גאן קאנטראל דעבאטע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

@עומד דא איז דא 2 חלקים

עס איז דא די חלק פון אידעאלאגיע, ווואס מיט דעם זענען די דעמאקראטן ביי די מיינונג אז עפ"י שכל קומט אז קיינער זאל נישט האבן געווער אויסער די פאליציי
די רעפובליקאנער טענה'ן אז ניין, עפ"י שכל קומט עס אז יעדער זאל האבן געווער, ווייל דאס האלט די רעגירונג אין די ראמען (איי די עף בי איי האט בעסערס? די מיליטער האט טאנקען, דשאוועלינס, און אפאטשיס? א קשיא אויף א מעשה)

מיט אידעאלאגיע בין איך מיט די דעמאקראטן

דערנאך איז דא פראקטיש

די מציאות איז אז אונזער קאנסטיטוציע ערלויבט געווער, טא שטעלט זיך די פראגע אונטער וואסארע אומשטענדן, און וועלכע מינים געווער?

(דערווייל איז) יעדער מודה אז טאנקען, האוויטזערס, ארטילערי, וכדומה טאר נישט יעדער האבן, א פשוט'ע פיסטאל מעג מען יא
די פראגע איז ביי סעמי-אטאמאטישע און גענצליך אטאמאטישע געווער - מיליטערישע סטיל וואפנס וואס איז נאר געמאכט צו שיסן אסאך אויפאמאל
אויך קריגט מען זיך איבער בעקגראונד טשעקס

די דעמאקראטן ווילן איינפירן אויף א נאציאנאלע לעוול נארמאלע בעקגראונד טשעקס אויף יעדעם איינעם איידערן איינהאנדלען געווער, די NRA מיט די רעפובליקאנער לאזן נישט - ניטאמאל ערלויבן זיי די רעגירונג צו סארטירן די עקזיסטירנדע דאטא לויט די אלפאבעטישע סדר (אין די פלעצער וואו עס איז יא דא בעקגראונד טשעקס למחצה לשליש ולרביע און די רעגירונג האט די נעמען ווער עס האט געקויפט טארן זיי נישט סארטירן די נעמען על הסדר עס זאל זיין גרינג נאכצוזוכן ווער האט וואס)
די טענה איז אז אויב די רעגירונג האט די רעכט צו רעגולירן געווער אטאמאטיש קומט אויס אז די געווער קען מער נישט דינען די צוועק פון האלטן די רעגירונג אין די ראמען
אויך ווילן די דעמקאראטן א פארבאט אויף מיליטערישע סטיל געווער - אודך די רעפובליקאנער לאזן נישט

איך וואלט געזאגט אז די רעפובליקאנער האבן זייער אן עקסטרימיסטישער צוגאנג צו גאן קאנטראל

________

בנוגע דיין טענה איבער די סטעיט ביי סטעיט געזעצן

די סטעיט געזעצן איבער גאן קאנטראל האבן לכאורה טאקע א שוואכע אפפעקט אויף די פארברעכער, אבער אמעריקע איז געפלאגט מיט נאך א פראבלעם -- טאקע די זעלבע פראבלעם וואס פלאגט די פארברעכער מיט געווער

ווען עס הייבט זיך אן א געפעכט צווישן די פארברעכער וועט עס גאר שנעל בלוטיג ווערן, איינער ווערט אנגעהיצט, שלעפט ארויס זיין געווער, ביז רגעים האבן אלע אנדערע זייערע אייגענע און א בלוטבאד איז אונטערוועגנס
אין די פרייע גאן שטאטן מאכט זיך אפט סקול שיסערייען דורך א קינד וואס האט געלייגט א יד אויף די עלטערנ'ס געווער, א איגנטליכער שדטייט אויף אין א שלעכטע גוסטע און שיסט, וכדומה

דאס איז ווייל צוטריט צו די כלים זענען אזוי גרינג, אזש איינעם כאפט אן א שוואכע מינוט און ביז וואס ווען איז שוין נישטא אויף וואס זיך צו בארעכענען....

