פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אינהאלט | שפראך | אווער אלל | אריינגיין אין פיינעל?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג פעברואר 04, 2021 3:47 pm

1
0%
★★
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★★
2
1%
★★★★
16
5%
★★★★★
57
19%
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★★
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★★★
7
2%
★★★★★
65
22%
2
1%
★★
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★★
2
1%
★★★★
12
4%
★★★★★
62
21%
1
0%
••
11
4%
•••
56
19%
 
סך הכל שטימען: 294

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

[align=center][/align]

"אבער וואס וועט זיין מיט אונזער חזקי?" פרעגט זי מיט זארג, "קוים אנגעהויבן ישיבה קטנה, דו ווייסט דאך ווי שטארק ער איז אנגעוויזן אויף זיין טאטע'ס חיזוק. צוויי וואכן וועט זיין זייער לאנג", פרובירט זי צו שפילן אויף זיינע געפילן אין די לעצטע מינוטן.

"שלוחי מצוה אינן ניזוקין" זאגט ר' שלמה. "דו ווייסט דאך אז איך טוה דאס בלויז צו דערפרייען מיין פאטער, און שאפן א נחת רוח פאר אונזערע זיידעס אין הימל. איך וועל שפעטער, פון פליגער, אנרופן חזקי'ס פארמיטאג מגיד שיעור – רבי שמואל גרין – ער איז זייער א ווארימער און צוגעלאזענער, און בעטן צו האלטן אן אויג די נעקסטע צוויי וואכן".

מיט א תפילה אויף די ליפן, באגלייט זי ארויס איר מאן צום טעקסי וואס ווארט שוין אונטן, עפעס האט איר הארץ נישט פארגעזאגט קיין גוטס, זי האט אבער נישט געקענט אנדייטן וואס.
זי האט אויך נישט באמערקט די צוויי אויגן פונעם נייעם שכן פיליפ ביים פענסטער קעגנאיבער.

***


ווארשא תש"ב

צענדליגער שאוולען, הונדערטער פאר בלויזע הענט, ארבעטן פלינק צו ענדיגן דעם גרוב. "שנעלער שוויינען" הערן זיך געשרייען פון די פארשאלטענע צוויי פיסיגע חיות, ווען בלויז געציילטע פון די אומגליקליכע אידן ווייסן אז זיי גראבן יעצט זייער אייגענעם קבר. "משה יענקעלע מיין ליבלונג" רוימט ר' שלמה אריין פאר זיין בן יחיד'ל אין אויער, "אט אט גייען זיי אנהייבן שיסן! איך בעט דיך מיין ליב קינד, ראטעווע זיך! איך בין שוין עלטער, פאר מיר וועט זיין שווער ארויסצוגיין אומבאמערקט, אבער דו מיין קינד, דו ביסט נאך יונג, מיין נקמה אין די רשעים וועט זיין א קדיש'ל און די ספר תורה".

"אבער טאטע" כליפעט משה יענקל, "לאז מיך נישט אליינס! די מאמע האבן זיי שוין פארכאפט פאר מיינע אויגן, וואס וועל איך האבן פון איבערלעבן??" ר' שלמה גארטעלט זיך אן מיט אמונה און זאגט: "קינד מיינס, נישט אלעס קענען מיר פארשטיין, עס וועט נאך קומען דער טאג ווען מיר וועלן אלעס פארשטיין, אבער דערווייל דארפן מיר טון וואס נאר מעגליך צו ממשיך זיין דעם קיי..."

"אלע אין גראדע רייען!!!" דונערט די באסאווע שטימע פונעם עס-עס'ניק, ר' שלמה עספיעט נאך ארומצוהאלזן זיין ליבלונג. "קינד מיינס, פארגעס נישט פון וועם דו שטאמסט, און געדענק די הייליגע ספר תורה. יעצט ווארף דיך אראפ נעבן מיינע פיס".

די הילכיגע שיסערייען האבן נישט געקענט פארשטומען די הימל שפאלטנדע געשרייען פון שמע ישראל, ר' שלמה אינאיינעם מיט נאך ארום פיר הונדערט אידן פון ווארשא האבן צוריקגעגעבן זייערע פארפייניגטע אויסגעלייטערטע נשמות צום אדון כל.

"זי זינד אלע טויט" באשטעטיגט דער קאמאנדיר, "מארגן ווערדן וויר די יודען ברינגען, אמ זי צו באדעקן..." און מיט א געלעכטער פארלאזן זיי דעם בלוט-געווייקטן גרוב.

פון צווישן די גופים און גיסנדע בלוט הייבט זיך אויף א קערפער, משה יענקל קוקט זיך ארום פארזיכטיג, כאפט נאך איין בליק אויף זיין ליבן פאטער און הייבט אן לויפן אין ריכטונג פון וואלד, דארט צווישן די ביימער טרעפט ער ענדליך א פלאץ וואו צו לאזן די מחשבות מיט די טרערן לויפן... "פארוואס האט מיר דאס אויסגעפעלט??" יאמערט ער, "די מאמע האב איך שוין פארלוירן, יעצט דעם טאטן אויך!! פארוואס בין איך געבליבן לעבן אליינס?? פארוואס??"

