גאן קאנטראל דעבאטע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פוילער האט געשריבן:איינע פון די ליביראלע האוסטס אויף פאקס ניוז האט געזאגט, אז ער איז געווען ביי א נאכאמאל מיט טראמפ גראד נאך איינע פון די מאסן שיסערייען (געדענק נישט וועלעכע), ער זאגט אז טראמפ איז געווען זייער אפן פאר גאן רעגולאציעס, ער האט געפרעגט אסאך אירע אנוועזענד וואס צו טוהן ער האט זייער געוואלט עפעס טוהן צו לעזן דעם פראבלעם. זעצעך אז די NRA איז דאך מער פאוערפול ווי אים…..

סאיז צייט די דעמאקראטן זאלן עפעס טוהן למעשה און אויפהערן ניצן די פעלער אלץ פליטיקעל טאקינג פוינטס.

די דעמאקראטן האבן נאר 48 שטימען אין סענאט מאקסימום, באמת דאס אויך נישט, זינט דזשאן טעסטער פארטרעט מאנטענע.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:אקוראט דאס זאג איך, ווילאנג די זאכן זענען נישט לעגאל, האט נישט קיין זין אז אטאמאטישע געווער זאל יא זיין

יא זין, נישט זין. די פאקט אז מ'איז יעצט עובר אויף א געוויסע חלק פון די קאנסטיטוציע מיינט אז מ'קען שוין עובר זיין אויף נאך?

דער אמת איז, עס שפילט זיך אפ ביי היפשע פאר אמענדמענטס וואס מ'הייבט צוביסלעך אן עובר זיין.

פרייהייט פון רעליגיע, אויסדרוק, פרעסע, און נאך ווערט היפש איינגעצוימט. די רעגירונג האט די רעכט צו רעגולירן געוויסע רעליגיעזע פרייהייטן, מ'מעג דאס נישט זאגן און יענץ נישט זאגן, מ'מעג נישט פראטעסטירן אן א פערמיט.

ווארענטס פאר אונטערזוכן מענטשן איז שוין ניטאמאל א לכתחילה, די פאליציי מעג מער ווייניגער טון וואס זיי ווילן אן סיי וועלכע באגרעניצונג פון די קאנסטיטוציע.

Bail און Fines דערגרייכן מיליאנען דאלארן, אויסדרוקליך אנטקעגן די אכטע אמענדמענט.

די ניינטע אמענדמענט זאגט אז מענטשן האבן נאך רעכטן חוץ די וואס ווערן דערמאנט אין די קאנסטיטוציע, און אז מ'זאל נישט ניצן די קאנסטיטוציע צו טענה'ן אז א געוויסע רעכט איז נישט נוגע וויבאלד עס שטייט נישט אין די קאנסטיטוציע.

למעשה קימערט זיך איינער מיט די רעכטן אינדרויסן פון די קאנסטיטוציע אדער מ'מאכט סיי וועלכע געזעצן וואס צוימען איין מענטשנ'ס רעכטן און מ'קען גארנישט טון וויבאלד ס'שטייט נישט אין די קאנסטיטוציע. דאס הייסט א ריכטער קען פסק'ענען אז א געוויסע געזעץ פארלעצט נישט די פרייהייטן פון די קאנסטיטוציע ווייל עס ווערט נישט דערמאנט אדער איז נישט א רעכט וואס די קאנסטיטוציע זאגט צו.

איי די ניינטע אמענדמענט זאגט קלאר קאפויער: אז מ'קען דאס אויסדרוקליך נישט ניצן צו פארלעצן אנדערע פרייהייטן? גיי טענה זיך מיט'ן ריכטער און מ'וועט דיר פאקן אין קאנטעמפט אוו קאורט.

די צענטע אמענדמענט זאגט אז רעכטן וואס זענען נישט געגעבן געווארן פאר די פעדעראלע רעגירונג אין קאנסטיטוציע באלאנגט פאר די שטאטן און פאלק אפצומאכן אויב די פעדעראלע רעגירונג האט נאך רעכטן.

