מיינע ליבע פריינד, מיינע טייערע ידידים, איך וועל נישט האבן אויף אייך קיין שום טענה, קיין שום פאראיבל, איך וועל אייך פולשטענדיג פארשטיין אויב איר וועט מיר נישט גלייבן - אבער איך געב אייך מיין צוזאג און מיין ווארט, אז מיין הארץ איז פול מיט דערבארמונג און איין שטיק מיטלייד מיט איהם.
איך ווייס אז עס איז שווער צו גלויבן עמיצער וואס האט א שפאטישע שמייכל אויף זיין געזיכט, אז ער איז גאר דער וואס האט רחמנות און אז זיין הארץ טוט איהם אין אמת'ן אריין קלעמען - וואס זאל איך אבער טוהן אז ווי נעבעכדיג עס זאל נאר זיין, איז עס אויך לאכעדיג און טשיקאוו.
איך פארשפרעך אייך אז ווען נישט איך האב א אידיש הארץ, ווען נישט איך זאל האבן די דריי סימנים פון רחמנים ביישנים און גומלי חסדים, וואלט איך זיך געשטיקט פאר געלעכטער, אז די ווענט וואלטן געשאקלט מיט א פינעווער אויפן ריכטער וואג. איז במילא, געבטס מיר פארשטענדעניש ווען איר זעט מיין נארישע לאך אויסגעצויגן פון אויער ביז אויער, ווייל וויפיל איך פראביר עס נאר צו אונטערדרוקן, טוט עס ווידער ארויפשווימען ווי שמן זית זך צום אויבערפלאך.
איך קען קוים קומען צו זיך, אפילו איך ווייס אז ער איז טאקע גענצליך אומשולדיג אז די אזוי לאנג ערווארטערטע טשולענט האט זיך צוגעברענט, טראץ די אלע כוחות וואס ער האט ער דערין אריינגעלייגט.
מיין לאכן האט נישט מיט איהם פערזענליך און איך וועל איהם ווייטער שעצן ווי ביז היינט, דאס איז עפעס וואס קיינער האט נישט געקענט פאראויסשאצן און איך ווייס אז ער טראגט נישט די אחריות דערויף, אבער פונדעסטוועגן איז ער למעשה דער שלימזל וואס לויפט יעצט ארום צווישן די אויסגע׳שורה'טע בענק און איז זיך נעבעך מתנצל אויף די געשעעניש.
יא, און דאס מאכט מיר לאכן, עס איז מער ווי בלויז די נאר וואס שטופט, עס איז דא געשען א פלאפּ, און דאס קומט נאטורליך מיט א ביטער געלעכטער, פארשטייט זיך, ווען עס געשענט ביי יענעם...
קוק איהם אן, ווי ער טאנצט ארום צווישן די אנטוישטע אנוועזענדע ווי א אומבאגנאדיגטע טורקי, ער גייט פון דן צו נפתלי, פון דרום צו צפון און געבט צו פארשטיין וואס דא האט פאסירט. ער פראבירט צו פארטיידיגן זיין קאך קענטעניסן מיט אלע סארט פראזן און יעדער האט שוין זוכה געווען צו הערן אז דאס איז די ערשטע מאל אין זיין לעבן וואס זיינס א געקעכטס ענדיגט אזוי טראגיש, און אז אייגענטליך טוט מען דא בייוואוינען א היסטארישע מאמענט וואס מען דערזעט בלויז איינמאל א יובל.
בכלל קען מען זיך פון איהם יעצט אפלערנען ווי דן צו זיין לכף זכות האט נישט קיין גרעניץ און אפילו אפגעבראטענע בונדלעך מוז מען פראבירן אנצוקוקן מיט גרינע גלעזער. הערטס נאר צו זיין ערקלערונג וואס לויטעט אז אויב עסט מען עס ריכטיג, ווי א עכטע מבין, וועט מען קומען צום טעם.
