פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

און וואס וואקסט ארויס פון קריסטליכע ווירדן? א מיטל אלטער, קרייץ צוגן און שפאנישע אינקוויזיציע

צו די עקסטענט וואס די מערב וועלט איז היינט צוטאגס בעסער ווי דאן איז דאס טאקע נאר א דאנק די געפערליכע ליבעראלע ווירדן און די פראגרעס וואס די וועלט האט געמאכט אוועק פון קריסטנטום'ס העגעמאניע צו וועלכע נשמת השכל בענקט זיך אזוי שטארק
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שיעלע בהמה האט געשריבן:כווייס נישט וואס צל וויל דא מיט איסלאמישע/אראבישע ווירדן
פון דעם וואקסט דאך ארויס א אייסיס..!!
אביוז, מארד און טעראר איז די נארמע אין די מיטל מזרח

פארוואס פאלסטו פאר איינער וואס קומט מיט א שיין קלינגענדיגע פראז פון "איסלאמיק וועליוס"..?

סדארף מאכן סענס

--------

@נשמת, די איסלאמישע וועלט שטיצט די ליבעראלע אגענדע ווייל זיי מאכן זיך צו די אויגן צו זייער ווערטשאפט און שטופן עפעס א מאדנע פראז וואס הייסט "איסלאמאפאביע" און דערמיט ווערן אלע סכנות נוטראליזירט..
פאר די מוסולמענער גלויביגער איז אסאך בעסער א ליבעראלע רעגירונג, זיי פארשטייען צו רעגירונג קאנטראל נאך פון זייערע היימלענדער, און זיי ווילן עס שטייטעלעך איבערנעמען און עס מאכן ארבעטן אויף זייער וועג..
די מוסולמענער און די ליבעראלן טיילן די זעלבע פלאטפארמע

@נשמת, דא האסטו. הער ווי גאו.

דער קריסט איז גוט, דער מוסלעמענער נישט. ביי דעפינישאן.

לויט די היינטיגע פארדרייטע דזשודעיא קריסטשיען השקפה.

זה הדבר אשר דיברתי.

בד"וו, די איסלאמישע וועלט שטיצט נישט קיין ליבעראלע אגענדע, רוב פון די קריסטליכע וועלט גראדע יא.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פוילער האט געשריבן:לכאורה, איך ריף זאלסט איבערבעטן אלע וואס זענען אוועק אין אלע וואס האבן געליטן אינעם צווייטן וועלט וועלט קריג! אזוי גאר??? היטלער האט נאר גערעדט נישט מער! וואט עי שעים!



די נקודה איז נישט אז עס איז די זעלבע, די נקודה איז אז עט סאם פוינט ווען א נאכפאלגער גייט אין די וועגן פון זיין פירער און טוט עפעס, איז עס כאילו ממש עכט ווי דער פירער אליינס וואלט דאס געטאן. אזוי ווי מען זאגט: היטלער ימח שמו וזכרו האט גע'הרג'ט איבער זעקס מיליאן אידן. שטעלט זיך אליינס די קשיא, האט ער דען גע'הרג'ט אפילו איין איד? דער פשוט'ער תירוץ וואס ליגט אין יעדעם'ס מחשבה בשעת מען זאגט דעם סטעיטמענט איז דער הסבר הנ"ל, און דאס איז עווידענס אז יעדער ווייסט אין מח אז דער הסבר
די נקודה איז אז עט סאם פוינט ווען א נאכפאלגער גייט אין די וועגן פון זיין פירער און טוט עפעס, איז עס כאילו ממש עכט ווי דער פירער אליינס וואלט דאס געטאן
איז א פאקט.

