פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וועלעכע איז די מערסטע אמת?

די רעפובליקאנער פאליסיס זענען מער אויסגעהאלטען ע״פ תורה
14
16%
די רעפובליקאנער פאליסיס זענען בעסער אויסגעשטעלט פאר אידן
14
16%
די רעפובליקאנער פאליסיס זענען בעסער פאר אמעריקע
36
41%
קיין איינס פון די אויבן דערמאנטע, איך בין נישט קיין רעפובליקאנער
24
27%
 
סך הכל שטימען: 88

אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3221
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

[quote="פעיק ניוז"]אלע דריי סיבות. אזוי ווי עס איז דא נאר איין מעגליכקייט, האב איך געשטימט פאר'ן דריטן אפציע, וויבאלד אין דעם איז שוין נכלל די אנדערע צוויי אויך, ודו"ק.
/quote]
גא''מ
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:אויב ווילסטו דערטאפן וועלכע פון די רעפאבליקאנע פאליסיס דער עולם האלט פון, מאכט א באזונדערע אנקעטע מיט א ליסטע פון מערערע רעפאבליקאנע פאליסיס, און אן אפציע צו וועלן רענקד טשויסעס, (אויב עס איז דא אזא אפציע דא).

איך בין בעצם א רעגיסטרירטע דעמאקראט, ווייל איך האב ליב צו זיין אין די וויננינג פארטי, און דערווייל זעט נישט אויס ווי די רעפאבליקען פארטי איז דא צו געווינען. זיי האבן ענדערש ליב צו וויינען. Whining instead of winning. עס איז געקומען איין טראמפ וואס האט זיי געגעבן די געלעגנהייט איינמאל פאר אלעמאל צו מסדר זיין די פארטיי, האבן זיי אים נאר געשטאכן אין ריקן, און גארנישט געטון צו אדווענסן די פארטיי, ממילא האב איך מיט די רעפאבליקען פארטיי גארנישט.
קען איך אויסוועלן אלע פיר.


אינטרעסאנט וואס די זאגסט בנוגע טראמפ.

ווען טראמפ זאל נישט וויינען וועגן די אנקעטעס, און ווען טראמפ זאל נישט וויינען וועגן די אבסענטיס, וואלט ער ווארשיינליך געווינען, מילא קלער איך אז טראמפ איז דער וואס געקליבן וויינען אנשטאט געווינען.

לא הבנתי


זייער סימפיל, איך האב פארשטאנען פון דיר אז די רעפובליקען פארטיי גלייכט צו וויינען, נישט געווינען, משא״כ טראמפ, גלייכט צו געווינען נישט צו וויינען, און די רעפובליקאנער האבן עם געשטויסן, האב איך מגיב געווען, אז טראמפ האט פאר די וואלן געוויינט וועגן די אבסענטי בעללעטס (איך גיי נישט אריין אין טאמער זיינע טענות זענען גערעכט געווען, ער האט אבער זיכער געוויינט), דאס האט געפירט אז אסאך רעפובליקאנער האבן נישט געשטימעט אבסענטי, און זענען מחמת איזה סיבה נישט אנגעקומען צו שטימען אין די וואל-טאג, דאס האט געקאסט צענדליגע טויזענטער שטימען פאר טראמפ, און ער האט ווארשיינליך צוליב דעם פארליורען די וואלן. ווען ער וויינט נישט (אפילו לאמיר זאגן אז ער האט ריכטיגע טענות), וואלט ער געווינען, און ער האט געקליבן וויינען איבער געווינען.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

צ'ק
1) ווייל די מידיע איז אויף די אנדערע זייט.
2)קאמען סענטס.
3) זיי שטערן נישט רעליגיע.
אוועטאר
שבעת המינים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 6:01 pm

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבעת המינים »

נחמדים האט געשריבן:1 2 און 3

גא"מ
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4043
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

איז אזוי, ביי מיר איז תורה אין אידישקייט פאר אלעם און גענצליך עקסטער פון פאליטיק, אונז ווייסן וואס איז ריכטיג לויט וואס די תורה זאגט, און נישט לויט די שטעלונג פון א פאליטישע פארטיי, סיי די רעפס און סיי די דעמס קענען האבן פאליסיס וואס שטומט מיט די תורה און ליידער פארקערט, דאס איז נומער איינס.

די סיבה פארוואס איך איידענטיפיציר זיך פאליטיש אלס ריפאבליקאנער איז ווייל על פי רוב מאכט מיר מער סענס די צד וואס זיי האבן גענומען.

למשל, מיר לייגט זיך אויפן שכל אז א לאנד דארף האבן א גרעניץ וואס זאל זיין גענצליך פארמאכט, און אז אויב וויל איינער ווערן א סיטיזען זאל זיין א פראצעדור וואס יענער דארף אויספאלגן, ווען די דעמס שרייען אז מזאל נישט האבן א וואנט מאכט עס מיר פשוט נישט קיין סענס.

