עף. בי. איי. אבלאווע אויף טראמפ'ס מאר-א-לאגא - "שמועסן און קאמענטארן"

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: עף. בי. איי. אבלאווע אויף טראמפ'ס מאר-א-לאגא - "שמועסן און קאמענטארן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

בעריש'ל האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
@הבל ביטט מכובד צו גיין פתיחה דערויף.
TrSea.jpg
עס האט גענוי איינע פון די קלאגעס וואס איך האב אויבן געברענגט.
היכי תמצא האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
אויב זאלן די געריכטן זיך האלטן צו יענע פרעצעדענט קען עס פארשווערן די פארזוך צו בלאקירן א פרעזידענט קאנדידאט פון לויפן באזירט אויף זיין שולד אורטייל
forfeiture of office, and disqualification from any federal office, of a records
custodian convicted of unlawfully concealing, removing, falsifying, or mutilating
public documents (18 U.S.C. ' 2071
);

אין קורצן אין אידיש ווען מ'קען נישט זיין "איינגעשטעלט אין די רעגירונג":

* אומלעגאל באהאלטן, אוועקפירן, פעלשן, אדער שעדיגן פובליק דאקומענטן.
בקיצור איטס אווער! שאך מאט! מען וועט קלאגן טראמפ אויף 18 U.S.C. ' 2071 און ער וועט נישט קענען לעגאל לויפן.

דאס איז דער ענטגילטיגע אישורענס פאליסי וואס עס איז זיי געלונגן צו צוגרייטן אויף אים פון ווען ער איז נאך געווען אין אפיס!
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 1#p3741101

פארפאלען, עס איז זיי געלונגען, אויב א מלכות זאגט עוקר טורא איז עוקר טורא, זיי קענען אלעס, און וועלן זיך נאך נעמען צו אלע וואס האבן געהאלפען טראמפ.

יעצט קען מען שוין עפענען אשכולות איבער ווער וועט זיין דער רעפאבליקאנער געווינער אין די פריימעריס.
״זיי״ דארפן נישט צוקומען צו דעם, מען קען פלעין פעלטשן די וואוטס אזוי ווי 2020.
דאס וואלטן זיי סיי ווי געטוהן ווען עס געלונגט זיי נישט די אנדערע מיטלען. יעצט אבער פעלט עס זיי שוין נישט אויס.

זיי האבן זיכער צוגעגרייט עטליכע לעיארס, און פעלשן די וואלען אלס דער לעצטע ריסארט שארט פון אומברענגען.
לעצט פארראכטן דורך זארג נישט אום דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 7:54 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: עף. בי. איי. אבלאווע אויף טראמפ'ס מאר-א-לאגא - "שמועסן און קאמענטארן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

זיי קענען טאקע פעלשן, גערעכט בערישל. איך רעספעקט דיר פארן מודה זיין. (כהאב אלץ געוואוסט אז אונטער די מאסקע באהאלט זיך קלוגער חברה׳מאן)
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: עף. בי. איי. אבלאווע אויף טראמפ'ס מאר-א-לאגא - "שמועסן און קאמענטארן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

שטארק זיך האט געשריבן:
זיי קענען טאקע פעלשן, גערעכט בערישל. איך רעספעקט דיר פארן מודה זיין. (כהאב אלץ געוואוסט אז אונטער די מאסקע באהאלט זיך קלוגער חברה׳מאן)
פעלטשן איז סך גרינגער ווי ארעסטירן און פבא רעיד עס איז פשוט א שאד!
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: עף. בי. איי. אבלאווע אויף טראמפ'ס מאר-א-לאגא - "שמועסן און קאמענטארן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

זארג נישט האט געשריבן:
בקיצור איטס אווער! שאך מאט! מען וועט קלאגן טראמפ אויף 18 U.S.C. ' 2071 און ער וועט נישט קענען לעגאל לויפן.

