ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך בהר בחוקותי



ביזנעסמאן דזשאן קאקס איז שוין געלאפן און פארלוירן אקעגן קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם און פארמעסט זיך אצינד אים אקעגן אים אין די אנגייענדע ריקאול קאמפיין
זיין קאמפיין האט אויפגענומען א באקאנטע רעפובליקאנע פי אר עקספערט וועלכע צייכנט זיך און אין אהערשטעלן קוריאזע און מאדנע מעסעדזשעס צו כאפן די אויג פון די וויילער און פארוואנדלען פארמעסטן אין צירקוסן
דאסמאל האט מען אהערגעשטעלט די קאמפיין צו באצייכענען ניוסאם אלץ בלויז א זיסער יונגל וועמענס אזויגערופענע כאריזמא איז די איינציגסטע סיבה פארוואס ער האט געוואונען זיין בענקל און אז אין א צייט וואס פאר קאליפארניער איז שוין גארנישט אזוי זיס איז העכסט צייט אים איינצוטוישן די הבל היופי מיט דייקא מיט עימיצער ווייניגער בא'טעמ'ט אבער א פירער וואס איז קעמפעריש ווי א חי'
נו, ווי אזוי ברענגט מען ארויס די קאנטראסט די קלארסטע וואס נאר מעגליך?
מען ברענגט אראפ א פיר פיסיגע באשעפעניש פארצושטעלן פאר די וויילער וואס זיי קענען ערווארטן אין א קאקס אדמיניסטראציע
די וויילער וועלכע האבן אפגעווארט דעם קאנדידאט האבן אויסגעווארט אויף עימיצער וועלכע זאל ארויפקומען צום פאדיום און איינלייטן די אוונט און באגריסן קאקס און א לעבעדיגע פיר פיסיגע בער איז מיטאמאל ערשינען און קאקס נאך אים
קאמפיין באאמטע האבן איבערגעגעבן אז דער בער איז זייער פארליבט אין וואנילא סענדוויטש קוקיס
דער בער איז מיט יראת הכבוד געשטאנען אונטער דעם קאנדידאט דורכאויס די רעדע אין וועלכע קאקס האט נאכאנאנד באצייכנט ניוסאם אלץ בא'חנ'טער יונגל און געזאגט אז עס איז צייט אויסצואוועלן צווישן חן און חי'

ובחרת בחי

*

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:קאליפארניע באדט זיך אין א $15-25 ביליאן בודזשעט סורפלוס פאר 2020.
די ארטיגע טעקס סיסטעם איז אויסגעשטעלט אויסצוקוועטשן די רייכסטע איינוואוינער וואס האבן געהאקט א לעבן דורכאויס די עפידעמיע.

https://www.sfchronicle.com/opinion/edi ... 798582.php


גאווערנאר ניוסאם האט יעצט געמאלדן אז קאליפארניע האט געהאט א סורפלוס פון איבער $75 ביליאן דאלאר פאר פארגאנגענע יאר.

א יאר צוריק האט די סטעיט זיך גערעכנט אויף א $50 ביליאן דעפיציט צוליב קאוויד-19.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:קאליפארניע באדט זיך אין א $15-25 ביליאן בודזשעט סורפלוס פאר 2020.
די ארטיגע טעקס סיסטעם איז אויסגעשטעלט אויסצוקוועטשן די רייכסטע איינוואוינער וואס האבן געהאקט א לעבן דורכאויס די עפידעמיע.

https://www.sfchronicle.com/opinion/edi ... 798582.php


גאווערנאר ניוסאם האט יעצט געמאלדן אז קאליפארניע האט געהאט א סורפלוס פון איבער $75 ביליאן דאלאר פאר פארגאנגענע יאר.

א יאר צוריק האט די סטעיט זיך גערעכנט אויף א $50 ביליאן דעפיציט צוליב קאוויד-19.


האט דאס עפעס צו טהון מיט סטימיולעס?
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:קאליפארניע באדט זיך אין א $15-25 ביליאן בודזשעט סורפלוס פאר 2020.
די ארטיגע טעקס סיסטעם איז אויסגעשטעלט אויסצוקוועטשן די רייכסטע איינוואוינער וואס האבן געהאקט א לעבן דורכאויס די עפידעמיע.

https://www.sfchronicle.com/opinion/edi ... 798582.php


גאווערנאר ניוסאם האט יעצט געמאלדן אז קאליפארניע האט געהאט א סורפלוס פון איבער $75 ביליאן דאלאר פאר פארגאנגענע יאר.

א יאר צוריק האט די סטעיט זיך גערעכנט אויף א $50 ביליאן דעפיציט צוליב קאוויד-19.

