בניהו האט געשריבן:יש לו מנה האט געשריבן:בניהו האט געשריבן:כאפצעם האט געשריבן:ס'גוט, האסט פשוט א פאנדעמענטל מיסאנדערסטענדינג אינעם גאנצן ענין.
סטענדינג אפ טו פוטין מיינט אים אויסרופן פובליקלי, אים באשטראפן אויף זיינע שטיקעס, און אים לעיבלען אלס די קילער וואס ער איז.
ווען דו וועסט דאס פארשטיין וועסטו אנהייבן כאפן די ביידן אקאומפלישמענט און די מאסיווע טויש פונעם לעצטן פרעזידענט, דער פוטין וויידל.
כ׳האב פריער געזעהן ביידן׳ס ענטפערס אויף פראגעס פון רעפארטערס בנוגע פוטין. דער אלטער נאר איז געהעריג נישט ביים דעת. כאניש קיין אנדערע דעפענישן צו זיין אויפירונג.
אגב, קעמל העריס האט געהעריג אריינגעברענגט א לאכן עפידעמיע אינעם ווייסן הויז. ביידן ווייזט סימפטאמען דערפון.
״ביידן מאכט שפאס, ער איז שוין לאנג נישט ביים דעת״ (בניגון הידוע)
ס’וואלט מער געווען גאר אינטערעסאנט אויב קענסטו מיר אנווייזן ווי אין זיין אדמעניסטראציע אדער אין זיינע באשלוסן זעהט זיך אן א חסרון אין דעת.
אפילו די וואס דיסעגריען מיט ביידען מוזן מודה זייין אז דער אחר פארקאלעכטער ביידען פירט א אויסנאם גוטע ווערטשאפט, אפשר נישט מיט דיין געשמאק אבער זאכן זענען מסודר און אוועקגעשטעלט אן קיין צופלויגעניש.
דאס אז די אדמיניסטראציע פארט גוט פאליטיש גייט מיר באמת נישט אן. ס׳איז מיר נישט אנגעגאנגען ביי טראמפ און עס גייט מיר ווייטער נישט אן, און במחילת כבודך, איך פארשטיי באמת נישט פארוואס א היימישע איד שטאלצירט אפילו דערמיט. איך שטוין באמת.
וואס איך ווייס יא איז, אז ס׳קאסט מיר היינט באלד דאפלט די געלט אנצופילן מיין טאנק, איך ווייס און איך זעה אז וויפול מער געלט די גאווערמענט גייט טיילן אלץ א טייערערע פרייז וועט מען באצאלן אין די ענד, איך זעה אויך וויאזוי פארשטוקענע בריות משונות הייבן זיך די קעפ, און זעה וויאזוי אנטיסעמעטישע אינצידענטן ווערט נאר ערגער און אויסדרוקלעך נישט פון די רעכטע לאגער, איך זעה וויאזוי אמעריקע ווערט חרוב ונחרב, מיטן אלטן נאר בראשו. און ׳געס וואט?׳ איך לאך א גוטס!
איך שטאלציר נישט, און דו דארפסט נישט שטוינען, בד’’וו מיט טראמפ האסטו נישט זיך געריבן דאס בויך?
און ביטע פארקריך נישט מיט געז און אנטיסעמעטיזם, איך האב דיר געפרעגט א שאלה און איך ווארט זאלסט מיר ווייזן ווי דו זעהסט אין ביידענ’ס ווערטשאפט א חסרון אין דעת