דאס איז דער ענטגילטיגע אישורענס פאליסי וואס עס איז זיי געלונגן צו צוגרייטן אויף אים פון ווען ער איז נאך געווען אין אפיס!
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 1#p3741101

פארפאלען, עס איז זיי געלונגען, אויב א מלכות זאגט עוקר טורא איז עוקר טורא, זיי קענען אלעס, און וועלן זיך נאך נעמען צו אלע וואס האבן געהאלפען טראמפ.

יעצט קען מען שוין עפענען אשכולות איבער ווער וועט זיין דער רעפאבליקאנער געווינער אין די פריימעריס.
יא, כ'מוז זאגן, די חברה זענען כיטרע, אבער איך גלייב נישט אז ס'איז דערנאך.

מ'קען אין דעם אריינטייטשן און ארויסטייטשן, ער קען אפעלירן צו די סופרים קארט, די ריכטער/דזשורי קען טוישן/צופיצן די קלאגע וכו'.

אבער עס וועט מעגליך צונעמען די אפעטיט פון די רעפאבליקאנער (נישט הייסע טראמפ שטיצער) צו שטיצן אדער נאמינירן טראמפ צוליב דעם.

אדער קען גאר זיין פארקערט. לויפן און ווערן ערוויילט קען ער דאך אפילו מיט די קלאגע, אריינשווערן אין אפיס וועט זיין א פראבלעם. אלזא, דארפן די רעפאבליקאנער פשוט ארויפזעצן א וויצע וואס עס שמעקט זיי (לאמיר זאגן אפילו דיסאנטיס), זיך פארלאזן אז טראמפ וועט געווינען, אבער דערנאך וועט מען מוזן איינשווערן דעם וויצע צוליב די קלאגע.

דאס וועט זיין א געווינס פאר די רעפאליקאנער (נישט טראמפ שטיצער).

טעאריעס, טעאריעס...
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7202
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: עף. בי. איי. אבלאווע אויף טראמפ'ס מאר-א-לאגא - "שמועסן און קאמענטארן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

היכי תמצא האט געשריבן:
יא, כ'מוז זאגן, די חברה זענען כיטרע, אבער איך גלייב נישט אז ס'איז דערנאך.

מ'קען אין דעם אריינטייטשן און ארויסטייטשן, ער קען אפעלירן צו די סופרים קארט, די ריכטער/דזשורי קען טוישן/צופיצן די קלאגע וכו'.
לויט ווי איך האב פארשטאנען זענען די געזעצן בפשטות אומקאנסטיטוציאנאל, נישט אזוי?
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: עף. בי. איי. אבלאווע אויף טראמפ'ס מאר-א-לאגא - "שמועסן און קאמענטארן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

רעגענדיג האט געשריבן:

א געזעץ אנטקעגן "לויפן אדער ערוויילט וועלן" קען מען נישט מאכן אבער מ'קען יא מאכן געזעצן וואס פארבאט צו זיין "איינגעשטעלט"..

אלזא, א פעלאני קען נישט אפהאלטן א פרעזידענט פון לויפן אדער ערוויילט ווערן, אבער געוויסע פעלאניס קענען יא אפהאלטן פון זיין איינגעשטעלט אין סיי וועלכע רעגירונג'ס פאזיציע.

זינט אזא זאך האט נאך קיינמאל פאסירט ביי א פרעזידענט, וועט לכאורה פארקומען אסאך לעגאלע געראנגעלןַ
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: עף. בי. איי. אבלאווע אויף טראמפ'ס מאר-א-לאגא - "שמועסן און קאמענטארן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א פרעזידענט גייט אריין בגדר איינגעשטעלט?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: עף. בי. איי. אבלאווע אויף טראמפ'ס מאר-א-לאגא - "שמועסן און קאמענטארן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