ניטאמאל אויף זעלבסטמארד פילן איז דא אזא לויזע קאנטראל... עס מאכט באמת נישט קיין סענס

משא"כ ווען א סטעיט האט שטרענגע געזעצן איז שווערער אז ווען איינער איז סתם אין א שלעכטע גוסטע זאל יעדער ארום ליידן...
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: (איי די עף בי איי האט בעסערס? די מיליטער האט טאנקען, דשאוועלינס, און אפאטשיס? א קשיא אויף א מעשה)


רוסלאנד האט אויך בעסערע געווער ווי אוקריינא.....

די פוינט איז, ווען עס זאל ווען זיין איינער אין די רעגירונג, אדער א צווייטע רעגירונג אזויווי כינע וואס זיצט און פלאנירט וויאזוי ער גייט אנעמען די פאראייניגטע שטאטן, אלעס קען האבן א פלאן וואס קען ארבעטן.

אבער ווען זיי קומען אן צו די פאקט אז מיליאנען אמעריקאנער האבן מעכטיגע גאנס און אסאך זענען גוט געלערנט וויאזוי צו שיסן שטעלט ער אפ זיינע פלענער......
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

@פאליטישע, זייער קלאר מסביר געווען דיין פוינט, און מ'קען עס שטארק דעבאטירן ווען מ'וואלט געהאט א נארמאלע באפעלקערונג, און קיינער האט נישט קיין געווער, קען מען אנהייבן טראכטן צו ס'לוינט זיך צו לעגאליזירן דאס באניץ פון געווער...

איין קשי' ווילעך דיר נאר פרעגן:

פארוואס פארשטייען די הויעכע באאמטע אז זיי דארפן יא זיין באשיצט מיט סעקיורעטי גארד'ס וכדו' וואס טראגן אויף זיך געווער, אבער דער נארמאלער מענטש -וואס איז אייגענטליך פונקט אזוי אויסגעשטעלט צו כאפן א קויל אין קאפ פון א טעראריסט- מיז זיך אן עצה געבן אן געווער?.. ( אקעי.. אוודאי טארגעט מען זיי מער.. כ'מיין די נקודה שבו )

כ'מיין די תירוץ איז זייער קלאר.. דער וואס זיצט אויפן שפיץ, ווייסט אויך גאנץ פיין אז די גאסן זענען לאדעד מיט געווער, און אין געוויסע פעלער ליגט די געווער אין די האנט פון באנדיטן און טעראריסטן, און זיי ווייסן אז אויב האט ער נישט קיין עקסעס צו געווער צו יעדע צייט, שטעלט עס איהם אריין אין געפאר... און יעצט פרעג איך.. פארוואס איז דער איינשטענדיגער בירגער נישט ערלויבט מיט אט די זעלבע פריוויליגיע און רואיגקייט?...

ווייסט ווען כ'על וויסן אז מ'דארף מער נישט קיין געווער?... ווען כ'על זעהן ווי די גרויסע מויל-מאכער דרייען זיך ארום אנע געווער ארום זיך...., ווילאנג דאס געשעהט נישט איז א שאד צו רעדן בכלל... קוק וואס UK טוט.. די פאליציי דארטן דרייען זיך אנע געווער... דאס גיבט א שטארקע מעסעדזש פאר'ן נארמאלער מענטש אז די גאסן זענען אזוי סעיף, אז אפי' די פאליציי דרייט זיך אנע געווער..
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

איך מיין אז אין קיין לאנד אין דער וועלט איז נישטא אזא הפקירות'דיגער לופט ווי אין אמערקא, אין אמעריקא איז אנארכיע ארויפגעקוקט ביי א שיינע צאל מענטשן, און צענדליגע אידעאלאגיעס וואס אין אנדערע "דעמאקראטישע
"
מדינות וואלט מען זיי זשוין לאנד אונטערגעברענגט ווערן ערלויבט צו שפרודלען
אין אמעריקא האט א באאמטער סאאאאאאך א גרעסערע ריזיקע דערשאסן צו ווערן ווי אין אייראפע - כ'רעד אפילו ווען די גאסן זענען "עכט" סעיף

