שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:איך הײב מער און מער טראכטן אז טראמפ פלאנט פאקטיש צו לױפן.....
א שאד װײל כ׳האלט אז ער קען נישט געװינען קעגן בײדען (נישט דוקא װעגן פראד....)
איך װיל זען ראן דעסאנטיס, א אינגער ענערגישער 42 יעריגער שטײפער גאװערנאר, קעגן בײדען בײ די צװײ און אכציג....
װאד בי װערי נײס....
און טראמפ װעט אונטערשטיצן פון די זײט, ער איז פשוט אפגעמיטשעט פון די 5 יאר, אזױ האט ער בײדע, סײ ער דיעלט נישט מיט די טעגליכע קאפװײ װאס די פרעזידענסי, אבער ער הײסט נאך דער פײטער פאר די מאסן, ער װעט קענען װידמען די צײט מיט זײנע פאן ראלליס, אפי׳ זײן אינעם װײטהואז יעדן שני וחמישיאוןאון נאך האבן צײט צו עסן נאכטמאל אונטערן שאטן פון די זון שײנענדיגע שטאַט מיט (לײאינג...) טעד קרוז.... און אנדערע..., בקיצור די פאפולאריטעט אן די קאפװײ....
װאס זאלעך אבער טוהן? ער איז זיך נישט שואל עצה מיט מיר..... :?

פארוואס זאל ער נישט קענען געווינען קעגן ביידען? כאילו ביידען האט איינמאל געווינען.
דיסאנטיס וועט נישט קענען און וועט נישט וועלן טון אלעס וואס טראמפ וועט טון. ער איז נאך יונג און האט נאך א לעבן אין פארנט פון זיך, און וועט נישט זוכן דאס צו פארפאטשקענען בלויז לטובת די לאנד. לעומת טראמפ וואס איז שוין נענטער צו די ענד און האט שוין געהאט זיין לעבן, געלט און כבוד, וועט ער קענען באשטיין צו טון אלעס וואס ער פילט פאר ריכטיג. און פון דעם האבן די דעמאקראטן געציטערט, און זיכער געמאכט אויף אלע מעגליכע וועגן אז דאס געשעט נישט.
אויב געווינט טראמפ מיט די מאיאריטעט פון ביידע הייזער, איז חסל די דעמאקראטישע פארטיי. דיסאנטיס וועט זיין נאך א באנדאזש פאר אביסל, אן קיין פונדאמענטאלע פאררעכטונגען.
אזוי מיין איך.

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:ריפאבליקאנער פאולסטער Frank Luntz זאגט אז טראמפ גייט זיכער געווינען די ריפאבליקאנע פריימערי'ס אויב ער לויפט נאכאמאל אין 2024, אבער ער האט נישט קיין שום שאנסן צו נאכאמאל געווינען די General Election

וואס האט ער געזאגט אויף 2016 און 2020?
און אויף וואס איז געבויט זיין פרעדיקשען?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:איך הײב מער און מער טראכטן אז טראמפ פלאנט פאקטיש צו לױפן.....
א שאד װײל כ׳האלט אז ער קען נישט געװינען קעגן בײדען (נישט דוקא װעגן פראד....)
איך װיל זען ראן דעסאנטיס, א אינגער ענערגישער 42 יעריגער שטײפער גאװערנאר, קעגן בײדען בײ די צװײ און אכציג....
װאד בי װערי נײס....
און טראמפ װעט אונטערשטיצן פון די זײט, ער איז פשוט אפגעמיטשעט פון די 5 יאר, אזױ האט ער בײדע, סײ ער דיעלט נישט מיט די טעגליכע קאפװײ װאס די פרעזידענסי, אבער ער הײסט נאך דער פײטער פאר די מאסן, ער װעט קענען װידמען די צײט מיט זײנע פאן ראלליס, אפי׳ זײן אינעם װײטהואז יעדן שני וחמישיאוןאון נאך האבן צײט צו עסן נאכטמאל אונטערן שאטן פון די זון שײנענדיגע שטאַט מיט (לײאינג...) טעד קרוז.... און אנדערע..., בקיצור די פאפולאריטעט אן די קאפװײ....
װאס זאלעך אבער טוהן? ער איז זיך נישט שואל עצה מיט מיר..... :?