nodeJS האט געשריבן:
פוינט מיר איין זאך וואס ער האט געטון וואס זאל מסביר זיין פארוואס די א.ג. דיעפ סטעיט טוט טארגעטן פונקט איהם און קיינע פריערדיגע פרעזידענט פון ביידע פארטייען.
מיין פוינט איז אז די דיעפ סטעיט ווס. טראמפ טעאריע קלעבט מיר נישט, פראביר איך צו פארשטיין די וואס טענה'ן דאס יא, אויף וואס איז דאס געבעיסט. (רעיגן האט געטון צו לימיטן די גוו"ט -און געלאפן אויף דעם פראמיס-, און געוואונען 2 מאל, די ערשטע מאל אנטקעגן אן אינקאמבענט)
איך האב נישט געוואלט פארדרייען דעם אשכול, האב איך דא ארויסגעברענגט די פוינטס אין קורצן.
---
אנטשולדיגט פארן אריינהאקן. זייטס ממשיך.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: עף. בי. איי. אבלאווע אויף טראמפ'ס מאר-א-לאגא - "שמועסן און קאמענטארן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פעיק ניוז האט געשריבן:
א פרעזידענט גייט אריין בגדר איינגעשטעלט?
האסט א פוינט. איך ווייס טאקע נישט, אבער קלאר איז עס נישט. למשל, וואס מיינט forfeiture of office, and disqualification from any federal office, און נאך אזוינע לשונות. ס'איז לכאורה א לעגאלע געראנגל.

לויט ווי איך האב געזען אין א פדף ארויסגעגעבן ביי די יוסטיץ דעפארטמענט אין יאר 2000, וואס פון דארט האביך ציטירט, איז יא משמע אז מ'קען נישט דינען אינעם פעדעראלן רעגירונג, אפילו ערוויילטע פאזיציעס, אויב מ'האט עובר געווען אויף געוויסע חטאים.

א ציטאט:
In setting qualifications for federal office, the United States Constitution does not prohibit
felons from holding elected federal office. See U.S. Const. art. I, '' 2, 3; art. II, ' 1; art. VI.
2

Various federal statutes, however, provide that a conviction may result in the loss of or
ineligibility for office. For example, conviction of treason renders the defendant incapable of
holding any office under the United States. 18 U.S.C. ' 2381. Likewise, when an individual is
convicted of bribing a public official or accepting a bribe, disqualification from federal office
may be ordered by the sentencing court. 18 U.S.C. ' 201(b).
אין קורצן שטייט אז: די קאנסטיטוציע פארבאט נישט פעלאנס פון האלטן אן ערוויילטע פעדעראלע אפיס.

געוויסע פעדעראלע געזעצן/רעגולאציעס זאגט אז געוויסע פעלאניס קען פירן צו "פארלירן אדער זיין נישט-עליזשיבל" פאר אפיס. פארראט = מאכט יענעם "נישט-קעיפעבל" צו האלטן סיי וועלכע אפיס/פאזיציע. שוחד = דיסקוואליפצירט פון פעדעראל אפיס.

קומט אויס אז די קאנסטיטוציע פארבאט נישט, אין אלגעמיין, פאר א פעלאן צו דינען אין די פעדעראלע רעגירונג, אבער עס זענען יא דא פארשידענע ספעציפישע פארברעכן וואס אויב מ'באגייט עס קען מען מער נישט דינען אין א אפיס פון די פאראייניגטע שטאטן.

שטייט ווייטער:
Other examples of loss of or disqualification for federal office or employment as a result
of conviction or commission of a crime include:
און דערנאך רעכענען זיי אויס א טוץ מיט פארברעכן וואס נעמט אוועק די רעכט צו פארנעמען אן אפיס גענצליך אדער טיילווייז. דאס ווערט געברענגט אונטער אלע סארט לשונות:
removal from office, forfeiture, dismissal, discharge, disqualify, ineligible
איך פארשטיי עס אזוי: מאכן א געזעץ אז אין אלגעמיין טאר א פעלאן נישט האלטן קיין אפיס פון די פעדעראלע רעגירונג איז אומ-קאנסטיטוציאנאל וויבאלד די קאנסטיטוציע שרייבט פיר קוואליפיקאציעס און פעלאן איז נישט איינע פון זיי.