'דו האסט א תפקיד אויסצופירן' רעדט אין אים א שטימע, 'די הייליגע ספר תורה'. אך די ספר תורה! ער דערמאנט זיך מיט בענקשאפט ווי איינמאל א יאר – יום כיפור - פלעגט דער טאטע מיט ציטער ארויסנעמען די הייליגע ירושה ספר תורה און טראגן אין שול, די פארכט מיט וואס די אידן אין שטאט פלעגן צוגיין קושן דעם אור אלטן ספר ליגט אים נאך טיף אין די ביינער.

***


ווארשא תש"ו

צובראכן ווי א שארבן, וואנדערט משה יענקל איבער די חרוב'ע ווארשעווער גאסן, ער ריכטעט זיינע טריט צו זיין ליבער היים. אריינקומענדיג אין הויף שפרינגען אים אנטקעגן צוויי גרויסע הינט ווען נאך זיי קומט צולויפן אן אויפגעברויזטער פאלאק וועמען משה יענקל דערקענט אלס אסקאר דער געוועזענער ארבעטער ביי זיין טאטע.

"וואס זוכסטו דא?" באהאלט נישט דער פויער זיין אויפברויז, "דער הויז איז מיינער און גיי דיר צוריק פון וואו דו קומסט!"

"אסקאר? דו דערקענסט מיך טאקע נישט???" שרייט משה יענקל.

אסקאר קימערט זיך גאנץ ווייניג מיט אים. "אדעשי גא" שרייט ער צו זיינע הינטלעך וועלכע הייבן אן צו לויפן אין משה יענקל'ס ריכטונג מיט יאמערליכע בילערייען, משה יענקל הייבט פיס אבער עספיעט נאך צו הערן אסקאר שרייען "נאך איינמאל דו פרובירסט צו קומען אהער, וועל איך צוענדיגן וואס היטלער האט איבערגעלאזט!"

***


בארא פארק תשמ"ז

דאס טשוויטשקען פון די פויגל און די גלעטנדע פרימארגן שטראלן האבן בכלל נישט געשטערט ר' שלמה, וועלכער זיצט נאך אלץ פארגאפט און הערט צום ערשטן מאל זיין טאטנ'ס געשיכטע.

"פארשטייסט שלמה'לע" זאגט ר' משה יעקב מיט א קענטיגע ווייטאג אין זיין שטימע, "א כפרה די הויז, א כפרה דער דערנעבנדיגער פאבריק מיט אירע ווערדפולע מאשינען און פילע ארסענאלן, דער אסקאר האט טאקע געמאכט א חיים טובים דורכדעם און איז היינט א גאר גרויסער עושר, אבער נישט דאס עגבערט מיר, מיר האבן זיך ב"ה פיין מסדר געווען דא, אונזער ביזנעס בליעט און וואקסט, אבער דער ספר! די הייליגע ספר תורה!!! מיין טאטנ'ס לעצטע וואונטש האלט זיך שוין אויף אזויפיל יאר".

"אבער טאטע" פרעגט ר' שלמה, "פארוואס האט זיידי געשפירט פאר וויכטיג עס צו אויסבאהאלטן דווקא אינעם פאבריק?"

"איי שלמה'לע, דער טאטע האט געהאט א ווייטע בליק, טראצדעם וואס דער פאבריק איז געשטאנען הארט נעבן אונזער הויז, האט דער טאטע געוואוסט אז די נאציס וועלן דאס נישט פארניכטן, צוליב די פילע אייזן וואס דער פאבריק האט ארויסגעגעבן טעגליך. דארט אינעם פאבריק האט דער טאטע פארמאגט א גאר געהיימע קעלער, און אין יענעם קעלער האט עס דער טאטע באגראבן. נאכדעם וואס אסקאר האט מיך ארויסגעווארפן מיט קולות, האב איך געזוכט אין די שטאטישע ארכיוון, בלויז צו זעהן אז אסקאר האט באוויזן צו פארמעקן יעדע שפור פון באווייז אז דאס פלאץ האט אמאל געהערט פאר'ן טאטן. די איינציגסטע זאך וואס איז נאך פארבליבן, איז דער אריגינעלער קאנטראקט מיט די שטאטישער זיגל וואס באשטעטיגט דעם טאטנ'ס בעלות, און פון דעם האט אסקאר אזוי מורא. דערפאר, יעדע מאל איך האב פרובירט אים בעטן ער זאל מיך אריינלאזן פאר בלויז איין מינוט צו נעמען איין חפץ, האט ער מיך פארשיקט מיט קלעפ; זייענדיג זיכער אז איך רעד פונעם קאנטראקט וואס ער זוכט שוין פאר די לענגסטע צייט".

ר' משה יעקב זיפט פון זיין אויסגעקילטן קאווע און זעצט פאר.

"יעדע אדוואקאט וועם איך האב נאר פרובירט, האט קלארגעשטעלט: 'אויב האסטו דעם קאנטראקט, ביסטו א זיכערער געווינער, נישט נאר אויף דעם פאבריק און הויז, נאר אפילו די אינוועסטמענטס וואס דער פאבריק האט געמאכט - גייט פאר דיר, אבער אן דעם קאנטראקט האסטו נישט קיין שום שאנסן און ער קען דיר אפילו אנקלאגן פאר'ן חושד זיין'.
שוין יארן וואס איך זוך און פארש אן ערפאלג, ביז פאר צוויי וואכן צוריק ווען א פראמינענטער אדוואקאט פון ווארשא איז געשטארבן און איינער פון זיינע קאלעגעס האט געטראפן צווישן זיינע ביכער א פארשטויבטע טעקע מיט'ן טאטנ'ס נאמען דערויף... צו מזל איז ער מיינס א באקאנטער און פארגאנגענע וואך איז עס אנגעקומען אהער מיט'ן קאנטראקט דערין!! אצינד דארף איך דיין הילף".