באמת וואלט מען טאקע געדארפט נוצן אנדערע פארברעכער אנשטאט דעם רשע אלס ביישפיל, אבער דא עקא אז סטאלין האט יא גע'הרג'ט מענטשן און על טשאפאו אויך. אדרבה, אויב דו האסט א ביישפיל פון א בארימטן וועלטס מאפיאנער וואס מען קען נוצן אלס איינער וואס בלויז זיינע שליחים האבן חרוב געמאכט און ער אליינס האט נאר גערעדט און געהעצט, אנשטאט דעם רשע פון דייטשלאנד, לאז מיר וויסן, איך וועל זיך פרייען צו נוצן יענעם.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

כהיום יום זענען די קריסטן מער אויפגעקלערט ווי די איסלאמיסטן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זארג נישט האט געשריבן:
עס איז שווער מסביר צו זיין ווען יעדער איינער האט א אנדערע סעט פון פאקטען.

ביי איינעם איז געווען אינסייטמענט פון דער פרעזידענט און ביי א צווייטען נישט.

ביי איינעם איז עס געווען א אניסורעקשן און ביי א צווייטען נישט.

ביי איינעם איז עס געווען טריזען און ביי א צווייטען נישט.

ביי איינעם זענען די וואלען געווען געפעלשט און ביי א צווייטען נישט.

ביי איינעם האט מען געלאזט אויף וויזען די פעלשונגען און ביי א צווייטען נישט.

ביי איינעם איז עס געווען א פוטש און ביי א צוויטען נישט

ביי איינעם איז עס געווען א קא-די-טא או ביי א צווייטען נישט

ביי איינעם האט דער פרעזידענט א רעכט צו טשעלענדזן די וואלען אין יאנואר 6 און ביי א צווייטען נישט

בי איינעם זענען די רייאטערס געווען סידישעניסטס (seditionists) און ביי א צווייטען נישט

ביי איינעם זענען די רייאטירער טעראריסטן און ביי א צווייטען נישט

ביי איינעם זענען "אלע" פראטעסטירער געקומען זיך שלאגען און ביי א צווייטען נישט

ביי איינעם איז אנטיפא אויך געווען דארטען און ביי א צווייטען נישט

ביי איינעם טוהט דער פרעזידענט גלאריפייען ווייאלענס און ביי א צווייטען נישט

ביי איינעם איז פארמאכען די מויל פון די רעכטע א גוטע זאך און ביי א צווייטען נישט

ביי איינעם איז שטעלען א פאלשע נאראטיוו א גוטע זאך און ביי א צווייטען נישט

אין מיינע אויגען (אויב איך האב נאך די רעכט צו זאגען) זענען רוב געקומען פראטעסטירען און נישט רייאטען, און די וואס האבען אנטייל גענומען אין די רייעטס הייסען א "מאב" וואס האט רייאטירט. געווען אויך געוויסע רעכטע (א מיעוט שבמיעוט) וואס מען קען רופען טעראריסטען און זענען געקומען מלחמה האלטען, און אויך איז געוווען פראוואקיוטערס פון אנטיפע וואס זענען אויך טעראריסטען. פון איין אנטיפא טעראריסט ווייסט מען שוין זיכער אןו דער שכל זאגט אז עס זענען געווען מערערע. אבער אפילו מיט די איבערקערעניש וואס זיי האבען צוגעהאלפען איז דער רייאט געווען פון די רעכטע (נאכמאל א מיעוט רעכטע).

די אלע משלים וואס איך גיב איז נישט מיין שטעלונג אדער פארקערט (קען זיין דא און דארט ערגעץ אין צווישען) אבער דאס איז די מציאות אז אמעריקע איז צוטיילט און יעדער רעדט פון זיין פערספעקטיוו און גלייבט וואס ער וויל.

מען דארף איינפרעימן די תגובה, אזוי אמת.

איך האלט אז סאושעל מידיע איז בעיקר שולדיג אין דעם וואס יעדער האט זיך זיין אייגענע סעט פאקטן, און דאס ברענגט צו שרעקליכע עקסטרעמיזם אויף ביידע זייטן.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

@צל, היינט האבען מיר דערגרייכט די העכסטע פונקט פון דיסעגרימענט!