פארוואס זאל ער נישט קענען געווינען קעגן ביידען? כאילו ביידען האט איינמאל געווינען.
דיסאנטיס וועט נישט קענען און וועט נישט וועלן טון אלעס וואס טראמפ וועט טון. ער איז נאך יונג און האט נאך א לעבן אין פארנט פון זיך, און וועט נישט זוכן דאס צו פארפאטשקענען בלויז לטובת די לאנד. לעומת טראמפ וואס איז שוין נענטער צו די ענד און האט שוין געהאט זיין לעבן, געלט און כבוד, וועט ער קענען באשטיין צו טון אלעס וואס ער פילט פאר ריכטיג. און פון דעם האבן די דעמאקראטן געציטערט, און זיכער געמאכט אויף אלע מעגליכע וועגן אז דאס געשעט נישט.
אויב געווינט טראמפ מיט די מאיאריטעט פון ביידע הייזער, איז חסל די דעמאקראטישע פארטיי. דיסאנטיס וועט זיין נאך א באנדאזש פאר אביסל, אן קיין פונדאמענטאלע פאררעכטונגען.
אזוי מיין איך.

דו ביסט גערעכט לגבי וואס טראמפ איז עלול צו טון אלץ פרעזידענט מיט ביידע הייזער - וואס ער וועט לכאורה האבן אויב ער געווינט, און מחסל די דעמאקראטן = דיקטאטורשאפט דורך שטארק ריגן דעם געים אנטקעגן די מאיאריטעט פון אמעריקע! איך ווייס אז דו ווילסט עס, נישט קיין שום חידוש דאס פאר מיר, דאס איז די מאדערנע טראמפ-רעפאבליקאנער פארטיי, וואנעבי פאשיסטישע דיקטאטורשאפט.

אבער!

עס איז שטארק מסתבר אז דער סאנטיס האט א גרעסערע טשענס קעגן דעם פרעזידענט, ווי דעם וועם דער פרעזידענט האט ארויסגעווארפן.

אויב ווען ער איז געווען אינעווייניג האט ער פארלוירן, מכל שכן פונדרויסן, מכל שכן אויב אייער ליגענט פון פראוד העט וווען געווען וואר.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

צל עובר האט געשריבן:דו ביסט גערעכט לגבי וואס טראמפ איז עלול צו טון אלץ פרעזידענט מיט ביידע הייזער - וואס ער וועט לכאורה האבן אויב ער געווינט, און מחסל די דעמאקראטן = דיקטאטורשאפט דורך שטארק ריגן דעם געים אנטקעגן די מאיאריטעט פון אמעריקע! איך ווייס אז דו ווילסט עס, נישט קיין שום חידוש דאס פאר מיר, דאס איז די מאדערנע טראמפ-רעפאבליקאנער פארטיי, וואנעבי פאשיסטישע דיקטאטורשאפט.

האסט מיך ווארשיינליך שלעכט פארשטאנען.
ער גייט נישט נישט מחסל זיין די דעמאקראטן, זיי גייען זיך דיזאלווען פון זיך אליין. סוי דאס האט גארנישט מיט דיקטאטורשאפט אדער פאשיסטישקייט.
די דעמאקראטישע פארטיי איז א באבעל, אזוי ווי די קאמוניסטישע פארטיי. זיי האבן נישט אן עכטע פלאטפארמע וואס אהער צו שטעלן פאר די אמעריקאנער לטובתם. טיילען געלט ווי עס לאזט זיך, איז נישט קיין זאך וואס קען אנהאלטן פאר צו לאנג. סא ווי לאנג עס גייט אהין און צוריק, די דעמאקראטען מאכן א מעסס פיר צו אכט יאר, דערנאך קומט דער רעפאבליקאנער און קלינט אויף, און דער דעמאקראט נעמט אלע קרעדיט, און אלע בלעימס גייט פאר די רעפאבליקאנער. וחוזר חלילה, אזוי קען עס ראנען לעולמי עד. עס ווערט געפיטערט אין די פראוודא, איך מיין צו זאגן די דעמאקראטן'ס קאמיוניקאציע אויסגאבעס, אנדערע רופן עס די מידיע, און עולם גולם נעמט נישט די מיה צופיל צו טראכטן. די מידיע זאגט אז דעמאקראטן זענען גוט, רעפאבליקענס שלעכט. אזוי זאל זיין. ביג טעק העלפט צו, האסט דיך דערוואגט ארויסצוגעבן עפעס פון דער אמת? ארויס פון דאנעט. זאג מיר נאר ווער איז דער דיקטאטור?
גייט קומען טראמפ, ער דארף גארנישט ארומריקן קיין געימס, (איך פארשטיי פון ווי דו נעמסט די הנחה, יא די דעמאקראטישע פארטיי. אבער עס איז דא פשוטערע וועגן ווי דעם), ער דארף פשוט נעמען א קליין נידעלע און אריינשטעכן אינם באלאן, און עס צובאסט זיך פון זיך אליין. ער האט עס שוין אנגעהויבן צו טון, דער נידעלע איז א פשוט מויל וואס זאגט ווערטער, ער זאגט פשוט ריכטיגע ווערטער, און וואונדער איבער וואונדער, דער ראסיסטישע שוטה באגאבונד האט געהאט מער שטיצע ביי די שווארצע און ספאנישע פון סיי וועלכע רעפאבליקאנער פאר אים. ער האט פשוט געזאגט דעם אמת אין פנים אומגעפילטערט, און די מאסן האבן זייער גוט פארשטאנען.
דעמאקראטן זעענדיג די טויט פאר די אויגן האבן זיכער געמאכט פאר יעדע פרייז אז ער בלייבט נישט דארט. זאגן דעם אמת פאר די אמעריקאנער פאלק איז נישט עפעס וואס איז ערלויבט. האסט דען גענומען רשות ביי די מידיע?
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

