די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

אן אנצוהיצן די געמיטער בין איך נייגעריג צו הערן פונעם עולם וואס איז די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי נאך די טראמפ עפאכע.

די פלעק וואס טראמפ האט ארויפגעלייגט אויף אלע וואס זענען נישט געגאנגען מיט אים אין שפאן גייט אראפקומען?

למשל, מיטט ראמני בלייבט אויף אייביג פאררעטער?

דזשאן מעקעין גייט נאך צוריק ווערן אמאל א היראו?

קריס קריסטי, מיטש מעקאנעל, לינדזי גרעהעם, מיק מולוועיני, ווערן יעצט פאררעטער פארן ארויסטרעטן קעגן טראמפ אויף די נעכטיגע פאסירונגען?

אויב נישט דאמאלטס כאפט זיך נאך ראפסענבערגער מיט אויף זייער וואגן? אדער ער איז שוין פאראורטיילט?

וואט עבאוט מייק פענס?

די שאלה איז מיר געבוירן געווארן ווען איינער האט באטיטול'ט מארקאו רוביא אלס א עסטעבלישמענט, וויל איך וויסן צו נאר אנטי עסטעבלישמענט א שטייגער ווי טעד קרוז און רענד פאול זענען די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי?

אדער טראמפ האט צוטיילט די פארטיי א חלק גייט ווייטער גיין אפילו ער איז שוין נישט פרעזידענט מיט אזעלכע סטייל קאנדידאטן, און א חלק גייט זיך צוריקערן צו וואס די פארטיי איז געווען פאר טראמפ האט עס איבערגענומען (בלשון נקיה)

@חיימאוויטש קען שוין קוים ווארטן אז מעקאנעל זאל צוריקפירן די פארטיי אויף די גראדע (ווענדט זיך לויט וועם) רעלסן, איך קען מיך פארשטעלן אז @פעיק און @אסדר אויכעט.

און נאכדעם איז דא אזאנע וואס ווילן אנהאלטן די טראמפ עפאכע אפילו נאכדעם וואס ער איז שוין אויס פרעזידענט.

וואס זאגט דער עולם?

די רעפובליקאנער ניקס זענען מכובד אריינצוקומען מיט זייערע פילינגס שיטות און האפענונגען.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער שווער פארצוזען ווי עס גייט פארן. מען ברויך צואווארטן אביסל, ביז די וואסערן וועלן זיך זעצן. אבער איך גלויב שווער אז אזעלכע ווי רוביאו ודומי' וועלן נאך אמאל האבן עפעס א ווארט איבער די פארטיי.

דאס בעסטע וואלט ווען געווען ווען עס וואקסט ארויס פון ערגעץ וואו עפעס א פרישער נארמאלע פנים, נישט איינער פון אינעווייניג, אן אייגענער מענטש. איינער וואס האט קאממאן סענס סעלושענס צו אישוס.

אבער יא...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

די דעמאקראטן זענען ח''ו נישט אויסגעשלאסן און קענען אויך לופטערן זייערע מיינונגען.

מיר דיסקרימענירן נישט
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

@פעיק מיינסטו צו זאגן א פרישע אוטסיידער אבער מער א געלאסענער?
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
ולשוננו רנה
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 12:13 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולשוננו רנה »

קודם כל איך האב דיר שוין לאנג געוואלט זאגען אז די שרייבסט גאר גוט.
אין צווייטענס אן אנצוהייצן די געמיטער לייגסטו זאלץ אויף די וואונדען.
ווארט נאר א 2 יאר אויף די עלעקשאונס וועסטו זען ווי עס איז נאר געווען אן ירידה לצורך עלי'.
אז ימלא. שחוק פינו. טרירארא ראם. ולשוניייייינו רנה.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יש לו מנה האט געשריבן:@פעיק מיינסטו צו זאגן א פרישע אוטסיידער אבער מער א געלאסענער?

יא אבער זיין געלאסנקייט זאל נישט זיין א תנאי קודם למעשה אז ער מוז זיין א שוואכלינג.
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 6:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

די צוקונפט איז אויפן וואגשאל

טראמפ אגענדע איז לכוארה פארטיג ס'וועט נישט זיין ווער ס'זאל עס שטיפן

פארעטער ... מעקאנעל וועט אוודאי פראבירן צוריק צו שלעפן די פארטיי צו די אמאליגע טאטעס
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ולשוננו רנה האט געשריבן:קודם כל איך האב דיר שוין לאנג געוואלט זאגען אז די שרייבסט גאר גוט.
אין צווייטענס אן אנצוהייצן די געמיטער לייגסטו זאלץ אויף די וואונדען.
ווארט נאר א 2 יאר אויף די עלעקשאונס וועסטו זען ווי עס איז נאר געווען אן ירידה לצורך עלי'.

