שאווין'ס שטראף

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אין וועלכע קאטאגאריע גייט די פאליציי אפיציר שאווין'ס אקט אריין?

די וואלן האבן זיך געשלאסן מאנטאג אפריל 26, 2021 3:14 pm

צווייטע דעגרי מערדער
35
21%
דריטע דעגרי
15
9%
ערשטע דעגרי מענסלאטער
12
7%
צווייטע דעגרי
11
6%
בכלל נישט קיין מערדער קלאגעס
54
32%
מ'זאל אים אינגאנצן ריינוואשן
43
25%
 
סך הכל שטימען: 170

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

דאס זענען די צוויי באדייטן פון צווייטע גראד מארד אין מינעסאוטע:

Unintentional murders. Whoever does either of the following is guilty of unintentional murder in the second degree and may be sentenced to imprisonment for not more than 40 years:
(1) causes the death of a human being, without intent to effect the death of any person, while committing or attempting to commit a felony offense other than criminal ***** conduct in the first or second degree with force or violence or a drive-by shooting; or

(2) causes the death of a human being without intent to effect the death of any person, while intentionally inflicting or attempting to inflict bodily harm upon the victim, when the perpetrator is restrained under an order for protection and the victim is a person designated to receive protection under the order. As used in this clause, "order for protection" includes an order for protection issued under chapter 518B; a harassment restraining order issued under section 609.748; a court order setting conditions of pretrial release or conditions of a criminal sentence or juvenile court disposition; a restraining order issued in a marriage dissolution action; and any order issued by a court of another state or of the United States that is similar to any of these orders.

די ערשטע איז געוויס נישט די קעיס דא, און די צווייטע איז בשאט נפש יענעם צי שעדיגן, ועל זה אנו דנים אז שאווין האט בכלל נישט מכוון געווען דערצי
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
נחמדים
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 7:56 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמדים »

The jury in the Derek Chauvin trial has found the former Minneapolis officer guilty on three charges in the death of George Floyd. Chauvin was found guilty of second-degree unintentional murder, third-degree murder and second-degree manslaughter
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יואל שרייבער האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:@שרייבער, קודם כל, ווי דו זאגסט, אז פלאיד האט זיך שוין ביי א מינוט צו צוויי אריין אין דאס אראפהאלטן אים, שוין נישט געשטעלט קיין ווידערשטאנד.

צווייטנס, ווען איינער גייט אויס קען מען דאס זען. מען דארף נישט זיין קיין מבין דערצו. יעדער האט דאס געקענט זען, אנגעהויבן ביי די מענטשן וואס זענען דארט געשטאנען געענדיגט ביי שאווין.

אויף דיין ערשטע פוינט, ביסטו גערעכט, עס איז געווען עקסעסיוו יוז אף פארס, דאס מיינט נאכנישט אז ער איז א רוצח.

אויב הרג'עט דאס א מענטש איז מען א רוצח, ניין? נאכדערצו ווען ער ווייסט אויף %95 פראצענט אז דער מענטש גייט שטארבן.

אויף דיין צווייטע קלעים דארפסטו שוין האבן אביסל עקספערטיז צו מאכן אזא קלעים, איך האב נישט געזען די גאנצע ווידעא, איך האב אבער געזען דער חלק וואס דער דאקטאר האט געוויזן ביים טרייעל, וואס ער האט גע'טענה'ט אז יענע מינוט שטארבט ער, און מיר האט עס ענדערש דערמאנט פון להבדיל איינער וואס האט צופיל געטרינקען פורים נאכמיטאג, און שלאפט איין האלב פאר'חלש'ט נאכן ווילדעווען א שטיק צייט.

איז קוק די גאנצע ווידעא, דערנאך העמיר רעדן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קאלמיש'ל האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:נישט דא קיין שום סיבה צו זאגן אז ער האט נישט געכאפט/געטראכט אדער אז עס איז איבערגעטריבן. דאס זענען פוילע תירוצים. ער איז דארט געווען, ער האט פונקטליך געזען וואס גייט פאר.

ס'איז דא אזא זאך וואס הייסט 'עגאו'. ווען א מענטש קומט אונטער א נסיון ווען ער דארף באשיצן זיין עגא קען ער אסאך מאל ארויסגיין פון דעת און טון ווילדע שריט.

