וועדת חקירה, זעט אז זיי פאוקעסן בעיקר אויף די ריבוי העם חלק.
פארוואס קלערסטו אז אלע אומגעקומענע זענען דארט אויף די ערד? צווישן די וואס שטייען אונטער זיי דארט וואו מ'שפריצט די וואסער זענען אויך מעגליך דא נישט לעבעדיגע וואס האבן נישט געהאט וואו צו פאלן. זיי זענען דארט געשטאנען צודרוקט פאר א שיינע פאר מינוט.
דאס וואס איך טענה, אז ווען מען פאלט אראפ קען איך פארשטיין אז מען גייט אויס אפילו ווען מען איז געווען אין די געהעריגע כוחות בעפאר, פון די קלעפ און פיס פון אזויפיל וואס טרעטן אויף אים. אבער אויסצוגיין שטייענדיגערהייט, אן כאפן קלעפ איז עס נאר ווייל זיי זענען שוין געווען האלב דיהיידרעיטעד פון בעפאר.
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
It defiantly looks that the ppl who came from from bottom up made the situation much worse with pushing against the crowd.
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9997
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
עס איז דא צוויי זייטן. די רעכטע איז געווען מער אויף ארויס, און די לינקע אויף אריין. פארשטייט זיך אין אזא געשטיפעניש איז אלעס געווען איין שטיק מאסע. אבער די פלוס איז געווען רעכטס מער אויף ארויס, און לינקס מער אויף אריין.
עס זעט אויס אז די זאך האט זיך אנגעהויבן ווען א גרופע בחור'לעך זענען אנגעקומען מיט איין מהומה, און זיך צו פרובירן אריינברעכן אין די געדעכטע מאסע וואס האט זיך געשטופט ארויסצוגיין, און דאס האט צוריקגעהאלטן די פלוס פון אנגיין, ווען פון די בעק איז געקומען ווייטער פרעשור אויף ארויס און דאס האט גורם געווען די מחסום.
עס זעט אויס אז די זאך האט זיך אנגעהויבן ווען א גרופע בחור'לעך זענען אנגעקומען מיט איין מהומה, און זיך צו פרובירן אריינברעכן אין די געדעכטע מאסע וואס האט זיך געשטופט ארויסצוגיין, און דאס האט צוריקגעהאלטן די פלוס פון אנגיין, ווען פון די בעק איז געקומען ווייטער פרעשור אויף ארויס און דאס האט גורם געווען די מחסום.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
פחדים!
מען זעהט ממש ווי מענטשן פאלן ארונטער צו זייער טויט.
איינער פון די פינעף און פערציג נפטרים זעהט מען ארונטערפאלן, ביי 17:35 זעהט מען אים - מיט די ווייסע העמד און ווייסע קאפל און לאנגע פיאות - אראפקומענדיג זיך איינדרייענדיג צו די צווייטע טייל פון די טרעפ פליענדיג מיטן גאנצן שטראם, און דאן שוין זייענדיג אויף די צווייטע טייל פון די טרעפ זעהט מען אים ארונטער פאלן ווען א גאנצע מאסע מענטשן פאלן אויף אים פון אונטן רח"ל.

- תגובות: 1327
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
װיאזױ האט זיך די מענטשן מאסע פון די רעמפ געהאלטן נאך װאס די טרעפ האט זיך אױסגעלײדיגט? װער האט זײ אפגעהאלטן פון פאלן/לױפן װײטער??
- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5625
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
- פארבינד זיך:
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
ליידער מענטשען וואס זענען געפאלן סוף פון דער רעמפ
-
- שר האלף
- תגובות: 1327
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm
Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן
shimon7323 האט געשריבן:ליידער מענטשען וואס זענען געפאלן סוף פון דער רעמפ
אבער ס׳קוקט נישט אױס װי דאס איז געװען אזא הױכע בארג, די פרעשור פון אזױפיל מענטשן העכער דעם װאלט דאך לכאו׳ גורם געװען זײ (רח״ל) איבערצוטרעטן, אדער נאך מענטשן זאלן ארױפפאלן?
(אליבא דאמת שפיר איך זיך װי א פארפרױרענע חי׳ צו בכלל ארײנגײן אין די דיטעילס, אבער די נײגער איז דאך גובר..)