חוץ מזה וואס די פאליציי איז ווידער אמאל וויכטיגער צוליב וואס אמעריקא איז נאכאלץ די נומער 1 ציל פאר טעראריסטן וכדומה

דו טענה'סט אז יעצט רעפארמירן א לאנד איז שפעט, ווייל יעדער האט שוין סייווי, אוסטראליע האט דאס אויספראבירט אין 1996, קוים 25 יאר צוריק, זיי האבן הערשט דאן פארבאטן געווער (נאך א מאסן שיסעריי), און צוריק געקויפט געווער פון זייערע אייגנטומער, און עס איז געווען א מאסיווער סוקסעס!

עכ"פ אפילו לשיטתך זע איך נישט קיין סיבה פאר זערא בעקגראונד טשעקס אדער פאר אטאמאטישע געווער, טא כ'מיין אז דו טרעפסט זיך סאאאאך נענטער צו די דעמאקראטן ווי די רעפובליקאנער אויף דעם אישו
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

@עומד!.. דיינע תגובות זענען יאמי!

@פאליק! דיינס אויך..
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

טענקס @בעסי

דיין אנוועזנהייט איז דעלישעס
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:טענקס @בעסי

דיין אנוועזנהייט איז דעלישעס

רט ( כ'מיין טרוט פארשטייט זיך.....)
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

אויב האט מען געכאפט די שיסער לעבעדיג גייט ער באקומען טויט שטראף אדער בעיל?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

עומד מן הצד האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:טענקס @בעסי

דיין אנוועזנהייט איז דעלישעס

רט ( כ'מיין טרוט פארשטייט זיך.....)

:lol: :lol: :lol: :lol:
סארקאסטיש
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 9:29 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאסטיש »

די יונייטיד סטעיטס איז (אמאל געווען) די סימבאל פין א דעמאקראטיע אין אויף דעם איז שוין דא די מאמר החכם
“democracy is the worst form of government – except for all the others that have been tried.”
סא עס קען זיין אז מוואלט געדארפט שרייבן די קאנסטעטאשן בעסער,,, אבער אזוי איז עס אין מיט דעם זאל עס בלייבן, ווייל אויב קען יעצט די לאנד פירער אוועקדרייען פין די יסודות וואס די לאנד איז געבויט דעמאלטס וואס זענען אינז בעסער אז עס איז דא א קאנסטעטאשן? וואס איז דאס מחייב?
דרימליינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 4:30 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרימליינער »

סארקאסטיש האט געשריבן:די יונייטיד סטעיטס איז (אמאל געווען) די סימבאל פין א דעמאקראטיע אין אויף דעם איז שוין דא די מאמר החכם
“democracy is the worst form of government – except for all the others that have been tried.”
סא עס קען זיין אז מוואלט געדארפט שרייבן די קאנסטעטאשן בעסער,,, אבער אזוי איז עס אין מיט דעם זאל עס בלייבן, ווייל אויב קען יעצט די לאנד פירער אוועקדרייען פין די יסודות וואס די לאנד איז געבויט דעמאלטס וואס זענען אינז בעסער אז עס איז דא א קאנסטעטאשן? וואס איז דאס מחייב?