טראמפ איז א לידער וואס האט נישט אין זיך קיין שום שמץ פון ראיאטען אדער געוואלדטאטען, עס איז א שקר וואס די מידיע פרובירט ארויפשמירען אויף אים וואס האט נישט די מינדעסטע עווידענס.

זיינע מיינונגען איבער די עלעקשאן קענען זיין אנטקעגן די מציאות און דאס קען אים אין ערגסטען פאל מאכען א גלויביגער אין א קאנספיראציע אבער האט נישט די מינדעסטע שייכות מיט קרימינאלע אקטיוויטעטן.

פארשטייט זיך דאס איז בלויז מיין מיינונג.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צל'ס שפראך שפיגלט אפ די עקסטרעמיזם פון וואס ער רעדט אין זיין לעצטן תגובה.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פעיק ניוז האט געשריבן:כהיום יום זענען די קריסטן מער אויפגעקלערט ווי די איסלאמיסטן.

פאר ווער עס פארשטייט נישט. צוליב דעם איז היינט דער קריסט בעסער פון דעם מוסלמענער פאר וועלט פרידן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

נשמת השכל האט געשריבן:לענ"ד צו דעבאטירן וועמענ'ס פארברעכן עס איז ערגער די בל"מ צו די טראמפ פראטעסטירער - איז נישט אקוראט.

לכאורה דארף מען באטראכטן די טריגער'ס פון אלע ביידן וואס האט זיי געטריבן צו מאכן די ווילדערייען - און לויט דעם פארשטיין און אפשאצן ווי אומריכטיג די זאך איז.

לדוגמא: אויב מען וועט זאגן היינט אז די אמעריקאנער זענען געווען חיות רעות \ טעראריסטן וכו' פאר אנזייען כאאס און מלחמה און צושטערונג איבעראל, און אז 'דזשארדזש וואשינגטאן' איז א העצער צו געוואלטאטן - איז פארשטייט זיך נאנסענס. מען פארשטייט אז וויבאלד זיי זענען געווען געטריבן פון א מיינונג אז זיי ווערן בא-עוולט און דערדריקט ממילא האבן זיי געפילט אז זיי האבן די רעכטן צו טוהן וואס עס פעלט זיך אויס צו טוהן בכדי צו ברענגען יושר וצדק צו זייער זייט.

משא"כ לדוגמא: ווען מען זאל היינט קומען זאגן אז דער מערדער פון פרעזעדענט לינקלאן און די גאנצע מאוומענט וועלעכע האט אים געטריבן צו זיין אקט - איז ריכטיג, וועט מען פארשטיין אז דאס איז נאנסענס, אפילו מען קען קומען זאגן אז; קוק אבער, למעשה האבן זיי געהאלטן אז זיי זענען גערעכט, ממילא מעגן זיי טוהן דאס וואס זיי האבן געטוהן. אבער דאס איז נישט ריכטיג, וויבאלד בסך הכל רעדט מען דא פון א פאלעסי וואס דיר געפעלט נישט, הארגעט מען נישט מען אטאקירט נישט וכו'.

לענינינו, ווען מען רעדט פון בל"מ, זייער טענה איז אז מען באגייט זיך צו שטרענג צו שווארצע וכו'. יעצט, קען זיין אז עס איז אזוי אין געוויסע פעלער - איך ווייס נישט, אבער אויב פארשטייט מען אז אזא טענה מאכט גערעכט צו טוהן דאס וואס זיי האבן געטוהן דעם פארגאנגענעם זומער, און זיי הייסן נישט דערפאר קיינע מערדער און ריאטירער, נאר בסך הכל אנגעווייטאגטע מענטשן וועלעכע ווילן פשוט ארויסברענגע זייער ווייטאג.
אויב אזוי, דארף מען אויך קענען פארשטיין די טראמפ פראטעסטירער וואס לשיטתם ווערט דא געטוהן א אומרעכט צו זייער'ס א קאנדידאט בפרט און צו זייער כוח פון אריינוועלן זייערע קאנדידאטן בכלל.