ר' שלמה וועקט זיך אויף ווי פון א חלום. "מיט וואס קען איך זיין בייהילפיג?"

"הער" קען נישט דער טאטע באהאלטן דער ציטער אין זיין שטימע, "דער געריכט האט שוין באשטימט א דאטום אויף צוויי חדשים ארום ווען איך וועל קומען צייגן דעם קאנטראקט, דער פראבלעם איז אז אסקאר שימפט און וועט טון יעדע זאך אין דער וועלט אז דער קאנטראקט זאל פארשוואונדן ווערן, דערפאר איז מיין עצה אז דו זאלסט איינשפארן דעם קאנטראקט אין דיין פייער קאסע, ווייל דיין הויז מיט אירע אלע זיכערהייטס באווארענונגען איז די פאסיגסטע אכסניא פאר'ן דאקומענט פאר די נעקסטע פאר וואכן. צוויי וואכן פאר'ן געריכט וועסטו פארן קיין ווארשא אנצוגרייטן מיט'ן אדוואקאט אלע טעכנישע ענינים פאר'ן געריכט, און איך וועל אנקומען מיט'ן קאנטראקט אין טאג פון די געריכט".

ביידע האבן נישט געוואוסט פון דעם קליינעם אפאראט וואס די רוימערקע האט – פאר גוט באצאלט - ארויפגעקלעבט אונטער'ן טיש...

***


ווארשא תשמ"ז

די קנוילן רויך פונעם קובאנער ציגאר און די ליידיגע פלאש זאבראווקא האבן נישט קיין סאך אויסגעמאכט אויף אסקאר. מיט ציטערדיגע הענט פון כעס און פחד ליינט ער נאכאמאל דעם געריכטליכן איינלאדענונג, ווען זיין גאנצע קערפער טרייסלט פון אויפרעגונג. 'זאל דער דזשיד יעצט זיין דא, וואלט איך אים אויפ'ן פלאץ דערשטיקט' שוימט ער.

"פיליפ!!!" קוויטשעט ער וואנזיניג, "נאך פינף און פערציג יאר איז אים געלונגען צו לייגן א האנט דערויף!!! מיר מוזן און מיר גייען אים אפשטעלן!!!"

***


בארא פארק תשמ"ז


"היי חזקי, האו אר יו?"

חזקי דרייט זיך אויס צו זיין נייער שמייכלדיגער שכן פיליפ מיט קענטיגע אומגעדולד. "ווערי גוד, ענד יו?"

"אה... כ'זעה טאטי איז אוועקגעפארן, אבער זארג נישט, איך וועל אכטונג געבן אויף ענק די נעקסטע צוויי חדשים".

"צוויי חדשים??" וואונדערט זיך חזקי, "מיין טאטע איז דא צוריק אין צוויי וואכן".

"אה, כ'האב אים געזען שלעפן אזויפיל רענצלעך... אה, א שיינעם זייגער האסטו, וואלט איך עס געמעגט באטראכטן?"

מיט אפענע ווידערווילן שלעפט חזקי אראפ זיין האנט זייגער. "אבער שנעל ביטע, איך דארף שוין אהיימגיין".

"אזא הערליכע זייגע... אופס, הייב עס ביטע אויף" ווייזט פיליפ אן אויף זיינע אראפגעפאלענע שליסלעך, "ס'איז מיר שווער זיך צו בייגן".

חזקי בייגט זיך אראפ, אין יענע סעקונדע כאפט פיליפ צוויי בילדער פונעם זייגער.

"דא האסטו חזקי. און געדענק, סיי וואס דו דארפסט קענסטו קלינגען מיין בעל".

***


חזקי איילט צו זיינע טריט, ישיבה הייבט זיך הערשט אן 6:30, פארט האט ער ליב אנצוקומען פריער.

"צענטער פליז? אנלי פאר קאדיש" א מאדערן אידל בעט אים אריינצוקומען משלים זיין די ותיקין מנין. 'לאמיך אריינכאפן א מצוה אויך' קלערט ער, ווען ער גייט נאך דעם אידל. זיי וואקן אראפ א רייע שטיגן און גייען אריין אין א טונקעלן קארידאר.

"זעץ דיך אראפ" הערט ער פלוצלינג א קאלטע שטימע. "אויב דו ווייסט וואס איז גוט פאר דיר, פרוביר נישט צו שטעלן קיין ווידערשטאנד, ווייל מיר זענען סאך שטערקער ווי דיר".

חזקי בלייבט שטיין געפרוירן, זיין פנים ווייס ווי די וואנט, ווען מיטאמאל שפירט ער צוויי פעסטע הענט זעצן אים אראפ.

"הער אויס", זאגט אים דער פארשוין מיט די געלאקטע האר. "דיין טאטע איז געפארן קיין פוילן, ריכטיג?"