געוויס איז יא דא א סיבה צו זאגן אז ער האט נישט געכאפט.
אזוי ווי די ברענגסט ארויס און דיין צווייטן חלק אז ער האט געדארפט באשיצן זיין עגאו איז פשט אז סאיז געווען עפעס וואס האט עם נישט געלאזט טראכטן רואיג און טוהן וואס ער האט צו טאן און נישט זוכן איבריגע מאכט. אזוי ווי דו טענהסט אז ער איז ארויס פון זיין דעת איז דאס האט עם בלאקירט פון הערן וואס די ארומיגע האבן געשריגן. נעם אין אכט אז פאליציי האבן זייער א טשעלענטשינג ארבעט פאר אונז קוקט עס אויס ווי זיי דארפן אמאל איינעם אראפווארפן אדער שטיל מאכן ווען און פאקט דארפן זיי ארבייטן זייער שנעל און קליג אונטער גאר שווערע פרעשער און צומאל ציטערענדיג פאר זייער לעבן.( מעשים בכל יום אז זיי ווערן גערופן צו א נארמאלע אלגעמיינע פראבלעם און סנעמט זיך פליען קוילן)
יעצט דא ביי פלויעד ווען א פאליס דארף זיך שלאגן און דראפענען צו שטיל מאכן דעם ארעסטירטער קען ער ארויסגיין פון זיין גלייכגעוויכט אפילו זיי זענען געטרעינט זיך צו קענען באגיין און די שווערסטע אומשטענדן וכו וכו אזוי ווי די ניו יורק פאליציי טיט זיך גרויס האלטן.( פראביר אמאל אויס זיך הארגענען מיט איינעם פאר 5 מינוט און וועסט זיין ערשעפט און נאר ווילן אויספירן וועסט נישט טראכטן וואס יענער פילט אדער צו ער ברויך א גלעזעלע וואסער וכדומה.) מקען זייער קלאר זעהן ווי זיי מיטשענען זיך זייער עם צו אראפבינדן און אריינלייגן אונעם בעק פון די פאליציי טרעקל. נאכן עם אריינזעצן איז ער ארויסגעטאנצן פון די אנדערע זייט. פארגעס נישט ער איז געווען א גרויסע געבויטע מענטש. יעצט איז שאווין שוין געווען ערשעפט אין מלא כעס אז ער האט זיך פראבירט ארויסצוכאפן פין זייערע הענט. האט ער עם אראפגעהאלטן און זיך כאילו געפרייט אז האט עם ביים קארג און ער איז דיטענט ער האט נישט געהאט קיין שום סיבה עם צו הארגענען כפארשטיי נישט פארוואס איינער זאל אזוי האלטן. און ער האט עם אויך נישט געהרגעט במיזד ער האט אלע רעכטן צו אראפהאלטן א פארברעכער און קייטלען סקען זיין אז מטאר נישט האלטן קיין פיס אויפן האלץ וכו וכו און סמוז אויך נישט זיין אז ער איז געשטארבן פון דעם אז ער האט עם דערשטיקט דעם קארנערי ארטערי וואס ליגט ביים האלץ און איז גאר וויכטיג אנצוהאלטן אקסגין צו מוח. ער איז געווען פארדראגט 100% יעצט אסאך מאל שטערט דאס די אטעמען און זיי ווערן טאקע אנקאנטשעס און מפירט זיי אריין מיט גוטע 2021 מעדיקעשנס ברענגט מען צוריק טויזנטער מענטשן יעדן איינציגן טאג. כמאך נישט קיין גוזמה. ביי די גוים איז דאס די נארמאלסטע זאך. משאכ ביי אונז ודל. יעצט אפילו ביסט אווערדאסט און דיינע לינגן ארבייטן שווער צו קאמפעסירן און נאך אפאר שעה סוועפט אויס און אלעס איז מסודר אבער אויב א 300 פאנטיגער זעצט זיך ארויף אויפן ריקן און ער מאכט אז דיינע לינגן זאלן נישט קענען עכ"פ געהעריג ארבעטן דעמאלט נעמט נישט לאנג פאר די מענשט צו אויסגיין. אויב וואלט ער נישט געווען אווערדאסט וואלט ער לכ געווען בכח זיך אביסל אונטעהייבן אדער זיך אויפפירן אביסל נארמאלער צו פארמיידן די גאנצע סיטואציה.

סך הכל. ער האו עם נישט געוואלט הארגענען.
ער האט עם נישט געשאסן נאר געטאן זיין זשאב פון אראפהאלטן איינער וואס איז א דענדשזיר פארן ציבור.
ער האט נישט געקענט זעהן געהעריג זיין פנים.
ווען ער וואלט נישט געווען אווערדאסט וואלט ער נאך געלעבט.
נישט קיין נ"מ צו ער איז יא שולדיג און זיין טויט אדער נישט מוז מען עם געבן לייפטיים וכדומה ווייל ווען נישט פארט אמעריקע אויף רעיעדר. סאיז קלאר ווי די טאג אז די דזשורי האט נישט געפסקענט ריכטיג דאס איז שטארק פאליטיקעל גענויגט. און עס באדערט מיר שטארק אבער כהאב נישט געטראכט אז סגייט זיין אנדערש. ער איז גארנישט מער ווי א קרבן ציבור פאר די ציושטע געמיינע BLM

דיין לאנגע הסבר וואלט גוט געווען ווען דאס איז ווען דער קעיס. פאקטיש זענען זיי נישט געווען אין קיין מינדעסטע סכנה, אין אנהויב איז פאקטיש קיינער נישט דארט געווען ארום און ארום, אויסער איינער וואס איז געשטאנען דערנעבן און געבעטן פלאיד צו קאאפערירן, ווייל ער וועט נישט געווינען קעגן זיי.

זיי זענען נישט געווען אונטער קיין שום סטרעס, פאקטיש האט שאווין אויסגעקוקט אויסנאם רואיג.

זיי האבן נישט געדארפט מאכן קיין שנעלע דעסיזשנס. והא ראי' דאס קניען אויפ'ן האלז אליין האט געדויערט כמעט צען מינוט.

איך זע נישט די נגיעה פאר מענטשן זיך מדחיק צו זיין און פארענטפערן א קאלט בלוטיגער מערדער.

א דוגמא פון א מעשה ווען פאליציי דארף מאכן א שנעלע דעסיזשן און עס איז נישט שייך זיי צו בלעימען אויף זייערע עקשאנס, איז, די מעשה פון די זעכצן יעריג מיידל וואס איז געשאסן געווארן אין אהייאו.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שליו ודגים האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:איך רוף עס נישט 'געוואלט', איך רוף עס 'געוואוסט'.