געוויסע זאכן גייען דארפן געשען ביז די עלעקשאנס אין ארדער אז עס זאל טאקע פארקומען אן עליה.

אבער מיט דעם ביזסטו גערעכט, @יש לו איז פון אונזערע סאמע בעסטע פאליטישע שרייבער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

פעיק ניוז האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:@פעיק מיינסטו צו זאגן א פרישע אוטסיידער אבער מער א געלאסענער?

יא אבער זיין געלאסנקייט זאל נישט זיין א תנאי קודם למעשה אז ער מוז זיין א שוואכלינג.

וואס זאגסטו צו מעטט געטס?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

חוץ שרייען אין קאנגרעס און דיפענדן טראמפ, וואס נאך קען ער?

ווי אויך איז ער ווייטער אן אינסיידער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8785
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מ'האט נישט לאנג צוריק ג'מיינט אז די דעמאקראטישע פארטיי איז א פארגאנגענהייט...
דאס איז פאליטיקס.
ווינטער אין די גאס קען מען זיך נישט אויסמשל'ן וויאזוי קען זיין אז די גאס זאל זיין ברענענדיג הייס...
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
פערפלוואל
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 4:47 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפלוואל »

יש לו מנה האט געשריבן:...
@חיימאוויטש קען שוין קוים ווארטן אז מעקאנעל זאל צוריקפירן די פארטיי אויף די גראדע (ווענדט זיך לויט וועם) רעלסן, איך קען מיך פארשטעלן אז @פעיק און @אסדר אויכעט.
...

אוודאי זענען זיי גרייט, דאס איז דאך די גרעסטע וואונטש פאר די דעמאקראטן, רעפובליקאנע וואס פאלגן זיי ברחל בתך
אוועטאר
פערפלוואל
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 4:47 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפלוואל »

יידישע קהילות האט געשריבן:מ'האט נישט לאנג צוריק ג'מיינט אז די דעמאקראטישע פארטיי איז א פארגאנגענהייט...
דאס איז פאליטיקס.
ווינטער אין די גאס קען מען זיך נישט אויסמשל'ן וויאזוי קען זיין אז די גאס זאל זיין ברענענדיג הייס...

;l;p-
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

די אמעריקאנע פאלק האט זייער א שוואכע מעמערי, מ'האט ליב צו גיין מיטן שטארקער, דער וואס איז אנטוזיאזטיש, די לעצטע פיר יאר איז געווען אן עקזעמפל פין טוישן מיינונגן, קוק ווי שנעל ביל בארר איז געווארן פין פריינט צו פיינט, אדער קעלי, באלטן, סעשען, פענס, אין די נעמען זענען צו לאנג צו שרייבן אויף אן אייוועלט תגובה,
מ'האט געשריגן קדוש אויף בוש, קדוש אויף מקעין, קדוש אויף ראמני, געקומען א פרישן שגץ'ל אין מ'האט געשפיגן אויף יעדעם.

די ריפובליקן פארטי האט נישט קיין לידער יעצט, מ'איז פארלוירן, אבער אין א קורצע צייט וועט זיך ארויפרוקן א פרישן חברהמאן אשר לא ידע את טראמפ, אין צוריק ברענגן אלע אזויגעריפענע אנטי, אין די וועסט נאך דא הערן פין וויכי אז בעצם האט ער עכט קיינמאל סופארטעט טראמפ...

עד דלא ידע בין ברוך לארור
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

כתמר יפרח האט געשריבן:די אמעריקאנע פאלק האט זייער א שוואכע מעמערי, מ'האט ליב צו גיין מיטן שטארקער, דער וואס איז אנטוזיאזטיש, די לעצטע פיר יאר איז געווען אן עקזעמפל פין טוישן מיינונגן, קוק ווי שנעל ביל בארר איז געווארן פין פריינט צו פיינט, אדער קעלי, באלטן, סעשען, פענס, אין די נעמען זענען צו לאנג צו שרייבן אויף אן אייוועלט תגובה,
מ'האט געשריגן קדוש אויף בוש, קדוש אויף מקעין, קדוש אויף ראמני, געקומען א פרישן שגץ'ל אין מ'האט געשפיגן אויף יעדעם.

די ריפובליקן פארטי האט נישט קיין לידער יעצט, מ'איז פארלוירן, אבער אין א קורצע צייט וועט זיך ארויפרוקן א פרישן חברהמאן אשר לא ידע את טראמפ, אין צוריק ברענגן אלע אזויגעריפענע אנטי, אין די וועסט נאך דא הערן פין וויכי אז בעצם האט ער עכט קיינמאל סופארטעט טראמפ...