ער דעמאנסטרירט צו די פארזאמעלטע גענוי וויאזוי מען ברויך צוביסלעך אריינצולייגן האלב אנגעפולטע לעפלעך אין מויל, מען מוז עס פלאצירן אויפן שפיץ צונג, אבער למען השם, בלויז אויפן שפיץ, און דערנאך מיט פארמאכטע אויגן זיך קאנצענטרירן ביז מען הייבט אן שפירן די באהאלטענע טעם גן עדן וואס טוט זיך לאנגזאם אפטיילן פון די פרעמדע אַרָאמעס וואס האבן זיך אריינגעדרינגן צוליב די איינמאליגע אומגעשיקטקייט.
מיט די הענט און מיט די פיס פראבירט ער איבערצורעדן די משתתפים אז זיי זאלן כאטש געבן א טשענס און פארזוכן אביסל. "צוביסלעך וועלן ענק קומען צום טעם" - פארזיכערט ער מיט צווייפל. "א מבין וועט פארשטיין" – לייגט ער צו מיט האפנונג.
די אנגעפילטע טעלערס ליגן נעבעך פאר'יתום'ט נעבן צופאטשטע שמועסער'ס וואס טרינקן קאלטע ביר אויפן ליידיגן מאגן. מי כעמך ישראל, אלע פראבירן צו באהאלטן זייערע גרימאסן.
דא און דארט זעט מען איינצעלנע אפטימיסטישע באטייליגטע וואס גראבן מיט פלעסטיק לעפל צווישן די פארהארטעוועטע בונדלעך ווי ארכעאלאגן אינעם נעכטיגן טאג.
ער שטייט דארט אין א זייט און אבזערווירט וויפיל מען האט בדיעבד "יא" אויפגעגעסן. א בליק אויף זיין געזיכט און שוין קומט מיר צו לאכן, און גלייבטס מיר אויפן ווארט - מיין מיטלייד איז גרויס, גאר גרויס.
אבער צו זיין אויפריכטיג, דאס גאנצע וואלט פילייכט נישט געווען אזוי דראמאטיש און וואלט געווען ווייט פון לאכעדיג, ווען נישט ער זאל דערפון רעדן וואכן לאנג און דערמיט פארגרעסערן זיין פארווייטאגליכע דורכפאל.
זינט עס איז געווארן אפגעמאכט אז ער וועט זיין דער מייסטער צוצושטעלן דעם טשולענט פאר דעם געפלאנטן ליל שישי פארברענג, הערט ער נישט אויף רעדן פון זיינע געהיימנספולע מעטאדן וויאזוי אהערצושטעלן דעם דאזיגן מאכל.
דאס איז געווען די איינציגסטע טעמע וואס האט איהם באשעפטיגט, מער האט איהם נישט אינטערסירט. ער האט זיך געדרייט ווי א שעף-קאך און אין זיין דמיון איז ער געווען געקרוינט מיט א הויכע ווייסע הוט אויפן קאפ און א גלאטע שירץ פון פארענט.
ער האט דערציילט איבער קאמפליצירטע פארבערייטונגען וואס זיין ברודער'ס שוואגער האט אנטדעקט, האר-אויפשטעלענדע טריקס פון זיין באבע'ס באבע און אפנארמאלע קונצן פון די קעכער אין זיין קאזענס ישיבה. פון ווייקן די בונדלעך אין ספרייט ביז א לעפל פינאט-באטער ווען עס באבעלט; פון מישן דעם טאפ זיבן מאל אהין און צוריק נעבן די מזוזה ביז א קוועטש מאסטערד מיט נאך א האלבע.
יעדע נאכט בעפארן לערנען איז דאס געווען די נושא אן קיין סוף, ביז מיר האבן זיך ענדליך געקענט דערזען ווייטער לערנען נאך א שטיקל זיסע רייד פון "רב פפא" און "רב מרי".
איינמאל איז עס געגאנגען אזוי ווייט, אז יעדעס מאל וואס איך האב טיף אריינגעאטעמט צו זינגען דעם הימל-שרייענדע "בתמיה" ניגון, האט ער נאכאמאל אנגעפאנגן פון אנפאנג און דערציילט זיין היסטאריע וויאזוי ער האט זיך געלערנט דעם פאך און פונקטליך וויאזוי די טשאלענט איז אנגעקומען צו זייער פאמיליע.