נישט ווארטנדיג אויף אן ענטפער זעצט ער פאר: "ער האט זיך אבער אנגעהויבן מיט די נישט ריכטיגע! אט זעה..." ער צייגט אים א בילד וואו מען זעט ר' שלמה אויף די פוילישע גאסן, ווען עטוואס אפגערוקט שפאצירט א פארשוין מיט זון גלעזער. "דער דא איז אונזערס א מענטש, ער לאקערט נאך דיין טאטען די נעקסטע צוויי וואכן. די קליינע מאשינדל אין זיין האנט איז א גאן מיט א סיילענסער, דאס מיינט ער קען יעדע רגע שיסן דיין טאטן אן דעם וואס איינער זאל באמערקן. דעריבער, אויב קאאפערירסטו מיט אונז קענסטו אים ראטעווען, אבער אויב טוסטו די מינדעסטע זאך אנדערש, ביסטו שולדיג אין דעם טויט פון דיין טאטן".

"ווווואס ווווילט איר פון מיר?" שטאמלט חזקי א צום טויט דערשראקענער.

"אה, א קלוגער יונג" לאכט יענער, און ער נעמט ארויס א זייגער. "דערקענסט דאס? דאס איז ממש ווי דיין יעצטיגע זייגער. מיט איין חילוק, דער נייער זייגער האט א פיצעלע קאמערע און אן אונטערהער אפאראט. דו גייסט ווערן אפגעכאפט יעדע מינוט! געדענק, די סעקונדע וואס מיר הערן אדער זען אז דו רעדסט צו איינעם דערוועגן, אדער אז דער זייגער קומט אראפ פון דיין האנט, קומט דיין טאטע אהיים אין א קאסטן".

"נאכמער", מישט זיך דער צווייטער פארשוין אריין, "דו דארפסט שפילן ווי גארנישט גייט נישט פאר, און אויספאלגן אלע אונזערע באפעלן! איין שלעכטע דריי און דו האסט גע'הרג'עט דיין טאטן! דער ערשטער באפעל וועט קומען נאך היינט. יעצט טוה אן דעם זייגער און לויף אין ישיבה!"

ווי נאר חזקי האט פארלאזט דעם בנין, עפנט זיך דער טיר פון די שאפע און פיליפ וואקט ארויס. "פיינע ארבעט געמאכט, חברה! ווי נאר די פרשה איז פאריבער, וועט איר באקומען אייער באלוינונג מיט א שמוץ אריבער! יעצט לויף איך אהיים, איך דארף אים אנהייבן מאניטערן."

***


ר' שמואל באטראכט מיט ליבשאפט זיינע תלמידים. 'אך, ווי געשמאק איז צו זיצן בבית השם' קוועלט ער, און שעפשעט שטיל זיין טעגליכע הודאה פאר'ן אויבערשטן, פאר'ן אים באלייכטן די אויגן מיט פערצן יאר צוריק.

די בחורים זעצן זיך אראפ און ר' שמואל הייבט אן דעם פארטאגס שיעור.

'עפעס איז חזקי נישט אין די כלים היינט' קלערט ער, 'קען זיין דאס איז פשוט בענקשאפט צו זיין טאטן, פארט א בן יחיד'.

אבער ווען צום דריטן מאל אין איין שעה האט ער געמוזט ארויסשלעפן – דעם געווענליך פלייסיגן – חזקי פון זיינע געדאנקען, האט ער שוין אנגעהויבן עפעס פארדעכטיגן.

באטראכטנדיג חזקי ביים דאווענען, האט ער אויפגעפאסט חזקי'ס זייגער צווישן זיינע רצועות! 'עפעס גייט פאר מיט דעם בחור' טראכט ער מיט זארג, 'ווער פארגעסט דען אויסצוטון דעם זייגער פאר'ן אנטון תפי...'

איייייי!!!!! מיט די לעצטע כוחות האט ער אייגעהאלטן זיין געשריי, און זיך מאכטלאז אראפגעזעצט אויף זיין בענקל.

זיין געניטע אויג האט אויפגעכאפט עפעס מיט וואס ער פלעגט זיך באנוצן מיט יארן צוריק.

'איינציגער באשעפער!! ווער האט אים דאס אנגעטון', טראכט ער מיט שוידער.

'איך וועל זיך מוזן אנטון די אלטע שיך און אויך אריינמישן באב און דזשארדזש'.

***


"אלע בחורים זאלן גיין אויף די פלעצער" רופט ר' שמואל אויס גענוג הויך אז 'אלע' אויערן זאלן הערן, "מיר גייען יעצט מאכן א שנעלע בחינה בכתב. אבער געדענקט! אזוי ווי איך האב שוין געזאגט, נאר די האנט וואס שרייבט געהערט אויפ'ן טיש!"

'ווען האט דאס דער מגי"ש געזאגט' וואונדערן זיך אלע בחורים, אויסער חזקי. עפעס א פארגעפיל האט ער אז דער מגיד שיעור מיינט אים, וואס ווערט נאר באשטעטיגט ווען ער נעמט איבער די בחינה פונעם מגי"ש.

'ליבער חזקי' ליינט ער, 'שרייב אריין דא אלע ענטפערס, און האב נישט מורא ווייל דער אויבערשטער היט אונז. זאלסט אבער וויסן אז פון די מינוט אן און ווייטער, יעדע פאר אויגן וואס דו זעסט, איז דא נאך וואס דו זעסט נישט. מיט יארן צוריק, נאך פאר איך בין געווארן פרום, בין איך געווען פון די עליטע קעמפער אין דער אמעריקאנער נעיווי סיעל דעוויזיע, און איך האב יעצט אריינגעמישט מיינע אלטע חברים וואס זענען היינט פון די גרעסטע פריוואטע אינוועסטיגעיטארס. שטארק דיך ווייל נאך אביסל וועסטו פון אלעם פארגעסן, אבער דערווייל גיי אן ווי געהעריג פאר די הצלחה פון די זאך'.

