די דעמאקראטן'ס פאלטשע נערעטיוו איבער סיסטעמיק ראסיזם

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דאונעיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 3:56 pm

Re: די דעמאקראטן'ס פאלטשע נערעטיוו איבער סיסטעמיק ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאונעיט »

מסתמא האט געשריבן:
דאונעיט האט געשריבן:
דאונעיט האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
דאונעיט האט געשריבן:ניין, צו פייטן די סיסטעמאטישע פאליצייאישע ראסיזים.

סיסטעמאטיע ראסיזם?! מילה דו זאגסט מיר אז סאיז א הפקר וועלט דארטן..

וואס איז דארטן סיסטעמאטיש ראסיסטיש? וויאזוי הייסט דאס געזעץ?

אפשר גיימיר טאקע אין די ראסיזעם אשכול, ווייל עס פארדרייט די אשכול דא.

סיסטעמאטיש מוז נישט מיינען דוקא מכוח געזעץ

וואס טייטשט דאס ווארט סיסטעמאטיש? וואס איז קובע די סיסטעם? טראכט אביסל..

------

לעניננו, איר האט דעקונג אויף סיסטעמאיטישע ראסיזם נישט מכח דאס געזעץ?

די מציאות אז ביז נישט לאנג צוריק האט א שווארצער געהאט אסאך באגרעניצונגען, און אביסעל פריער איז א שווארצער געווען א קנעכט, און אודאי ווערט עס מיט די יארן בעסער, נאכן עס פייטען אסאך, מען דארף זיין נאריש צו טראכטן אז פון איין מינוט אויפן צווייטען איז א מציאות געווארן אויסגעמעקט אינגאנצען.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: די דעמאקראטן'ס פאלטשע נערעטיוו איבער סיסטעמיק ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

מסתמא האט געשריבן:
דאונעיט האט געשריבן:
דאונעיט האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
דאונעיט האט געשריבן:ניין, צו פייטן די סיסטעמאטישע פאליצייאישע ראסיזים.

סיסטעמאטיע ראסיזם?! מילה דו זאגסט מיר אז סאיז א הפקר וועלט דארטן..

וואס איז דארטן סיסטעמאטיש ראסיסטיש? וויאזוי הייסט דאס געזעץ?

אפשר גיימיר טאקע אין די ראסיזעם אשכול, ווייל עס פארדרייט די אשכול דא.

סיסטעמאטיש מוז נישט מיינען דוקא מכוח געזעץ

וואס טייטשט דאס ווארט סיסטעמאטיש? וואס איז קובע די סיסטעם? טראכט אביסל..

------

לעניננו, איר האט דעקונג אויף סיסטעמאיטישע ראסיזם נישט מכח דאס געזעץ?

איך רעד נישט אריין אין די עצם נושא אויב עס עקזיסטירט אדער נישט, אבער אוודאי איז א ריזן חילוק צווישן סיסטאמיש און געזעץ.

סיסטאמיש (די ווארט איז נישט 'סיסטעמאטיש') איז קולטור וואס די געזעץ קען נישט אויסרייסן קיין חילוק ווי סאך זיי ווילן (דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די ציווילע קריג האט קיין סאך אויפגעטון קעגן ראסיזם גופא, חוץ באפרייען די קנעכט).

סיסטאמיש מיינט אז ראסיזם עקזיסטירט צב"ש אינערהאלב ארבעט'ס פלעצער, שולעס, וואוין ערטער, סאציאלע פונקציעס, א.א.וו. די רעגירונג קען מאכן געזעצן אז מ'טאר נישט אפיציעל דיסקרימינירן אזוי צי אזוי, אבער קורץ פון עפענטליך פארלעצן די דאזיגע געזעצן וועלן מענטשן ווייטער דיסקרימינירן (לויט די טעאריע/נאראטיוו).

למשל, א יונגער מענטש וועט אויפגעבן זיין זיץ פאר אן עלטערער ווייסער פערזאן אבער נישט פאר שווארצער. אדער, וועלן קינדער קלויבן צו שפילן מיט די ווייסע קינדער אנטשטאט שווארצע. אדער, וועלן ארבעטסגעבער (נדנ) אויפנעמען ווייסע ארבעטער איבער שווארצע מיט די זעלבע קוואליפיקאציעס. א.א.וו.

