צל עובר האט געשריבן:צום קעפל:
אז די חברה ביי סי ען ען טרוט ניוז זענען אזעלכע נעאקאן מלחמה ליבהאבער, אז אנשטאט אויסצונוצן זייערע ריזיגע רעטינגס וואס זיי האבן אין אזאנע זמנים צוליב האבן די בעסטע דעקונג, צו אראפלייגן דעם מצב די בעסטע שייך פאר ירום הודו, און נאכזאגן די דעמאקראטישע טאקינג פוינטס און אפילו זייערע ספינס, בנוסח אמת ענביסי, אנשטאט דעם האקן זיי אויף דעם פרעזידענט באלד ערגער ווי פ(א)[עי]קס ניוז.
אפדעיט: מסתמא ערגער ווי פ(א)[עי]קס ניוז, ווייל דארט בלאבעלט מען דאך סתם נארישע טאקינג פוינטס וואס איז שװער צו קויפן אפילו, און מען קען אפפרעגן אין א מינוט צוויי. משא"כ אויף טרוט ניוז נעמט מען די אמת'ע פאקטן פון דעם גאנצן שלעכטן מצב פון אמעריקע'ס צוואנציג יעריגן דורכפאל אין אפגאניסטאן, און מען לייגט עס ארויף אויף דעם פרעזידענט ירום הודו, אלעס פאר דעם חטא פון אויפרעגן די נעאקאנס.
מען ברענגט אן עקספערט וואס זאגט אזוי, וואס איז מעגליך גערעכט: אפגאניסטאן איז נאך ערגער ווי וויעטנאם, ווייל פון אפגאניסטאן האט מען אטאקירט אמעריקע, משא"כ וויעטנאם. איי וואס איז דער חורבן אין וויעטנאם, אז מען איז למעשה ארויס, אדער די פופצן יאר פריער? קיינער מיינט נישט אז דער עיקר פראבלעם איז געווען אז מען איז ארויס, אדער אפילו ווי אזוי מען איז ארויס.
איך בין הונדערט פראצענט מסכים מיט דיין תגובה, איך פארשטיי נאר נישט פארוואס דו רופסט זיי נאך אלץ טרו ניוז...
ביי מיר זענען זיי הונדערט מאל ערגער ווי פאקס, ווייל בעת פאקס שטופט א פארטיי, און זאגט וואטעווער עס פעלט זיך אויס פאר די פארטיי, איז סי ען ען דא דירעקטלי צו שטופן די נאראטיוו פון די קארופטירטע דורכגעפאלענע אינסטיטוציע המכונה פענטאגאן וואס האט שוין אפגעקאסט הונדערטער טויזנטער לעבנס.