כאפצעם האט געשריבן:ביידען געפארטיגט אן 8 טאגיגע סוקסעספולע אינטערנאציאנאלע טריפ מיט גאר שטארקע לויב ווערטער פון אלע ארטיגע וועלט פירער.
די נסיעה האט אנטהאלטן 3 פרעסע קאנפערענצן פאר די וועלטס פרעסע, צענדליגער מיטינגען מיט אלע גרויסע וועלט פירער, און א לאנגע ליסטע אקאומפלישמענטס ביים נסיעה, ווי צב"ש:
-די נייע אייראפעאישע/אמעריקאנע "טראנסאטלאנטיק פארטנערשיפ".
-די נייע אמעריקא/יונייטעד קינגדאם "אטלאנטיק טשארטער".
-די עירבאס/באאינג היסטארישע דיעל.
-די נאטא לענדער אנטי טשיינע אגריעמענט.
די אמעריקא/אי. יו. וועלטליכע "בוי צוריק בעסער" אפמאך.
-די אמעריקא/רוסלאנד מיני-קאלד וואר סיעספייער, אא"וו.
איז אבער די גרעסטע אקאומפלישמענט געווען דער אנדערלייאינג און אווערלייאינג מאנטרא פונעם טריפ וואס איז געהערט געווארן שארף און קלאר סיי דורכן פרעזידענט און סיי דורך די אמעריקאנע אליאאירטע ארום די וועלט: אמעריקא איז בעק.
אמעריקאנער בירגער וואס זענען די לעצטע 4 יאר געווארן ציגעוואינט צו זעהן זייער פרעזידענט אויסגעלאכט און צעאמפערט דורך די דעמאקראטישע וועלט פירער, און צוטרעטן דורכן רוסישן פירער זיך נאכשלעפענדיג ווי א פאלגזאם קינד, האבן יעצט אויפגעלעבט פונעם אומגלויבליכן פרישקייט: אמעריקא'ס רעספעקט איז דא צוריק פול פאורס ווי קיינמאל בעפאר.
אלע וועלט פירער, פון די פרייע לענדער ביזן דיקטאטורישן רוסלאנד, וואס האבן זיך געטראפן מיט פרעזידענט ביידען האבן ארויסגעוויזן זייער פולסטע רעספעקט כראוי, און אלע ווי איינעם געהאט בלויז דברי שבח אויפן נייעם פרעזידענט, ווי פאלגענד:
װער געדענקט נאך טראמפ׳ס ערשטע מיטינג מיט נאטא? ער האט זיי פארגעהאלטן אז זײ אביוזן די אפמאך אז יעדער טשיפט ארײן צװײ פראצענט פון די מיליטערישע ספענדינג פאר נאטא?,
און די מידיא איז געװען ביזי אז "זשאנסאן און מעקרון האבן געלאכט פון טראמפ..." ממש געפערליך...
װאט די העל אינטערעסירט מיר אױב זײ לאכן אדער נישט? ס׳דא אן אפמאך? באצאל, װילסט לאכן? לאך געזונטערהײט, אבער באצאל די ביל,
יעצט בײ בײדען איז בעק טא ביזנעס, מ׳װעט לאזן דער גרױסער פעטער אױסהאלטן די מוסדות און שלום על ישמאל,
און די מידיא איז פרײליך אז די ״רעספעקט״ פאר אמעריקע איז בעק!!!!
קוק די בילדער, קוק װי שײן ער שמײכלט!! נישט װאו דער װאולגארישער באבלאזענער טראמפ,
אמעריקע איז בעק! איז די מעסעדזש, "רעספעקט איט איז"!...
מײן מלװה גײט מיר מוחל זײן די חוב, װײל איך האב גרױס רעספעקט פאר אים, איך לאך נישט חס וחלילה אונטער זײן רוקן....