צל עובר האט געשריבן:דו ביסט גערעכט לגבי וואס טראמפ איז עלול צו טון אלץ פרעזידענט מיט ביידע הייזער - וואס ער וועט לכאורה האבן אויב ער געווינט, און מחסל די דעמאקראטן = דיקטאטורשאפט דורך שטארק ריגן דעם געים אנטקעגן די מאיאריטעט פון אמעריקע! איך ווייס אז דו ווילסט עס, נישט קיין שום חידוש דאס פאר מיר, דאס איז די מאדערנע טראמפ-רעפאבליקאנער פארטיי, וואנעבי פאשיסטישע דיקטאטורשאפט.

פיין לאמיר זען צו אייער ווערטער האבן דעקונג

די צוויי יאר 2017 - 2018 איז טראמפ געווען פרעזידענט און די רעפאבליקענס האבן קאנטראלירט ביידע הייזער

*טעקס קאטס
*רייט טו טריי
*פריסאן רעפארם
*וועטערנס סאמטינג (וואטעווער וויאזוי מ'זאגט עס)

עפעס דיקטאטורעשאפט דא?
(--ווערטערלאז--)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מיין ידיד ר' @בעסער אזוי, דו ווייסט גאנץ גוט אז טראמפ 2.0, אומגעצוימט פון עניטינג, וועלכער שרייט שוין יארן אז מען האט אים אויסגעטשיעדט, וועלכער איז אין קאמפלעטע קאנטראל פון ביידע הייזער. איז גאר אן אנדערע סארט מציאות ווי בימים ההם מיט רייען און מעקאנעל פאר די ערשטע אימפיעטשמענט.

טראמפ האט זיך ניטאמאל געשטעלט אויף די וואנט בימים ההם מיט א שאטדאון ביז נאך די וואלן...

(די וועטערען טשויס ביל איז דורך אונטער אבאמע, אונטערגעפירט דורך מקעין און סאנדערס, טראמפ האט דאס סך הכל פארבעסערט..)

---------

הרב @עפעס אנדערש, פריער האט איר עפעס געזאגט, יעצט רעדט איר סתם שטותים, עס איז גאנץ קלאר אז די דעמאקראטן האבן א פלאטפארמע, וואס בענעפיטירט רוב פאלק - מעגליך אומ'אחריות'דיג, מעגליך אומ'יושר'דיג - עטליעסט אין דעם שארט טוירם..

אבאמע האט אויפגעקלינט בוש'ס חורבן, ירום הודו קלינט אויף טראמפענען'ס, דאס איז דער מציאות, קענסט זאגן - מעגליך מיט רעכט - אז די צוויי זענען פונקט גוט אריינגעקומען, אבער דאס בלייבט פאקט. דו קענסט ניטאמאל איינרעדן דאס פארקערטע.

ווען אין די לעצטע פערציג יאר האט א רעפאבליקאנער איבערגענומען א דעמאקראט, ווען דאס לאנד איז געווען אין א שלעכטן מצב?

מחסל זיין די דעמאקראטן איז נאר דא איין וועג, דאס וואס סטאלין און פוטין האבן גענוצט, דאס וואס טראמפ גייט פרובירן אויב ער קומט צוריק.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

צל עובר האט געשריבן:הרב @עפעס אנדערש, פריער האט איר עפעס געזאגט, יעצט רעדט איר סתם שטותים, עס איז גאנץ קלאר אז די דעמאקראטן האבן א פלאטפארמע, וואס בענעפיטירט רוב פאלק - מעגליך אומ'אחריות'דיג, מעגליך אומ'יושר'דיג - עטליעסט אין דעם שארט טוירם..
אדווערטייזמענט: מיר זענען די בעסטע פאר אייער אויסגעשאסענע פענסטערס. מיר אינסטאלירן שיינע ברוינע קארדבארדס, און דער ווינט בלאזט מער נישט אריין. דעמאקראטען. יאפ. דאס איז א פלאטפארמע.

