רעדענדיג פון אקאפלישמענטס דארף ווערן ארויסגעברענגט די פונדאמענטעלע חילוק וויאזוי ריפאבליקאנער און דעמעקראטן קוקן אן וואס דאס מיינט אויפטוען.
די תגובות ברענגען דאס אזוי גוט ארויס,
בעסער אזוי האט געשריבן:א שטארקע זאך אין מיינע אויגן, אפילו עס מאכט נישט אויס למעשה
זיסע פיש האט געשריבן:איך מיין אז עס איז נאך אזא אקאמפלישמענט און עס מאכט נאך אזוי סאך אויס ווי טראמפ’ס מאסיווע אקאמפלישמענט פון אנערקענען ירשלים אלס די הויפט שטאט פון מדינת ישראל.
האבן די ריכטיגע (לינקע שטייצעך) געפיל איבער א נושא הייסט שוין אויפגעטוהן ביי דעמעקראטן, אויב זאגט מען קלאר ארויס די געפיל איז מען שוין א הערא, און אויב מאכט מען אן אפיציעלע סטעיטמענט בפה אדער אויף פאפיר איז דאס שוין ממש גראונד און רעקארד ברעיקינג און א מורידיגע אקאמפלישט אדמיניסטראציע וואס גייט אריין גיין אין היסטאריע וכו' וכו' וכו', קוק א שטייגער די פלויד קעיס, גארנישט, און איך מיין ממש גארנישט האט זיך נישט אפגעשפילט אדער ארויסגעקומען אנדערש ווי סיי וואסערא אנדערע קעיס, ראסיזים איז ניטאמאל ארויף געברענגט געווארן אין די קאורט רום, אבער ביידען און העריס האט מיט א שטארקייט געמאכט סטעיטמענטס, און די עולם יובל'ט כאילו ס'איז געווען דא עפעס א מעכטיגע דורכברוך אין עולס האיקעל יוסטיץ, נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, אבער די פילינגס און די ווערטער זענען די ריכטיגע (לינקע שטייצעך) און דאס מיינט אויפגעטהון, וואס מ'טוט למעשה און די מציאות קומט נישט אריין אין די שמועס.
די מצב ביים באורדער איז די זעלבע זאך, אז די מויל און הארץ איז אויף די ריכטיגע (לינקע שטייטצעך) פלאץ איז אלעס אקעי, איי די מציאות? האו קערס...
ביי די פרשה מיט די שיסן פון א 16 יעריגע שווארצע מיידל פאריגע וואך זענען געווען גרויסע שישקעס וואס האבן געטוויט צו קאנגרעטעלירן די אייזן פעסטע לינקע ריפארטערס וואס האבן נישט געוואלט אפי קוקן די באדי קעם ווידיא צו זעהן די פאקטן, ווייל די איינציגסטע זאך וואס זיי ווייסן איז אז נאך א שווארצע איז געשאסן געווארן דורך א ווייסע פאליציי, און דאס איז שוין גענוג (יא, דאס איז עכט געשען).
פסאקי האט געגעבן א גאנצע מוסר שמועס פאר א ריפארטער פארן האבן דו חוצפה עפעס אנצוריפן מיט א ווארט וואס זי גלייכט נישט, און דאס איז געווען איר גאנצע ענפער, זי האט ניטאמאל ציגערירט צו די שאלה, ניצן די ריכטיגע ווארט אין די שאלה ווען מ'פרעגט איז וויכטיגער ווי די שאלה אליינס, ווער רעדט נאך פון די תירוץ.
ריפאבליקאנער פון די אנדערע זייט דארפן זעהן למעשה'דיגע עקשין דעליווערד, ווערטער און פילינגס מאכן נישט אויס, 75 מיליאן מענטשן האבן געשטימט פאר טראמפ ווייל מענטשן האבן געזען אין אים א מענשט וואס דעליווערד (די ווערטער אז ירושלים איז אנערקענט אלס קעפיטאל פון איזריעל איז זייער שיין אבער טוט נישט גארנישט, טראמפ האט עקטיועלי גערוקט די עמבעסי אהין - עקשין נישט סטם ליידיגע ווערטער), זיי זענען סיק ענד טייערד פון די ריפאבליקאנער פריצים אין וואשינגטאן וואס דעליווערן גארנישט אויסער דרשות, און ניין, טראמפ האט נישט געטוישט א פארטיי אדער אויפגעקומען מיט א נייע מעסעדזש וואס מענטשן האבן זיך צוגעכאפט דערצו, ער איז געווען א קאנדידאט וואס האט פיינעלי געזאגט (און שפעטער למעשה געטון) וואס מיליאנען מענטשן האבן געלעכצט צו הערן און זעהן פאר א לאנגע צייט ואכה"ל.