אז ער האט געוואוסט האט ער דאך געוואלט ? איך פארשטיי נישט

ער האט געוויסט, אבער עס האט אים נישט געפאסט זיך אויפצוהויבן.

עס איז אים נישט אנגעגאנגען אז ער שטארבט, זיין איגאו איז אים לכאורה מער ווערד געווען. ער האט אים לאו דוקא 'געוואלט' הרג'ענען. ווען יא, קומט ער ווען מיט א גאן.

איך בין נישט אזוי זיכער אנלעסס אז ער האט א אלטע רעקארד פון אכזריות

און נאכדעים איגאו איז א זאך וואס שפילט אין א פייט טו בעד פאר'ן פארברעכער און ווידערשטעלנדער און אלע זיינע צעיושעטע חברים ארום (צו עקסטרעים ? איך ווייס )

קומט זיך פארדעם נאך נישט קיין מיתה פאר'ן פארברעכער אבער אויך נישט פאר'ן פאליציי אנלעסס ער איז א אלטער אכזר

יא ער האט א רעקארד פון זיין אן אכזר. קענסט די מעשה פון דזשארדזש פלאיד. דארט האט ער זיך געפירט מיט אויסנאם אכזריות.. ערנסט גערעדט, יעדער אכזר הויבט ערגעץ אן.

עס זענען נישט געווען קיין שום ציושעטע חברים ארום. דאס איז ליגנט!

'עגאו' איז נישט קיין עקסקיוז, עס איז א טענה.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
קאלמיש'ל האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:נישט דא קיין שום סיבה צו זאגן אז ער האט נישט געכאפט/געטראכט אדער אז עס איז איבערגעטריבן. דאס זענען פוילע תירוצים. ער איז דארט געווען, ער האט פונקטליך געזען וואס גייט פאר.

ס'איז דא אזא זאך וואס הייסט 'עגאו'. ווען א מענטש קומט אונטער א נסיון ווען ער דארף באשיצן זיין עגא קען ער אסאך מאל ארויסגיין פון דעת און טון ווילדע שריט.

געוויס איז יא דא א סיבה צו זאגן אז ער האט נישט געכאפט.
אזוי ווי די ברענגסט ארויס און דיין צווייטן חלק אז ער האט געדארפט באשיצן זיין עגאו איז פשט אז סאיז געווען עפעס וואס האט עם נישט געלאזט טראכטן רואיג און טוהן וואס ער האט צו טאן און נישט זוכן איבריגע מאכט. אזוי ווי דו טענהסט אז ער איז ארויס פון זיין דעת איז דאס האט עם בלאקירט פון הערן וואס די ארומיגע האבן געשריגן.

שלום עליכם א איד.

מיט די שורה האט איר גענאגעלט דעם ארגומענט. (די איבעריגע חלק תגובה איז שיין אבער קיינע חידושים, מער ווייניגער איבערגעקייט ...)

ס'איז דא נאך עטליכע נקודות וואס דער עולם איז זיך מתעלם פון:
1. שאווין זעהט נישט פלאויד בשעת ער קניט אויף איהם.

ער זעט אים יא. ווי אויך הערט ער אים.
2. אינז אלע זעהען דעם ווידאו שוין וויסנדיג אז פלאויד איז געשטארבן.

יעדער וואס האט צוגעזען די מעשה לייוו, האט געוואוסט אז ער איז געשטארבן און אז ער שטארבט. זיי האבן דאס געזאגט אין קאורט.
(3. די געשרייען פון די ארומיגע איז טאקע ערנסט אבער נישט געניג קאנווינסינג אז זיי האלטן דא מיט א מארד פאר זייערע אויגן.

שיק מיר אריין א רעקארדינג פון וויאזוי דו וואלטסט געשריגן בשעת'ן צוזען א מארד און דו האסט פיר פאליציאנטן ארום דיר וואס לאזן דיר נישט צו.
4. ווי דו שרייבסט טאקע: אפילו אויב יא, איז שאווין בכלל נישט ביים קלארן דעת עס צי מבחין זיין, ער טראכט פון עפעס אנדערש)

א מין תירוץ דאס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פעיק ניוז האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ס'איז דא נאך עטליכע נקודות וואס דער עולם איז זיך מתעלם פון:
1. שאווין זעהט נישט פלאויד בשעת ער קניט אויף איהם.

ער זעט אים יא. ווי אויך הערט ער אים.

ער זעהט נישט זיין פנים. מיין פוינט איז מער די נקודה אז די גילטי דשאדשמענט פונעם ציבור הרחב דא און איבעראל קומט פון רחמנות נאכן באטראכטן פלאוידס פנים ווי ער ראנגלט זיך פאר זיין אטעם. ניין. שאווין האט דאס נישט געזעהן.

זיי האבן דאס געזאגט נאכן וויסן אז ער איז געשטארבן. אין פאקט האבן זיי פאר לאנגע מינוטן געהערט פלאויד שרייען כאטש ער ווערט לכאורה דערשטיקט. ווען איינער דערשטיקט איינעם מיטן געווענליכן חניקה מעטהאד קען ער נישט שרייען פאר מער ווי א האלבע מינוט (אויב בכלל)

פעיק ניוז האט געשריבן:
(3. די געשרייען פון די ארומיגע איז טאקע ערנסט אבער נישט געניג קאנווינסינג אז זיי האלטן דא מיט א מארד פאר זייערע אויגן.