די פעדעראלע רעגירונג פרעגט דען אמאל? ווילאנג ס'איז אויסדרוקליך נישט אנטקעגן די קאנסטיטוציע פארברייטערן זייערע רעגולאציעס וואס שטייגט איבער די געזעצן פון באזונדערע שטאטן. דאס איז א קלארע פארלעצונג פון די צענטע אמענדמענט וואס זאגט אז די פעדעראלע רעגירונג קען נישט אפמאכן זיך אויסצוברייטערן איבער די שטאטן.

מ'קען אזוי גיין ווייטער און ווייטער.

אמעריקע היינט צוטאגס האט קיין כי הוא זה מיט די קאנסטיטוציע, אבער דאס איז נישט א תירוץ צו באגיין פרישע פארלעצונגען.

ענדערש זאל מען צורייסן די קאנסטיטוציע און מאכן א נייע. הצלחה רבה, ווייל עס וועט זיין א בירגער קריג ערגער ווי א דריטע וועלט מלחמה.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

איך זאג אז דער וואס שרייט נישט אז מען דארף לעגאליזירן טאנקען קען נישט שרייען אז מען טאר נישט פארבאטן אטאמאטישע געווער
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:איך זאג אז דער וואס שרייט נישט אז מען דארף לעגאליזירן טאנקען קען נישט שרייען אז מען טאר נישט פארבאטן אטאמאטישע געווער

פארוואס?

וויבאלד איך שריי נישט אז דו פארלעצט שוין איין האלב פון די קאנסטיטוציע, מעג איך נישט שרייען אז דו ווילסט פארלעצן די אנדערע האלב וואס איך האב דערווייל נאך יא?!

פונקט פארקערט, איך וויל זיך ראטעווען פון מער פארלעצונגען, און דאס קען איך שוין אויך נישט טון?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

היכי תמצא האט געשריבן:

ווייל די חלק האט נישט קיין פשט אן די חילק

ווען די קאנסטיטוציע זאל פארבאטן וויין, אבער ערלויבן פאר רעליגיעזע צוועקן מיט א 25% שטייער
און דאן קומט די רעגירונג און פייפט אן די וויין פארבאט

האט נישט קיין פשט אז די 25% שטייער אויף רעליגיעזע צוועקן זאל יא פארבלייבן...
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

די לאגיק פירט צו א גענצליכע אפוויש פון די קאנסטיטוציאנאלע רעכטן.

לויט די לאגיק, מעגסטו זיך נישט באקלאגן אז א האנט ביקס איז אנטקעגן די קאנסטיטוציע וויבאלד דו ווילסט יא אז מ'זאל פארלעצן די קאנסטיטוציע אויף רייפלס. רייפלס = אסור, קענסטו זיך נישט באקלאגן אויף א האנט ביקס. האנט ביקס = אסור, קענסטו זיך נישט באקלאגן אויף א מעסער.

און אזוי ווייטער, ביז דו טרעפסט זיך אן א פויסט..
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

צל עובר האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:איינע פון די ליביראלע האוסטס אויף פאקס ניוז האט געזאגט, אז ער איז געווען ביי א נאכאמאל מיט טראמפ גראד נאך איינע פון די מאסן שיסערייען (געדענק נישט וועלעכע), ער זאגט אז טראמפ איז געווען זייער אפן פאר גאן רעגולאציעס, ער האט געפרעגט אסאך אירע אנוועזענד וואס צו טוהן ער האט זייער געוואלט עפעס טוהן צו לעזן דעם פראבלעם. זעצעך אז די NRA איז דאך מער פאוערפול ווי אים…..

סאיז צייט די דעמאקראטן זאלן עפעס טוהן למעשה און אויפהערן ניצן די פעלער אלץ פליטיקעל טאקינג פוינטס.

די דעמאקראטן האבן נאר 48 שטימען אין סענאט מאקסימום, באמת דאס אויך נישט, זינט דזשאן טעסטער פארטרעט מאנטענע.