דאס איז א זאך וואס [אויב דאס איז די מציאות] די רעגירונג קען גארנישט טון, און לדעתי זאל גארנישט טון ווייל עס ארבעט נישט. מ'קען טוישן געזעצן אבער נישט מיינונגן און געפילן. דאס איז א זאך וואס די געזעלשאפט ברויך אליין ארבעטן אויף.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: די דעמאקראטן'ס פאלטשע נערעטיוו איבער סיסטעמיק ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

שטארקע ווערטער, אבער פונקט ווי אנטיסעמיטיזם איז די שליסל דערצו ערציאונג.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: די דעמאקראטן'ס פאלטשע נערעטיוו איבער סיסטעמיק ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:שטארקע ווערטער, אבער פונקט ווי אנטיסעמיטיזם איז די שליסל דערצו ערציאונג.

אמת, אבער אפילו נאך שפעטער ווען מען איז ערוואקסן, קען מען זיך אליינס איבערצייגן. עס נעמט ווילן, סימפאטיע, און אביסל וויסן..
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די דעמאקראטן'ס פאלטשע נערעטיוו איבער סיסטעמיק ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

'סיסטעם' איז נישט 'קולטור'. סיסטעמאטיש באדייט לאו דוקא אז עס זענען דא 'געזעצן' וואס דיסקרימינירן קעגן געוויסע ראסע, אבער יא אז מען 'פירט' זיך אזוי. אויב דער סיסטעם באגייט זיך אנדערש צו איין ראסע ווי צו דער צווייטער ראסע, טראץ וואס עס איז נישט וויבאלד עס איז דא אזא געזעץ אדער רעגולאציע, דאך איז דאס סיסטעמאטישע ראסיזם. דאס הייסט אז דער סיסטעם איז למעשה אויסגעשטעלט אז מען דיסקרימינירט איין ראסע.

דאס איז א סך אינדיווידואלן אין פריוואטן סעקטאר האבן איך זיך עטוואס ראסיסטישע שטריכן, דאס איז נישט סיסטעמאטישע ראסיזם.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: די דעמאקראטן'ס פאלטשע נערעטיוו איבער סיסטעמיק ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פעיק ניוז האט געשריבן:'סיסטעם' איז נישט 'קולטור'. סיסטעמאטיש באדייט לאו דוקא אז עס זענען דא 'געזעצן' וואס דיסקרימינירן קעגן געוויסע ראסע, אבער יא אז מען 'פירט' זיך אזוי. אויב דער סיסטעם באגייט זיך אנדערש צו איין ראסע ווי צו דער צווייטער ראסע, טראץ וואס עס איז נישט וויבאלד עס איז דא אזא געזעץ אדער רעגולאציע, דאך איז דאס סיסטעמאטישע ראסיזם. דאס הייסט אז דער סיסטעם איז למעשה אויסגעשטעלט אז מען דיסקרימינירט איין ראסע.

דאס איז א סך אינדיווידואלן אין פריוואטן סעקטאר האבן איך זיך עטוואס ראסיסטישע שטריכן, דאס איז נישט סיסטעמאטישע ראסיזם.

ס'נישט 'סיסטעמאטיש' נאר 'סיסטעמיש'. זעה דא

א סיסטעם איז לאו דווקא א זאך וואס א רעגירונג אדער יחידים קענען אויסשטעלן. עס נעמט א גאנצע לאנד און געזעלשאפט צו דעוועלאפן דורכאויס די יארן א סיסטעם וואס פארט פון זיך אליינס, אבער ווערט כסדר געטוישט, געפיצט, און פאראכטן דורך די רעגירונג, ארגעניזאציעס, באוועגונגען און צומאל יחידים.

דעריבער, איז א סיסטעם א חלק פון די קולטור. יעדער לעבט אין די סיסטעם און איין וועג אדער אן אנדערע, און יעדער אין דעם סיסטעם איז אויסגעשטעלט צו ווערן באיינפלוסט, באטראפן, אדער אינגאנצן קאנטראלירט ביי די סיסטעם.