און קום נישט יעצט מיט די טענה אז די בל"מ איז נישט געגאנגען אטאקירן די קעפיטאל און די טראמפ פראטעסטירער יא, ווייל קודם כל די בל"מ זייערע שיך וואלט נישט אויסגעזעהן בעסער [אפשר ערגער], אבער די עיקר פוינט דא איז; אויב האלטן זיי אז מען ברענגט דא אונטער זייער כוח פון דעמאקראטיע, און זיי קומען אהין צום פלאץ ווי מען פירט היצט אדורך א חלק פון די פראצעדור וועלעכע איז לשיטתם אומ-אויסגעהאלטן און דיקטאקטוריש - דאן פון זייער פערספעקטיוו טוען זיי דאס ריכטיגסטע וואס שייך!

ער שפירט זיך ווי דער זעלבער פרייהייט קעמפער - פונקט ווי דער אמעריקאנער וועלעכע וואלט אטאקירט די ענגלישע פארלימענט בימים ההם.


איך עגרי שטארק מיט די תגובה.

איין פיצי הוספה האבעך, וואס וואלט ענגלאנד געטון - און מיט רעכט - אויב דזשארדזש וואשינגטאן (ליין: דאנעלד טראמפ לענינינו) פאלט זיי אריין אין די הענט?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פעיק ניוז האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:כהיום יום זענען די קריסטן מער אויפגעקלערט ווי די איסלאמיסטן.

פאר ווער עס פארשטייט נישט. צוליב דעם איז היינט דער קריסט בעסער פון דעם מוסלמענער פאר וועלט פרידן.

אה.

ווייל דא האט מען געשריבן פונקט פארקערט.

אז דער קריסטליכער פאליטיקאנט איז גוט, ווייל ער קעמפט פאר רעליגיעזע רעכטן, משא"כ דער מוסלעמענער פאליטיקאנט איז שלעכט ווייל ער גייט מיט די ליבעראלן.

הצד השוה שבכם איז דזשודעא קריסטשיען וועליוס פון בנימין אהרן שפירא, רפאל עדווארד קרוז, און מארקא אנטאניא רוביא.


זעה די תגובה פון @נשמת השכל.
נשמת השכל האט געשריבן:
עס האט נישט צוטוהן מיט קיין איינס פון די ביידע - נישט אין וועלעכע פארטיי מען איז אנגעשלאסן און נישט צו וועלעכע רעליגיע מען באלאנגט אפעציעל.

עס האט וואס מען איז למעשה.

אויב א רעליגיעזער מאן\פרוי קען זיין א ארכי ליבעראל און פייטן פאר די ליבעראלע אידאלאגיעס - דאן קען זי רעליגיעז נישט זיין, עס איז פשוט א סתירה.

[און פרעג מיך יעצט נישט: וואס הייסט זיי זענען נישט רעליגיעז - איך זעה דאך אז זיי גייען טיכלעך?? ווייל איך וועל דיר אנצייגן אויף אידישע קינדער וועלעכע גייען מיט קאפעלעך - אבער רעליגע איז ביי זיי נישט תופס מקום, נאר אינעם חיצוניות'דיגן זין]


און אויך @שיעלע'ס תגובה דא.
שיעלע בהמה האט געשריבן:
@נשמת, די איסלאמישע וועלט שטיצט די ליבעראלע אגענדע ווייל זיי מאכן זיך צו די אויגן צו זייער ווערטשאפט און שטופן עפעס א מאדנע פראז וואס הייסט "איסלאמאפאביע" און דערמיט ווערן אלע סכנות נוטראליזירט..
פאר די מוסולמענער גלויביגער איז אסאך בעסער א ליבעראלע רעגירונג, זיי פארשטייען צו רעגירונג קאנטראל נאך פון זייערע היימלענדער, און זיי ווילן עס שטייטעלעך איבערנעמען און עס מאכן ארבעטן אויף זייער וועג..
די מוסולמענער און די ליבעראלן טיילן די זעלבע פלאטפארמע


