פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אינהאלט | שפראך | אווער אלל | אריינגיין אין פיינעל?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג פעברואר 04, 2021 3:46 pm

1
0%
★★
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★★
3
1%
★★★★
7
3%
★★★★★
44
20%
1
0%
★★
1
0%
★★★
3
1%
★★★★
7
3%
★★★★★
42
19%
1
0%
★★
1
0%
★★★
3
1%
★★★★
11
5%
★★★★★
39
18%
2
1%
••
16
7%
•••
34
16%
 
סך הכל שטימען: 216

יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיאל חילמאן »

[align=center][/align]

היינט אין די וועלט מיט די ערעפלאנען עפאכע ווען צו רייזן פון איין עק וועלט צום צווייטן איז גאר גרינג און ביליג, איז אויפגעקומען א ריזיגע פרישע אינדוסטרי פון 'טוריזם', וואס איז א גרויסע אינקאם פאר מערערע לענדער און מענטשן, און אין די וועלט איז דא א גרויסע מאוומענט פון גיין באזוכן פרישע לענדער און זען נייע קולטורן.

באמת איז דאס נישט קיין פרישע זאך, אלע יארן זענען שוין געווען 'טרעוולער'ס' וואס האבן געלעבט אויף רעדער און ארומגעפארן די וועלט צו זען נייע לענדער און נייע געאגראפישע זאנעס.

און אייגענטליך איז עס אין יענע יארן געווען פיל אינטערעסאנטער ווי היינט, וויבאלד מען האט באמת געקענט טרעפן פרישע פלעצער ווי קיינער איז נאכנישט געווען און באגענענען פרישע פעלקער וועמען קיינער פון די מערב וועלט האט נאכנישט געטראפן ביז דאן.

און בפרט אז מען האט געקענט צוריקקומען און דערציילן פאר די ארומיגע וואס מען האט אלץ געזען, און אזא איינער וואס איז טאקע אויסן געווען א וועלט איז באמת געווארן א העלד אין זיין לאנד, יעדער האט געוואלט רעדן פון אים און הערן פון אים ערשטהאנטיג וואס ער האט אלץ געזען, די אלע מאדנע באשעפענישן און אומציוויליזירטע פעלקער. און געווענטליך האט ער אויך ארויסגעגעבן א בוך דערפון וואס האט זיך פארקויפט אין די מאסן פון וואס ער האט געקענט ווערן רייך.

און באמת איז עס טאקע געווען א העלדישע טאהט, וויבאלד ארומצופארן יענע צייטן האט געקענט גרינגערהייט קאסטן די לעבן, און בכלל איז עס געווען ממש א מסירות נפש, מען האט געדארפט אויפגעבן גענצליך אויף אלע באקוועמליכקייטן, אן קיין האטעל'ס און באקוועמע ערעפלאנען וואס יעדער נוצט היינט.

אבער היינט קען מען שוין לאנג נישט אויפקומען מיט קיין עכט פרישע חידושים איבער די וועלט, אלעס איז שוין באשריבן און באזוכט און אפילו אפגעכאפט לעבעדיג.

בעצם דארפסטו שוין היינט נישט אין ערגעץ נישט אראפ פארן לעבעדיג, אלעס קענסטו זען ביי דיך אינדערהיים זיצענדיג אויפן ריקליינער מיט די פיס ארויף אויף א קליינעם פשוט'ן סקרין...

און אינטערעסאנט, די לעצטע עכטע חידוש פון א פרישע ריזיגע מאסע מענטשן צו טרעפן וואס האבן נאך געלעבט אקוראט ווי מיט דריי טויזענט יאר צוריק, איז געווען די באקאנטע שבטים אין צענטער פאפוא ניו גיני (א לאנד אויף א אינזל העכער אסטראליע און נעבן אינדאניזיע) וואס זענען אנטפלעקט געווארן בשעת די צווייטע וועלט מלחמה, און איז געווען אזא גרויסע חידוש אז אפילו אין ברען פון די מלחמה האט עס נאך אלץ באוויזן צו ציען העדליינס איבעראל.