די שאלה איז, ביז וויפיל ביסטו גרייט צו מקריב זיין על מזבח הקאנסטאטוציע? ווען ס'גייט האלטן ביי אכצן 10 יעריגע גע'הרג'טע קינדער א חודש וועסטו זיין גרייט עס איבערצוטראכטן? אפשר א וואך?
(איך מיין נישט דיר פערזענליך, נאר די קאנצעפט)
ווייז פרייזן, וועסטו לייזן!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

סארקאסטיש האט געשריבן:די יונייטיד סטעיטס איז (אמאל געווען) די סימבאל פין א דעמאקראטיע אין אויף דעם איז שוין דא די מאמר החכם
“democracy is the worst form of government – except for all the others that have been tried.”
סא עס קען זיין אז מוואלט געדארפט שרייבן די קאנסטעטאשן בעסער,,, אבער אזוי איז עס אין מיט דעם זאל עס בלייבן, ווייל אויב קען יעצט די לאנד פירער אוועקדרייען פין די יסודות וואס די לאנד איז געבויט דעמאלטס וואס זענען אינז בעסער אז עס איז דא א קאנסטעטאשן? וואס איז דאס מחייב?

אבער מען קען דאך אזויפיל טון "אין" די ראמען פונעם קאנסטיטוציע....

פארוואס לאזן דאס נישט די רעפובליקאנער??

_______

קאנספיראציע אלערט פאר די קאנספירירער

איך האב קוים פריער געשריבן אז סקול שיסערייען קומען ווייל א איגנטליכער שטייט אויף אויף די לינקע זייט, און פאר וואס ווי ווען איז שוין דערנאך....
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

 מען דארף מעורר זיין די עולם ביי די קומענדיגע וואלן, אז סאיז דא א איסור פון אסאך פריערדיגע גדולי ישראל צו שטימען פאר רוצחים און פאר די וואס שטיצן רציחה, שוין איבער  2 יאר איז דא א ביל און סענאט וואס פארלאנגט א בעק ראונד טשעק, שוין אריבער און קאנגרעס, און 90 פראצענט אמעריקאנער שטיצן עס, און עס ווערט צוריקגעהאלטן דורך 50 סענעטארס וואס זיצן און סענאט און האלטן פארמשכונט א גאנצע לאנד וואס ליידט פון מערדערס
לעצט פארראכטן דורך כווייס נישט אלעס אום דינסטאג מאי 24, 2022 8:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

גרשון האט געשריבן:בילד
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

שוין...
אטעטשמענטס
Screenshot_20220524-205131_Purity.jpg
Screenshot_20220524-205131_Purity.jpg (438.03 KiB) געזען 319 מאל
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

בעריש'ל האט געשריבן:צייט צו מאכן א חשבון הנפש



אין שוויצערלאנד האבן א פערטל פון איר פאפולאציע ביקסן. איי געס דאס איז וואס האלט עס אין קאנטראל? צייט צן מאכן א חשבון הנפש.

אין טורמס פון בארבאריזם איז הרג׳נען קינדער פילפאכיג ארגער ווי הרג׳נען טאטעס. אויב רעדסטו אבער פון קריים, איז עס די זעלבע מארד קלאגע. סאו דער אויפן Q טרעין אין נוא יארק איז דער זעלבער מחותן ווי די אלע קינדער נעבעך.

אזוי אויך יעדע פון די צענליגער וועלכע שטארבן וועכענטליך אין גאן קריימס נאר אין שעקאגאו, וואס דארט פאלט נישט ביי פאר קיינעם אויפצוברעגען דעם אשכול. סאו וואס איז דער שורש פונעם פראבלעם, די קריים? אדער די ביקס… [?].
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:צייט צו מאכן א חשבון הנפש



אין שוויצערלאנד האבן א פערטל פון איר פאפולאציע ביקסן. איי געס דאס איז וואס האלט עס אין קאנטראל? צייט צן מאכן א חשבון הנפש.

אין טורמס פון בארבאריזם איז הרג׳נען קינדער פילפאכיג ארגער ווי הרג׳נען טאטעס. אויב רעדסטו אבער פון קריים, איז עס די זעלבע קלאגע. סאו דער אויפן Q טרעין אין נוא יארק איז דער זעלבער מחותן ווי די אלע קינדער נעבעך.