און זעה וואס איך שרייב דא
צל עובר האט געשריבן:
בד"וו, די איסלאמישע וועלט שטיצט נישט קיין ליבעראלע אגענדע, רוב פון די קריסטליכע וועלט גראדע יא.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום דאנערשטאג יאנואר 28, 2021 11:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מטעמים האט געשריבן:@צל, היינט האבען מיר דערגרייכט די העכסטע פונקט פון דיסעגרימענט!

טראמפ איז א לידער וואס האט נישט אין זיך קיין שום שמץ פון ראיאטען אדער געוואלדטאטען, עס איז א שקר וואס די מידיע פרובירט ארויפשמירען אויף אים וואס האט נישט די מינדעסטע עווידענס.

זיינע מיינונגען איבער די עלעקשאן קענען זיין אנטקעגן די מציאות און דאס קען אים אין ערגסטען פאל מאכען א גלויביגער אין א קאנספיראציע אבער האט נישט די מינדעסטע שייכות מיט קרימינאלע אקטיוויטעטן.

פארשטייט זיך דאס איז בלויז מיין מיינונג.

מיין עיקר פראבלעם איז נישט די ראיאטן!

מיין עיקר פראבלעם איז די מאכט פארכאפונג פרואוון קעגן די וואלן!

א פרעזידענט טאר בשום אופן נישט פאררופן פרידליכע פראטעסטן קעגן די וואל רעזולטאטן פשוט ווייל ער האט נישט געוואונען. ווער רעדט נאך אקטיוו מוטשען און רודף'ן באאמטע נישט צו באשטעטיגן די וואלן.

דאס דארף ווען צו זיין א קאפיטאל קריים, און עס איז, אויב איז מען גרייט צו אנערקענען אז דאס איז א פוטש פארזוך.

ליין די נשמת השכל תגובה וואס איך קוואויט דא און וואס איך שרייב צו.

(הגם איך האלט אז טראמפ איז 100% שולדיג אין די ראיאטן, ווען ער טוט ווי אל גאור, וואלט געווען ראיאטן? און אל גאור האט געהאט די רעכט צו גיין אין געריכט, זייענדיג א עכט שמאלע פארמעסט. שטעל זיך פאר אז ביידן געווינט דורך איין סטעיט ווי זיין ברודער איז גאווערנאר מיט 537 שטימען...)
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

צל עובר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:כהיום יום זענען די קריסטן מער אויפגעקלערט ווי די איסלאמיסטן.

פאר ווער עס פארשטייט נישט. צוליב דעם איז היינט דער קריסט בעסער פון דעם מוסלמענער פאר וועלט פרידן.

אה.

ווייל דא האט מען געשריבן פונקט פארקערט.

אז דער קריסטליכער פאליטיקאנט איז גוט, ווייל ער קעמפט פאר רעליגיעזע רעכטן, משא"כ דער מוסלעמענער פאליטיקאנט איז שלעכט ווייל ער גייט מיט די ליבעראלן.

הצד השוה שבכם איז דזשודעא קריסטשיען וועליוס פון בנימין אהרן שפירא, רפאל עדווארד קרוז, און מארקא אנטאניא רוביא.


להבדיל אלף אלפי הבדלות.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

צווישן וועם און וועם?

ווייל די אלע דריי נוצן דעם אויסדרוק.
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

אויב בען שפירא איז דער זעלבער קריסט ווי טעד קרוז, קענסטו צולייגן יאסי געשטעטנער און יעדן רעכטער וואס געפעלט דיר נישט.