נאך א משל איז איבארשען, אמעריקע איז א לאנד וואס טוט זיך אויף מיט'ן זיין זייער פארגעשריטן סייענטיפיש, יעדער ווייסט ווי פרי אין פרעגנענסי דאקטורים קענען היינט וויסן צו דאס הארץ פונעם עיבור האט א פראבלעם ל"ע וכדומה, סאיז קלאר ווי דער טאג אז דאס איז א לעבעדיע מענטש, וואס האלטן די דעמס?

איך קען אויסרעכענען נאך א גאנצע ליסטע, אבער צוויי איז גענוג צו מאכן מיין פוינט.

איך גיי ניטאמאל אריינגיין אין דעם אז מערערע מאל וועלן די דעמס נעמען צוויי קעגנזייטיגע שטעלונגען אויף צוויי אנדערע פאליסיס וואס זענען זיך סותר מקצה אל הקצה (אדער גאר די זעלבע פאליסי אין צוויי באזונדער זמנים), און די איינציגסטע וועג עס צו פארענטפערן איז אז זיי קוקן אויף די אוטקאם און לויט דעם זענען זיי מחליט ווי זיי שטייען אויפ'ן נושא, די אוטקאם איז פאוער און פריקת עול, אז סשטימט מיט די צוויי איז גוט, אויב נישט דרייעט מען ארום....
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אהבת ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת ישראל »

גרשון האט געשריבן:"על פי תורה" מיינסטו מסתמא אויפ'ן חלק וואס ס'עפעקטירט אונז. ס'קימערט מיר גאנץ ווייניג צי דער גוי גלייבט אין יאשקע אדער ער גלייבט אין קיינעם נישט.

מממ...נישט אזוי זיכער, קודם כל איז בעסער אז ער גלייבט אין עפעס,(נישט גלאביל ווארעמינג), אזוי פארשטייט ער בעסער דעם איד, און כמיין אס סזענען דא ראשונים וואס האלטן אז א גוי מעג גלייבן אין שיתוף, וואס דעמאלטס איז זיכער בעסער אז ער גלייבט אויך אין באשעפער.

סתם אזוי מיין איך אז א גוי וואס גלייבט אין עפעס איז מער נענטער צום אמת, אבער דאס איז שוין מיין עסאמפשען...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אהבת ישראל האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:"על פי תורה" מיינסטו מסתמא אויפ'ן חלק וואס ס'עפעקטירט אונז. ס'קימערט מיר גאנץ ווייניג צי דער גוי גלייבט אין יאשקע אדער ער גלייבט אין קיינעם נישט.

מממ...נישט אזוי זיכער, קודם כל איז בעסער אז ער גלייבט אין עפעס,(נישט גלאביל ווארעמינג), אזוי פארשטייט ער בעסער דעם איד.

דאס שרייב איך דאך.

לכאורה ביסטו גערעכט אז א קריסט איז חשוב'ער ווי א כופר, אבער אי משום הכי גייט עס מיר נישט צו שטארק אן. ס'איז א גע'שחט'ענער חזיר קעגן א געקוילעטן. איבריגס, די דעמאקראטן זענען על פי רוב אויך קריסטן, נאר ווייניגער רעליגיעז.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

פון אמעריקע האט געשריבן:איז אזוי, ביי מיר איז תורה אין אידישקייט פאר אלעם און גענצליך עקסטער פון פאליטיק, אונז ווייסן וואס איז ריכטיג לויט וואס די תורה זאגט, און נישט לויט די שטעלונג פון א פאליטישע פארטיי, סיי די רעפס און סיי די דעמס קענען האבן פאליסיס וואס שטומט מיט די תורה און ליידער פארקערט, דאס איז נומער איינס.

די סיבה פארוואס איך איידענטיפיציר זיך פאליטיש אלס ריפאבליקאנער איז ווייל על פי רוב מאכט מיר מער סענס די צד וואס זיי האבן גענומען.

למשל, מיר לייגט זיך אויפן שכל אז א לאנד דארף האבן א גרעניץ וואס זאל זיין גענצליך פארמאכט, און אז אויב וויל איינער ווערן א סיטיזען זאל זיין א פראצעדור וואס יענער דארף אויספאלגן, ווען די דעמס שרייען אז מזאל נישט האבן א וואנט מאכט עס מיר פשוט נישט קיין סענס.

נאך א משל איז איבארשען, אמעריקע איז א לאנד וואס טוט זיך אויף מיט'ן זיין זייער פארגעשריטן סייענטיפיש, יעדער ווייסט ווי פרי אין פרעגנענסי דאקטורים קענען היינט וויסן צו דאס הארץ פונעם עיבור האט א פראבלעם ל"ע וכדומה, סאיז קלאר ווי דער טאג אז דאס איז א לעבעדיע מענטש, וואס האלטן די דעמס?