אבאמע האט אויפגעקלינט בוש'ס חורבן, ירום הודו קלינט אויף טראמפענען'ס, דאס איז דער מציאות, קענסט זאגן - מעגליך מיט רעכט - אז די צוויי זענען פונקט גוט אריינגעקומען, אבער דאס בלייבט פאקט. דו קענסט ניטאמאל איינרעדן דאס פארקערטע.
פון וועלכע חורבן רעדסטו? וועלכע חורבן האט טראמפ געמאכט, אז מען זאל עס דארפען אויפקלינען?

ווען אין די לעצטע פערציג יאר האט א רעפאבליקאנער איבערגענומען א דעמאקראט, ווען דאס לאנד איז געווען אין א שלעכטן מצב?
2016. איר געדענקט שוין נישט וואס אבאמא האט זיך אויסגעדריקט? אז טראמפ דארף האבן א מעדזשיק וואנד צוריק צושטעלן די עקאנאמיע. פארוואס? ווייל עס איז געווען אין א גוטע צושטאנד? ניין! ווייל ער האט געוואוסט אז עס שטייט שמאל, האט ער זיך נישט געקענט דמיונען לפי שיטתם אז מען קען צוריק ברענגען מיליאנען דזשאבס, וואס סאמהאוי האט טראמפ מיראקולעסלי אדער פשוט מיט קאממאן סענס צוריק געברענגט.

מחסל זיין די דעמאקראטן איז נאר דא איין וועג, דאס וואס סטאלין און פוטין האבן גענוצט, דאס וואס טראמפ גייט פרובירן אויב ער קומט צוריק.
אויב דו האסט באמת מורא אז דאס איז וואס טראמפ פלאנט צו טון, האב איך עכט רחמנות אויף דיר. אבער רעסט אשורד, טראמפ גייט דאס נישט טון, ער האט סאך גרינגערע וועגן ווי דעם, ווי דערמאנט אויבן.
לעצט פארראכטן דורך עפעס אנדערש אום דאנערשטאג מאי 06, 2021 8:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די ערשטע איז נישט דער מציאות היינט אין אמעריקע. און דאס איז נישט די פלאטפארמע, אזוי ווי יעדער מיט אפענע אויגן "אדער" אויערן ווייסט.

ווען טראמפ איז ארויס האבן מיליאנען נישט געהאט קיין דזשאבס, קאוויד האט אומגעברענגט טויזנטער טעגליך.

די עקאנאמיע די לעצטע פאר יאר פון אבאמע, איז געווען אויב עפעס א משהו בעסער ווי די ערשטע דריי יאר פון טראמפ. נאך פאר דעם שרעקליכן קראך.

אודאי האלט איך אז טראמפ גייט דאס טון אויב ער קען, און וועגן דעם וויל איך זעהן אין תפיסה, אבער איך בין נישט צו פאר'דאגה'ט, קודם כל ווייל איינער דרייווט עניוועי די באס, צווייטנס ווייל פוטין אלס סטאלין איז גוט צו אידן, יתכן אז טראמפ אלץ סטאלין וועט אויך זיין. (און ניין, קיין אנדערע אפילו שווערערע וועג איז ניטא.)
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3977
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

צל עובר האט געשריבן:דו ביסט גערעכט לגבי וואס טראמפ איז עלול צו טון אלץ פרעזידענט מיט ביידע הייזער - וואס ער וועט לכאורה האבן אויב ער געווינט, און מחסל די דעמאקראטן = דיקטאטורשאפט דורך שטארק ריגן דעם געים אנטקעגן די מאיאריטעט פון אמעריקע! איך ווייס אז דו ווילסט עס, נישט קיין שום חידוש דאס פאר מיר, דאס איז די מאדערנע טראמפ-רעפאבליקאנער פארטיי, וואנעבי פאשיסטישע דיקטאטורשאפט.

אבזערוואציע, קען מיר איינער פליז דערמאנען נאכאמאל וועלכע פארטיי איז די טאלערענט און עקסעפטענט פארטיי, און וועלכע פארטיי איז פיל מיט העיט און פעינט מיט א ברייטע בראש יעדער וואס האלט אנדערש ווי זיי אלס שלעכטע מענטשן....
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

צל עובר האט געשריבן:די ערשטע איז נישט דער מציאות היינט אין אמעריקע. און דאס איז נישט די פלאטפארמע, אזוי ווי יעדער מיט אפענע אויגן "אדער" אויערן ווייסט.

ווען טראמפ איז ארויס האבן מיליאנען נישט געהאט קיין דזשאבס, קאוויד האט אומגעברענגט טויזנטער טעגליך.

די עקאנאמיע די לעצטע פאר יאר פון אבאמע, איז געווען אויב עפעס א משהו בעסער ווי די ערשטע דריי יאר פון טראמפ. נאך פאר דעם שרעקליכן קראך.