ווער איז די אנדערע דעמאקראט וואס איז קעגן?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שרעקליכע מאסן שיסעריי אין טעקסעס עלמענטרי שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

כפרה האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
hoipt1 האט געשריבן:איז עס געוועין א ליגאלע ביקס?
אז נישט וואס איז די אויפטו פון פרישע גאן קאנטראל געזעצן

יא אין טעקסעס קען מען קויפן פון די אכצן יאר רייפעלס

א באטל ביר קען מען נישט קויפן אינטער די 21...

טאקע מערקווירדיג...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מענשין מיט סינעמע לאזן נישט ברעכן דעם פיליבאסטער.
אוועטאר
יום אחד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:17 am

Re: שרעקליכע מאסן שיסעריי אין טעקסעס עלמענטרי שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום אחד »

צהלתו בפניו האט געשריבן:
כפרה האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
hoipt1 האט געשריבן:איז עס געוועין א ליגאלע ביקס?
אז נישט וואס איז די אויפטו פון פרישע גאן קאנטראל געזעצן

יא אין טעקסעס קען מען קויפן פון די אכצן יאר רייפעלס

א באטל ביר קען מען נישט קויפן אינטער די 21...

טאקע מערקווירדיג...

די סברה איז אז א גאן הארגעט נישט נאר די מענטש, ביי אכצען יאר איז מען גענוג רייף צו פארשטיין אז מ'נוצט עס נאר פאר סעלף דיפענס אדער ביי אן אפרעשען. אבער די דקות'דיגע חילוק פון איין שאט ברוינפען ביז א באטעל באגרייפט נישט קיין טין-עדזשער.
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל
How Is Your Day
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:22 pm

Re: שרעקליכע מאסן שיסעריי אין טעקסעס עלמענטרי שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך How Is Your Day »

יום אחד האט געשריבן:די סברה איז אז א גאן הארגעט נישט נאר די מענטש, ביי אכצען יאר איז מען גענוג רייף צו פארשטיין אז מ'נוצט עס נאר פאר סעלף דיפענס אדער ביי אן אפרעשען. אבער די דקות'דיגע חילוק פון איין שאט ברוינפען ביז א באטעל באגרייפט נישט קיין טין-עדזשער.

1. אינו דומה ביר צו ברוינפן.
2. זעהסטיך דא אז נישט דער האט אויס געשחטן
3. אכצן יאר מיט א ביקס איז ענדערש ווי אכצן מיט ברוינפן? א ביקס קען הרגנען מאסן, אין ברוינפן קען הרגנען.....?
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

דע טעקסעס גאווענער אין פרעזידענט ביידן זאלן מיר ביידע אנטשולדיקן קיינער דארף איר זאלט האבן מיטגעפיל מיט די באטראפענע אין קיינער דארף נישט קיין פענער אויף האלב מברויך מיר גאן קאנטראל געזעצן פארוואס איז דא אזויפיל מאסן שיסערייען אויף א טעגלעכע פארנעם א זאך וואס איז נישט דא אין קיין איין דעמאקראטישע לאנד. פארוואס ווייל עפעס א צעדרייטער אממענדמענד? וואס האט שוין געקאסט אן א שיעור בלוט יעדער משוגענע טאטע קויפט פאר זיין יונגע ראצער א גאן ותוצאוו מי ישרנו נאכדעם ליינט ער אביסל סאציאלער מעדיא אין שוין סאיז העכסט צייט אנצושטעלן שטרענגע גאן קאנטראל געזעצן וענגלאנד ואוסטראליע יוכיחו
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

װי קומט אריין דא דער פרעזידענט?

ער זאגט דאך פונקט ווי דיר.

#באטסיידס
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איך זע נישט וויאזוי א גאן באשיצט אנטקעגן טיראניע, ווילאנג מען ערלויבט נישט פאר יעדן 18 יעריגן שנוק ביאליאגישע, אטאמישע, באמבאדיר פליגערס, סייבער, לעיזער אדג. קען מען זיך נישט קעגנשטעלן אנטקעגן קאנטראל עניוועי.

עס זענען דא ווער עס דארף טאקע רייפעלס אין רורעל עריעס אדג זאלן זיי דארפן עפלייען פאר א ספעציעלע לימיטעד פערמיט.