היינט צו טאגס זענען פארהאן בערך הונדערט קלענערע שבטים וואס לעבן נאך ווי טויזנטער יארן צוריק און האבן נאך קיינמאל נישט באגעגענט א מערב וועלט מענטש, האלב פון זיי אין א געוויסע שטח אין די אמאזאן רעגן וואלד אין בראזיל ווי זיי זענען שטארק באשיצט פון די ארטיגע רעגירונג וואס לאזט קיינעם נישט צוגיין צו זיי אדער אינעם גאנצן אומגעגענט.

די איבריגע זענען אין די אנדערע לענדער אין דרום אמעריקע א שטייגער ווי באליביע פערו און קאלאמביע, אלע פון זיי אין די עמעזאן רעגן וואלד.

אזוי צו אזוי, איז שוין כמעט די גאנצע וועלט אויסגעטשעקט און אויסגעקוועטשט, אז עס איז שוין כמעט נישט געבליבן וואס צו אנטדעקן עפעס ספעציעל, און וואס יא קען מען זען און טרעפן מיט איין זוך אויפן ידען עצום מיסטער גוגל...

און דאס איז טאקע צוליב דעם וואס עס איז געווארן היינט אזוי גרינג צו רייזן פון איין עק וועלט צום צווייטן, און כמעט איבעראל איז צוגעשטעלט באקוועמע האטעל'ס און איבעראל קען מען גרייכן מיט א ערעפלאן קאר אדער ענליך.

אבער אפילו אזוי פארן מענטשן כסדר ארום פון איין עק וועלט צום צווייטן, און מענטשן צאלן גרויסע געלטער צו קענען דארט זיין אויפן פלאץ מיט די אייגענע זעקל ביינער.
קוקט אויס אז די שמעק און די אטמאספערע קען מען נישט איבערגעבן אויפן סקרין...

און עס איז היינט געווארן א גאנצע 'סטייל' צו ארומפארן און אפכאפן אינטערעסאנטע ווידעאו'ס און געשעענישן אויפן וועג און עס ארויסלייגן פאר די פובליק, און מען מאכט אפילו געלט דורכדעם וואס העלפט אויסצאלן די אויסגאבן פון די רייזע'ס וואס קאסטן אפ א מאיאנטעק פון געלט.

מערערע לענדער איבער די וועלט מאכן דערפון גרויסע געלטער, די טוריסטן ברענגען אריין גרויסע געלטער אין די קאסע פון די באזוכטע שטעט און לענדער, און אייגענטליך זענען דא געוויסע לענדער וואס זענען ממש אנגעוויזן אויף די טוריזעם אינדוסטרי.

אויף אזוי ווייט אז יעצט ביי קאוויד ניינצן האבן אסאך לענדער פארלוירן מיליאנע ביליאנע דאלארן פון וואס זיי קענען זיך שווער ערהוילן, און געוויסע טאקע האבן נישט געקענט צוליב דעם פארשפארן זייערע גרעניצן נישט ווילנדיג אינטערברענגען זייער גאנצע עקאנאמיע. א שטייגער ווי טערקיי גריכנלאנד מאלאזיע, און ביים שפיץ - די פיליפינען וואס די ארטיגע טוריזעם פארנעמט א פערטל פון זייער גאנצע עקאנאמיע! דאס איז א אסטראנאמישע סומע.

די אלע לענדער לייגן טאקע אריין גרויסע כוחות און געלטער צו זיך צושטעלן צום טוריסט אין אלע הינזיכטן אז ער זאל ווילן צוריקקומען נאכאמאל און אריינברענגען דערמיט גרינע וואלוטע פארן לאנד, וואס דאס איז טובה להמדינה וטובה להטוריסט...

און עס זענען פארהאן לענדער ווי גאר ווייניג טוריסטן קומען באזוכן, און אנדערע וואס זענען ממש א 'האט ספאט' פאר טוריסטן און ווי מען גייט און ווי מען שטייט נאר קען מען טרעפן טוריסטן פאר די אויגן און אונטער די פיס.

***


יעצט לאמיר דורכגיין און טאקע זען וועלכע זענען די צען מערסט באזוכטע לענדער אין די וועלט דורך טוריסטן, און זען פארוואס טאקע זיי ווערן אזויפיל באזוכט.
און אונז וועלן רעדן פון יארע צוויי טויזענט און ניינצן, וויבאלד די יאר דערויף מיט די קאראנע עפאכע איז דאך א וועלט פאר זיך אויף וואס מען קען נישט רעכענען די אלגעמיינע יערליכע ראטע.

10. ענגלאנד.