אודאי האלט איך אז טראמפ גייט דאס טון אויב ער קען, און וועגן דעם וויל איך זעהן אין תפיסה, אבער איך בין נישט צו פאר'דאגה'ט, קודם כל ווייל איינער דרייווט עניוועי די באס, צווייטנס ווייל פוטין אלס סטאלין איז גוט צו אידן, יתכן אז טראמפ אלץ סטאלין וועט אויך זיין. (און ניין, קיין אנדערע אפילו שווערערע וועג איז ניטא.)

I feel so sorry for you, און איך האב גרויס מיטלייד מיט דיר.
אפשר וואלט כדאי געווען אז דו זאלסט טוישן טשענעל. ווייל עס איז ממש א ווייטאג און א שאד זיך צו מצער זיין פאר גארנישט.
דאס אלעס וואס דו האסט דא דערמאנט איז קאפי פעיסט פון די פעיק ניוז מידיע, און נעווער מיינד, זיי מאכן ליידער א גוטע דזשאב. It's such a pity אז מען לאזט זיך ברעינוואשען פון זיי מיט א זאך וואס איז פשוט רחוק מן המציאות.
ביזט באמת איבערצייגט אז טראמפ איז דא צו נאכפאלגען היטלער'ן אדער סטאלין.

צוריק צום פוינט. קענסטו מיר ביטע אראפלייגען די פלאטפארמע פון די דעמאקראטן, אייטעם ביי אייטעם?
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

@צל איך ווייס נישט פונקטליך ווען דו ווערסט פארוואנדעלט פון אזא געשמאקע אנאליזירער און פארשטייער, צו א בת היענה וואס די קאפ איז זייער טיף אין די זאמד?

טראמפ גייט איינפירן דיקטאטורשאפט אין אמעריקע דו ביזט צוריקט? וועלכע פארטיי איז די פארטיי וואס טיילט איין זייערע בירגער ווען מען מעג טוישן זאקן, פונטליך וועלכע פראפעגאנדע מען שארף פארקויפן אין די סקולס, זעצט איין יעדער וואס האט זיך געוואגט צו טרעספעסן אין די טאג וואס מען האט נישט געמעגט, און דאס זענען נאר געציילטע דוגמאות????

אובאמא האט אויפגעקליענט בוש'ס מעס=יא יא נאך 4 יאר 6.9% אנעפלוימענט.

ביידן רוימט אויף טראמפ'ס מעס=וועלכע מעס און 7 חשדים געגאנגען פון 14.7 צו 6.3 יא דאס איז א שרעקליכע מעס איך מיין די פאראדאקס רעדט פאר זיך אליינס מער ווי אלעם!!!
(און אדרבא אויב דו האסט א הסבר וואס קען אפשר זיין א לימוד זכות, ווען די עקענאמיע האט מיט'ן געוועזענם פרעזידענט און ווען מיט'ן יעצטיגן)

און יא כלל ישרא-ל וויל א פרעזידענט וואס רעספעקטירט רעליגיע און לאזט די מענטשן לעבן לויט וויאזוי זיי ווילן נישט וואס שטעלט פענעלס אויף יעדע דעסידזשן פון איינעמ'ס פערזענליכן לעבן.

און נאך איין זאך בין איך נייגעריק אויב דו ביזט טאקע נישט בייקאנט אז אינאלגעמיין האבן פאשיסטישע פירער'ס געהאט שטיצע פון רוב פון זייער פאלק, און אזוי האבן זיי אינטערדריקט זייער קענגער אזוי ווי מען זעהט היינט אין אמעריקע!!!!
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:איך הײב מער און מער טראכטן אז טראמפ פלאנט פאקטיש צו לױפן.....
א שאד װײל כ׳האלט אז ער קען נישט געװינען קעגן בײדען (נישט דוקא װעגן פראד....)
איך װיל זען ראן דעסאנטיס, א אינגער ענערגישער 42 יעריגער שטײפער גאװערנאר, קעגן בײדען בײ די צװײ און אכציג....
װאד בי װערי נײס....
און טראמפ װעט אונטערשטיצן פון די זײט, ער איז פשוט אפגעמיטשעט פון די 5 יאר, אזױ האט ער בײדע, סײ ער דיעלט נישט מיט די טעגליכע קאפװײ װאס די פרעזידענסי, אבער ער הײסט נאך דער פײטער פאר די מאסן, ער װעט קענען װידמען די צײט מיט זײנע פאן ראלליס, אפי׳ זײן אינעם װײטהואז יעדן שני וחמישיאוןאון נאך האבן צײט צו עסן נאכטמאל אונטערן שאטן פון די זון שײנענדיגע שטאַט מיט (לײאינג...) טעד קרוז.... און אנדערע..., בקיצור די פאפולאריטעט אן די קאפװײ....
װאס זאלעך אבער טוהן? ער איז זיך נישט שואל עצה מיט מיר..... :?