פאר סעלף דיפענס וועט מוזן זיין גענוג א גאן וואס פארמאגט נאר עטליכע קוילן אויפאיינמאל.

אויב איז גאנס שטארק רעגולירט, מען האט א חשבון אויף יעדע שטיקל, איז פיל גרינגער צו קאנטראלירן אומלעגאלע. יעדע גאן דארף קענען ווערן געסקענט ביי יעדע פאליציי אפשטעל צו זען אויב עס איז לעגאל לויט דיין פערמיט.

די קאנטסיטוציע איז נישט קיין תןרה להבדיל אלף אלפםי הבדלות. וויבאלד עס איז נישט געמאכט מיט רוח הקודש נאר מיט חכמה און גוטע כוונות איז אוממעגליך צו פאראויסזען וויאזוי טויזענטער וועלן גערצחט ווערן על מזבח סעקאנד עמענדמענט. א לאנד דארף נישט דינען איר געזעצן - די געזעץ דארף איר דינען.

נאר וואס - על חרבך תחי איז עכט... און די תאוה און בלוטדארשטיגקייט מאכט שפירן גוט מיט א מערדערליכע כלי. אמעריקע איז געשלאגן מיט דעם אויף אן ערנסטן פארנעם.

אפשר ווען יעדער אמעריקענער וועט ליידער שוין זיין באטראפן גאנץ נאנט מיט די תוצאות פון די אומפארשטענדליכע לויזקייט, וועט מעגליך זיין צו עפעס ענדערן אין די סועסייד מענטאליטעט פון אסאך אמעריקאנער.

איך האלט אז מען דארף מאכן א רעפערענדום, די מידיע און קיין שום עדווערטייזינג טאר נישט ערלויבט ווערן, מיט עטליכע קאמען סענס געזעצן און גיידליינס און זען וואס די פאלק האלט אן א מח וואשונג...
שויתי ה' לנגדי תמיד
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

היכי תמצא האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:לשיטתך ברויך מען דאך לעגאליזירן טאנקען, עף סיקסטינ'ס, און האמוויס, ניין?

יאפ, און ער איז גערעכט. פון א ריין קאנסטיטוציאנאלע שטאנדפונקט פארלאנגט די קאנסטיטוציע אז ציווילע זאלן קענען פארמעסטן מיט'ן מיליטער. נישט נאר דאס, אז די ציווילע זאלן גאר האלטן די מיליטער פלאץ ווייל א מיליטער אין פרידנס צייטן איז א סכנה פאר א פרייע לאנד.

איך האב אנגעהויבן עפעס אן ארטיקל דערויף, אבער למעשה ברויך איך נאך שרייבן ארפא, און די פארפליכטונגען פאר'ן שרייבער. קיצור, ווייסעך נישט ווען איך וועל אנקומען דערצו.

איך בין נישט אזוי זיכער אז די פאונדינג פאדערס האבן אזוי געהאלטן, אבער הניחא אז יא, איז דאס פשוט צוליב די ערא וואס זיי האבן געלעבט אין.
נאך די אמעריקאנע רעוואלוציע האט מען געציטערט אז מ'איז איין שפרינג אוועק פון צוריק ווערן אן אויס דעמעקראטיש לאנד, אין א צייט ווען יעדע לאנד אין די וועלט איז געפירט געווארן דורך א מאנארכיע. און אויס מורא אז די מיליטער וועט צוהעלפן איינער וואס וויל איבערנעמען די מאכט (וואס קומט נאך היינט פאר זייער אפט אין דריטע וועלט לענדער), האט מען געגעבן א רעכט פאר די ציווילע באפעלקורונג זיך צו באשיצן קעגן די מיליטער.
דאס איז אבער פארשטייטזיך בכלל נישט נוגע בזמן הזה.
פאר צוויי פשוטע סיבות,
איינס, אז ס'איז בכלל נישטא קיין צורך זיך צו קענען פארמעסטן מיט די מיליטער. אמעריקע איז ב"ה אן אוועקגעשטעלטע לאנד מיט אן אוועקגעשטעלטע רעגירונג. ע"פ דרך הטבע ווי די באשעפער פירט די וועלט, קען א מיליטערישע מאכט נישט איבערנעמען דאס לאנד. די איינציגסטע וואס קענען איינפירן א דיקטאטורישע רעגירונג אין אמעריקע זענען די בירגער זעלבסט.
אמעריקע איז נישט קיין סודאן אדער גאמביע.
צווייטענס, ס'גייט דיך גארנישט העלפן, דו גייסט נישט באזיגן מיטו אפאר אטאמאטישע רייפלס די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט, אחוץ אויב לשיטתך זאל טאקע יעדער האבן א טאנק און פאטריאט מיסלס אין זיין בעקיארד..

