פאליטישע עקספערט האט געשריבן:אקוראט דאס זאג איך, ווילאנג די זאכן זענען נישט לעגאל, האט נישט קיין זין אז אטאמאטישע געווער זאל יא זיין
יא זין, נישט זין. די פאקט אז מ'איז יעצט עובר אויף א געוויסע חלק פון די קאנסטיטוציע מיינט אז מ'קען שוין עובר זיין אויף נאך?
דער אמת איז, עס שפילט זיך אפ ביי היפשע פאר אמענדמענטס וואס מ'הייבט צוביסלעך אן עובר זיין.
פרייהייט פון רעליגיע, אויסדרוק, פרעסע, און נאך ווערט היפש איינגעצוימט. די רעגירונג האט די רעכט צו רעגולירן געוויסע רעליגיעזע פרייהייטן, מ'מעג דאס נישט זאגן און יענץ נישט זאגן, מ'מעג נישט פראטעסטירן אן א פערמיט.
ווארענטס פאר אונטערזוכן מענטשן איז שוין ניטאמאל א לכתחילה, די פאליציי מעג מער ווייניגער טון וואס זיי ווילן אן סיי וועלכע באגרעניצונג פון די קאנסטיטוציע.
Bail און Fines דערגרייכן מיליאנען דאלארן, אויסדרוקליך אנטקעגן די אכטע אמענדמענט.
די ניינטע אמענדמענט זאגט אז מענטשן האבן נאך רעכטן חוץ די וואס ווערן דערמאנט אין די קאנסטיטוציע, און אז מ'זאל נישט ניצן די קאנסטיטוציע צו טענה'ן אז א געוויסע רעכט איז נישט נוגע וויבאלד עס שטייט נישט אין די קאנסטיטוציע.
למעשה קימערט זיך איינער מיט די רעכטן אינדרויסן פון די קאנסטיטוציע אדער מ'מאכט סיי וועלכע געזעצן וואס צוימען איין מענטשנ'ס רעכטן און מ'קען גארנישט טון וויבאלד ס'שטייט נישט אין די קאנסטיטוציע. דאס הייסט א ריכטער קען פסק'ענען אז א געוויסע געזעץ פארלעצט נישט די פרייהייטן פון די קאנסטיטוציע ווייל עס ווערט נישט דערמאנט אדער איז נישט א רעכט וואס די קאנסטיטוציע זאגט צו.
איי די ניינטע אמענדמענט זאגט קלאר קאפויער: אז מ'קען דאס אויסדרוקליך נישט ניצן צו פארלעצן אנדערע פרייהייטן? גיי טענה זיך מיט'ן ריכטער און מ'וועט דיר פאקן אין קאנטעמפט אוו קאורט.
די צענטע אמענדמענט זאגט אז רעכטן וואס זענען נישט געגעבן געווארן פאר די פעדעראלע רעגירונג אין קאנסטיטוציע באלאנגט פאר די שטאטן און פאלק אפצומאכן אויב די פעדעראלע רעגירונג האט נאך רעכטן.
די פעדעראלע רעגירונג פרעגט דען אמאל? ווילאנג ס'איז אויסדרוקליך נישט אנטקעגן די קאנסטיטוציע פארברייטערן זייערע רעגולאציעס וואס שטייגט איבער די געזעצן פון באזונדערע שטאטן. דאס איז א קלארע פארלעצונג פון די צענטע אמענדמענט וואס זאגט אז די פעדעראלע רעגירונג קען נישט אפמאכן זיך אויסצוברייטערן איבער די שטאטן.
מ'קען אזוי גיין ווייטער און ווייטער.
אמעריקע היינט צוטאגס האט קיין כי הוא זה מיט די קאנסטיטוציע, אבער דאס איז נישט א תירוץ צו באגיין פרישע פארלעצונגען.
ענדערש זאל מען צורייסן די קאנסטיטוציע און מאכן א נייע. הצלחה רבה, ווייל עס וועט זיין א בירגער קריג ערגער ווי א דריטע וועלט מלחמה.