כאפצעם האט געשריבן:צולייגער האט געשריבן:אדער קוקן אויף די קוואוטס פון שיפינג קאמפאניס. 23,000 פאר א קאנטעינאר פון כינע, 26,000 פון וויעטנאם אדער מאלעזיע, און אזוי ווייטער.
מיינסט צוזאגן בעפאר איך ברענג עני נייעס רעפורטאזש פון א נארמאלע קוואל זאל איך גיין מאכן א טאג ריסורטש, ארומקאלן אלע קאנטאקטס אינעם אינדוסטריה, ארויספרינטן אן עוורידזש פון אלע אפיניענס און דאן דעסיידן צו ס'איז אייוועלט פאסיג? כ'הער.
ווען וועסט אפלייען די זעלבע וועטינג פראסעס צו עני אנדערע אשכול, און וועסט צייגן אזא בלוט אין קאפ שפריצונג ביי תגובות וואס פארציילן איבער עף. בי. איי. אונטערגעשטעלטע אינסורעקשאנס, וועל איך דאן באשליסן אז ס'מעגליך אינטערסאנט דיר צו נעמען סיריעס אלס אן נאנפארטיזען העק.
איך ווייס זערא איבער פאליטיקס, און דעריבער קאמענט איך נישט אין יענע אשכולות. נישט צו שווער צו דאס מברר זיין (פעקט טשעקן בלע"ז).
פראדוקט סעקטאר אין אלגעמיין, און בפרט אימפארטינג און פרייז מענעדזשמענט און פארקעסטינג איז דער דרך הטבע'דיגער וועג וואס הקב"ה שיקט מיר אונטער צו דעקן מיינע לעבנס אויסגאבן, און דעריבער קען איך דאס גוט. דאס איז וואס טריגערט מיין קריעיטיוויטי, דאס איז וואס איך דיסקוסיר ביי מיינע טעגליכע און וועכנטליכע דיסקוסיעס מיט מיינע בעה"ב / קאלעגעס / ווענדארס / קאסטומערס, דאס איז וואס האלט מיר אקופירט ביי די ארבעט, פאקוסירט ביים ליינען נייעס, און האלט מיר וואך ביינאכט ביים דיעלן מיט די אויסלענדישע אין די שטילע חצות הלילה שטונדן.
ווען איינער מעלדט עפעס וואס האט נישט קיין ברעקל באזיס אין רעאליטעט, וועל איך געוויס פראבירן צו שטעלן די פאקטן סטרעיט. ווילסט נישט וועריפייען בעפאר?! איז נישט. מוזסט אויך נישט פראבירן צו פארדייען דעם שמועס אבי נישט צו מודה זיין אז דו האסט נישט וועריפייד די פאקטן. ס'איז גוט אזוי.