חזקי ציפט זיך. 'וואס גייט היינט פאר??? פארטאגס די באנדיטן, יעצט דער מגי"ש א נעיווי סיעל?? אפשר איז אלעס א בייזע חלום?' מיט אלע זיינע כוחות באהערשט ער זיינע טרערן און שרייבט אריין אלע ענטפערס. ביים לעצטן שאלה ליינט ער: 'ווען דו ברענגסט צוריק די בחינה, מאך זיכער צו פארגעסן דיין פען אויף מיין טיש, קום צוריק נאך א מינוט עס נעמען און האלט עס אייביג אין טאש. שטארק זיך חזקי! די ישועה איז נאנט!'

חזקי וואקט אהיים פון ישיבה, און פאר'ן זיך איינדרייען צו די גאס פון זיין הויז הערט ער א שטימע: "קום צו דא צו די קאר און מאך דיך ווי דו בינדסט צו דיין שיך". חזקי פאלגט פארציטערט און דערקענט גלייך די צוויי פארשוינען פון היינט אינדערפרי. "ווען דו קומסט אהיים זאלסטו געמיטלעך ארומשפאצירן דיין גאנצע הויז, מאך זיכער אז דיין זייגער כאפט אויף יעדע קאמערע און סעקיוריטי סיסטעם, ספעציעל ביי די טירן זאלסטו גרונטליך אריבערפירן דיין זייגער אויף יעדע שלאס, מאך נישט קיין חכמות אויב דו ווילסט נישט ווערן א יתום..." און דער קאר פארט אוועק.

דער היימלאזער פארשוין אויף די אנדערע זייט גאס מורמלט אריין אין זיין ערמל: "פלעיט נאמבער דשי עידש עס טו טו פייוו סיקס. קאפי?"

"כ'האב אים!" זאגט באב צוריק פאר זיין געהילף, "זיי האבן זיך יעצט אפגעשטעלט און ארויסגעקומען צו א דריטן, איך האב בילדער פון אלע דריי".

***


"ווער איז?" פרעגט פרוי מאנדעלבוים ביים טיר.

"דעליווערי פון זילבערמאן".

'כ'געדענק נישט צו האבן עפעס באשטעלט' קלערט זי עפנענדיג די טיר. דער שיק אינגעל לייגט אראפ די באקס און גיבט איר דעם צעטל צו סיינען, אבער נאך איידער זי האט א געלעגנהייט צו נעמען א פען, איז דער שיק אינגעל שוין נישט דא. זי גיבט א קוק אויפ'ן צעטל און ליינט: 'ביטע האלט אייך רואיג און רעאגירט נאטורליך, איך ווארט אייך ביי מיר אינדערהיים איבערצושמועסן א גאר וויכטיגע ענין. ביטע עס נישט אפשטופן און נישט רעדן צו חזקי קיין ווארט דערוועגן'. אונטערגעשריבן 'שמואל גרין, חזקי'ס מגי"ש'.

מרת מאנדעלבוים ווייסט נישט וואס צו טראכטן. זי כאפט איר מאנטל. "עפן נישט פאר קיינעם די טיר, איך קום באלד צוריק" זאגט זי אן פאר חזקי און גייט ארויס.

***


ארום דעם טיש ביי ר' שמואל אינדערהיים זיצן באב, דזשארדזש מיט צוויי פון זייערע געהילפן און פרובירן צוזאמצושטעלן דעם פאזל.

מרת מאנדעלבוים הערט צושוידערט וואס איר זוהן גייט אלץ אדורך, און דאנקט דעם אויבערשטן אויף די גוטע שליחים.

"אויף דערווייל האבן מיר א פראפייל אויף יעדן פון די דריי באנדיטן. דער דריטער קוקט אויס ווי דער אנפירער, אבער ער האט זיכער נאך מענטשן העכער זיך" זאגט דזשארדזש פאר ר' שמואל.

מרת מאנדעלבוים קוקט זיך איין אין די בילדער און ווערט שאקירט. "דאס איז דאך אונזער נייער שכן!" צייגט זי אויפ'ן דריטן פארשוין. זי ווערט אינגאנצן בלאס ווען זי זעט דעם נאמען אונטער דעם. "פיליפ קאוואלסקי?! האט איר אפשר זיין טאטע'ס נאמען??"

"יא! אסקאר" זאגט באב.

נאך צוויי שעה נעמען נאטיצן, פרעגן פראגן, אויסארבעטן פלענער, נעמט דזשארדזש דאס ווארט:
"באב, דו וועסט זיין אין טשארדזש ביי פיליפ. איך פאר קיין פוילן צו אינפארמירן שלמה און אבזערווירן ביי אסקאר. דו, ר' שמואל, גיי אריבער צו ר' משה יעקב און אינפארמיר אים מיט אלעם. די צוויי געהילפן זענען אין טשארדזש אויף די זיכערהייט פון יעדן. און איר, מרת מאנדעלבוים, מאכט זיכער צו רעדן אויפ'ן טעלעפאן נאר וואס מיר זאגן אייך. קלאר?"