די סיטואציע איז אזוי ארויס פון קאנטראל, אז איך פלעג מיטברענגען א זעקל פּאפּקארן און איהם דערמיט מכבד געווען, נאר אזוי האב איך געקענט אריינכאפן אפצולערנען א גוטע עמוד גמרא, פארשטייט זיך נאר ביז דאס פעקל האט זיך אויסגעליידיגט און זיין מויל איז ווידער געווען פריי משפיע צו זיין דברי חכמה און תורת הקאכן.
איז במילא, איר קענט פארשטיין, אז יעצט ווען מיר שטייען דא, עס האט פאסירט וואס האט פאסירט, קומט מיר אויס צו זיין אין אזא סארט שטימונג, אז איך מוז ממש פלאצן און יעדע פאר מינוט מוז איך נאכאמאל ארויסלויפן א שטיקעדיגער.
ניין, מען טאר נישט לאכן פון יענעמ׳ס צרות, אבער, איך בין נאר א מענטש, א ילוד אשה, און איך קען עס פשוט נישט באהערשן.
אויב וואלט זיך אלעס דא אפגעשטעלט, וואלט געווען אן אנדערע מעשה… אבער עס שטעלט זיך ארויס, אז דאס איז נאר געווען די אנפאנג.
קומטס מיט מיר, באגלייטס מיר צו א בית המדרש'ל וואס איך בין נאך קיינמאל פריער דארט געווען, דאס גאנצע פלאץ איז מיר ווילד פרעמד, אבער פארט איז עס א שטיבל וואו יעדער איד פילט זיך היימיש.
איך קום דא אן פאר איין סיבה, און דאס איז ״מנחה״. - לאמיר דאווענען מנחה.
מען האט מיר אנגעוויזן אהער, אז דא האט זיך לכאורה יעצט געשטעלט א מנין, דערפאר בין איך אריינגעלאפן אין איילעניש, אנגעטוהן דאס גארטל מיט פריש געוואשענע הענט, לויפענדיג ביז צום בימה, וואו איך האב געפילט אויפן מאמענט באקוועם זיך דארט צו שטעלן.
איך האב נישט געהאט קיין צייט אפצוציילן וויפיל מתפללים באטייליגן זיך דא, אבער עס איז געווען קענטיג אז ס'איז גאנץ א קנאפע מנין. צו באטראכטן דעם הערליכן ארון הקודש, האב איך געלאזט פאר שפעטער פאר הויכע שמונה עשרה, די עולם דאווענט דאך שוין שטיל און באלד וועל איך אינגאנצן פארפאסן די באן.
דריי טריט אויף צוריק, און ווידער דריי טריט אויף פארנט, "השם שפתי תפתח…" א ביק, און געגאנגען.
ביז "אתה קדוש" איז אלעס געפארן ווי געפלאנט און ווי געוואלט.
די וועלט זאגט דאך א ווערטל אז א יוד טוט אלעס מיט א כונה אויסער דאווענען, נו, מעשה יצר, האלטענדיג אינמיטן די ווערטער "ומלמד לאנוש בינה", האט זיך אריינגעכאפט א מחשבה'לע און שנעל איז די גאנצע פארגאנגענע-ליל-שישי-טשולענט-צערעמאניע ארויפגעשווימען אין די מוח צעלן און די זכרונות האבן זיך באקוועם געמאכט אין מיינע געדאנקן.
צוערשט האט עס בלויז מיטגעברענגט מיט זיך א קליינע שמייכל וואס איך האב ניטאמאל געזוכט צו באהאלטן און עס האט אויסגעקוקט אז מען וועט עס קענען אונטערדריקן. אבער ווי טיפער אריין אינעם שמונה עשרה, אלץ מער האבן זיך די ליפן אויסגעשפרייט, אזוי אז ביי "ושבענו מטובה" האב איך שוין געמוזט האלטן מיין האנדפלאך איבער מיין מויל.
פאר א וויילע איז געלונגן ווידער ארויפצוברענגן אן ערנסטע מינע און פארמירן נארמאלע ליפן, אבער נישט מער ווי א ברכה שפעטער האב איך שוין געמוזט האלטן ביידע גאנצע הענט איבער מיין פולן געזיכט.