אבער צו מאכן געזעצן אויף ספעציפישע פארברעכן וואס דורכדעם ווערט מען דיסקוואליפצירט (אדער סיי וועלכע לשונות..) פון האלטן אן אפיס אין די רעגירונג איז יא קאנסטיטוציאנעל וויבאלד עס איז א פרטיות'דיגע פארבאט וואס שטאמט פון א פרטיות'דיגע פעלאני, און דעריבער ווערט עס נישט פאררעכנט כאילוי מ'לייגט צו נאך א קוואליפיקאציע צו די קאנסטיטוציע'ס פיר קוואליפיקאציעס.

מאכט סענס?
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

תגובה דורך ר' דן »

ווי לאנג עס איז נישט קריסטל קלאר געזעץ האט טראמפ די סופרים קאורט מיט זיך...

ר' דן האט געשריבן:

לאו דווקא. די סופרים קארט איז קאנסערוועטיוו און רעפובליקן אבער לאו דווקא טראמפ. אויב זיי קענען באשטיין אז טראמפ זאל אראפגיין פון די ארענע און לאזן דיסאנטיס און אנדערע רעפאבליקאנער בליען, דאן וועלן זיי דאס טאן.

שווער צו זאגן בעצם.

אמת, מ'קען נישט וויסן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: עף. בי. איי. אבלאווע אויף טראמפ'ס מאר-א-לאגא - "שמועסן און קאמענטארן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די שאלה איז װען מען וועט גיין אין געריכט אז ער קען נישט לויפן, פאר די פריימערי, אדער נאך די פריימערי.

עניוועי, מער ווייניגער אלע "טוויטער לויערס" פון אלע זייטן האלטן אז טראמפ וואלט לעגאל געמעגט לויפן אין די ענדע.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: עף. בי. איי. אבלאווע אויף טראמפ'ס מאר-א-לאגא - "שמועסן און קאמענטארן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פארשטייט זיך אז נארמאל גערעדט, וואלט דער געזעץ געדארפט זיין גענוג א שטארקע סיבה אז דאס פאלק זאל קיינמאל נישט אריינשטימען איינער וואס האט אראפגעפלאטשט צעטליך נגד החוק, און אזוי פלעגט טאקע זיין, א קרימינאל, ובפרט ביי אזאלכע קריימס פון אומ'אחריות אין א רעגירונג'ס פאסטן, וואלט געמאכט אז אזא פארשוין זאל ארויספליען פון פאליטיק. און דאס איז ווי אזוי דער סיסטעם האט אלעמאל געארבעט, און אַרבעט נאך יעצט לגבי אנדערע פאזיציעס, א קאנגרעסמאן וואס ווערט קאנוויקטעד אין קרימינאל, ווערט ארויסגעשטויסן פון קאנגרעס דורך די פארטייען און דעם עולם.

אבער אזוי ווי מען רעדט דא פון "טראמפ", וואס איז פשוט נישט אנדיסקוואליפייעבל ביי זיין עולם, נאו מעטער ווהאט, "נישט ווייל מען האלט פון אים פערזענליך, נאר ווייל... ", איז דאך נישט שייך נאר אויב עס איז קאנסטיטוציאנעל דיסקוואליפייאינג, און אויף דעם מוז מען האבן 67 סענאטארן, און מען האט נאר געהאט 57.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7202
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: עף. בי. איי. אבלאווע אויף טראמפ'ס מאר-א-לאגא - "שמועסן און קאמענטארן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

