חכמה האט געשריבן:אבי.גערעדט האט געשריבן:אינטערוויו: "מאת ד' היתה זאת היא נפלאת בעינינו", שטייענדיג באלד א האלב יאר פון די שוידערליכער מירון'ער טראגעדיע, הערט מען א שמועס מיטן טאטן און זוהן, הרה"ח ר' הירש מיכל העללער שליט"א לאנגיעריגער גבאי פון ביהמ"ד תולדות אהרן און זיין זוהן העסקן הרב יעקב קאפיל העללער דער הויפט ארגאנאזירער פון די תולדות אהרן הדלקה אין מירון, די איבערלעבענישן פון יענעם ביטערן טאג, און די נאכאנאנדע אויסמיטשענדע אויספארשונגען פון די ספעציעלע קאמיטע, "עס איז נישט געווען קיין שום אפהאלט בידי אדם" : הרב הירש מיכל ובנו ר' יעקב קאפיל העללער, מחשובי עסקני ק"ק תולדות אהרן
https://www.yiddish24.com/interviews/12/48834
זענען זיי געווען די וואס האבן געגעבן אנווייזונגען אינעם מיקראפון פארן ציבור ביים הדלקה בשעת די אומגליק האט פאסירט?
היות סאיז געווען געשילדערט לייו איז דאס אפגעכאפט מאלף ועד לפנות בוקר,
דאס האב איך נישט געוויסט אז די 3 מאל וואס מ'האט אפגעשטלעט די מיוזיק גלייך ביים אנהייב פון די ריקודין איז געווען וועגן הצלה אינעם שטח פון תו"א זעלבסט, און נישט וועגן שביל ר' דוב
קאפל העלער טענה'עט אז זיי האבן נישט געהאט דעם מידנסטן מושג וואס ס'גייט פאר ביי שביל ר' דוב, היות פון תו"א קען מען בכלל נישט זעהן שביל ר' דוב און וואס ס'טוט זיך דארט, ביז ווען מהאט זיי געזאגט אז ס'איז דא דארט טויטע און זיי האבן גלייך אפגעשטעלט,
גראדע פון דארט און ווייטער האט ער זייער גוט געפירט דעם עמערדזשענסי צושטאנד, און רואיגערהייט געבעטן דעם עולם פארלאזן די פלאץ פון די רעכטע זייט (תוא"י) און זיך ארום געאמפערט מיט א פאליס-מאן וואס האט געוואלט בכח איבערנעמען די מייק, (אלס איז געשילדערט לייוו)