שיק מיר אריין א רעקארדינג פון וויאזוי דו וואלטסט געשריגן בשעת'ן צוזען א מארד און דו האסט פיר פאליציאנטן ארום דיר וואס לאזן דיר נישט צו.

אויב זעה איך פאר מיינע אויגן א מארד אקט וואלט איך בלי שום ספק אינטערווינט, כ'וואלט ציגעלאפן מיט א אש קודש צי צישטערן דעם מעשה. אפילו אויב האב איך ווען מורא פאר מיין אייגענעם לעבן וואלט איך לפחות געגאנגען אין א זייט און געווארפן אביעקטן אינעם ריכטונג פונעם אפיציר. בלויז שרייען איז א אנדייטונג פון מאכן א טאראראם און איבערטרייבן א מצב.

פעיק ניוז האט געשריבן:
4. ווי דו שרייבסט טאקע: אפילו אויב יא, איז שאווין בכלל נישט ביים קלארן דעת עס צי מבחין זיין, ער טראכט פון עפעס אנדערש)

א מין תירוץ דאס.

דאס איז נישט קיין תירוץ, דאס איז די פשטות עד שיוכיח אחרת. ער איז בחזקת אז ער האט איהם נישט געוואלט שעדיגן און דער נאטורליכע גראדע סיבה איז אז ער האט נישט משים לב געווען צי וואס ער טוט.

נאכאמאל, פראביר צי דורכטראכטן דעם קעיס אן די איינפלוס פון די רחמנות געפילן פון זעהן פלאויד אויסגיין אזוי טראגישערהייט.
אזוי האב איך געטוהן עטליכע מאל און דאס איז וואס ס'קומט מיר אויס.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

טישטוך האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:איך ווייס באמת נישט וואס עטץ ווילטס פון @ טישטוך ער שרייבט דאך אזוי עדאלטיש שכלדיג ער איז א סעמפל פון נישט פרימיטיוו

איר דארפט ווערן אויס פרימיטיוו דאס איז היינט די מציאות האלטסטו ווי מיר ביסטו וועלקאם אז נישט ביסטו שוין פרימיטייו זשאסט פאר'ן נישט וויסן די פאקט אז האלטן אנדערש ווי מיר איז אראפגעקוקט

איך האב געליינט דיין תגובה און געזען אז עס איז סארקאסטיש, טוה מיר א טובה, ליין אריבער וואס איך האב געשריבן און דאן זיי מסביר צוליב וועלכע סיבה דו טראכסט אז איך וויל נישט הערן אן אנדערע מיינונג.

איך ברענג נאר ארויס מיין אויפברויז און איך זאג אז איך פארשטיי נישט פארוואס דער עולם איז אזוי אומצעוויליזירט...

אדרבה, זאל קומען דער חכם און ענטפערן איין נארמאלער תירוץ פארוואס מען ברויך ריינוואשן שאַווין!

וואס עקזעקטלי באדייט בלינדע טראמפיזעם

לגבי שאווין ער האט דא נישט געוואלט הרגענען קיין שווארצן קלאר ווי דער טאג עם איי אינטיילד צו האבן אזא אפיניען ?

בלינדע טראָמפּיזם באדייט דאס אז מען האט געגלייבט אלע זיינע שטותים וואס ער האט גערעדט, אז מען האט אנגעהויבן שטיצן די רעכטע ווייס-סופרעמיסטישע אגענדע פון נאציאנאליזם וכו׳

יא, דו מעגסט האלטן אז שאווין האט נישט געוואלט רצח׳ענען פלויד אלס ראסיזם, אבער מיין אויפברויז שטאמט פון דעם אז א ריזן חלק פון די אייוועלטער האלטן אז מען מוז אים גענצליך ריינוואשן!

אנטשולדיגט מיר! טראמפיזעם האט גארנישט מיט ווייט סופערמיסטן, בס''ה האט טראמפ געזאגט I don't really" see white nationalism as a rising threat around the world., וואס דאס אגב איז הינדערט פארצענט אמת,
אין קאמפערזשן צו די לינקע וואס האבן אפענערהייט געשטיצט די גרויזאמע BLM, וואס איז קלאר א רייזינג טרעט,

חוץ מזה ווייסע סופערמיסטן עקזיסטערט נישט היינט צוטאגס, אפשר אין טעאריע יא, אבער דאס ווייס איך נישט ווייל איך בין נישט קיין יודע מחשבות,(עס האט עקזיסיטירט אין די מיטל אלטער) עס איז דזשאסט א מידיע ריטארעק וואס זיי האבן גענוצט קעגן טראמפ,
אן די אדער סייד BLM עקזיסטערט, אין גייט פעסט אן מיט זייער רצוחה,

אין פאקט ווייס איך נישט קיין איין מעשה פין א ווייסער סופערמעסיסט וואס האט געהארגעט א שווארצער אין 2020,
בעת וואס בלעק לייווס מעטער האבן אין 2020 געהארגעט כאטש 25 אומשולדיגע מענטשן, אלעס ווייל זיי זענען ווייס אדער בלוי, דאס איז חוץ פין גנב'נן פלינדערן רויבן אין פארברענען ביזנעסער פין אומשולדיגע מענטשן,

ווי איז דזשאסטיס פאר די ווייסע אין בלויע, ווען זיי זענען געהארגעט געווארן אינטענשינאל האבן די לינקע מערדערס (יא מוט שטיצן אזאלעכע אקטן האב איך נישט קיין שענערע טיטל) עס אנגערופן פיעספאל פראטעסט'ס, אין זיי האבן געוויינט מיט קראקידייל טרערן קעגן טראמפ וואס וויל אריינברענגן נעשינאל גארדס אפצוראטעווען נאך אפאר אומשילדיגע לעבן'ס,

פארמאגן נישט די איבער 25 מענטשן קיין ווייב אין קינדער? אויף זיי דארף מען נישט רחמנות האבן? פארוואס ווייל זיי זענען נישט שווארץ?