און אזוי וועט מקוים ווערן כסיל ובער יאבדו ועזבו לאחרים חילם
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

ניוסאם ערווארטעט יעצט $38 ביליאן סורפלוס פאר 2021.

ער פלאנט צו טיילן $1,100 כאבאר-ריבעיט טשעקלעך צו קאליפארניע שטייער צאלער...

פון אמעריקע האט געשריבן:...
האט דאס עפעס צו טהון מיט סטימיולעס?

מן הסתם טיילווייז. אבער אלע סטעיטס האבן באקומען אייניגע אדער גרעסערע מוציאס (פער קעפיטע, פארשטייט זיך) און טרענקען זיך אין ריזיגע דעפיציטן פארן פארגאנגענעם פיסקעל יאר. געדענק אז קאליפארניע איז איינס פון בלויז אכט סטעיטס (אלע דערפון בלויע סטעיטס) וואס שיקן מער געלט צו די פעדעראלע רעגירונג אין וואשינגטאן ווי די סכום וואס די פעדעראלע רעגירונג שיקט צוריק.
קאליפארניע שיקט ארום $170 מער קיין וואשינגטאן פער איינוואוינער אין די סטעיט פון וויפיל זיי באקומען צוריק (יאר 2019).
פלארידע, למשל, האט די זעלבע יאר צוריק באקומען מיט $2,375 מער פון וואשינגטאן פער איינוואוינער פון וויפיל פלארידע איינוואוינער האבן איינגעצאלט אין די פעדעראלע שטייער קאסע. פלארידע ערווארטעט אן עטליכע ביליאן דאלאר דעפיציט אין די סטעיט בודזשעט פאר 2020.
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

פון אמעריקע האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:קאליפארניע באדט זיך אין א $15-25 ביליאן בודזשעט סורפלוס פאר 2020.
די ארטיגע טעקס סיסטעם איז אויסגעשטעלט אויסצוקוועטשן די רייכסטע איינוואוינער וואס האבן געהאקט א לעבן דורכאויס די עפידעמיע.

https://www.sfchronicle.com/opinion/edi ... 798582.php


גאווערנאר ניוסאם האט יעצט געמאלדן אז קאליפארניע האט געהאט א סורפלוס פון איבער $75 ביליאן דאלאר פאר פארגאנגענע יאר.

א יאר צוריק האט די סטעיט זיך גערעכנט אויף א $50 ביליאן דעפיציט צוליב קאוויד-19.


האט דאס עפעס צו טהון מיט סטימיולעס?

אויב כ'האב גוט פארשטאנען, האט עס שטארק מיט דעם אז די סטאק מארקעט איז שטארק געוואקסן דורכאויס די יאר.

קאליפארניע נעמט אריין א גרויס טייל פון איר איינקונפט פון "קעפיטאל געינס טעקסעס", וואס ווי פארשטענדליך אויב די מארקעטס פארן ארויף איז דא מער געלט.
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ניוסאם ערווארטעט יעצט $38 ביליאן סורפלוס פאר 2021.

ער פלאנט צו טיילן $1,100 כאבאר-ריבעיט טשעקלעך צו קאליפארניע שטייער צאלער...

זעה איך אז ער פלאנט צו טיילן די 1,100 בלויז פאר פאמיליעס מיט דעפענדענט'ס.

אנדערע מיטל-פארדינסטן פאמיליעס וועלן באקומען בלויז 600 דאללער.

עניוועיס דארף עס נאך דורכגיין א אפשטימונג אין די ארטיגע לעגיסלאטור.

די פולע פרייז פאר זיין פלאן, איז ארום 12 ביליאן דאללער.
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

רוסישע פרינץ האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ניוסאם ערווארטעט יעצט $38 ביליאן סורפלוס פאר 2021.

ער פלאנט צו טיילן $1,100 כאבאר-ריבעיט טשעקלעך צו קאליפארניע שטייער צאלער...

זעה איך אז ער פלאנט צו טיילן די 1,100 בלויז פאר פאמיליעס מיט דעפענדענט'ס.

אנדערע מיטל-פארדינסטן פאמיליעס וועלן באקומען בלויז 600 דאללער.

עניוועיס דארף עס נאך דורכגיין א אפשטימונג אין די ארטיגע לעגיסלאטור.

די פולע פרייז פאר זיין פלאן, איז ארום 12 ביליאן דאללער.


אוןו וויפיל באקומען די אומלעגאלע, 10,000?
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ר' זעקל האט געשריבן:אפאר אינטערסאנטע נייעסלעך איבער די ריקאל און קאליפארניע אויף גאווערנער געווין ניוסאם.