די פארברענטע טשולענט סצענעס שפילן זיך אפ פאר מיר ממש אזוי ווי בהקיץ און דערמיט אויך מיין נארישע מענטשליכע לאך.
אנקומענדיג צו "ולמלשינים" האב איך זיך שוין מער נישט געשאקעלט בלויז אויף פארנט און צוריק, נאר צו אלע ד' כנפות הארץ. דא האב איך שוין חרטה געהאט פארן נישט נעמען א סידור צום דאווענען, איך וואלט געקענט כאטש פארדעקן א האלבע פון מיין שאנד.
איך האב זיך געשעמט פאר מיר אליינס, אבער מה יעשה הבן, איך בין אריינגעפאלן אין א סארט אומשטאנד וואס צוריק גייט א קאזע, קען זיין אז אויב די דאך זאל ווען איינפאלן, וועט זיך דאס ענדיגן, אבער לעת עתה איז נישט דא וואס צו טוהן.
ווען איך האב אנגעהויבן שפירן אז די שכנים האבן שוין לכאורה אויסגעטרויטן פון זייער געבעט און טוען יעצט אבזערווירן די ארומיגע, איז מיין פנים געווארן רויט און איך האב זיך באמת געשעמט, אבער אויב מיינט איר אז וועגן דעם האב איך זיך געקענט מתגבר זיין אויף מיין געלעכטער, זאג איך אייך אז ניין, עס האט זיך גאר געשטארקט ווי א לויפענדע קוואל.
"אוי, פארוואס טוט מען נישט אן קיין טלית ביי מנחה? וואלט איך זיך געקענט איינוויקלען דערין און זיך ווארפן ווי א צודרייטער…"
"טאטע אין הימל, פארוואס האב איך זיך נישט געשטעלט כאטש ביי א באשיידענע ווינקל? וואלט קיינער נישט באמערקט די שטורעם וואס קומט אין מיר פאר… "
"יעצט שטיי איך ביים בימה ווי א נאר אויפן מארק, צו שפאט פאר די אלע פרעמדע יודן."
איך האב פראבירט זיך צוצואיילן און בין געפארן פון "שומע תפילה" צו "רצה", און די זכרונות זענען געפלאסן, ביי יעדע שטיקל האב איך זיך דערמאנט נאך א פרט, נאך א קרישקעלע, אדער בעסער געזאגט, נאך א בונדעלע.
איך זעה ווי ער שטייט דארטן א באפאטשטע און קוקט אויף די פולע טעלערס האלב קוילן האלב טשולענט, איך קען נאך הערן זיינע פארטיידיגונגס ווערטער, און דאס אלעס איז ווי בענזין צו א פייער, עס שאקעלט מיך אויף שטערקער און קרעפטיגער.
די מצב האט זיך גארנישט געבעסערט ווען איך האב אנגעהויבן כאפן אז ס'איז גאר מעגליך אז איך בין דער צענטער, און מען ווארט גאר אז איך זאל אויסטרעטן.
אלע אויגן זענען געוואנדן צו דעם גאסט, אלע ווארטן אז ער זאל שוין זאגן "וכשנים קדמוניות" און מען זאל קענען אנהייבן הויכע שמונה עשרה.
כיפערן יעצט האט אויך נישט קיין פשט, ווייל אלע אנדערע ווייסן פונקט וואו איך האלט און איך בין יעצט די שטערן פונעם פארשטעלונג, די גאנצע אויפמערקזאמקייט געהערט יעצט צו מיר. איך האב טאקע ביי זיי מער קיין פנים, זיי קוקן מיך אן ווי איינער וואס איז נישט מיט אלעמען, אבער אלעס האט א גרעניץ.
דא האב איך דערגרייכט דעם פונקט וואס מען מוז זיך בוקן… נו, איר ווייסט וויאזוי דאס בוקן באוועגונג זעט אויס ווען מען ווארפט זיך דערביי פאר געלעכטער? איך קען אייך זאגן איין זאך, ס'איז גארנישט קיין געלעכטער, עס קוקט ענדערש אויס ווי די ארעם פון א טרעקטאר וואס גראבט אריין אין א הויפן זאמד, געפירט דורך איינער אן קיין טראפעלע ערפארונג, עס וואקעלט ווי א עלעקטריזירטער שלאנג.