ס''ה ביסטו (איך מיין נישט דיר פערזענדליך) געפאלן א קרבן פין די לינקע מידיע וואס פארקויפט שקרים וכזבים. (די אידענטיפיקאציע אז די ביסט פארקויפט פאר די מידיא איז דאס וואס די האסט דערמאנט ווייסע סופערמיסטן, וואס עקזיסטערט נאר אין די מידיא'ס ריטארעק)

וואס דארפסטו מער ווי זיי האבן פרובירט צו באהאלטן די פאקט די וואך אז די שווארצע מיידל וואס איז געשאסן געווארן האט געהאלטן אין מיטן איינעם שחט'ן, אין נאכדעם ווען די ווידיא איז ארויסגעקומען האבן זיי אנגעהויבן זינגען די זעלבע ניגון, אז זי איז א קינד צו עלטערן,

יא איך בין א פרימיטיווער וואס גלייבט נישט יעדע ליגנט פין די מידיא,
נחמדים
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 7:56 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמדים »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:יעדער וואס האט צוגעזען די מעשה לייוו, האט געוואוסט אז ער איז געשטארבן און אז ער שטארבט. זיי האבן דאס געזאגט אין קאורט.

זיי האבן דאס געזאגט נאכן וויסן אז ער איז געשטארבן..

האסט געזען דעם גאנצן קליפ? זיי שרייען דארט בשעת מעשה אז פלויד שטארבט! וואס דרייסטע א קאפ מיט נאכן וויסן אז ער איז געשטארבן ווער האט זיי געזאגט? ווען איז נאכ'ן?
שלום הלוי
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 8:27 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום הלוי »

וויאזוי קען טאקע זיין אזא זאך אין מציאות מען טשאוקט א מענטש פאר צען מינוט און בכלל נישט הייסען קיין מערדער איינער מיט א הסבר?
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

שלום הלוי האט געשריבן:וויאזוי קען טאקע זיין אזא זאך אין מציאות מען טשאוקט א מענטש פאר צען מינוט און בכלל נישט הייסען קיין מערדער איינער מיט א הסבר?

אישטא קיין הסבר.
אבער וואו קומט דיין קשיא דא אריין?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ס'איז דא נאך עטליכע נקודות וואס דער עולם איז זיך מתעלם פון:
1. שאווין זעהט נישט פלאויד בשעת ער קניט אויף איהם.

ער זעט אים יא. ווי אויך הערט ער אים.

ער זעהט נישט זיין פנים. מיין פוינט איז מער די נקודה אז די גילטי דשאדשמענט פונעם ציבור הרחב דא און איבעראל קומט פון רחמנות נאכן באטראכטן פלאוידס פנים ווי ער ראנגלט זיך פאר זיין אטעם. ניין. שאווין האט דאס נישט געזעהן.

נישט דא קיין שום סיבה צו זאגן אז ער זאל נישט האבן געזען פלאיד'ס פנים. זיין פנים איז נישט געווען פארדעקט. אויסער אויב האט ער עס בדוקא נישט באטראכט, קומט זיך אים טאקע פעטש. דו הערסט ווי איינער שטיקט זיך, און דו נעמסט ניטאמאל די מי צו כאפן כאטש א בליק?
פעיק ניוז האט געשריבן:
2. אינז אלע זעהען דעם ווידאו שוין וויסנדיג אז פלאויד איז געשטארבן.

יעדער וואס האט צוגעזען די מעשה לייוו, האט געוואוסט אז ער איז געשטארבן און אז ער שטארבט. זיי האבן דאס געזאגט אין קאורט.

זיי האבן דאס געזאגט נאכן וויסן אז ער איז געשטארבן.

זיי האבן דאס געזאגט אין קאורט אז זיי האבן געוואוסט אויפ'ן פלאץ אז דער לעבט נישט. אויסער דעם, שרייען זיי דאס בשעת מעשה אויך.
אין פאקט האבן זיי פאר לאנגע מינוטן געהערט פלאויד שרייען כאטש ער ווערט לכאורה דערשטיקט. ווען איינער דערשטיקט איינעם מיטן געווענליכן חניקה מעטהאד קען ער נישט שרייען פאר מער ווי א האלבע מינוט (אויב בכלל)

און וויבאלד דא איז עס נישט געווען די געווענליכע חניקה מעטאד, האט עס גענומען אביסל לענגער.

עריק גארנער האט אויך געשריגן "אי קענט בריעט".
פעיק ניוז האט געשריבן:
(3. די געשרייען פון די ארומיגע איז טאקע ערנסט אבער נישט געניג קאנווינסינג אז זיי האלטן דא מיט א מארד פאר זייערע אויגן.