איך וויל נישט יעצט נאכאמאל אנהייבן דעם סייקל איבער די ווירדן וואס מיר טיילן מיט די גלויביגע קריסטן.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך האב קיין מאכט פארכאפונג נישט געזעהן, איך האב געזעהן א לוזער וואס האט זיך ארויפגעכאפט אויך יעדע מעגליכע עוועניו אויפצוווייזען אז ער האט עכט יא געוואונען.

פון די ערשטע מינוט נאך נאוועמבער דריי האט ער געזאגט איך וועל אהיים גיין טאמער קען איך נישט אויפווייזען מיין געוואונס און דאס איז אקוראט וואס ער האט געטוהן.

איך ווייס אז מען געדענקט עס נישט און דאס איז פשוט ווייל דאס האט די מידיע נישט באשלאסען אז דאס איז אגענדע ווערט צו שטופען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

מטעמים האט געשריבן:@צל, היינט האבען מיר דערגרייכט די העכסטע פונקט פון דיסעגרימענט!

טראמפ איז א לידער וואס האט נישט אין זיך קיין שום שמץ פון ראיאטען אדער געוואלדטאטען, עס איז א שקר וואס די מידיע פרובירט ארויפשמירען אויף אים וואס האט נישט די מינדעסטע עווידענס.

זיינע מיינונגען איבער די עלעקשאן קענען זיין אנטקעגן די מציאות און דאס קען אים אין ערגסטען פאל מאכען א גלויביגער אין א קאנספיראציע אבער האט נישט די מינדעסטע שייכות מיט קרימינאלע אקטיוויטעטן.

פארשטייט זיך דאס איז בלויז מיין מיינונג.


זאג, דו האסט נישט געוואוסט פאר יאנואר 6 אז עס איז דא אן ערנסטער שאנס אז עס וועט זיין ווייאלענס? איך בין געווען זיכער אז עס וועט זיין ווייאלענס, האלטסט אז טראמפ האט נישט געוואוסט אז עס קען עכ''פ זיין ערנסטע ווייאלענס.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך האב נישט געהאלטען אז צוויי צו דריי הינדערט מענטשען וועלן קענען אנקומען אין די קעפיטעל געביידע.

יעצט קען מען פרעגן אויב קענען זיי נישט אנקומען אין די געביידע וואלט געווועהן ראיאטען?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

קענטאקי האט געשריבן:אויב בען שפירא איז דער זעלבער קריסט ווי טעד קרוז, קענסטו צולייגן יאסי געשטעטנער און יעדן רעכטער וואס געפעלט דיר נישט.

איך וויל נישט יעצט נאכאמאל אנהייבן דעם סייקל איבער די ווירדן וואס מיר טיילן מיט די גלויביגע קריסטן.


צווישן בען שאפירא און יאסי געשטעטנער קומט אויך א להבדיל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קענטאקי האט געשריבן:אויב בען שפירא איז דער זעלבער קריסט ווי טעד קרוז, קענסטו צולייגן יאסי געשטעטנער און יעדן רעכטער וואס געפעלט דיר נישט.

איך וויל נישט יעצט נאכאמאל אנהייבן דעם סייקל איבער די ווירדן וואס מיר טיילן מיט די גלויביגע קריסטן.

איך זאג אז שפירא איז א קריסט?!

שפירא זאגט אז ער קעמפט פאר דזשודעא קריסטשיען וועליוס.

קרוז אדער רוביא זענען אידן?

------

שוין, ברוך השם מסיים געווען דעם אשכול יעצט.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

מטעמים האט געשריבן:איך האב נישט געהאלטען אז צוויי צו דריי הינדערט מענטשען וועלן קענען אנקומען אין די קעפיטעל געביידע.

יעצט קען מען פרעגן אויב קענען זיי נישט אנקומען אין די געביידע וואלט געווועהן ראיאטען?


איך האב אויך נישט געהאלטן, קיין איין נארמאלער מענטש האט נישט געהאלטן.

