אליעזר קרויס - 394 איבערקערעניש

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש,אחראי

שרייב תגובה

וואס איז דיין מיינונג איבער די יעצטיגע אליעזר קרויס סאמאטוכע?

ער זייער גוט געטון, אזוי דארף זיין!
33
33%
ס’איז געווען וויכטיג, אבער אביסל צו שארף.
17
17%
ער האט נישט געדארפט צורירן די נושא בכלל.
46
46%
פמ”א
5
5%
 
סך הכל שטימען: 101

אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7927
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

אליעזר קרויס - 394 איבערקערעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

ס’איז צו נויזי אינעם 394 אשכול צו קענען האלטן חשבון אויף די נאמבערס.
יאלא... אהער מיט אלע ניקים וואס מ’האט געעפענט ביי די לעזער קרויס / שמעזנער אנקעטע איבער מוזיק...
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: אליעזר קרויס - 394 איבערקערעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

לינק ביטע פון וואס מ'רעדט
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7927
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: אליעזר קרויס - 394 איבערקערעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

מקווה איד האט געשריבן:
לינק ביטע פון וואס מ'רעדט
viewtopic.php?f=135&t=36766&start=6325#p4096918
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: אליעזר קרויס - 394 איבערקערעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

איך כאפ נאך אלס נישט פשט פון '394', אינעם לינק ווערט עס נישט ערקלערט

בכל אופן, האט ער א שטארקע פוינט איבער דעם אז אונז זענען מיר ממש א שטח הפקר, יעדער מאן דהוא קען ארויסרוקן סיי וועלכע פאנטאסטישע ארגומענטן, עס גוט פעקעזשען, און עולם גולם קויפט עס אפ פאר גוט געלט אן אקטיוויזירן דעם אייגענעם שכל א ברעקעלע.

שוין העכסט צייט אז ווען איינער קומט עפעס פארקויפן פארן עולם זאל ער קענען מאכן א קעיס דערפאר, אפענטפערן די קשיות און פירות פון מענטשן, נישט סתם א פאטא אפ מיט א פערטער לעוועל רב אדער צומאל דאס אויך נישט

גראדע לגבי די זאך פון העלפן אידן, פדיון שבויים און בכלל צדקה איז דער כלל אין בודקין למזונות,. ווארסט קעיס סינעריא פאלט מען אריין מיט א שווינדלער וואס האט אביסל איבערגעטריבן זיין מצב. כלל ישראל קען נעמען דעם פארלוסט פון צופיל געלט אריינגעגאסן פאר צדקה, קיינמאל קיין ערגערס.

לגבי פדיון שבויים קאמפיינס איז דא א פראבלעם. בכדי צו אויפטרייבן שטיצע הייבט מען געווענליך אן מיט א קאמפיין קעגן די אומ'יושר פון פראקורארן, מען באשולדיגט זיי אין אנטיסעמיטיזם, דערנאך לייקנט מען דעם עצם פארברעך, און שפעטער מינימיזירט מען שוין צווישן די שורות אויך דער עצם עוולה אז עס איז נישט אזוי געפערליך. נישט קיין חילוק וואסערע פארברעכנס מען איז נאר באגאנגען, קעגן א יחיד צי קעגן א רבים, אידן אדער גוים, קען מען זיך רישן אז ווען מען וועט באפרייט ווערן נאך לאנגע שתדלנות וועט מען פראווען לחיים'ס און טאנצן אין די גאסן, שוין באלד א כבוד צו האבן געווען אין תפיסה ח"ו. דאס איז א גרויסער פראבלעם הן כלפי דער גאס אבער נאכמער אזוי פאר אונז אליין, עס מאכט אונז אליין חרוב.

די נושא באלאנגט באמת אינעם 'אידישקייט' גליון, וויאזוי די מארקעטערס ברענגען בידים אן א חורבן, מכם ובכם. און די ווייטאג איז אז עס פעלט ניטאמאל אויס. קען מען דען נישט מאכן א קאמפיין אן פארוואנדלען דעם באטרעפענדן אין א העלד? אז א איד - א חלק פון דער כלל ישראל משפחה - האט א צרה, העלפט מען אים ארויס, אפגעזען וואס עס זענען די אומשטענדן וואס האבן געפירט צו דעם. פארשטייט זיך אז איינער וואס איז איינגעשפארט ווייל ער איז א סכנה לרבים איז עפעס אנדערש, אדער אויב דאס העלפן קען גורם זיין איבה און חילול ה', דאס זענען הייקעלע נושאים וואס ווערן שוין געברענגט אין שו"ע און ארום דעם דארף זיך דרייען דער שמועס.