די פוינט איז, לאמיר זיך נישט פאפן, דיע וואס קאמפיינען פאר גאן רעכטן, מיינען עס נישט לשם אז מ'זאל זיך קענען דיפענדן קעגן דאס מיליטער, ווייל ס'איז פשוט טיפשות..
זיי האבן זיך זייערע אייגענע אגענדעס, וואס לכבוד דעם זענען זיי מקריב צענדליגע אומשולדיגע מענטשן א יעדעס יאר..

און וואס ס'איז גוט געווען פאר 240 יאר צוריק, מיינט נישט אז ס'איז גוט היינט.
חדש אסור מין התורה אזיז געזאגט געווארן אויף די תוה"ק, נישט אויף עפעס א קאנסטיטוציע..

דאס איז אחוץ פון דעם, אז ווי שוין געשריבען פריער, האבן די קאנסטיטוציע שרייבערס נישט דאס געמיינט, און דיע אלע גאן רעגולאציעס זענען 100% אויסגעהאלטן לויט די קאנסטיטוציע..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

צל עובר האט געשריבן:װי קומט אריין דא דער פרעזידענט?

ער זאגט דאך פונקט ווי דיר.

#באטסיידס

זאגן קען יעדער ער איז פרעזידענט נישט צי רעדן נאר דאס אויסצופירן
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

Goodmorning האט געשריבן:א לאנד דארף נישט דינען איר געזעצן - די געזעץ דארף איר דינען.

נישט אינגאנצען גערעכט. א לאנד און ספעציעל א דעמאקראטיע דארף האבען עפעס וואס מען רירט זיך נישט פון דעם, אזוי ווי להבדיל אלף אלפי הבדלות די תורה. אויב נישט דאן פארפארט מען זייער שנעל און ווייט, און עס געשעהט צו פרייהייט און דעמאקראטיע אזוי ווי עס איז געשעהן להבדיל מיט רעפארמער צום תורה, וואס איינמאל עס ווערט פלעקסעבל פארפארט מען אינגאנצען.

בנוגע גאן קאנטראל בין איך מסכים און לאגיק אז עס מיז גענומען ווערן שריט, אבער איך פארשטיי זייער שטארק די ארידזשענעליסט און די קאנסערוועטיווען וואס האבען זייער מורא פון דעם.

אפילו אזוי דארף מען רחמי שמים אז דעמאקראטיע זאל מאריך ימים זיין און אמעריקא, אבער אהן די מיינדסעט פון "דינען די געזעץ" וואלט מען שוין געווען לדעתי ווייט אוועק פון א פרייע אמעריקא.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

נאר אויף שימחות האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:װי קומט אריין דא דער פרעזידענט?

ער זאגט דאך פונקט ווי דיר.

#באטסיידס

זאגן קען יעדער ער איז פרעזידענט נישט צי רעדן נאר דאס אויסצופירן

ווי אזוי?

רוב פארטרעטער פון דעם פאלק ווילן אז געווער זאל בלייבן לעגאל אויף א צודרייטן אופן, זיי האבן מיט זיך 6 ריכטער אויפן העכסטן געריכט, און דער פרעזידענט איז נישט קיין דיקטאטור.

