פעיק ניוז האט געשריבן:א מין ווארט דאס: עס האט 'געדראפט'... דו זעסט נישט ווי די שטריכן דארט פאלן אראפ? ווי טענה'סטו זיך אפילו צו עס האט געדראפט?!
אינפלאציע מיינט
וואוקס אין פרייזן. אויב א הוט קאסט $100 און עס איז ארויף מיט $1 איז אינפלאציע העכער מיט 1%. נאך צוועלף חדשים פון $1דיגע וואוקס חודשליך איז די הוט ביי $112 און די חודשליכע אינפלאציע ראטע פלאך (טעכניש אראפ, ווייל די פראצענט ווערט ווייניגער ווי מער די פרייז העכערט זיך) בשעת די יערליכע אינפלאציע ראטע איז 12%.
אויב חודש דרייצן איז די וואוקס נאר 50¢ מיינט דאס אז אינפלאציע פאלט, ווייל די ראטע פון וואוקס איז נידריגער, כאטש די פרייז איז ווייטער ארויף.
אויב חודש פערצן איז די וואוקס 0¢, מיינט דאס אז חודשליכע אינפלאציע ראטע איז נישט פלאך, נאר אומעקזיסטירנד. די פרייז איז פלאך, אבער פארן חודש איז אינפלאציע 0%.
אז פרייזן זאלן פאלן, דארפסטו deflation. דאס מיינט א נעגאטיווע וואוקס אין פרייזן, צום ביישפיל גאזאלין וואס איז אראפ מיט ארום $1.
- טעכניש איז אינפלאציע פאר יולי געווען נעגאטיוו, דעפלאציע
- 20220811_095907.jpg (73.61 KiB) געזען 578 מאל
דזשי די פי וואוקס נומערן, וואס ווערן גערעכנט לויטן קווארטאל (דריי חדשים) נישט חודשליך, איז לויט די ערשטע ציפערן אביסל געפאלן אין די ערשטע צוויי קווארטאלן פון 2022. דאס מיינט נישט אז ביידען קען זיך גרויסהאלטן אז די עקאנאמיע איז גוט, ווייל עס איז העכער מיט א טריליאן דאלער זינט ער איז אריין אין אמט. ווייל ווען מען שטעלט ארויס די דזשי די פי ציפערן קוקט מען אויף די וואוקס ראטע, נישט אויף די גרויס פון די עקאנאמיע, כאטש עס איז באקוועם העכער פאר די לעצטע צוועלף חדשים. (פארשטייט זיך אז דזשי די פי וואוקס ראטע זעלבסט ווערט עדזשאסטעד צו אינפלאציע. דאס מיינט אז פאר די ערשטע זעקס חדשים האט די אינפלאציע ראטע אריינגעכאפט די דזשי די פי וואוקס ראטע און אונז לכאורה געגעבן נעגאטיווע וואוקס.)
פארמישן פרייז וואוקס ראטע (אינפלאציע) מיט פרייז, איז ווי איינער זאל פארמישן דזשי די פי וואוקס ראטע מיט די סייז פון דזשי די פי און זאגן אז א קווארטאל מיט 0.0% דזשי די פי וואוקס מיינט אז די גאנצע אמעריקאנער עקאנאמיע איז בטל געווארן און איז ווערד $0.