אנדערש ווי אליעזר טענה'ט איז דאס נישט קיין נייע זאך פון היינט, דאס האט זיך נאך אנגעהויבן מיט מארטין גראסמאן און אסאך אנדערע פעלער.

למעשה צי ער איז גערעכט אויף די עצם טענות ווייס איך נישט, איך האב אים נישט אויסגעהערט. און בכלל דאס אויפברענגן פארן ציבור די יושבי קרנות זאלן דאס דעבאטירן ווייס איך אויך נישט צי עס איז אזוי וויכטיג און ריכטיג. דער צד אז מען דארף אפשר נישט העלפן איז נישט דער אידישער וועג לטעמי, און דער חלק אז אפשר 'טאר' מען נישט העלפן ברויך שוין באמת א דעת תורה און / אדער א דעת חכמים וזקנים שדעתן מיושבת און מען פארדינט נישט קיין סאך פונעם ציבור'ס אינפוט. אין די זעלבע צייט איז וויכטיג נישט צו מאכן יעדן פארברעכער פאר א מארטירער, מען מעג און מען דארף העלפן אפילו פאר פארברעכער.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אליעזר קרויס - 394 איבערקערעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

394 איז זיין נומבער (אשכול) אויף קול מבשר.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: אליעזר קרויס - 394 איבערקערעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

@מי חכם קומט אריין גאנץ קלאר כדרכו.
עד סנאודען
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 16, 2021 2:08 am

Re: אליעזר קרויס - 394 איבערקערעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עד סנאודען »

וואס מיינט פמ”א?
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אליעזר קרויס - 394 איבערקערעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

מי חכם האט געשריבן:
איך כאפ נאך אלס נישט פשט פון '394', אינעם לינק ווערט עס נישט ערקלערט

בכל אופן, האט ער א שטארקע פוינט איבער דעם אז אונז זענען מיר ממש א שטח הפקר, יעדער מאן דהוא קען ארויסרוקן סיי וועלכע פאנטאסטישע ארגומענטן, עס גוט פעקעזשען, און עולם גולם קויפט עס אפ פאר גוט געלט אן אקטיוויזירן דעם אייגענעם שכל א ברעקעלע.

שוין העכסט צייט אז ווען איינער קומט עפעס פארקויפן פארן עולם זאל ער קענען מאכן א קעיס דערפאר, אפענטפערן די קשיות און פירות פון מענטשן, נישט סתם א פאטא אפ מיט א פערטער לעוועל רב אדער צומאל דאס אויך נישט
אליעזר איז א רעכטע ביישפיל פון עמיצער וואס פעקעדזשט גוט א זאך וואס ער מאכט אפ צו אנדרייען...
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7927
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: אליעזר קרויס - 394 איבערקערעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

עד סנאודען האט געשריבן:
וואס מיינט פמ”א?
פעלט מיין אפציע
עד סנאודען
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 16, 2021 2:08 am

Re: אליעזר קרויס - 394 איבערקערעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עד סנאודען »

דעת בעל הבית האט געשריבן:
עד סנאודען האט געשריבן:
וואס מיינט פמ”א?
פעלט מיין אפציע
א דאנק פארן מאכן די אנקעטע - קלארט אויס די ליפט.
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: אליעזר קרויס - 394 איבערקערעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

לאמיר אריינלייגן דא מיינע צוויי צענט: ווי מען ווייסט שוין יעצט איז די גאנצע אינטערוויו געווען אן אונטערגעשטעלטע זאך וואס די וואס האבן אראנדזשירט דעם ערשטן אינטערוויו האבן אנגעדרייט. ווען מען האט געהערט דעם גאנצן אינטערוויו (איך האב געהערט דעם אינטערוויו פון קול מבשר נאך פארן שניידן) האט זיך עס געהערט כאילו הרב אליעזר קרויס איז שרעקליך בייז, און קען נישט צוזיך קומען פון די עוולה וואס איז געטון געווארן ממש א סקעם קאמפיין.