צל עובר האט געשריבן:
פארשטייט זיך אז נארמאל גערעדט, וואלט דער געזעץ געדארפט זיין גענוג א שטארקע סיבה אז דאס פאלק זאל קיינמאל נישט אריינשטימען איינער וואס די מידיא פארקויפט אז ער האט אראפגעפלאטשט צעטליך נגד החוק, און אזוי פלעגט טאקע זיין, א קרימינאל, ובפרט ביי אזאלכע קריימס פון אומ'אחריות אין א רעגירונג'ס פאסטן, וואלט געמאכט אז אזא פארשוין זאל ארויספליען פון פאליטיק. און דאס איז ווי אזוי דער סיסטעם האט אלעמאל געארבעט, און אַרבעט נאך יעצט לגבי אנדערע פאזיציעס, א קאנגרעסמאן וואס ווערט קאנוויקטעד אין קרימינאל, ווערט ארויסגעשטויסן פון קאנגרעס דורך די פארטייען און דעם עולם.

אבער אזוי ווי מען רעדט דא פון "טראמפ", וואס איז פשוט נישט אנדיסקוואליפייעבל ביי זיין עולם, נאו מעטער ווהאט, "נישט ווייל מען האלט פון אים פערזענליך, נאר ווייל... ", איז דאך נישט שייך נאר אויב עס איז קאנסטיטוציאנעל דיסקוואליפייאינג, און אויף דעם מוז מען האבן 67 סענאטארן, און מען האט נאר געהאט 57.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7202
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: עף. בי. איי. אבלאווע אויף טראמפ'ס מאר-א-לאגא - "שמועסן און קאמענטארן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

ר' דן האט געשריבן:
ווי לאנג עס איז נישט קריסטל קלאר געזעץ האט טראמפ די סופרים קאורט מיט זיך...
ראבערטס וועט מסתמא שטימען קעגן אים "צו ווייזן אז ער איז אומפארטייאיש" כדרכו, און גאנץ מעגליך אויך קעווענאו.

אפשר פארקערט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

תגובה דורך אפשר פארקערט »

פון ווי נעמסטו אז די טראמפערס גייען למעשה וואויטען פאר עם אויב גייט מען עם כאפען אז ער האט אראפגעפלאטשט צעטליך נגד החוק, איך גלייב אז זיי גייען טון אזוי ווי אלע קלינטס מענטשען האבען געטון ווען זענען געוואר געווארן אז קלינטען האט געבליטשט אירע אימעלס,
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: עף. בי. איי. אבלאווע אויף טראמפ'ס מאר-א-לאגא - "שמועסן און קאמענטארן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

רעגענדיג האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
פארשטייט זיך אז נארמאל גערעדט, וואלט דער געזעץ געדארפט זיין גענוג א שטארקע סיבה אז דאס פאלק זאל קיינמאל נישט אריינשטימען איינער וואס די מידיא פארקויפט אז ער האט אראפגעפלאטשט צעטליך נגד החוק, און אזוי פלעגט טאקע זיין, א קרימינאל, ובפרט ביי אזאלכע קריימס פון אומ'אחריות אין א רעגירונג'ס פאסטן, וואלט געמאכט אז אזא פארשוין זאל ארויספליען פון פאליטיק. און דאס איז ווי אזוי דער סיסטעם האט אלעמאל געארבעט, און אַרבעט נאך יעצט לגבי אנדערע פאזיציעס, א קאנגרעסמאן וואס ווערט קאנוויקטעד אין קרימינאל, ווערט ארויסגעשטויסן פון קאנגרעס דורך די פארטייען און דעם עולם.

אבער אזוי ווי מען רעדט דא פון "טראמפ", וואס איז פשוט נישט אנדיסקוואליפייעבל ביי זיין עולם, נאו מעטער ווהאט, "נישט ווייל מען האלט פון אים פערזענליך, נאר ווייל... ", איז דאך נישט שייך נאר אויב עס איז קאנסטיטוציאנעל דיסקוואליפייאינג, און אויף דעם מוז מען האבן 67 סענאטארן, און מען האט נאר געהאט 57.
קודם כל, עס איז שוין דא בילדער, צווייטנס, דער מקור איז העבערמאן, וואס זי האט אלעמאל נאר קראנטע זאכן איבער טראמפ.