גלייבטס מיר, אז כאטש איך האב געלאכט ווי א שיכור און זיך געווארפן ווי א צודרייטער, האט עס מיר אין הארצן גוט וויי געטון און איך האב זיך שוין געוואלט זען ארויס פון דעם פלאנטער. איך האב געוואלט ווערן איינגעשלינגן אין די ערד-פלאך.
קוים מיט צרות האב איך דערגרייכט "עושה שלום" און זיך געגרייט אויף די שווערסטע חלק פון אויפהייבן די קאפ און אריינקוקן אין די אויגן פון אלע צוקוקער. איך האב געצווייפעלט צו איך זאל בכלל אויפהייבן מיינע אויגן אדער אפשר בלייבן מיט'ן קאפ אראפ ביז עלינו און דערנאך אפפיצן פון דא לעולם ועד ולנצח נצחים.
למעשה, מיט אסאך קוראדזש און מוט האב איך געגעבן א הייב אויף מיין קאפ מיט אזא שמייכל אנגעגרייט אלץ אנטווארט פאר אלע שפראכלאזע מתפללים, אבער..., איך בין איבערראשט, איך זעה נישט קיין מענטש פאר מיינע אויגן, קיין נברא.
וואס טוט זיך דא? איך קוק רעכטס, איך קוק לינקס, נישט דא קיין בעל תפילה, נישט דא קיין תשעה עונים, נישט דא גארנישט, איך בין איינער אליין אין א הערליכן האלב באלויכטענע היכל. אפילו די גרויסע נר תמיד, קוקט נישט אין מיין דירעקציע.
עד היום ווייס איך נישט גענוי וואס איז דארט געווען, אבער קיין מנין מנחה זיכער נישט. זעט אויס אז די יודן האבן דארט געזאגט תהלים יעדער פאר זיך, און זענען זיך דערנאך צוביסלעך צוגאנגען… עפעס אזוי מוז זיין.
איין זאך ווייס איך אבער זיכער, אז אפילו עס איז קלאר ביי דיר אז הינטער דיין רוקן, הינטער דיין באוואוסטזיין טוט זיך עפעס אויף דיין חשבון אדער עס ווירבעלט עפעס קעגן דיר, דו פילסט עס, דו שפירסט עס - זאלסטו נעמען דיין קוראדזש און מוט און אויפהייבן דיינע אויגן מיט א שמייכל אלץ אנטווארט…
… ווייל רוב מאל וועט זיך ארויסשטעלן אז נישט רעכטס און נישט לינקס, עס איז גארנישט דא.
אסאך מאל לעבן מיר אין א צושטאנד וואס מען איז זיכער אז - ער האט עס געטוהן דווקא, - זיי האבן מיך געמיינט, - ער וויל אפטוהן, - זיי האבן א חשבון... און אזוי ווייטער זענען דא הונדערטע ביישפילן אינעם טאג טעגליכן לעבן. מען לעבט אין א טעות און מען איז פארביטערט.
אפט נעמט מען עס אפילו צו א העכערע דרגא, צו נעקסט לעוועל, מען מאכט שריט לויט וואס מען מיינט און די פלאנטער ווערט טיפער, מען בויעט א קעיס מיט לופטיגע יסודות.
צומאל וויל מען מער נישט בודק זיין די זאך צו עס האט טאקע א האפט, מען לעבט ווייטער מיטן דמיון וואס איז אנגענומען אויף אמת לאמיתו, מען וויל שוין אזוי, ס'איז זיכער אזוי.
געדענק, מיט אביסל קוראדזש און מוט טוה פראבירן צו קוקן די אמת אין פנים אריין, הייב אויף דיינע אויגן און אלע קאמפלעקסן וועלן זיך פלוצלינג צופליען ווי א נישטיגע זייפן בלאז!
[align=center]דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.[/align]