עד דלא ידע בין ברוך לארור

וויכי מיין איך איז א פארגאנגענהייט.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

כתמר יפרח האט געשריבן:די אמעריקאנע פאלק האט זייער א שוואכע מעמערי, מ'האט ליב צו גיין מיטן שטארקער, דער וואס איז אנטוזיאזטיש, די לעצטע פיר יאר איז געווען אן עקזעמפל פין טוישן מיינונגן, קוק ווי שנעל ביל בארר איז געווארן פין פריינט צו פיינט, אדער קעלי, באלטן, סעשען, פענס, אין די נעמען זענען צו לאנג צו שרייבן אויף אן אייוועלט תגובה,
מ'האט געשריגן קדוש אויף בוש, קדוש אויף מקעין, קדוש אויף ראמני, געקומען א פרישן שגץ'ל אין מ'האט געשפיגן אויף יעדעם.

די ריפובליקן פארטי האט נישט קיין לידער יעצט, מ'איז פארלוירן, אבער אין א קורצע צייט וועט זיך ארויפרוקן א פרישן חברהמאן אשר לא ידע את טראמפ, אין צוריק ברענגן אלע אזויגעריפענע אנטי, אין די וועסט נאך דא הערן פין וויכי אז בעצם האט ער עכט קיינמאל סופארטעט טראמפ...

עד דלא ידע בין ברוך לארור

צ"ל רעפובליקאנער וויילער. אבער דער עיקר איז עס נאר ביי עכטע טראמפ קולט'יסטן
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5144
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

איך וואלט געזאגט אז די אמאליגע רעפאבליקען פארטיי איז פערטיג, און עס וועלען זיין נייע קאנדידאטען וואס וועלן פראבירען נאך טוהן דער זעלבע מאדעל וואס האט געמאכט טראמפ געווינען אזוי פיל וואוטס. זיי גייען שטודירען יעדן טריט זיינס וואס האט אים געברענגט אין אפיס און געהאלטען אין אפיס.

א רעפינירטע אבער נארמאלע רעפאבליקאנער וואס קען דאס באווייזען האט א גוטע שאנס, דער שאלה איז נאר צו מען קען אים נאך טוהן.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

אשאד דער מענטש וואס האט געהאט נארמאלע שיטות און קאמאן סענס פאליסיס איז געווען אזוי פאני די לעצטע דריי חדשים
זיין געווינען קומט פון זיינע פאליסיס וואס זיינע וואטערס האבן פארשטאנען איך האלט אז זיין פערסאנאליטי האט איהם געשאדט און מען קען געווינען מיט די פאליסיס אן זיין א אינטערסאנטע מענטש
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

לדעתי גייט פענס זיכער מאכן ארויסצוגיין פונעם ווייסן הויז מיט די מערסטע כבוד וואס ס'שייך, און צוריקומען און 2024, לויפענדיג אויף טראמפ'ס פאליסיס, אבער אהן דערמאנען טראמפ דערביי, וואס דאס קען צוריקברענגען די רעפאבלוקאנע פארטיי און א בחי' וויאזוי רעיגען האט עס צוריקגעברענגט, נעמליך, די פאליסיס זענען אייזן, און דער מענטש וואס רעפערזענט עס, איז גאר א רעספעקטפולער פאליטישער פיגור.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5144
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

טאקע פענס האט נאך א שאנס אויב ער שפילט עס גוט.

ווארטזאגער העלי האט אויך א שאנס.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זארג נישט האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז די אמאליגע רעפאבליקען פארטיי איז פערטיג, און עס וועלען זיין נייע קאנדידאטען וואס וועלן פראבירען נאך טוהן דער זעלבע מאדעל וואס האט געמאכט טראמפ געווינען אזוי פיל וואוטס. זיי גייען שטודירען יעדן טריט זיינס וואס האט אים געברענגט אין אפיס און געהאלטען אין אפיס.

א רעפינירטע אבער נארמאלע רעפאבליקאנער וואס קען דאס באווייזען האט א גוטע שאנס, דער שאלה איז נאר צו מען קען אים נאך טוהן.

דיינע ווערטער מיט מיין טוויסט:

איך וואלט געזאגט אז די אמאליגע רעפובליקאנער פארטיי איז פערטיג, און אזוי דארף טאקע זיין, מענטשן וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו אזא פארשוין דארפן פארשעמט ווערן לחרפה ולדראון עולם. עס וועלן זיין נייע קאנדידאטן וואס וועלן נאכקוקן יעדן ריר פון טראמפ און דאס שטודירן כדי צו וויסן וואס נישט צו טון, כדי נישט אויסקוקן ווי אים אין די לאנגע געלויף.