--------
אפשר פארקערט האט געשריבן:

פון ווי נעמסטו אז די טראמפערס גייען למעשה וואויטען פאר עם אויב גייט מען עם כאפען אז ער האט אראפגעפלאטשט צעטליך נגד החוק, איך גלייב אז זיי גייען טון אזוי ווי אלע קלינטס מענטשען האבען געטון ווען זענען געוואר געווארן אז קלינטען האט געבליטשט אירע אימעלס,
פון וואנעט איך ווייס?

ווייל איך בין נישט בלינד און טויב. אדרבה מאך אן אנקעטע. (טראץ וואס טעארעטיש וועלן פיל מער זאגן אז זיי וועלן נישט שטימען, אבער ווען עס קומט למעשה פליען די גאול פאוסטס טויזנטער קילאמעטער, פארט גלייב איך אז רוב וועלן מודה זיין אז זיי וואלטן געשטימט פאר טראמפ קעגן ביידן אדער העריס, אויך אויב עס איז זיי קלאר אז ער האט געפלאשט צעטלען אומלעגאל.)

--------
רעגענדיג האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:
ווי לאנג עס איז נישט קריסטל קלאר געזעץ האט טראמפ די סופרים קאורט מיט זיך...
ראבערטס וועט מסתמא שטימען קעגן אים "צו ווייזן אז ער איז אומפארטייאיש" כדרכו, און גאנץ מעגליך אויך קעווענאו.
איך גלייב אז אויב דאס קומט אן אין העכסטן געריכט, האט טראמפ צווישן 7 און 9 חברה אז ער מעג לויפן לויט די קאנסטיטוציע.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7202
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: עף. בי. איי. אבלאווע אויף טראמפ'ס מאר-א-לאגא - "שמועסן און קאמענטארן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

צל עובר האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
פארשטייט זיך אז נארמאל גערעדט, וואלט דער געזעץ געדארפט זיין גענוג א שטארקע סיבה אז דאס פאלק זאל קיינמאל נישט אריינשטימען איינער וואס די מידיא פארקויפט אז ער האט אראפגעפלאטשט צעטליך נגד החוק, און אזוי פלעגט טאקע זיין, א קרימינאל, ובפרט ביי אזאלכע קריימס פון אומ'אחריות אין א רעגירונג'ס פאסטן, וואלט געמאכט אז אזא פארשוין זאל ארויספליען פון פאליטיק. און דאס איז ווי אזוי דער סיסטעם האט אלעמאל געארבעט, און אַרבעט נאך יעצט לגבי אנדערע פאזיציעס, א קאנגרעסמאן וואס ווערט קאנוויקטעד אין קרימינאל, ווערט ארויסגעשטויסן פון קאנגרעס דורך די פארטייען און דעם עולם.

אבער אזוי ווי מען רעדט דא פון "טראמפ", וואס איז פשוט נישט אנדיסקוואליפייעבל ביי זיין עולם, נאו מעטער ווהאט, "נישט ווייל מען האלט פון אים פערזענליך, נאר ווייל... ", איז דאך נישט שייך נאר אויב עס איז קאנסטיטוציאנעל דיסקוואליפייאינג, און אויף דעם מוז מען האבן 67 סענאטארן, און מען האט נאר געהאט 57.
קודם כל, עס איז שוין דא בילדער,
:lol: פלצתי
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אפשר פארקערט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: עף. בי. איי. אבלאווע אויף טראמפ'ס מאר-א-לאגא - "שמועסן און קאמענטארן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר פארקערט »

צל עובר האט געשריבן:
אפשר פארקערט האט געשריבן:

פון ווי נעמסטו אז די טראמפערס גייען למעשה וואויטען פאר עם אויב גייט מען עם כאפען אז ער האט אראפגעפלאטשט צעטליך נגד החוק, איך גלייב אז זיי גייען טון אזוי ווי אלע קלינטס מענטשען האבען געטון ווען זענען געוואר געווארן אז קלינטען האט געבליטשט אירע אימעלס,
פון וואנעט איך ווייס?