און טאקע דורך די באטסיידיזם טפשות - פארדאן מיין פרענטש - מאכן די רעפאבליקאנער אזא לעבן, אז דו מיט די אנדערע נישט פארטיזאנער דעמאקראטן וואס שטיצן גאן קאנטראל שרייען עניוועי אויף ביידע זייטן, פארוואס אין די וועלט זאל די פרא רציחה פארטיי נאכגעבן א מילימעטער?

אז יעדער - חוץ א בלינדער דעמאקראט - זאגט אים איין סענטענס בנוגע גאן קאנטראל, אבאט מיט ביידן, טאקע וועגן דעם קוקט מען אזוי אויס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ביי די וועי, קיינער אין אמעריקע האט נישט געטון מער פאר גאן קאנטראל ווי פרעזידענט ביידן. ער איז דער וואס האט געשריבן דעם ברעידי געזעץ וואס האט איינגעפירט דעם גאנצן ענין פון בעקגראונד טשעקס. ער איז דער וואס האט געארבעט מיט די רעפאבליקאנער ווען מען האט נאך געקענט ארבעטן מיט זיי צו בענען פאר צען יאר אסאלט וואפן.

און ער איז דער וואס האט נישט צו לאנג צוריק געמאכט שטארקע עקסעקוטיוו ארדערס קעגן גאוסט גאנס וכדו', טוענדיג וואס ער קען יא אליינס טאן.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

וואס טוט זיך האט געשריבן:איך בין נישט אזוי זיכער אז די פאונדינג פאדערס האבן אזוי געהאלטן, אבער הניחא אז יא, איז דאס פשוט צוליב די ערא וואס זיי האבן געלעבט אין.
נאך די אמעריקאנע רעוואלוציע האט מען געציטערט אז מ'איז איין שפרינג אוועק פון צוריק ווערן אן אויס דעמעקראטיש לאנד, אין א צייט ווען יעדע לאנד אין די וועלט איז געפירט געווארן דורך א מאנארכיע. און אויס מורא אז די מיליטער וועט צוהעלפן איינער וואס וויל איבערנעמען די מאכט (וואס קומט נאך היינט פאר זייער אפט אין דריטע וועלט לענדער), האט מען געגעבן א רעכט פאר די ציווילע באפעלקורונג זיך צו באשיצן קעגן די מיליטער.
דאס איז אבער פארשטייטזיך בכלל נישט נוגע בזמן הזה.
פאר צוויי פשוטע סיבות,
איינס, אז ס'איז בכלל נישטא קיין צורך זיך צו קענען פארמעסטן מיט די מיליטער. אמעריקע איז ב"ה אן אוועקגעשטעלטע לאנד מיט אן אוועקגעשטעלטע רעגירונג. ע"פ דרך הטבע ווי די באשעפער פירט די וועלט, קען א מיליטערישע מאכט נישט איבערנעמען דאס לאנד. די איינציגסטע וואס קענען איינפירן א דיקטאטורישע רעגירונג אין אמעריקע זענען די בירגער זעלבסט.
אמעריקע איז נישט קיין סודאן אדער גאמביע.
צווייטענס, ס'גייט דיך גארנישט העלפן, דו גייסט נישט באזיגן מיטו אפאר אטאמאטישע רייפלס די מאכטפולסטע מיליטער אין די וועלט, אחוץ אויב לשיטתך זאל טאקע יעדער האבן א טאנק און פאטריאט מיסלס אין זיין בעקיארד..

די פוינט איז, לאמיר זיך נישט פאפן, דיע וואס קאמפיינען פאר גאן רעכטן, מיינען עס נישט לשם אז מ'זאל זיך קענען דיפענדן קעגן דאס מיליטער, ווייל ס'איז פשוט טיפשות..
זיי האבן זיך זייערע אייגענע אגענדעס, וואס לכבוד דעם זענען זיי מקריב צענדליגע אומשולדיגע מענטשן א יעדעס יאר..

און וואס ס'איז גוט געווען פאר 240 יאר צוריק, מיינט נישט אז ס'איז גוט היינט.
חדש אסור מין התורה אזיז געזאגט געווארן אויף די תוה"ק, נישט אויף עפעס א קאנסטיטוציע..