ענגלאנד באקומט יערליך 36 מיליאן באזוכער באזוכער'ס, עס ברענגט אריין 131 ביליאן דאללער און שטעלט צו צוויי מיליאן זשאבס.

ענגלאנד ווערט באזוכט בעיקר צוליב די הויפט שטאט לאנדאן וואס איז איינע פון די מערב וועלט הויפט שטעט און איז באקאנט מיט גאר אסאך באזוך ערטער, ווי די קעניגליכע פאלאץ, די ביג בען טורעם, די לאנדאן אויג פעריס וויל, די טעמז ריווער בריק און נאך.

ווי אויך גייען אסאך טוריסטן ארויף צפון צו סקאטלאנד ווי עס געפינען זיך מערערע אלטע פראכטפולע פעסטונגען, און בעיקר די באקאנטע 'סטאונהענזש' געבוי וואס איז איינס פון די גרעסטע מיסטעריעס אין די ארכיאלאגישע וועלט.



די קעניגליכע פאלאץ


די ביג בען טורעם



די לאנדאן אויג פעריס וויל



די טעמז ריווער בריק



די ׳סטאונהענזש' געבוי


9. טיילאנד.

טיילאנד באקומט יערליך 38 מיליאן באזוכער, און לויט ווי עס לויפט יעצט שאצט מען עס וועט באקומען ביז צען יאר ארום מער ווי הונדערט מיליאן באזוכער. צוואנציג פראצענט פון זייער ארימע עקאנאמיע שטייט אויף טוריזעם!

טיילאנד איז שוין פאר לאנגע יארן א גאר גוטע באזוך ארט פאר מערב וועלט טוריסטן וואס זוכן עפעס 'אנדערש' ווי וואס די מערב וועלט לענדער שטעלן צו, אבער עס זאל אויך זיין באקוועם און פארזיכערט, און דאס טרעפן זיי אין טיילאנד וואס איז א ריכטיגע אזיאנער לאנד אבער פארזיכערט און צוגעשטעלט.

טיילאנד איז א לאנד וואס געפינט זיך אין דרום מזרח אזיע, עס איז דארט הייס די גאנצע יאר, און זיי פארמאגן פון די שענסטע ים ברעגעס איבער די וועלט.

אויף דער הערליכע טראפישע ים שפרייטן זיך אויס טויזענט פיר הונדערט און דרייצן אינזלען וואס געבן א גאר גוטע ארט פאר טוריסטן צו ווי צו אנטלויפן און זיך באקוועם מאכן ווייט אוועק פון די ציוויליזאציע און די דאגות וואס עס שטעלט פאר מיט זיך.

ווי אויך די הויפט שטאט 'בענגקאק' איז גאר א היסטארישע און קאלירפולע שטאט, און איז טאקע די מערסט באזוכטע שטאט איבער די וועלט! עס פארמאגט הערליכע קעניגליכע פאלאצן און אינטערעסאנטע פארנומענע מארקעטס און נאך מערערע אטראקציעס.

און ווייטער פארמאגט עס טראפישע רעגן וועלדער און זשאנגעלס ווי עס געפינען זיך גאר אינטערעסאנטע בעלי חיים ווי מאנקי'ס און עלעפאנטן, קראקאדיל'ס און לעמפערט'ס און נאך.



בענגקאק


דער הערליכע טראפישע ים


די אינזלען


8. דייטשלאנד.

דייטשלאנד באקומט יערליך 39 מיליאן טוריסטן. עס שטעלט צו צוויי מיליאן זשאבס און עס איז פיר פראצענט פון זייער עקאנאמיע.

דייטשלאנד ווערט באזוכט בעיקר צוליב די הויפט שטאט בערלין וואס איז פון די רייכסטע שטעט אין די וועלט און איז פיל מיט טוריזם ערטער.

בערלין פארמאגט מער ווי הונדערט און פופציג מוזעאומ'ס אויסגעשפרייט איבערן שטאט, אריינגערעכענט טאקע מערערע ארום די האלעקאוסט, ווי אויך די באקאנטע בערלינער וואנט וואס שניידט דורך אינמיטן שטאט, און אויך איז עס באקאנט מיט מערערע מעלערייען און קאטשקערייען אויף די ווענט (אויב האסטו געמיינט אז ניו יארק סיטי איז אנגעפירקלט...).