אזוי אויך יעדע פון די צענליגער וועלכע שטארבן וועכענטליך אין גאן קריימס נאר אין שעקאגאו, וואס דארט פאלט נישט ביי פאר קיינעם אויפצוברעגען די אשכול. סאו וואס איז דער שורש פונעם פראבלעם, די קריים? אדער די ביקס… [?].

ביידע, און מען דארף באהאנדלען ביידע.

פארוואס ווען מען רעדט פון גאן קאנטראל קען נאך א רעכט דענקיגער מענטש ארויפברענגען אנדערע פראבלעמען וואס מען דארף אויך קעיר נעמען??!! וואס האט הודו מיט כוש??! מען בלעבעלט נאך הייליגע מידיע אן טראכטן כי הוא זה!!??
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן: מען דארף מעורר זיין די עולם ביי די קומענדיגע וואלן, אז סאיז דא א איסור פון אסאך פריערדיגע גדולי ישראל צו שטימען פאר רוצחים און פאר די וואס שטיצן רציחה, שוין איבער  2 יאר איז דא א ביל און סענאט וואס פארלאנגט א בעק ראונד טשעק, שוין אריבער און קאנגרעס, און 90 פראצענט אמעריקאנער שטיצן עס, און עס ווערט צוריקגעהאלטן דורך 50 סענעטארס וואס זיצן און סענאט און האלטן פארמשכונט א גאנצע לאנד וואס ליידט פון מערדערס

אמן ואמן!
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

בעריש'ל האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:צייט צו מאכן א חשבון הנפש



אין שוויצערלאנד האבן א פערטל פון איר פאפולאציע ביקסן. איי געס דאס איז וואס האלט עס אין קאנטראל? צייט צן מאכן א חשבון הנפש.

אין טורמס פון בארבאריזם איז הרג׳נען קינדער פילפאכיג ארגער ווי הרג׳נען טאטעס. אויב רעדסטו אבער פון קריים, איז עס די זעלבע קלאגע. סאו דער אויפן Q טרעין אין נוא יארק איז דער זעלבער מחותן ווי די אלע קינדער נעבעך.

אזוי אויך יעדע פון די צענליגער וועלכע שטארבן וועכענטליך אין גאן קריימס נאר אין שעקאגאו, וואס דארט פאלט נישט ביי פאר קיינעם אויפצוברעגען די אשכול. סאו וואס איז דער שורש פונעם פראבלעם, די קריים? אדער די ביקס… [?].

ביידע, און מען דארף באהאנדלען ביידע.

פארוואס ווען מען רעדט פון גאן קאנטראל קען נאך א רעכט דענקיגער מענטש ארויפברענגען אנדערע פראבלעמען וואס מען דארף אויך קעיר נעמען??!! וואס האט הודו מיט כוש??! מען בלעבעלט נאך הייליגע מידיע אן טראכטן כי הוא זה!!??



איך ברענג נישט אויף גארנישט. לאמיר זיך פארשטעלן ס׳איז בידינו צו אויסמעקן דעם פראבלעם. וואס וואלסטע געטאן? מיט וועם וואלסטע זיך געשלאגן, מיטן קויל? אדער מיטן שיסער..

פערזענליך האלט איך (שטארק מעגליך) פונקט ווי דיר אז מ׳ברויך אראפנעמען די שרעקעדיגע רייפלס פון די גאסן, כ׳וויל אבער אקאמפלישן פיל מער ווי סתם לעגעסלאציע. איך וויל אויסמעקן די סכנה. לדעתי איז גיין אויף די סובוועי אין נוא יארק א גרעסערע אין וויכטיגע ענגל זיך צו ספראווען מיט ״גאן פראבלעמען״ ווי מיט רייפלס, אפילו מ׳האט געהערט מער ווי עטליכע AR-15 מעשות אין די לעצטע פאר יאר.