פרוכט בוים האט געשריבן:אשאד דער מענטש וואס האט געהאט נארמאלע שיטות און קאמאן סענס פאליסיס איז געווען אזוי פאני די לעצטע דריי חדשים
זיין געווינען קומט פון זיינע פאליסיס וואס זיינע וואטערס האבן פארשטאנען איך האלט אז זיין פערסאנאליטי האט איהם געשאדט און מען קען געווינען מיט די פאליסיס אן זיין א אינטערסאנטע מענטש

דיינע ווערטער מיט מיין טוויסט:
א שאד דער פאררוקטער מענטש האט געהאט אפאר נארמאלע שיטות און קאמען סענס פאלעסיס, אדער עכ"פ גערעדט אזוי, וואס אזוי האט ער פארנארט די וויילער צו קוקן אין זיין ריכטונג
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עומד מן הצד האט געשריבן:לדעתי גייט פענס זיכער מאכן ארויסצוגיין פונעם ווייסן הויז מיט די מערסטע כבוד וואס ס'שייך, און צוריקומען און 2024, לויפענדיג אויף טראמפ'ס פאליסיס, אבער אהן דערמאנען טראמפ דערביי, וואס דאס קען צוריקברענגען די רעפאבלוקאנע פארטיי און א בחי' וויאזוי רעיגען האט עס צוריקגעברענגט, נעמליך, די פאליסיס זענען אייזן, און דער מענטש וואס רעפערזענט עס, איז גאר א רעספעקטפולער פאליטישער פיגור.

מיין פרעדיקציע: קיינער מיט'ן פאמיליע נאמען טראמפ אדער פענס וועט אמאל קומען נאנט צו א נאציאנאלע נאמינאציע
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4498
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

לכאורה האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז די אמאליגע רעפאבליקען פארטיי איז פערטיג, און עס וועלען זיין נייע קאנדידאטען וואס וועלן פראבירען נאך טוהן דער זעלבע מאדעל וואס האט געמאכט טראמפ געווינען אזוי פיל וואוטס. זיי גייען שטודירען יעדן טריט זיינס וואס האט אים געברענגט אין אפיס און געהאלטען אין אפיס.

א רעפינירטע אבער נארמאלע רעפאבליקאנער וואס קען דאס באווייזען האט א גוטע שאנס, דער שאלה איז נאר צו מען קען אים נאך טוהן.

דיינע ווערטער מיט מיין טוויסט:

איך וואלט געזאגט אז די אמאליגע רעפובליקאנער פארטיי איז פערטיג, און אזוי דארף טאקע זיין, מענטשן וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו אזא פארשוין דארפן פארשעמט ווערן לחרפה ולדראון עולם. עס וועלן זיין נייע קאנדידאטן וואס וועלן נאכקוקן יעדן ריר פון טראמפ און דאס שטודירן כדי צו וויסן וואס נישט צו טון, כדי נישט אויסקוקן ווי אים אין די לאנגע געלויף.

פארשעמט לדראון עולם דארפן די מענטשען וואס ממש קענען נישט פארנעמען א צווייטע צד. און זענען נאר פארנומען אראפרייסן איינער וואס פארשטייט אנדערש....
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4498
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

Programming האט געשריבן:
כתמר יפרח האט געשריבן:די אמעריקאנע פאלק האט זייער א שוואכע מעמערי, מ'האט ליב צו גיין מיטן שטארקער, דער וואס איז אנטוזיאזטיש, די לעצטע פיר יאר איז געווען אן עקזעמפל פין טוישן מיינונגן, קוק ווי שנעל ביל בארר איז געווארן פין פריינט צו פיינט, אדער קעלי, באלטן, סעשען, פענס, אין די נעמען זענען צו לאנג צו שרייבן אויף אן אייוועלט תגובה,
מ'האט געשריגן קדוש אויף בוש, קדוש אויף מקעין, קדוש אויף ראמני, געקומען א פרישן שגץ'ל אין מ'האט געשפיגן אויף יעדעם.

די ריפובליקן פארטי האט נישט קיין לידער יעצט, מ'איז פארלוירן, אבער אין א קורצע צייט וועט זיך ארויפרוקן א פרישן חברהמאן אשר לא ידע את טראמפ, אין צוריק ברענגן אלע אזויגעריפענע אנטי, אין די וועסט נאך דא הערן פין וויכי אז בעצם האט ער עכט קיינמאל סופארטעט טראמפ...

עד דלא ידע בין ברוך לארור

צ"ל רעפובליקאנער וויילער. אבער דער עיקר איז עס נאר ביי עכטע טראמפ קולט'יסטן

א גוטן מיסטער פראגרעמינג

נאכאמזל האסט אויסגעקלארט. איינער וואלט ווען געקענט טראכטן אפשר אז ח"ו די הייליגע ליבעראלען האבן אויך א שוואכע מעמארי... היל"ת
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”