פארוואס זאל ער נישט קענען געווינען קעגן ביידען? כאילו ביידען האט איינמאל געווינען.
דיסאנטיס וועט נישט קענען און וועט נישט וועלן טון אלעס וואס טראמפ וועט טון. ער איז נאך יונג און האט נאך א לעבן אין פארנט פון זיך, און וועט נישט זוכן דאס צו פארפאטשקענען בלויז לטובת די לאנד. לעומת טראמפ וואס איז שוין נענטער צו די ענד און האט שוין געהאט זיין לעבן, געלט און כבוד, וועט ער קענען באשטיין צו טון אלעס וואס ער פילט פאר ריכטיג. און פון דעם האבן די דעמאקראטן געציטערט, און זיכער געמאכט אויף אלע מעגליכע וועגן אז דאס געשעט נישט.
אויב געווינט טראמפ מיט די מאיאריטעט פון ביידע הייזער, איז חסל די דעמאקראטישע פארטיי. דיסאנטיס וועט זיין נאך א באנדאזש פאר אביסל, אן קיין פונדאמענטאלע פאררעכטונגען.
אזוי מיין איך.

אויב מען גייט מיר נישט צורייסן דא ואלט איך געזאגט מיין מיינונג אז דיסאנטוס איז אין א געוויסע זין בעסער ווי טראמפ!

דהיינו טראמפ'ס שטארקייט איז גאנץ אסאך געבויט אויף טוויטס וכו' אבער ווען עס קומט למעשה איז ער ווייט נישט אזא גרויסע גיבור ווי אויף טוויטער, משא"כ דיסאנטוס לויט ווי ער האט זיך אויפגעפירט אין פלארידע קוקט אויס ווי ער האט אסאך ווייניגער מורא ווי טראמפ ווען עס קומט זיך אנצוהייבן מיט מידיע, און אנדערע מאכטפולע ארגאניזאציעס.

חוץ מזה קוקט אויך אויס ווי ער וועט זיך בעסער אויסקומען מיט'ן ארום און דורך דעם קענען בעסער אימפלימענטן זאכן ווי טראמפ (ובפרט זאכן וואס דארפן קאנגרעס אדער הילף פון דיפארטמענס וכדומ').
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

אזוי ווי איך האב געהאט געבעטן אז מען זאל מיר אראפלייגען די פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד, און נישט באקומען קיין ענטפער, האב איך גע'עפנט אן אשכול ווי דארט איז אויסגערעכנט אלעס.
פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד
ר' משה
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

אזוי ווי די לינקע לאגער איז גאר אויפגעהייטערט מיט די נעכטיגע סטעיט אף די יוניאן רעדע וועל איך מיטטיילן מיין מיינונג

איך האלט אז די נעכטיגע נאכט איז געווען גאר א גוטע נאכט פאר די רעפובליקאנע פארטיי ווייל אמתדיג גערעדט מיינט דאס גארנישט פאר 2 יאר ארום קיינער וועט שוין דעמאלט'ס נישט געדענקן די יעצטיגע רעדע נאר וואס יא דאס האט זיכער געשטארקט ביידן פערזענליך צו האבן די דעמאקראטישע פארטיי אונטער זיך אז זיי זאלן איהם שטיצן פאר נאך א טערמין וואס דאס איז יא נוגע די קומענדיגע חדשים

איך פערזענליך האלט אז ביידן איז גאר א שוואכע קאנדידאט צו קענען געווינען און 2024 חוץ פון העריסס וואס וואלט לכאורה סייווי נישט געווינען די דעמאקראטישע נאמינאציע אפילו אויב ביידן לויפט נישט איז ער לכאורה פון די שוואכסטע קאנדידאטן געדענקט'ס ער גייט זיין 82 יאר אלט ביים לויפן מען ווערט נישט יונגער און עס מיינט אז זיין טערמין וועט זיך ענדיגן ביי די 86 יאר דאס איז א לעגעטימע פראבלעם וואס וועט איהם זיכער שאדטן צו קענען געווינען

יעצט די נעכטיגע נאכט האט לכאורה ווי פארזיגלט אז ביידן איז די דעמאקראטישע קאנדידאט און 2024 און אז עס גייט נישט אונטערקומען עפעס א פרישע שטערן ווי א יונגע כאריזמאטישע סענעטער א שטייגער ווי בוקער,אסאף,קעללי און אזוי ווייטער אדער א פאפולערע גאווערנאר ווי שפירא,וויטימער,און אזוי ווייטער וואס זיי וואלט זיכער געווען שווערער צו באזיגן