דיין טשארט רעדט פון האנט ביקסן. און דא רעדסטו פון פארבאטן רייפלס. דו ווילסט פארבאטן האנט ביקסן?? פארוואס ארויף?? ווען האסטו געהערט א האנט ביקס האט גע׳הרג׳ט 18 קינדער?? קיינמאל!!

האלאו. כאפ אן דעם פראבלעם און לאמיר עס אויסשמועסן. ווער איז דער פראבלעם, וועלכע כלי, און וואס ווילסטו מ׳זאל טאן.

אויב איז עס האנט ביקסן, פארוואס איז די בלוט פון דיינע 38 טויזענט פון דיין טשארט ווייניגער רויט ווי די 18 קינדער?

קאם אן רבי. רעד.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

איך שעץ דיר זייער טשאדעלע, און איך בין נישט דיין רבי, איך קען זיין מסתמא זיין דיין זון, און אדרבה כאבדה כמ״ה מר״ה.

לאמיר רעדן פון HRA, פשוטע בעקגראונד טשעקס אויף שיסער, פארוואס איז דאס נאכנישט אריבער דעם סענאט.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

נאכנישט אלע דעטאלן ארום די היינטיגע שיסעריי איז שוין עוועליבל, ביסט אבער אזוי זעכער דער היינטיגער רוצח וואלט נישט געפעסט יעדע שטאפל פון א בעקראונד טשעק?

א היבש באדייטענדע צאל פון די פארלאפענע AR-15 מעשה רציחות וואלט דער רייפל געהאט אנגעקומען צום רוצח באופן כשר.

איך און דו גייען נישט שרייבן קיין געזעץ יעצט, דא אויף אייוועלט, איך וויל אבער גיין שלאפן איבערצייגט אז ״גאן קאנטראל״… איז א סעלושן צו אונזער ״אלגעמיינעם״ גאן פראבלעם.

״ס׳איז צייט פאר גאן קאנטראל!!״ זאגט דער ירום הודו. פון וואס רעדט ער?

ווען מ׳שרייט ״אראפ מיטן 2׳נד עמענדמענט״.. ווייסעך כאטש וואס יענער וויל. ער האלט אז קיינער טאר קייינמאל נישט האבן קיין ביקס. נישט דאס שרייט אבער דער ירום הודו.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

געשריבן פאר @פעיק ניוז אין אנדערן אשכול, אבער בין וכך ובין כך איז די תגובה מער נישט דארט געווען.
פעיק ניוז האט געשריבן:

איך ווייס נישט פינקטליך פארוואס ס'איז יעצט נוגע, אבער דא איז א וויקיפעדיע בלאט מיט ציפערן און טשארטס.

למען האמת, ס'איז נישט די נקודה וויפיל מענטשן שטארבן פון שיסערייען, ס'איז די נקודה אז אמעריקע איז געווארן א צעדרייט לאנד ווי מאסן שיסערייען איז געווארן א נארמע. יעדער משוגע'נער וואס ס'פאקט אים אן דער קדחת קען נעמען א רעוואלווער און אויסמארדן א טוץ מענטשן. דאס איז נישט קריים, דאס איז טעראר.

קיינער (חוץ געוויסע רעפובליקאנער) וויל נישט וואוינען אין א לאנד וואו מ'שיסט אויס קלאסן פון קליינע קינדער. קיינער וויל נישט לעבן אין א ציוויליזאציע וואו מענטשן גייען איינקויפן אין גראסערי און קומען אהיים אין ארונות. ס'מאכט גאנץ ווייניג אויס אז רוב מענטשן אין לאנד ווערן נישט געשאסן. ווען טעראריסטן האבן אריינגעקראכט אין די טווין טאווערס זענען נאר 3,000 מענטשן געשטארבן; פארדעם דרייט מען איבער די וועלט עד היום הזה? דריי טויזנט מענטשן איז קוים א טויזנטסטל פון א פראצענט פון אמעריקע.