ווייל איך בין נישט בלינד און טויב. אדרבה מאך אן אנקעטע. (טראץ וואס טעארעטיש וועלן פיל מער זאגן אז זיי וועלן נישט שטימען, אבער ווען עס קומט למעשה פליען די גאול פאוסטס טויזנטער קילאמעטער, פארט גלייב איך אז רוב וועלן מודה זיין אז זיי וואלטן געשטימט פאר טראמפ קעגן ביידן אדער העריס, אויך אויב עס איז זיי קלאר אז ער האט געפלאשט צעטלען אומלעגאל.)

--------
איז דאך טאקע אינטערסאנט פארוואס מער ווי האלב אמעריקע האט געוואט פאר קלינטען.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: עף. בי. איי. אבלאווע אויף טראמפ'ס מאר-א-לאגא - "שמועסן און קאמענטארן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אפשר פארקערט האט געשריבן:

איז דאך טאקע אינטערסאנט פארוואס מער ווי האלב אמעריקע האט געוואט פאר קלינטען.
זי איז נאר געווען גראס נעגלעדזשענט, לויט קאומי'ס דזשאדזשמענט. מוז אבער נישט זיין קרימינאל.

צווייטנס, רוב אמעריקע האט טאקע נישט געשטימט פאר איר, זי האט נאר געהאט ארום 48%...

דריטענס, דאס האט איר טאקע געקאסט די וואלן.
אפשר פארקערט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: עף. בי. איי. אבלאווע אויף טראמפ'ס מאר-א-לאגא - "שמועסן און קאמענטארן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר פארקערט »

צל עובר האט געשריבן:
אפשר פארקערט האט געשריבן:

איז דאך טאקע אינטערסאנט פארוואס מער ווי האלב אמעריקע האט געוואט פאר קלינטען.
זי איז נאר געווען גראס נעגלעדזשענט, לויט קאומי'ס דזשאדזשמענט. מוז אבער נישט זיין קרימינאל.

צווייטנס, רוב אמעריקע האט טאקע נישט געשטימט פאר איר, זי האט נאר געהאט ארום 48%...

דריטענס, דאס האט איר טאקע געקאסט די וואלן.
ערשטענס איך פרעג פון דיר, נישט פון קאומי קען זיין קאומי האלט אז טראמפ האט אויך געמעגט אראפפלאשן, און ביי איר די גראס נעגלעדזשענט איז נישט געווען אויף די חלק פון די אויסגעמעקטע, עס איז געווען אויף די חלק פון די אימאויסגעמעקטע, אויסמעקען האט זי געמעגט ווייל עס איז געווען פון אירע אייניקלעך און טראמפס אראפגעפלאשטע צעטלעך איז לכוארה אויך געווען פון זיינע אייניקלעך.

צווייטענס און וואויטס האט זי געהאט רוב אמעריקע כמעט 3 מיליאן מער.

דריטענס זי האט פארלוירן וועגען ראשע האט געמעדלט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: עף. בי. איי. אבלאווע אויף טראמפ'ס מאר-א-לאגא - "שמועסן און קאמענטארן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

רוב מיינט 50+.

עס איז זה וזה גרמו, אבער ווען נישט די אימעיל פרשה, וואלט דאך רוסלאנד נישט געוואוסט וואס צו העקן..
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: עף. בי. איי. אבלאווע אויף טראמפ'ס מאר-א-לאגא - "שמועסן און קאמענטארן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

היכי תמצא האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
א פרעזידענט גייט אריין בגדר איינגעשטעלט?
האסט א פוינט. איך ווייס טאקע נישט, אבער קלאר איז עס נישט. למשל, וואס מיינט forfeiture of office, and disqualification from any federal office, און נאך אזוינע לשונות. ס'איז לכאורה א לעגאלע געראנגל.