כן נראה לעניות דעתי
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

ר' משה האט געשריבן:
איך האלט אז די נעכטיגע נאכט איז געווען גאר א גוטע נאכט פאר די רעפובליקאנע פארטיי
איך פארשטיי אז עס איז זיי נישט שלעכט, אבער וואס איז אזוי גוט?
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
ר' משה
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

יער האט געשריבן:
ר' משה האט געשריבן:
איך האלט אז די נעכטיגע נאכט איז געווען גאר א גוטע נאכט פאר די רעפובליקאנע פארטיי
איך פארשטיי אז עס איז זיי נישט שלעכט, אבער וואס איז אזוי גוט?
ליין די גאנצע תגובה און אויב פארשטייסטו נאך אלט'ס נישט דאן ווארשיינליך האבן מיר מיינונגס פארשידנהייטן
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ר' משה האט געשריבן:

יעצט די נעכטיגע נאכט האט לכאורה ווי פארזיגלט אז ביידן איז די דעמאקראטישע קאנדידאט און 2024 און אז עס גייט נישט אונטערקומען עפעס א פרישע שטערן ווי א יונגע כאריזמאטישע סענעטער א שטייגער ווי בוקער,אסאף,קעללי און אזוי ווייטער אדער א פאפולערע גאווערנאר ווי שפירא,וויטימער,און אזוי ווייטער וואס זיי וואלט זיכער געווען שווערער צו באזיגן

כן נראה לעניות דעתי
דו זאגסט א שטארקע פוינט אז ביידן איז שוין זייער אלט וואס איז באמת א גרויסע חסרון, און אז יעצט איז אראפ די שאנסן פון א פריימערי קעגנער.

אבער עס ברויך ווערן גענומען אין באטראכט 1) אז ביז דינסטאג איז אויך געווען כמעט זיכער אז ביידן וועט זיין דער קאנדידאט, בסך הכל האט דינסטאג געהאלפן פארמיידן א אפשוואכנדע פריימערי 2) א אינקאמבענט פרעזידענט האט למעשה א שטארקע עדווענטידזש (איך האב זיך איינגערעדט אין 2020 אז דאס איז שוין אפגעשוואכט, און געווארן געפראווט ווראונג) 3) אויב ביידן וועט למעשה נישט זיין דער קאנדידאט, צום ביישפיל אויב ער שטארבט וכדו', איז העריס העווי פעוואריט צו זיין דער קאנדידאט, סיי לויט די אנקעטעס, זי ליעדט ברייט אלע מעגליכע דעמאקראטן, סיי היסטאריש גערעדט, א וויצע פרעזידענט האט נאך פשוט קיינמאל קיינמאל נישט פארלוירן קיין פריימערי, נעווער עווער, אודאי נישט קיין אינקאמבענט וויצע פרעזידענט, וואס אפילו האמפרי האט געווינען אין 1968. 4) שפירא איז נאך נישט רעדי צו לויפן פאר פרעזידענט אזוי שנעל, אסף מיט קעלי וואלט מען נישט געלאזט לויפן וועגן זייערע סענאט זיצן, וויטמער און בוקער זענען בכלל נישט אזוי מורא'דיג פאפולער. (איך ווייס נישט אויב אסף יא.) אין אנדערע ווערטער, נישט דא עוועליבל קיין מעכטיגע אלטערנאטיוו בכלל.

----------
יער האט געשריבן:
איך פארשטיי אז עס איז זיי נישט שלעכט, אבער וואס איז אזוי גוט?
אויב מען האלט 1) ביידן איז א היסטאריש שוואכער קאנדידאט 2) ווען נישט די סטעיט אף דע יוניאן דרשה איז געווען א עכטע שאנס אז ער זאל נישט זיין דער קאנדידאט

דעמאלטס 3) דינסטאג נאכט איז געווען זייער גוט פאר די רעפאבליקאנער.