***


ווארשא

אסקאר גרייט זיך ארויסצוגיין צום דערנעבנדיגן פאבריק ווען פלוצלינג הערט ער א קראך, דערנאך נאך צוויי און א קול פון שיסנדע וואסער. ער גייט אריין אין קיך און זעט ווי ס'גיסט וואסער פון דער דאך און וואנט. ער לויפט כאפן דעם טעלעפאן בוך צו זען וועם ער קען רופן, ווען פון פענסטער זעט ער א טראק פון די 'היידראליק ווארשא פלאמבער ענד קא.'. ער לויפט ארויס אין איין אטעם און בעט זיך ביי זיי אריינצוקומען. די צוויי פלאמבערס לויפן אריין, די ערשטע זאך שאלטערן זיי אויס די גאנצע וואסער און עלעקטריק סיסטעם פון די גאנצע הויז און פאבריק דערנעבן, נאך א האלבע שעה פון פארעכטן און אונטערזוכן אלע פייפס, זענען שוין פיר אונטערהער אפאראטן געווען אינסטאלירט אין די הויז און אין אסקאר'ס פריוואטע קאנצעליי.

***


'דער קאר איז היינט ווידער דא', קלערט חזקי מיט שרעק אויפ'ן וועג אהיים פון ישיבה, נאכ'ן זיי נישט זען א וואך צייט.

"גלייך ווען דו קומסט אהיים, וועסטו בעטן דיין מאמען אז דו ווילסט גיין מיט איר שפאצירן אין די דערנעבנדיגע פארק. זעה אז דער שפאציר זאל דויערן כאטשיג א האלבע שעה. איידער דו גייסט ארויס, שפאר אויף די געיט און די פענסטער פון די דריטע צימער. אבער שפיל נישט מיט אונז!" זיי ווייזן אים דאסמאל א בילד פון זיין טאטע אין א רעסטוראנט: "זעסט דעם סארווירער? ער איז פון אונזערע, מיט א ביקס אין טאש".

"באב?" הערט ער זיין געהילף, "די חברה זענען מיט איין טריט פאראויס, מיר האבן בלויז צען מינוט".
"איך גיי יעצט אהין".

צוויי פארמאסקירטע פארשוינען שפרינגען אריין פון די הינטערשטע פענסטער צום הויז. דער אלארם און די קאמערעס זענען שוין דעאקטיוויזירט. זיי ריכטן זייערע טריט גלייך צו די פייער קאסע. נאך א באהאנדלונג פון צען מינוט עפענען זיי דעם טירל, נעמען ארויס דעם קאנווערט און לייגן אריין א צווייטע אנשטאט. נאך פינף מינוט און דער סעיף איז פארמאכט אזוי ווי בעפאר. זיי שפרינגען צוריק ארויס און לויפן אריין אין דעם בנין קעגנאיבער.

"פאפא!!! מיר האבן עס!!!" שרייט פיליפ אריין אינעם טעלעפאן.

"אזוי??? איז אלעס געגאנגען גלאטיג???" שרייט אסקאר.

"יא פאפא".

"געוואלדיג!! יעצט צום לעצט, משה יעקב פארט ארויס מארגן אום ניין אזייגער אווענט - ווען דא וועט זיין דרייע ביינאכט. ווי נאר דער פליגער הייבט זיך, זאלט איר פארשטילן דאס מאמע מיט'ן קינד אויף אייביג. לאז מיך וויסן ווען די אקציע איז פארטיג".

10 אזייגער ביינאכט

צוויי שאטענעס דערנענטערן זיך צום הויז פון משפחת מאנדעלבוים, דער דריטער איז געבליבן שטיין ביים עק גאס, זיך גרייטנדיג צו געבן דעם סיגנאל פאר זיינע חברים.

"צוויי זענען ביים טיר, איינער פון זיי באוואפנט, דער גאן אין די רעכטע האנט. דער ביים עק גאס וועל איך באהאנדלען" זאגט דזשארדזש אריין אין זיין אפאראט.

א פייף!

"ווארפט אייך אראפ אויף ד...."

נאך איידער זיי האבן געקענט ענדיגן דעם געשריי, האט זיך פיליפ'ס הענט שיער צעבראכן אין צווייען פון דעם זעץ וואס דער מיסטעריעזער פארשוין וואס האט געלאנדעט פון דאך האט אים דערלאנגט, ארויסשטויסנדיג דעם רעוואלווער פון זיין האנט.

ספאנטאן האבן זיך ביידע גענומען ארויסלויפן פון הויז, אבער דער פארשוין וואס איז נארוואס ארויסגעשפרינגען פון די גארבידזש קען האט זיי געגעבן א שטופ צוריק מיט א קראפט אז זיי זענען אריינגעפלויגן צוריק אין הויז.

דער פארשוין ביים עק גאס זעט אז עפעס גייט פאר... נאך איידער ער האט א שאנס צו מאכן פליטה, שפירט ער א זעץ אין גענאק, דערנאך צוויי אייזערנע הענט וואס כאפן אים אן און שלעפן אים אריין אין הויז.

קיין אויג איז נישט געבליבן טרוקן זעענדיג חזקי אריינפאלן אין זיין מאמע'ס ארעמעס, באפרייענדיג די טרערן פון די לעצטע צען טעג.