ווער עס האט געהערט דעם צווייטן סידי "שולדיג" וואס ער האט ארויסגעגעבן, קען הערן ווי ער אליין עקט דארט, ער איז דער וועכטער. און מען קען קלאר הערן (אבער דארט ווייסט מען כאטש אז עס איז פאקטיש א שפיל) אז ער איז נישט דער בעסטער עקטער. ער גייט דארט אויך גאנץ שארף, און די שטארקייט מיט וואס ער רעדט דארט, איז נישט געהעריג אין פלאץ.

בקיצור, אליעזר האט פרובירט צו עקטן - דאס בעסטע וואס ער האט געקעט - וואס מען האט זיך אפגעשמועסט, אז עס איז כאילו ער פרעגט יעצט דער ערשטע מאל ר' אלימלך ניימאן וואס מיינט דער אינטערוויו, פארוואס מען איז מזלזל אין די איטעליגענץ פונעם עולם מיט אזא מעשה וואס קלעבט ממש נישט.

אליעזר קרויס איז זייער גוט ארויפצוברענגען א נושא, אבער ער עקט נישט גוט. און פרובירנדיג זיך צו מאכן ווי ער פרעגט עס באמת צום ערשטן מאל, פרעגט ער עס מיט צו א הויכע קול, ער פרעגט עס אביסל צו שרייעדיג, און עס זעט אויס ממש ווי ער רעגט זיך און קען ממש נישט צו זיך קומען. און ווען מען הערט עס אויס - מיינענדיג אז עס איז יעצט טאקע דער ערשטער מאל וואס ער רופט אן אלימלך ניימאן איבער דעם נושא - מיינט מען אז אלימלך ווערט דא ממש אויפגעפראסקעט ברבים. און איך האב אויך דאן געשפירט "וואס גייט פאר מיט אליעזר קרויס? ער מעג פרעגן, אבער וואס איז די אריינפארן אזוי מיט א שארפקייט"

דא קומט אויך א קאמפלימענט פאר אלימלך ניימאן, וואס ווי עס זעט אויס, איז ער אסאך א בעסערע עקטער, ער מאכט זיך כאילו ער איז אין שאק אז דער שמועס גייט ארויפגיין אויף קול מבשר, "לאמיר אנטון מיין שיינעם רעקל, וואס האב איך פריער געזאגט..." ער מאכט עס זייער גוט.

אז מען וועט אויסהערן דעם אינטערוויו מיטן וויסן אז דאס איז א פון פאראויס אפגעשמועסטער אקט, און מיטן וויסן אז אליעזר קרויס האט אנדערע פילע מעלות - אויסער דאס זיין אן עקטער - וועט מען עס קענען אראפשלינגען...
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: אליעזר קרויס - 394 איבערקערעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אליעזר קרויס האט געשריבן:
זאל לעיזער אויך זעהן דער אשכול...
אוועטאר
שיינשרייבן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 6:17 pm
לאקאציע: אין פארשפארטן שראנק...

Re: אליעזר קרויס - 394 איבערקערעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינשרייבן »

אויב איינער קען דא דערציילן אויף איין פיס (נד"ש) וואס די מעשה איז.
ש'כח
ש'כח פאר "פאנטאזיע פליער" פארן נאסטאלגישן אוועטער.
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: אליעזר קרויס - 394 איבערקערעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

שיינשרייבן האט געשריבן:
אויב איינער קען דא דערציילן אויף איין פיס (נד"ש) וואס די מעשה איז.
ש'כח
גיי אריבער צום אליעזר קרויס אשכול, איך מיין אז איבער צוואנציג בלעטער איז שוין אנגעפילט געווארן דערמיט.

כדי צו פארשטיין וואס דא גייט פאר, דארף מען אויסהערן עטליכע שעה שמועסן אויף קול מבשר:

צוערשט דער אינטערוויו פון אלימלך ניימאן מיט הרב יושע ארי' גראס (וואס פירט די ארגאניזאציע "מן המצר") איבער איינער וואס איז געפונען געווארן שולדיג אין מארד, וואס זיצט שוין פאר זיבעצן יאר, און איז אינצווישן געווארן א גר צדק, וואס פירט זיך ערליך, און טענה'ט אז זיין ברודער איז געווען דער מערדער, און די עסקנים שפירן אז מען קען אים העלפן אויפווייזן זיין אומשולד.