אבער די מערסטע ווייאלענס איז געווען אינדרויסן, ווען מען האט זיך געשלאגן מיט די פאליציי, און דאס וואלט ווארשיינליך סייווי געווען.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

מטעמים האט געשריבן:איך האב קיין מאכט פארכאפונג נישט געזעהן, איך האב געזעהן א לוזער וואס האט זיך ארויפגעכאפט אויך יעדע מעגליכע עוועניו אויפצוווייזען אז ער האט עכט יא געוואונען.

פון די ערשטע מינוט נאך נאוועמבער דריי האט ער געזאגט איך וועל אהיים גיין טאמער קען איך נישט אויפווייזען מיין געוואונס און דאס איז אקוראט וואס ער האט געטוהן.

איך ווייס אז מען געדענקט עס נישט און דאס איז פשוט ווייל דאס האט די מידיע נישט באשלאסען אז דאס איז אגענדע ווערט צו שטופען.


כליפ כליפ

די מידיא גיט נישט קיין קרעדיט פאר טראמפ פארן אליינס ארויסגיין פון ווייסן הויז, אנשטאט ווארטן די סיקרעט סערוויס זאל אים ארויס טראגן... אוודאי דער גרויסער בעיבי וועלכער האט נישט געקענט קומען צו די איינשווערונג פון דעם קאנדידאט וועלכער האט אים באזיגט, איז זיכער נישט פון די מאטריאל געאייגנט זיך צו שטעלן פייטן מיט די סיקרעט סערוויס.

וואס טראמפ האט פרובירט צו טון איז נישט אויפצואווייזן זיין געווינס נאר צו בא'גנב'ענען א געווינס וואס קומט אים נישט, און ווען עס איז נישט געלונגען האט ער אפגעפוצט בבושת פנים. שרעקליך אז די מידיא באריכט די נייעס.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

יואל שרייבער האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:אויב בען שפירא איז דער זעלבער קריסט ווי טעד קרוז, קענסטו צולייגן יאסי געשטעטנער און יעדן רעכטער וואס געפעלט דיר נישט.

איך וויל נישט יעצט נאכאמאל אנהייבן דעם סייקל איבער די ווירדן וואס מיר טיילן מיט די גלויביגע קריסטן.


צווישן בען שאפירא און יאסי געשטעטנער קומט אויך א להבדיל.


גערעכט, נישט געמיינט צוצוגלייכן די צוויי לגבי זייער אידישקייט.

בכלל איז געשטעטנער נישט עכט דער ריכטיגער משל פאר די זאכן, יצחק קלאר איז בעסער אלס איינער וואס רעדט פון רעכטע ווירדן.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

וואס עפעס? שפירא איז א פולקאמער ארטאדאקסישער איד
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

צל עובר האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:אויב בען שפירא איז דער זעלבער קריסט ווי טעד קרוז, קענסטו צולייגן יאסי געשטעטנער און יעדן רעכטער וואס געפעלט דיר נישט.

איך וויל נישט יעצט נאכאמאל אנהייבן דעם סייקל איבער די ווירדן וואס מיר טיילן מיט די גלויביגע קריסטן.

איך זאג אז שפירא איז א קריסט?!

שפירא זאגט אז ער קעמפט פאר דזשודעא קריסטשיען וועליוס.

קרוז אדער רוביא זענען אידן?

------

שוין, ברוך השם מסיים געווען דעם אשכול יעצט.


מ'רעדט צי די זעלבע זאך טרייבט זיי, אדער ביידע קומען מיט זייער רעליגיע און שטעלן עס צאם מיט די אנדערע.

איך הער וואס דו זאגסט, נעווער מיינד.
לעצט פארראכטן דורך קענטאקי אום פרייטאג יאנואר 29, 2021 12:01 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

Programming האט געשריבן:וואס עפעס? שפירא איז א פולקאמער ארטאדאקסישער איד


ער איז מאדערן ארטאדאקסיש, און נישט אייביג איז באקוועם ווען ער פארטרעט דעם רמב''ם פאר די גויים.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”