די דעמאקראטיש קאנטראלירטע לעגיסלעטאר האבן אריבער געפירט א געזעץ צוריקצוריקן די ריקאל עלעקשען צו אזוי פרי ווי אוגוסט, די רעפאבליקאנער פארפירן דערקעגן אז דאס איז געמאכט צו ארויסהלעפן די דעמאקראטישע גאווערנער.



גאווערנער געווין ניוסאם האט אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט קעגן זיין אייגענע געשטעלטע סעקראטערי אוו סטעיט, פארן אינפארסן א געזעץ וואס די גאווערנער האט אליין אינטערגעשריבן צוויי יאר צוריק.

פריער אין די יאר ווען קאמאלא העריס האט רעזיגנירט פון איר סענאט זיץ, האט גאווערנער ניסאם געשטעלט דער סעקראטערי אוו סטעיט פון קאליפארניע אלעקס פאדילע איבערצונעמען איר זיץ, און פאר סעקראטערי אוו סטעיט האט ער געשטעלט שירלי וועבער.

דער געזעץ אין קאליפארניע פלעגט זיין אז ווען איינער ווערט ריקאלט קען ער נישט ארויפלייגן אויף די בעלאט נעבן זיין נאמען די פארטי אויף וואס ער לויפט, ווי למשל נויסאם וואלט נישט געמעגט שרייבן אז ער לויפט אלס דעמאקראט, און 2019 האט די קאליפארניע געזעץ געבער אדורך געפירט געזעץ נומבער 151 אז מען זאל יא מעגן לייגן די פארטי נאמען אויף די בעלאט, מיט די טענה אז עס איז נישט יושר אז די וואס לויפן קעגן די ריקאלט גאווערנער זאלן יא מעגן לייגן פון וועלכע פארטי זיי זענען און די גאווערנער זאל נישט מעגן, די געזעץ איז דורך אין אסעמבלי 77-0, אין די סטעיט סענאט 38-0, די געזעץ איז געווארן אינטערגעשריבן דורך געווערנער ניוסאם.

די געזעץ האט אבער געלייגט איינצוימונגען אויף די צייט ווי לאנג דער גאווערנער קען אריינגעבן די פעפער ווארק עס ארויפצולייגן אויף די בעלאט, וואס לויט די געזעץ וואלט ניוסאם שוין עס געדארפט טוהן פאראיאר פעברואר, ווען עס איז די ערשטע מאל אריינגעקומען די פארלאנג פאר א ריקאל, וואס דאס איז געווען נאך פאר קאוויד ווען די שאנסן אז עס זאל זיין א ריקאל איז געווען נענטער צו נול, למעשה ווען ער האט געסיינט די פעפער ווארק דאן צו זיין בכלל אויף די בעלאט אויב וועט אויספעלן א ריקאל, האט ער בטעות נישט ארויפגעלייגט אז עס זאל שטיין דערנעבן אז ער לויפט אלס דעמאקראט, און וועט ער האט פארלאנגט א שטיק צייט צוריק פון די סעקראטערי אוו סטעיט עס ארויפצושטעלן אויף די בעלאטס, האט זי אפגעזאגט צוליב די אויבן דערמאנטע געזעץ, ניוסאם האט אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט קעגן די באשלוס פון די סעקראטערי אוו סטעיט.

זיינע טענות זענען, אז די סיבה פארוואס מען האט בכלל געטוישט די געזעץ צוויי יאר צוריק, איז געווען וויבאלד עס איז נישט גערעכט אז די אפאנענט זאל קענען לייגן אויף די בעלאט די נאמען פון די פארטי, און דער גאווערנער נישט, טעהנ'ט ער אז וויבאלד די וואס לויפן קעגן אים האבן צייט ביז 59 טעג פאר די ריקאל וואלן ארויפצולייגן זייער פארטי אויף די בעלאט דארף ער אויך מעגן, ווייל אז נישט האסטו דאך גארנישט אויפגעטוהן מיט די געזעץ, עס איז ווייטער אומיושר'דיג, איי פארוואס האסטו אינטערגעשריבן די געזעץ אזוי? זאגט ער אז וויבאלד ער האט געזעהן אז די געזעץ איז דורך אן קיין קעגנערשאפט אין די לעגיסלעטאר, האט ער נישט צוגעלייגט קיין קאפ צו די דעטאלן פון די געזעץ.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ריכטער אפגעווארפן די פארלאנג פוןניוסאם צו קענען ערשיינען אויפן בעלאט אלס 'דעמאקראט'.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”