ס'וועלן אייביג זיין געשלעגן וואס ענדיגן זיך טויטליך, ס'וועלן אייביג זיין קרימינאלן און רויבערס וואס גנב'ענען און רצח'ענען. אבער פארוואס גייען קינדער אין שולע אין 2022 און ווערן אויסגעשלאכטעט? פארוואס קען א צעדרייטער נעמען א ביקס און זיך נעמען שיסן אין פובליק על לא דבר? דאס קען מען נישט טון מיט מעסערס, האמערס, צווענגלעך, אדער שרויפנציערס, דאס קען מען נאר טון מיט באמבעס אדער מיט גאנס, און דערפאר דארפן ביידע זיין אומלעגאל. אויף באמבעס און אויף געהיידזשעקטע עראפלאנען מאכט מען נישט קיין סטאטיסטיקס וויפיל מענטשן ס'שטארבן דערפון.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:

טשאדעלע רעדט דברים של טעם, אבער לפחות א חלק פון דער שאלה איז פארענטפערט דורך מיין פריערדיגער תגובה.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:נאכנישט אלע דעטאלן ארום די היינטיגע שיסעריי איז שוין עוועליבל, ביסט אבער אזוי זעכער דער היינטיגער רוצח וואלט נישט געפעסט יעדע שטאפל פון א בעקראונד טשעק?

א היבש באדייטענדע צאל פון די פארלאפענע AR-15 מעשה רציחות וואלט דער רייפל געהאט אנגעקומען צום רוצח באופן כשר.

איך און דו גייען נישט שרייבן קיין געזעץ יעצט, דא אויף אייוועלט, איך וויל אבער גיין שלאפן איבערצייגט אז ״גאן קאנטראל״… איז א סעלושן צו אונזער ״אלגעמיינעם״ גאן פראבלעם.

״ס׳איז צייט פאר גאן קאנטראל!!״ זאגט דער ירום הודו. פון וואס רעדט ער?

ווען מ׳שרייט ״אראפ מיטן 2׳נד עמענדמענט״.. ווייסעך כאטש וואס יענער וויל. ער האלט אז קיינער טאר קייינמאל נישט האבן קיין ביקס. נישט דאס שרייט אבער דער ירום הודו.


Screenshot_20220524-222622_Twitter.jpg
Screenshot_20220524-222622_Twitter.jpg (169.14 KiB) געזען 210 מאל


viewtopic.php?p=3564129#p3564129
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

סאו מ׳זאל גענצליך פארבאטן רייפלס אין אמעריקא, וואס וועט פארמיידן עקסקלוסיוולי מאסן שיסערייען אין סקולס און אין קירכעס? אדער זאל מען פארבאטן גאנס בכלל, אריינגערעכענט האנט ביקסן, וואס איז פאראנטפארטליך פאר שיסערייען בכלל מיט וואס אמעריקא פלאגט זיך.

אויב וועט מען פארבאטן נאר רייפעלס, וועלן די דעמעקראטן טאקע שוין מסכים זיין צו וואוינען אין איין לאנד מיט ״די קליינע צאל משוגענע ריפאבליקאנער״.. אבער פלענע מענטשן, אריינגערעכענט בעביס, האבן נאך אלטס מורא צו גיין אויף די גאס אין נוא יארק אדער צו פארן אויף די טרעין. ווייל דארט שיסט מען זייער אפט.

אויב ווילסטו פארבאטן גאנס בכלל, אויסמעקן די צווייטע אמענדמענט, אה. דאס בין איך שוין נישט אזוי קאנווינסט דאס וועט זיין עקטיוו. קען זיין איך פאפ מיר, צא ולמד אבער פון נוא יארק (איך ניץ נוא יארק נאר אלטס א משל), דארט איז עס שוין אסור בתכלית האיסור. סאו וואס?

גרשון האקט נאכאמאל.
לעצט פארראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום דינסטאג מאי 24, 2022 10:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רשעות קאלטע סעלצער
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”