איך קען אויסרעכענען נאך א גאנצע ליסטע, אבער צוויי איז גענוג צו מאכן מיין פוינט.

איך גיי ניטאמאל אריינגיין אין דעם אז מערערע מאל וועלן די דעמס נעמען צוויי קעגנזייטיגע שטעלונגען אויף צוויי אנדערע פאליסיס וואס זענען זיך סותר מקצה אל הקצה (אדער גאר די זעלבע פאליסי אין צוויי באזונדער זמנים), און די איינציגסטע וועג עס צו פארענטפערן איז אז זיי קוקן אויף די אוטקאם און לויט דעם זענען זיי מחליט ווי זיי שטייען אויפ'ן נושא, די אוטקאם איז פאוער און פריקת עול, אז סשטימט מיט די צוויי איז גוט, אויב נישט דרייעט מען ארום....

;l;p-
קורץ און שארף צום פינטל,
דאס איז די מציאות פון די הײנטיגע דעמאקראטישע פארטײ, צװישן אסאך אנדערע זינלאזע - אדער רציחה׳דיגע פאליסיס
(בײ די הירינגס בײ עמי קאני בערעט, האבן די דעמאקראטן (נײן, נישט די ״פראגרעסיװן״ נאר די א״ג ״מעסיגע״ װי שומער) איר געגרילט פאר איר פרא לײף שיטות, זײ האבן געשױמט אױף די ״חוצפה״ אז א מאמע פון זיבן קינדער װעט זיצן אױף אזעלכע קעיסעס.......)
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6790
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

די פשוט'ע הסבר איז אזוי!

די גרעסטע סכנה פאר ידושקייט בזמננו אלה, איז איין זאך ווען רעגירונגען נעמען איבער די מענטשליכע לעבן. דהיינו די רעגירונג טיילט איין פאר'ן מענטש וויאזוי ער זאל זיך פירן מיט זיין טאג טעגליכע הנהגות. און אפי' עימיצער זאל אנעמען אז עס מאכוט סענס, איז עס אבער גאר א גרויסע פראבלעם פאר היימישע יודן וואס פירן זיך אויף מיט א תורה, וואס פארשטייט אנדערש (אסאך מאל אפי' פון א יודושע קאמען סענס און כש"כ) פון א גויש'ע מהלך המחשבה. און די פראבלעם זעהט מען אין די גאנצע וועלט (מאנטרעאל, ענגלאנד, בעלגיע, פוילן, שווייץ והאחרון הכביד דא אין ניו יארק) כלפי שחיטה, מילה, חינוך ועוד.

דא אין אמעריקע איז עס אזוי אויסגעשטעלט, אז די רעפובליקאנער פארטיי איז א שטיקל ישועה פאר די גרויסע פראבלעם. צוליב 2 סיבות 1. זענען קעגן רעגירונג קאנטראל און פםראבירן דאס צו מינימייזן. 2. זיי זענען שטארק פראא רעליגיע אין זענען גרייט איר צו געבן פולקאמע רעכטן. אנדערש ווי דעמאקראטן וואס אפי' די פון זיי וואס האבן נישט פיינט רעליגיע וועלן נאכ-אלץ נישט מסכים זיין צו אנערעקענען רעליגיעזע רעכטן קעגן זיין קאמען סענס. און דאס איז א גרויסע סכנה.

בסך בכל אפי' א מעסיגע דעמאקראט וואס האט נישט קיין פראבלעם מיט רעליגיע (אפי' עס איז נישט די מוסלימענער רעליגיע), איז נאך אלץ א סכנה פאר יודושקייט, אין פארשטייט זיך אז ביז 15 חדשים צוריק האט מען עס נאר געדארפט גלייבן, אבער היינטיגע צייטן איז יעדער וואס זיין קאפ ליגט נישט טיף אין די זאמט פארשטייט עס שוין אויך!
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

איך בין אנטי א היינטיגע דעמאקראט
אנטי רודפן פאליטישע אפאנענטס אנטי רודפן סיוויליענס פאר'ן בלויזן חטא פון לויפן פאר'ן אוועל אפיס אדער רודפן די וואס העלפן אן א שרעק אט די וואס לויפן
די בלאפערישע מידיע זוכט צו קאנטאלארן דעם פאלק יעצט העלפן זיי די דעמאקראטן משתיק וואס זיי ווילן און צובלאזן וואס זיי ווילן

אין איין ווארט איך האלט נאך נישט ביים זעין א קעי זשי בי התנהגות דא אין ארהב
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7403
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

ווייל איך וויל...
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”