פעיק ניוז האט געשריבן:'סיסטעם' איז נישט 'קולטור'. סיסטעמאטיש באדייט לאו דוקא אז עס זענען דא 'געזעצן' וואס דיסקרימינירן קעגן געוויסע ראסע, אבער יא אז מען 'פירט' זיך אזוי. אויב דער סיסטעם באגייט זיך אנדערש צו איין ראסע ווי צו דער צווייטער ראסע, טראץ וואס עס איז נישט וויבאלד עס איז דא אזא געזעץ אדער רעגולאציע, דאך איז דאס סיסטעמאטישע ראסיזם. דאס הייסט אז דער סיסטעם איז למעשה אויסגעשטעלט אז מען דיסקרימינירט איין ראסע.
דאס איז א סך אינדיווידואלן אין פריוואטן סעקטאר האבן איך זיך עטוואס ראסיסטישע שטריכן, דאס איז נישט סיסטעמאטישע ראסיזם.
ס'נישט 'סיסטעמאטיש' נאר 'סיסטעמיש'. זעה
דאא סיסטעם איז לאו דווקא א זאך וואס א רעגירונג אדער יחידים קענען אויסשטעלן. עס נעמט א גאנצע לאנד און געזעלשאפט צו דעוועלאפן דורכאויס די יארן א סיסטעם וואס פארט פון זיך אליינס, אבער ווערט כסדר געטוישט, געפיצט, און פאראכטן דורך די רעגירונג, ארגעניזאציעס, באוועגונגען און צומאל יחידים.
דעריבער, איז א סיסטעם א חלק פון די קולטור. יעדער לעבט אין די סיסטעם און איין וועג אדער אן אנדערע, און יעדער אין דעם סיסטעם איז אויסגעשטעלט צו ווערן באיינפלוסט, באטראפן, אדער אינגאנצן קאנטראלירט ביי די סיסטעם.
אויב די סיסטעם איז אין שורש שלעכט און פארפוילט, דאן וועלן פאריכטונגען נישט העלפן. דאס מיינט סיסטעמיש אז די אפשטאם פון דעם פראבלעם איז די סיסטעם זעלבסט, עס איז איינגעווארצלט אין די סיסטעם. אויב אזוי ברויך מען איבערמאכן דעם גאנצ'ן סיסטעם פון אויבן אראפ.
איך בין
נישט ביי די מיינונג אז ראסיזם איז סיסטעמיש איך האב עס נאר מסביר געווען. קריטיקעל ראסע טעאריע איז געבויעט אויפ'ן געדאנק פון סיסטעמישע (נישט 'סיסטעמאטישע') ראסיזם. איך בין דערקעגן.
אבער לאמיר נעמען א זאך וואס מיר אלע גלייבן יא.
דעמאקראטיע איז א חלק פון אונזער סיסטעם (קולטור אויך. אנקעטעס, מיינונגן, "ווער האט דיר געשטעלט אלץ קעניג", "לאמיר נעמען א וואוט און זעהן וואס רוב ווילן", עס איז אלעס באזירט אויף די דעמאקראטישע געדאנקען גאנג). מ'קען נישט ארויס נעמען דעמאקראטיע פון אונזער סיסטעם אהן טוישן די גאנצע סיסטעם פון אויבן אראפ.
אויב דו נעמסט אוועק דעמאקראטיע איז עס אויס סיסטעם, וועסט עס מוזן אויפטוישן מיט א אנדער'ן סיסטעם. אזוי קוקן געוויסע עקסטרעמע אן ראסיזם. ראסיזם איז א חלק פון די סיסטעם און אהן ראסיזם איז די סיסטעם אזוי ווי עס יעצט, גענצליך אויס סיסטעם, און דערפאר ברויך מען עס אויפטוישן מיט א פרישע סיסטעם.
נאכאמאל, איך בין נישט ביי דעם מיינונג.