דאס איז אחוץ פון דעם, אז ווי שוין געשריבען פריער, האבן די קאנסטיטוציע שרייבערס נישט דאס געמיינט, און דיע אלע גאן רעגולאציעס זענען 100% אויסגעהאלטן לויט די קאנסטיטוציע..

ווי ביידען האט געזאגט, האט מען אויך נישט געלאזט האבן קאנאנען אין די צייט פון די אמענדמענט. אפילו די שרייבערס פון די שמייליגע קאנסטיטוציע האבן פארשטאנען אז אויב יעדער האט צוטריט צו מאסן פארניכטונג וואפן איז אפילו נישט דא א לאנד וואס מען קען איבערנעמען טיראניש - מען הרג'עט זיך אליינס און מען לעבט אין פאניק על מזבח הדאקומענט פון די 1700ס
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

צל עובר האט געשריבן:ביי די וועי, קיינער אין אמעריקע האט נישט געטון מער פאר גאן קאנטראל ווי פרעזידענט ביידן. ער איז דער וואס האט געשריבן דעם ברעידי געזעץ וואס האט איינגעפירט דעם גאנצן ענין פון בעקגראונד טשעקס. ער איז דער וואס האט געארבעט מיט די רעפאבליקאנער ווען מען האט נאך געקענט ארבעטן מיט זיי צו בענען פאר צען יאר אסאלט וואפן.

און ער איז דער וואס האט נישט צו לאנג צוריק געמאכט שטארקע עקסעקוטיוו ארדערס קעגן גאוסט גאנס וכדו', טוענדיג וואס ער קען יא אליינס טאן.

און?
רשעות קאלטע סעלצער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

און?

רוב מענטשן דארפן דורכגיין א בעקגראונד טשעק.

די צען יאר איז געווען פיל ווייניגער מאסן מערדערייען.

און איך וויל נישט וויסן וויפל פסייקאס ווערן צוריקגעהאלטן פון די גאוסט גאנס.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

דערווייל קען איך מיר נישט דערמאנען פון א מאסן מערדעריי וואס דער ביקס אייגענטומער וואלט נישט געפעסט אויב גייט ער אדורך אזא סארט טשעק, און צומאל איז עס גאר געווען א רייפל פון זיין טאטן, וואס האט א פערפעקט קלינע רעקארד.

ניין. די [מאסן שיסערייען/רייפל] פראבלעם באשטייט טאקע דייקא פון אזאנע וואס וואלטן/האבן טאקע א ווייסע רעקארד.

אה. ער איז נאר 18 יאר. אקעי. סאו ווי אלט איז געווען דער רוצח אין לס וועגעס וואס האט אראפגעקניידלט 50 מענטשן? און וואס איז טאקע געווען זיין רעקארד?

רעב איד. בעקראונד טשעקס איז נישט דיין סעלושן דא.
רשעות קאלטע סעלצער
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

אויב איינער קען מסביר זיין פאר א מינוט, וואס פונקטלעך ווילן די דעמאקראטן? וועלעכע גאנס טויגן נישט.
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דערווייל קען איך מיר נישט דערמאנען פון א מאסן מערדעריי וואס דער ביקס אייגענטומער וואלט נישט געפעסט אויב גייט ער אדורך אזא סארט טשעק, און צומאל איז עס גאר געווען א רייפל פון זיין טאטן, וואס האט א פערפעקט קלינע רעקארד.

ניין. די [מאסן שיסערייען/רייפל] פראבלעם באשטייט טאקע דייקא פון אזאנע וואס וואלטן/האבן טאקע א ווייסע רעקארד.

אה. ער איז נאר 18 יאר. אקעי. סאו ווי אלט איז געווען דער רוצח אין לס וועגעס וואס האט אראפגעקניידלט 50 מענטשן? און וואס איז טאקע געווען זיין רעקארד?

רעב איד. בעקראונד טשעקס איז נישט דיין סעלושן דא.

בעקגראונד טשעקס נישט אזוי ווייט

פארבאטן אטאמאטישע געווער איז א מוז
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”