שיק מיר אריין א רעקארדינג פון וויאזוי דו וואלטסט געשריגן בשעת'ן צוזען א מארד און דו האסט פיר פאליציאנטן ארום דיר וואס לאזן דיר נישט צו.

אויב זעה איך פאר מיינע אויגן א מארד אקט וואלט איך בלי שום ספק אינטערווינט, כ'וואלט ציגעלאפן מיט א אש קודש צי צישטערן דעם מעשה. אפילו אויב האב איך ווען מורא פאר מיין אייגענעם לעבן וואלט איך לפחות געגאנגען אין א זייט און געווארפן אביעקטן אינעם ריכטונג פונעם אפיציר. בלויז שרייען איז א אנדייטונג פון מאכן א טאראראם און איבערטרייבן א מצב.

איך הער. פארדעם הייסטו "סטאוו"... ווי אויך ביזסטו א איד..

עס הערט זיך בכלל נישט אז זיי זוכן צו מאכן א טאראראם. זיי הערן זיך באמת אין אנגסט.
פעיק ניוז האט געשריבן:
4. ווי דו שרייבסט טאקע: אפילו אויב יא, איז שאווין בכלל נישט ביים קלארן דעת עס צי מבחין זיין, ער טראכט פון עפעס אנדערש)

א מין תירוץ דאס.

דאס איז נישט קיין תירוץ, דאס איז די פשטות עד שיוכיח אחרת. ער איז בחזקת אז ער האט איהם נישט געוואלט שעדיגן און דער נאטורליכע גראדע סיבה איז אז ער האט נישט משים לב געווען צי וואס ער טוט.

איך טריי אפילו נישט מוכיח צו זיין אחרת. טאקע אט דאס מאכט אים פאר מערדער. האסטו געהערט אזאנס? ער האט נישט משים לב געווען פאר ניין-צען מינוט אז ער הרג'עט א מענטש...
נאכאמאל, פראביר צי דורכטראכטן דעם קעיס אן די איינפלוס פון די רחמנות געפילן פון זעהן פלאויד אויסגיין אזוי טראגישערהייט.
אזוי האב איך געטוהן עטליכע מאל און דאס איז וואס ס'קומט מיר אויס.

איך האב דאס געטון. איך בין גאר קלאר איבער וואס דא האט זיך אפגעשפילט. גלייב מיר אז מיר שטערט אויך ווען מען טרייבט איבער און מען נעמט זיך אן פאר פארברעכער. אין דעם אבער איז גארנישט איבערגעטריבן.

אויף דיר וואלט איך ענדערש געזאגטף אז דו פרובירסט צו טראכטן בלויז מיט שכל אן די איינפלוס פון די קאלטע פליישיגע מציאות..
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

שלום הלוי האט געשריבן:וויאזוי קען טאקע זיין אזא זאך אין מציאות מען טשאוקט א מענטש פאר צען מינוט און בכלל נישט הייסען קיין מערדער איינער מיט א הסבר?

די תירוץ שטייט אין דיינע ווערטער, וויאזוי קען זיין אז מ'טשאוקט א מענטש און ער פארלירט באוואוסטזיין נאר נאך 7 מינוט? די ענטפער איז אז דאס איז נישט געווען טשאוקינג, אנדערע מענטשן וואלטן געבליבן ביים באוואוסטזיין 20-30 מינוט אויכט און אולי א שעה צוויי. דערפאר איז דאס כשלעצמו נישט קיין אקט פון מארד
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

לכבודך האב איך מיט שוועריגקייטן איבערגעקוקט דעם אומקוקבארן קליפ.

ביי בערך דריי א האלב מינוט, רעדט ער שוין נישט. ביי בערך פיר א האלב מינוט, רירט ער זיך שוין נישט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איך פארשטיי נישט וואס עס געבט צו פאר אידן דא אז די פאליציי זאל האבן די פרייהייט פון אביוזן זייער מאכט ביז רציחה. אויב עפעס ברענגט עס מער אומרעספעקט פאר געזעץ ביי די געמיינדעס.ער איז נישט געווען א פארברעכער מיט אגאן.ער האט פראבירט צו שווינדלן מיט א צוואנציגער. וואס וועט געדען אויב מען וועט אים שיקן א סומאנס אנשטאט ארעסטירן?
שויתי ה' לנגדי תמיד
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

פעיק ניוז האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:
אז ער האט געוואוסט האט ער דאך געוואלט ? איך פארשטיי נישט

ער האט געוויסט, אבער עס האט אים נישט געפאסט זיך אויפצוהויבן.

עס איז אים נישט אנגעגאנגען אז ער שטארבט, זיין איגאו איז אים לכאורה מער ווערד געווען. ער האט אים לאו דוקא 'געוואלט' הרג'ענען. ווען יא, קומט ער ווען מיט א גאן.

איך בין נישט אזוי זיכער אנלעסס אז ער האט א אלטע רעקארד פון אכזריות

און נאכדעים איגאו איז א זאך וואס שפילט אין א פייט טו בעד פאר'ן פארברעכער און ווידערשטעלנדער און אלע זיינע צעיושעטע חברים ארום (צו עקסטרעים ? איך ווייס )

קומט זיך פארדעם נאך נישט קיין מיתה פאר'ן פארברעכער אבער אויך נישט פאר'ן פאליציי אנלעסס ער איז א אלטער אכזר

יא ער האט א רעקארד פון זיין אן אכזר. קענסט די מעשה פון דזשארדזש פלאיד. דארט האט ער זיך געפירט מיט אויסנאם אכזריות.. ערנסט גערעדט, יעדער אכזר הויבט ערגעץ אן.