"פאפא!!"

"נו, פיליפ??"

"די מאמע מיט'ן קינד זענען א פארגאנגענהייט!!! איך כאפ מארגן דעם ערשטן פליגער צוריק קיין פוילן".

"הייל היטלער!!!" שרייט אסקאר, נישט וויסנדיג פון די ביקס וואס שטייט ביי זיין זוהן'ס קאפ. "מארגן וועלן די אנדערע צוויי גיין שמאכטן אין די פוילישע טורמעס, און געענדיגט מיט משפחת מאנדעלבוים!!!"

***


געריכט זאל אין ווארשא

אלע אויגן זענען געריכטעט צום אדוואקאט פון ר' משה יעקב.

"דעריבער – מיט דעם אריגינעלן דאקומענט - באשולדיגן מיינע קליענטן, משה יעקב און שלמה מאנדעלבוים, דעם געוועזענעם ארבעטער אסקאר קאוואלסקי אין בארויבן דעם הויז און פאבריק פון זיי".

אלע אויגן ווענדן זיך יעצט צום אדוואקאט פונעם אנגעקלאגטן, דערנעבן זיצט אסקאר אויפ'ן באשולדיגונגס באנק מיט א ברייטע שמייכל.

"הויכגעשעצטער ריכטער! זאל דאס געריכט איבערגעבן דעם דאקומענט צום געריכטליכן ספעציאליסט און זיך איבערצייגן אין די אויטענטישקייט פון דעם דאקומענט. אויב שטעלט זיך ארויס אז עס איז געפעלשט, פארלאנג איך פופציג יאר טורמע פאר משה יעקב און זיין זוהן שלמה".

אויפ'ן באפעל פונעם ריכטער גיבט דער סעקרעטאר איבער דעם דאקומענט צום ספעציאליסט, וועלכער קומט צוריק נאך צוויי מינוט: "דער דאקומענט איז אויטענטיש!"

אסקאר איז בלאס געווארן. "עפעס א טעות איז דא..." שטאמלט ער, "וואלט איך געמעגט ארויסגיין טעלעפאנירן?"

דער ריכטער שענקט אים ערלויבעניש. אסקאר לויפט אריין אין די דערנעבנדיגע צימער.

"פיליפ!!" פליסטערט ער אריין אין טרייבל.

"אממ... נישט ממש, מיין נאמען איז באב דעיוויס. דיין פיליפ איז שוין יעצט אין א מאקסימום סעקיוריטי טורמע, אבער איך מיין אז איך קען דיר ענטפערן אויף וואס דו ווילסט... דער דאקומענט? אה... איך האב עס אויפגעטוישט צען מינוט בעפאר דיינע חברה האבן זיך איינגעבראכן!"

אסקאר זעט שוין זיין בראך. ער שפרינגט צום נאנטסטן פענסטער, ווען עטליכע געריכט פאליציאנטן בלאקירן אים און בינדן אים די הענט.

"וואו טראגט איר מיך??" קוויטשעט ער ווי א וואנזיניגער, "איך האב גארנישט געטון!!"

"מיר נעמען דיך יעצט צום עירפארט, דו ווערסט דעפארטירט קיין אמעריקע, וואו דו שטייסט אויס קלאגעס פאר'ן ארגאניזירן דאס פארכאפונג פון א קינד און א פראבע אומצוברענגען אים מיט די מאמע".

"מיר וואלטן דיר פארגעליינט דיינע מיראנדע רעכטן" פירט דער הויפט פאליציאנט אויס, "אבער דו קענסט שוין נישט ערגער מאכן! יעדע ריר דיינע פון די לעצטע צוויי וואכן איז אפגעכאפט".

***


מיט ציטערדיגע הענט גראבט ער ארויס דעם פארמאכטן קאסטן און וויקלט אויף דעם ספר תורה פונעם פארגעלטן טלית, ר' משה יעקב דרוקט צו דעם ספר תורה צום הארץ און זאגט מיט א געשטיקטע שטימע:

"יא טאטע! נאך פינף און פערציג יאר האב איך ענדליך ערפילט דיין צוואה, און מען וועט ווייטער ליינען אין דעם הייליגן ספר תורה. זאלן זיי רייסן פון אונז שטיקער, וועלן זיי אבער נישט מצליח זיין. ווייל נצח ישראל לא ישקר!"

[align=center]דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.[/align]
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

דאס איז סאמטינג עלס!! ריין טאלאנט!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

נאכנישט געליינט אלע אנדערע, אבער דער אליינס איז א געווינער!
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

WOW!!!

און געוויסע האבען נאך געהאט טענות אז די ארטיקלען פון די פארמעסט זענען נישט פון הויכע קאליבאר...
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

WOW!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

נאר אנגעהויבן,
די דראמא און די קלארקייט איז א זיכערע געווינער!!!
ס'האט מיר געקאסט כחות צו מפסיק זיין אויף צו שרייבן דעם תגובה!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

WOW WOW !!!


דאס איז אן ארטיקל ווי עס דארף צו זיין! די שפראך, די דראמאטישקייט, די מעשה, פראפעסיאנאליזם.