דערנאך איז געקומען א שמועס פון אליעזר קרויס מיט אלימלך ניימאן ווי ער האלט אים פאר אז די מעשה מיטן גר צדק שטימט נישט, און מען ברענגט ארויף א צווייטן עסקן וואס קלארט אביסל אויס די מעשה.

פנעם שמועס פון אליעזר קרויס מיט ניימאן איז אוועקגעשניטן געווארן איבער האלב, און איך האב עס נישט אויסגעהערט צושניטענערהייט.

א גאנצע קאשע איז געווארן אויפגעקאכט דא אויף אייוועלט איבער דעם. רוב האבן אראפגעריסן אליעזר קרויס, הלמאי ער רייסט אראפ די קאמפיין, ער צווייפעלט צי מען דארף העלפן דעם גר און אזוי ווייטער.

אליעזר קרויס האט טייל מאל איגנארירט די טענות קעגן אים, און טייל מאל געענטפערט.

נעכטן האט אליעזר קרויס געגעבן א שמועס ספעציעל פאר אייוועלט, ווי ער קלארט שיין אויס דעם ענין.

און היינט האט ער געגעבן נאך א שמועס (וואס איך האב נאכנישט אנגעיאגט אויסצוהערן)

סטעי טונד. סטארי סטיל דעוועלאפינג...
לעצט פארראכטן דורך נברא אום מאנטאג פעברואר 06, 2023 4:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: אליעזר קרויס - 394 איבערקערעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

שיינשרייבן האט געשריבן:
אויב איינער קען דא דערציילן אויף איין פיס (נד"ש) וואס די מעשה איז.

ש'כח
מ'קען נישט דערציילן אויף איין פיס א מעשה וואס האט צענדליגער הענט און פיס ציין און נעגל.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
שיינשרייבן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 6:17 pm
לאקאציע: אין פארשפארטן שראנק...

Re: אליעזר קרויס - 394 איבערקערעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינשרייבן »

נברא האט געשריבן:
שיינשרייבן האט געשריבן:
אויב איינער קען דא דערציילן אויף איין פיס (נד"ש) וואס די מעשה איז.
ש'כח
גיי אריבער צום אליעזר קרויס אשכול, איך מיין אז איבער צוואנציג בלעטער איז שוין אנגעפילט געווארן דערמיט.

כדי צו פארשטיין וואס דא גייט פאר, דארף מען אויסהערן עטליכע שעה שמועסן אויף קול מבשר:

צוערשט דער אינטערוויו פון אלימלך ניימאן מיט הרב יושע ארי' גראס (וואס פירט די ארגאניזאציע "מן המצר") איבער איינער וואס איז געפונען געווארן שולדיג אין מארד, וואס זיצט שוין פאר זיבעצן יאר, און איז אינצווישן געווארן א גר צדק, וואס פירט זיך ערליך, און טענה'ט אז זיין ברודער איז געווען דער מערדער, און די עסקנים שפירן אז מען קען אים העלפן אויפווייזן זיין אומשולד.

דערנאך איז געקומען א שמועס פון אליעזר קרויס מיט אלימלך ניימאן ווי ער האלט אים פאר אז די מעשה מיטן גר צדק שטימט נישט, און מען ברענגט ארויף א צווייטן עסקן וואס קלארט אביסל אויס די מעשה.

פנעם שמועס פון אליעזר קרויס מיט ניימאן איז אוועקגעשניטן געווארן איבער האלב, און איך האב עס נישט אויסגעהערט צושניטענערהייט.

א גאנצע קאשע איז געווארן אויפגעקאכט דא אויף אייוועלט איבער דעם. רוב האבן אראפגעריסן אליעזר קרויס, הלמאי ער רייסט אראפ די קאמפיין, ער צווייפעלט צי מען דארף העלפן דעם גר און אזוי ווייטער.

אליעזר קרויס האט טייל מאל איגנארירט די טענות קעגן אים, און טייל מאל געענטפערט.

נעכטן האט אליעזר קרויס געגעבן א שמועס ספעציעל פאר אייוועלט, ווי ער קלארט שיין אויס דעם ענין.

און היינט האט ער געגעבן נאך א שמועס (וואס איך האב נאכנישט אנגעיאגט אויסצוהערן)

סטעי טונד. סטארי סטיל דעוועלאפינג...
;l;p- ;l;p- ;l;p- א ריזיגע שכח זייער קלאר
ש'כח פאר "פאנטאזיע פליער" פארן נאסטאלגישן אוועטער.
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”