עס זענען נישט געווען קיין שום ציושעטע חברים ארום. דאס איז ליגנט!

'עגאו' איז נישט קיין עקסקיוז, עס איז א טענה.

דעס איז נאריש צו זאגן ער איז נישט פונקט יעצט געווארן א אכזר

'עגאו' איז נישט קיין עקסקיוז, עס איז א טענה

צו טיף פאר מיר לא זכיתי להבין אביסל מער הבנה אין די שורה

אגב שאווין אין אלגעמיין זעיט בכלל נישט אויס ווי קיין אכזר ווען ער זאל אנקומען צו מיין אפיס פאר א ביזנעס דיל וכדו' וואלט איך בכלל נישט געטראכט צוויי אים אויפצונעמען אן קיין ציטער אז ער גייט מיר דערווערגן

במילא ווען מ'זעיט אים אלס פאליציי זיך ראנגלען מיט א פארברעכער וואס שטעלט א ווידערשטאנד מאכט זיך ספיקות צו ער איז נהפך געווארן לקאלט בלויטיגע אכזר פון אין מינוט אויפן צווייטן צו זאכן רום האבן געשפילט וואס אויב יא דארף מען אים אלס פאליציי מאן און אלס אחריותדיגע בירגער אים דן זיין לטובה
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די אלע תורות, מאכן שאווין פאר א קלענערע רוצח? איך פרעג דיר.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

פעיק ניוז האט געשריבן:די אלע תורות, מאכן שאווין פאר א קלענערע רוצח? איך פרעג דיר.

100 %

איך קען נאר זאגן קלאר אויף די מעשה אז ס'איז געוווען בכונה מעשה רציחה אויב ער האט א רעקארד איך מיין אז דעס

דעס זאגן כאילו איך לאז מיך נישט איך קוק נישט אויף גארנישט נישט פאר דעם נישט נאכדעים נישט אזוי נישט אזו איז בכלל נישט אויפריכטיג מיין פריינט

אגב ס'איז נישט קיין תורות ס'איז א חלק פון די זאך
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

פאסט טרעגער האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:איך ווייס באמת נישט וואס עטץ ווילטס פון @ טישטוך ער שרייבט דאך אזוי עדאלטיש שכלדיג ער איז א סעמפל פון נישט פרימיטיוו

איר דארפט ווערן אויס פרימיטיוו דאס איז היינט די מציאות האלטסטו ווי מיר ביסטו וועלקאם אז נישט ביסטו שוין פרימיטייו זשאסט פאר'ן נישט וויסן די פאקט אז האלטן אנדערש ווי מיר איז אראפגעקוקט

איך האב געליינט דיין תגובה און געזען אז עס איז סארקאסטיש, טוה מיר א טובה, ליין אריבער וואס איך האב געשריבן און דאן זיי מסביר צוליב וועלכע סיבה דו טראכסט אז איך וויל נישט הערן אן אנדערע מיינונג.

איך ברענג נאר ארויס מיין אויפברויז און איך זאג אז איך פארשטיי נישט פארוואס דער עולם איז אזוי אומצעוויליזירט...

אדרבה, זאל קומען דער חכם און ענטפערן איין נארמאלער תירוץ פארוואס מען ברויך ריינוואשן שאַווין!

וואס עקזעקטלי באדייט בלינדע טראמפיזעם

לגבי שאווין ער האט דא נישט געוואלט הרגענען קיין שווארצן קלאר ווי דער טאג עם איי אינטיילד צו האבן אזא אפיניען ?

בלינדע טראָמפּיזם באדייט דאס אז מען האט געגלייבט אלע זיינע שטותים וואס ער האט גערעדט, אז מען האט אנגעהויבן שטיצן די רעכטע ווייס-סופרעמיסטישע אגענדע פון נאציאנאליזם וכו׳

יא, דו מעגסט האלטן אז שאווין האט נישט געוואלט רצח׳ענען פלויד אלס ראסיזם, אבער מיין אויפברויז שטאמט פון דעם אז א ריזן חלק פון די אייוועלטער האלטן אז מען מוז אים גענצליך ריינוואשן!

אנטשולדיגט מיר! טראמפיזעם האט גארנישט מיט ווייט סופערמיסטן, בס''ה האט טראמפ געזאגט I don't really" see white nationalism as a rising threat around the world., וואס דאס אגב איז הינדערט פארצענט אמת,
אין קאמפערזשן צו די לינקע וואס האבן אפענערהייט געשטיצט די גרויזאמע BLM, וואס איז קלאר א רייזינג טרעט,

חוץ מזה ווייסע סופערמיסטן עקזיסטערט נישט היינט צוטאגס, אפשר אין טעאריע יא, אבער דאס ווייס איך נישט ווייל איך בין נישט קיין יודע מחשבות,(עס האט עקזיסיטירט אין די מיטל אלטער) עס איז דזשאסט א מידיע ריטארעק וואס זיי האבן גענוצט קעגן טראמפ,
אן די אדער סייד BLM עקזיסטערט, אין גייט פעסט אן מיט זייער רצוחה,