איין קשיא נאר, ווען די חברה האבן אים געהייסן אויפכאפן סעקיוריטי קאמערעס דורך זיין זייגער, ווי אזוי האט עס נישט אויפגעכאפט דעם פען אין זיין טאש?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אייוועלט פארמעסט
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 2:33 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט פארמעסט »

פעיק ניוז האט געשריבן:איין קשיא נאר, ווען די חברה האבן אים געהייסן אויפכאפן סעקיוריטי קאמערעס דורך זיין זייגער, ווי אזוי האט עס נישט אויפגעכאפט דעם פען אין זיין טאש?

פונעם שרייבער:

זיי האבן אים געהייסן ארומגיין מיטן זייגער אז די קעמערע זאל זעהן אלע סעקיוריטי באווארענונגען, און אזוי קענען וויסן וואס זיי דארפן אלס בייקומען ביפארן אריינברעכן אין הויז.
נישט אז די קאמערע שפירט די דעווייסעס.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אה שכח.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

געענדיגט!
הערליך!
קלאר!
פליסיג!
ציענד!
דראמאטיש!
5 5 5

נאר איין פראגע צום שרייבער,
וויאזוי איז דער דאקומענט נאך געווען אין דעם פייער קאסע ווען ר' משה יעקב איז שוין געווען אין פוילן?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:געענדיגט!
הערליך!
קלאר!
פליסיג!
ציענד!
דראמאטיש!
5 5 5

נאר איין פראגע צום שרייבער,
וויאזוי איז דער דאקומענט נאך געווען אין דעם פייער קאסע ווען ר' משה יעקב איז שוין געווען אין פוילן?

אייוועלט פארמעסט האט געשריבן:צוויי וואכן פאר'ן געריכט וועסטו פארן קיין ווארשא אנצוגרייטן מיט'ן אדוואקאט אלע טעכנישע ענינים פאר'ן געריכט, און איך וועל אנקומען מיט'ן קאנטראקט אין טאג פון די געריכט".


ר' שלמה איז דער וואס איז געפארן פריער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אה...
געוואלדיג!
ייש"כ
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

וואוו דאס איז א ארטיקל איינס אין די וועלט... ציענדיג שרעקעדיג דראטמאטיש, מלא טאלאנט..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

דראמא, א גוטע שפראך, שפאנענד, ציענד, אראפגעברענגט פאר די לייענער די וועלט מלחמה נאכווייען אין אינזערע צייטן דא אין נוא יארק,
דער שרייבער האט די חוש צי נעמען א מעשה פון א גאנצע בוך און עס אראפלייגן מיט די זעלבע דראמא אפי' אין די ראמען פון די פארמעסט וואס מ'איז לימיטעד אין קערעקטערס,
דער וועג פון שרייבן האט מיר זייער שטארק דערמאנט פון דעם אלעמען באקאנטען (אומאקטיווער) ניק 'אב זקן' מיט זיינע דראמא מעשיות.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

א שרייבערל האט געשריבן:דראמא, א גוטע שפראך, שפאנענד, ציענד, אראפגעברענגט פאר די לייענער די וועלט מלחמה נאכווייען אין אינזערע צייטן דא אין נוא יארק,
דער שרייבער האט די חוש צי נעמען א מעשה פון א גאנצע בוך און עס אראפלייגן מיט די זעלבע דראמא אפי' אין די ראמען פון די פארמעסט וואס מ'איז לימיטעד אין קערעקטערס,

;l;p-
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

פריער געליינט/געוויינט...

woooooooooooooooooooooowwwwwwwwwwww!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

כאניש קיין ווערטער!!!!!!!!!

יש לנו 'אב זקן, אבער מיט א שמוץ אריבער... מעכטיג!!!!!!!!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

@נאר מיט שמחה דו ווייסט נישט ווי גוט דו זאגסט.

דאס איז אב וזקנ'ס שריפט, גאנג און מעשה. אדער ער אליין אדער א צווייטע ניק זיינע.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
א פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 3:56 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פוינט »

WOW WOW WOW א געהעריגער יאיר וויינשטאק מעשה אין קורץ, קענסט עס געהעריג ארויסגעבן אין א לאנגן בוך (מקען אנהייבן די מעשה וויאזוי די מגי"ש איז געווארן פון א נעווי סיעל א מגי"ש...)

שוין אפאר יאר נישט געווען אזוי אריינגעטוען אין א 'נאוועל' ווי יעצט, פארפאלן אז מ'קען קען מען... סופער סופער דזשאב.

עפעס קריטיק דארף מען דאך געבן. די נאמען וואלט געדארפט זיין מער שרייעדיג.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

יאפ! א געלונגנס פאר'ן סיום!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

דראטמאטיש, מלא טאלאנט..
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

א גאנצע גראבע נאוועל באק אריין געריקט אין 3 פעדשעס.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6331
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

tesla האט געשריבן:א גאנצע גראבע נאוועל באק אריין געריקט אין 3 פעדשעס.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

א פוינט האט געשריבן: עפעס קריטיק דארף מען דאך געבן. די נאמען וואלט געדארפט זיין מער שרייעדיג.

ס'נישט שפעט, מ'קען נאך טוישן
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

*****
*****
*****
***
שוין לאנג נישט געליינט אזא גוטס!!!!!!!!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #15 - אן איבערקערעניש אין ווארשעווער געריכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

א געוואלדיגע גוטע ארטיקל

דאס וואלט געקענט זיין א ריזן בוק פון 400 פעידזשעס

און דאס קענען אריין לייגן אין 5 זייטן, דאס איז שוין נאך א לעוול פון טאלאנט
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”