אויב די סיסטעם איז אין שורש שלעכט און פארפוילט, דאן וועלן פאריכטונגען נישט העלפן. דאס מיינט סיסטעמיש אז די אפשטאם פון דעם פראבלעם איז די סיסטעם זעלבסט, עס איז איינגעווארצלט אין די סיסטעם. אויב אזוי ברויך מען איבערמאכן דעם גאנצ'ן סיסטעם פון אויבן אראפ.

איך בין נישט ביי די מיינונג אז ראסיזם איז סיסטעמיש איך האב עס נאר מסביר געווען. קריטיקעל ראסע טעאריע איז געבויעט אויפ'ן געדאנק פון סיסטעמישע (נישט 'סיסטעמאטישע') ראסיזם. איך בין דערקעגן.

אבער לאמיר נעמען א זאך וואס מיר אלע גלייבן יא.

דעמאקראטיע איז א חלק פון אונזער סיסטעם (קולטור אויך. אנקעטעס, מיינונגן, "ווער האט דיר געשטעלט אלץ קעניג", "לאמיר נעמען א וואוט און זעהן וואס רוב ווילן", עס איז אלעס באזירט אויף די דעמאקראטישע געדאנקען גאנג). מ'קען נישט ארויס נעמען דעמאקראטיע פון אונזער סיסטעם אהן טוישן די גאנצע סיסטעם פון אויבן אראפ.

אויב דו נעמסט אוועק דעמאקראטיע איז עס אויס סיסטעם, וועסט עס מוזן אויפטוישן מיט א אנדער'ן סיסטעם. אזוי קוקן געוויסע עקסטרעמע אן ראסיזם. ראסיזם איז א חלק פון די סיסטעם און אהן ראסיזם איז די סיסטעם אזוי ווי עס יעצט, גענצליך אויס סיסטעם, און דערפאר ברויך מען עס אויפטוישן מיט א פרישע סיסטעם.

נאכאמאל, איך בין נישט ביי דעם מיינונג.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די דעמאקראטן'ס פאלטשע נערעטיוו איבער סיסטעמיק ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ביידע, סיי סיסטעמיש און סיי סיסטעמאטיש זענען געבויעט אויף דעם מציאות פון סיסטעם. דער דעפיניציע פון דעם ווארט סיסטעם איז אן אוועקגעשטעלטער מהלך און צוגאנג וויאזוי זאכן פארן, א סטרוקטור וויאזוי א גרופע אדער ארגאניזאציע פונקציאנירט.

יעצט, ביידע, סיי סיסטעמיש און סיי סיסטעמאטיש זענען ווערטער באנוצט ארויסצוברענגען וויאזוי דער סיסטעם עפעקט די זאכן וועלכע קומען ארויס פון איר. סיסטעמאטיש קומט צו באצייכענען די איידיע אז זאכן ווערן געטון לויט אן אוועקגעשטעלטן סיסטעם, אז אלעס פארט לויט'ן סיסטעם. ווידער סיסטעמיק קומט צו באצייכענען די איידיע אז די זאכן וואס ווערן געטון איז וויבאלד עס איז סיסטעמיש, די און די זאך פאסירט וויבאלד דער סיסטעם איז אויסגעשטעלט אז דאס זאל פאסירן.

די צוויי ווערטער זענען נישט איינס פארקערט פון דעם צווייטן, עס איז בלויז א טראפ אנדערש די וועג פון באצייכענען די אימפאקט וואס א סיסטעם האט אויף זאכן וואס פאסירן דורך איר.

מען מוז אבער אלעמאל צוקומען צו דעם אז די זאכן וואס פאסירן אדער ווערן געטון, זענען באזירט אויף אן אוועקגעשטעלטן סיסטעם. סיסטעם איז נישט קיין זאך וואס א יחיד קען מאכן. קולטור איז א יחיד זאך. ווען מען בויעט אבער אויף א סיסטעם, א סטרוקטור באזירט אויף א קולטור, דאן זענען די פאסירונגען וועלכע קומען ארויס דערפון, סיסטעמאטיש אדער סיסטעמיק. ווילאנג מען קען נישט אנווייזן אז מען זעט עפעס "אין דעם סיסטעם" וואס איז גורם ראסיזם, דאן איז קיין סיסטעמיק רעסיזם פארהאן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”