אין פאקט ווייס איך נישט קיין איין מעשה פין א ווייסער סופערמעסיסט וואס האט געהארגעט א שווארצער אין 2020,
בעת וואס בלעק לייווס מעטער האבן אין 2020 געהארגעט כאטש 25 אומשולדיגע מענטשן, אלעס ווייל זיי זענען ווייס אדער בלוי, דאס איז חוץ פין גנב'נן פלינדערן רויבן אין פארברענען ביזנעסער פין אומשולדיגע מענטשן,

ווי איז דזשאסטיס פאר די ווייסע אין בלויע, ווען זיי זענען געהארגעט געווארן אינטענשינאל האבן די לינקע מערדערס (יא מוט שטיצן אזאלעכע אקטן האב איך נישט קיין שענערע טיטל) עס אנגערופן פיעספאל פראטעסט'ס, אין זיי האבן געוויינט מיט קראקידייל טרערן קעגן טראמפ וואס וויל אריינברענגן נעשינאל גארדס אפצוראטעווען נאך אפאר אומשילדיגע לעבן'ס,

פארמאגן נישט די איבער 25 מענטשן קיין ווייב אין קינדער? אויף זיי דארף מען נישט רחמנות האבן? פארוואס ווייל זיי זענען נישט שווארץ?

ס''ה ביסטו (איך מיין נישט דיר פערזענדליך) געפאלן א קרבן פין די לינקע מידיע וואס פארקויפט שקרים וכזבים. (די אידענטיפיקאציע אז די ביסט פארקויפט פאר די מידיא איז דאס וואס די האסט דערמאנט ווייסע סופערמיסטן, וואס עקזיסטערט נאר אין די מידיא'ס ריטארעק)

וואס דארפסטו מער ווי זיי האבן פרובירט צו באהאלטן די פאקט די וואך אז די שווארצע מיידל וואס איז געשאסן געווארן האט געהאלטן אין מיטן איינעם שחט'ן, אין נאכדעם ווען די ווידיא איז ארויסגעקומען האבן זיי אנגעהויבן זינגען די זעלבע ניגון, אז זי איז א קינד צו עלטערן,

יא איך בין א פרימיטיווער וואס גלייבט נישט יעדע ליגנט פין די מידיא,

געשאסן א לאטקע... ווייסע סופרעמעסי באשטייט נישט...

ר׳ איד, עס באשטייט און נאך ווי, גיב א קוק אין די נאנטע ווירזשיניע וואס דארטן טוט זיך, הער אביסל אין אינדיאנא, מאך אביסעלע ריסיורטש, נאכהער העמיר רעדן...
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

דו האלסט דו האסט בכלל עפעס געענטפערט?
אדרבא ברענג איין מעשה זייט 2017 שארלטסוויל און די לעצטע מעשה פאר דעם.
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איז שאווין א איד? איך זע איינער זאגט דא אז ווער עס וויל נישט אנעמען די טאקער ליניע אז ער האט געהרגעט אומשולדיגערהייט איז סעלף העיטינג?
שויתי ה' לנגדי תמיד
נחמדים
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 7:56 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמדים »

The Department of Justice is reportedly considering charging Derek Chauvin over a 2017 incident that came to light while prosecutors were preparing their case against the former Minneapolis cop convicted Tuesday of killing George Floyd.

ABC News reports that the DOJ’s investigation centers around footage of Chauvin striking a Black teenager so hard that the 14-year-old required stitches, then kneeling on that teen for almost 17 minutes — mostly putting pressure on his upper back — while the child complained he couldn’t breathe.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

דער שאווין האט פשוט גענומען די 'קניען פאר די שווארצע' אויף א נעקסט לעוועל...
רצונינו לעשות רצוניך.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

פון אמעריקע האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
וואס עס האט מיר געבאדערט דא איז אז דער עולם איז בלינד און נאאיוו און בעאיינפלוסט פון פרימיטיווע ראסיזם און שלעכטיגקייט און דעריבער זעט מען אז רוב עולם דא האלט אז מען דארף ריינוואשן דעם מערדער שאווין.

בקיצור, די האלסט אז די איינציגסטע סיבה פאר היימישע מענטשן צו האלטן אנדערש ווי דיר איז ווייל "דער עולם איז בלינד און נאאיוו און בעאיינפלוסט פון פרימיטיווע ראסיזם און שלעכטיגקייט".

דאכצעך האסט נאר געגראבן דעם גריב טיפער.

ווער זאגט דיך ער האלט דאס איז די "איינציגסטע סיבה" וואס קען זיין צו האלטן אנדערש פון אים??

סה"כ זאגט ער אלס משלנו, און אלס איינער וואס (כ'שטעל מיך פאר) רעדט מיט זיינע ברידער יעדן טאג, אז ער האלט דאס איז די סיבה פאר די העכסט מאדנע אינטערסאנטע און קוריאזע מיינונגען ביים ציבור.
וואו אין די וועלט קומט אריין די פאקט אז ער דיסעגריעט מיט די מאדנע מיינונגען??

ס'דא א רוב ביים ציבור וואס האלטן אז פלויד איז געשטארבען פון קארבאן דיאקסייד אדער דראגס, און שאווין האט אים בכלל נישט גע'הרג'עט, און טישטוך האט געגעבן זייער א שטארקע סברה פאר דעם, האסט אן אנדערע?? אדרבה..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

די BBC האט ארויפגעברענגט א געוועזענע שווארצע פאליציאנט נאך די אורטייל פון דערעק שאווין, אבער האט זיך בכלל נישט גערעכענט וואו די אינטערוויו וועט גיין...

https://t.me/YiddishlechPolitics/3074
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”