לויט ווי איך האב געזען אין א פדף ארויסגעגעבן ביי די יוסטיץ דעפארטמענט אין יאר 2000, וואס פון דארט האביך ציטירט, איז יא משמע אז מ'קען נישט דינען אינעם פעדעראלן רעגירונג, אפילו ערוויילטע פאזיציעס, אויב מ'האט עובר געווען אויף געוויסע חטאים.

א ציטאט:
In setting qualifications for federal office, the United States Constitution does not prohibit
felons from holding elected federal office. See U.S. Const. art. I, '' 2, 3; art. II, ' 1; art. VI.
2

Various federal statutes, however, provide that a conviction may result in the loss of or
ineligibility for office. For example, conviction of treason renders the defendant incapable of
holding any office under the United States. 18 U.S.C. ' 2381. Likewise, when an individual is
convicted of bribing a public official or accepting a bribe, disqualification from federal office
may be ordered by the sentencing court. 18 U.S.C. ' 201(b).
אין קורצן שטייט אז: די קאנסטיטוציע פארבאט נישט פעלאנס פון האלטן אן ערוויילטע פעדעראלע אפיס.

געוויסע פעדעראלע געזעצן/רעגולאציעס זאגט אז געוויסע פעלאניס קען פירן צו "פארלירן אדער זיין נישט-עליזשיבל" פאר אפיס. פארראט = מאכט יענעם "נישט-קעיפעבל" צו האלטן סיי וועלכע אפיס/פאזיציע. שוחד = דיסקוואליפצירט פון פעדעראל אפיס.

קומט אויס אז די קאנסטיטוציע פארבאט נישט, אין אלגעמיין, פאר א פעלאן צו דינען אין די פעדעראלע רעגירונג, אבער עס זענען יא דא פארשידענע ספעציפישע פארברעכן וואס אויב מ'באגייט עס קען מען מער נישט דינען אין א אפיס פון די פאראייניגטע שטאטן.

שטייט ווייטער:
Other examples of loss of or disqualification for federal office or employment as a result
of conviction or commission of a crime include:
און דערנאך רעכענען זיי אויס א טוץ מיט פארברעכן וואס נעמט אוועק די רעכט צו פארנעמען אן אפיס גענצליך אדער טיילווייז. דאס ווערט געברענגט אונטער אלע סארט לשונות:
removal from office, forfeiture, dismissal, discharge, disqualify, ineligible
איך פארשטיי עס אזוי: מאכן א געזעץ אז אין אלגעמיין טאר א פעלאן נישט האלטן קיין אפיס פון די פעדעראלע רעגירונג איז אומ-קאנסטיטוציאנאל וויבאלד די קאנסטיטוציע שרייבט פיר קוואליפיקאציעס און פעלאן איז נישט איינע פון זיי.

אבער צו מאכן געזעצן אויף ספעציפישע פארברעכן וואס דורכדעם ווערט מען דיסקוואליפצירט (אדער סיי וועלכע לשונות..) פון האלטן אן אפיס אין די רעגירונג איז יא קאנסטיטוציאנעל וויבאלד עס איז א פרטיות'דיגע פארבאט וואס שטאמט פון א פרטיות'דיגע פעלאני, און דעריבער ווערט עס נישט פאררעכנט כאילוי מ'לייגט צו נאך א קוואליפיקאציע צו די קאנסטיטוציע'ס פיר קוואליפיקאציעס.

מאכט סענס?
כ'הער. דארף מען טאקע וויסן.

איך זע אבער נישט דא דעם פעלאני פון מיסהענדלען אמעריקאנער סודות.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”