(א משל וואלט געווען, אז אויב וואלט טראמפ געהאט עפעס א מעכטיגע שאו ערגעץ, וואלטן דעמאקראטן וואס האלטן אז טראמפ איז עפעס אן אויסטערליש שוואכער קאנדידאט זיך געפרייט אז עס העלפט זיינע שאנסן קעגן דעסאנטיס.)
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

אזוי וואלט לדעתי אויסגעקוקט די 2024 פארמעסט מיט דיסענטעס אויפן טיקעט
2024 Map.png
2024 Map.png (115.29 KiB) געזען 650 מאל
פענסילוועניע, נעוואדע, וויסקאנסין וועלן זיין גראונד זיראוי

ביידען וועט דארפן אלע דריי סטעטיס צו געווינען, דיסענטעס דארף נאר איינס

ביידען פעיוואריט אין פענסילוועניע און נעוואדע, דיסענטעס אין וויסקאנסין
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

בעסער אזוי האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 11:29 am
אזוי וואלט לדעתי אויסגעקוקט די 2024 פארמעסט מיט דיסענטעס אויפן טיקעט
2024 Map.png

פענסילוועניע, נעוואדע, וויסקאנסין וועלן זיין גראונד זיראוי

ביידען וועט דארפן אלע דריי סטעטיס צו געווינען, דיסענטעס דארף נאר איינס

ביידען פעיוואריט אין פענסילוועניע און נעוואדע, דיסענטעס אין וויסקאנסין
דאס איז מיט טראמפ קאמפיינען פאר דיסענטיס
טראמפ בכלל נישט זיך מישן
אדער טראמפ קאמפיינען קעגן דיסענטיס?
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

בעסער אזוי האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 11:29 am
אזוי וואלט לדעתי אויסגעקוקט די 2024 פארמעסט מיט דיסענטעס אויפן טיקעט
2024 Map.png

פענסילוועניע, נעוואדע, וויסקאנסין וועלן זיין גראונד זיראוי

ביידען וועט דארפן אלע דריי סטעטיס צו געווינען, דיסענטעס דארף נאר איינס

ביידען פעיוואריט אין פענסילוועניע און נעוואדע, דיסענטעס אין וויסקאנסין
איך האלט אז אזא שטארקע קאנסערוואטיוו דיסענטיס האט שוואכע שאנסן אין וויסקאנסין
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קיינמאל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:05 pm
איך האלט אז אזא שטארקע קאנסערוואטיוו דיסענטיס האט שוואכע שאנסן אין וויסקאנסין
איך וואלט אויך אזוי געוואלט, למעשה זעה איך אז ראן דזשאנסאן האט שוין דארט געווינען דריי מאל.

וואס יא, איך האלט אז דעסאנטיס וועט לכאורה נישט זיין דארט מיט די 3-4% שטערקער ווי נאציאנאל וואס טראמפ איז דארט געווען, אויב בכלל.

--------

@בעסי, פלארידע קענסטו זיכער מאכן סאליד רויט..

די אנדערע סטעיטס קען מען דן זיין. (ווירדזשיניע לכאורה בלויער ווי מישיגן, קאלאראדא סעיף בלוי, אלאסקע איז ווייניגער רויט ווי אהייא און אייאווע. איך וואלט נאך געגעבן פאר ביידן פענסילוועניע ווי אריזאנע און דזשארדזשיע פאר דעסאנטיס, ובפרט אויב מאסטריאנא וועט טאקע זיין דער סענאט קאנדידאט.)

אינטרעסאנט אז דו געבסט פאר דעסאנטיס דעם נעבראסקע 2 דיסטריקט, וואס מאכט אסאך אויס, אן דעם איז נעוואדע גארנישט ווערט פאר אים. (די זעלבע אויך דער דיסטריקט אין מעין, וואס א דעסאנטיס סטיל רעפאבליקאנער קען דארט פאטענשעלי זיין שוואך דארט, דער עולם דארט איז זייער ליבעראל אויף סאושעל אישוס.)
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

איך האלט נישט אז דיסענטעס גייט געווינען פלארידע שטערקער ווי טעקסאס

ביידען וועט זיין רעלאטיוו שטארק אין פלארידע, ער איז נישט קיין טשארלי קריסט
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

נעבראסקע 2 גייט זיכער פאר דיסענטעס, מעין 2 פשטות אויך, אלאסקא שטארק פאר דיסענטעס

ווירדזשיניע גייט זיין פיל נענטער ווי אין 2020

איך גלייב שווער אז מאסטרינא גייט זיין די סענאט קאנדידאט אין פענסילוועניע
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

דאס איז אלעס לדעתי

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 12:47 pm

דאס איז מיט טראמפ קאמפיינען פאר דיסענטיס
טראמפ בכלל נישט זיך מישן
אדער טראמפ קאמפיינען קעגן דיסענטיס?
דאס איז אלעס נאר אויב טראמפ לאזט אים במנוחה

די פראבלעם איז אז טראמפ גייט טון אלעס וואס ער קען אז דיסענטעס זאל פארלירן צו ביידען, און ער קען עס באווייזן אויב ער וויל..

קודם זאל דיסעטעס בכלל געווינען די נאמינאציע, ער האלט נאך ווייט דערפון, נאך דא אסאך שווערע שטיינער איבערצוקומען. אבער ווער ווייסט..
(--ווערטערלאז--)
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”