און אויך איז דייטשלאנד א טוריזם דעסטינאציע צוליב מערערע היסטארישע פאלאצן וואס געפינען זיך אויסגעשפרייט איבער אירע וועלדער און פעלדער וואס פארנעמען א גרויס טייל פונעם לאנד, און אויך צוליב די ספציעלע דייטשע ביר וואס ווערט דארט פראדוצירט וואס ווערט פארעכענט ווי איינס פון די בעסטע אין די וועלט (גיי מיר קיין דייטשלאנד טרינקען ביר?...)




די בערלינער וואנט


דייטשע ביר


7. מעקסיקא.

מעקסיקא באקומט יערליך 41 מיליאן באזוכער.

מעקסיקא איז געווארן אין די לעצטע יארן א גרויסע טוריזם צענטער, בעיקר פון אמעריקאנער טוריסטן וואס זענען נאנטע שכנים מיט זיי און אז א אמעריקאנער וויל גיין ערגעץ אויף וואקאציע וויל ער דאך עפעס אנדערש, 'דיפרענט', איז מעקסיקא פונקט דאס פאסיגע ארט דערפאר, זייענדיג א גענצליך אנדערע סארט קולטור און לעבנס שטייגער, דעריבער איז עס אזא צוציענדע ארט פאר אמעריקאנע וואקציאנערן.

אבער אויך קומט מען אהין פון די גאנצע וועלט צוליב די הערליכע טראפישע ים ברעגעס און רעגן וועלדער, און צוליב די מערערע היסטארישע ערטער סיי פון די איבערבלייבענישן פון די אינדיאנע 'מאיא' פאלק און סיי פון די שפאנישע איבערבלייבענישן.

אויך איז מעקסיקא סיטי, די הויפט שטאט, א אינטערעסאנטע קאלירפולע שטאט וואס שטעלט צו אסאך אינטערטעימענט פאר טוריסטן.


מעקסיקא ים ברעג



איבערבלייבענישן פון די אינדיאנע 'מאיא' פאלק


6. טערקיי.

טערקיי איז אין די לעצטע יארן ארויפגעשפרינגען אלץ איינע פון די מערסט באזוכטע לענדער איבער די וועלט און באקומט יערליך 46 מיליאן טוריסטן. צוועלף פראצענט עקאנאמיע שטייט אויף דעם.

די עיקר סיבה דערצו איז וויבאלד עס שטעלט פאר א געמיש פון אייראפעאישע און מיטל מזרח לעבן שטייגער, וואס דעריבער איז עס נישט די 'טיפיקל' אייראפעאישע לאנד, אזוי אז עס האט די מעלה פון 'דיפרענט' וואס א מענטש דארף וויכטיג ווען ער וויל 'אוועק' פארן, אבער איז אויך נישט קיין ווילד פרעמדע לאנד ווי מען דארף מורא האבן פון יעדן פארבייגייער.

ווי אויך פארמאגט עס הערליכע ים ברעגעס צום מיטעלענדישע ים, און גאר היסטאריע און קולטור רייכע שטעט ווי איסטאמבול, אנטאליע און קאפאדקיע.

גאר באקאנט איז די היסטארישע מאסק אין צענטער פון איסטאמבול וואס די בילד דערפון איז ברייט פארשפרייט און ערשיינט אלץ ביינאנזאם מיט טערקיי'ס טוריזם פלעק. ווי אויך פארמאגט איסטאמבול נאך גאר אסאך אינטערעסאנטע מוזעאומ'ס און באזארן.

טערקיי פארמאגט אויך מערערע אור אלטע ארכיאלאגישע איבערבלייבענישן פון טויזנטער יארן צוריק, אריינגערעכענט ערטער וואס ווערן דערמאנט אין די תורה הק'.


אנטאליע


קאפאדקיע


די היסטארישע מאסק אין צענטער פון איסטאמבול




5. איטאליע.

איטאליע איז גאר פאפולער צווישן טוריסטן און עס ציט צו זיך 62 מיליאן טוריסטן א יאר.

איטאליע'ס אינטערעסאנטע ערטער איז זייער אויסגעשפרייט איבערן לאנד מער ווי אנדערע לענדער, פון רוים ביז איטאליע און ביז מילאן און סיציליע וואס יעדע איינס געפינט זיך אין די אנדערע עק לאנד.

עס פארמאגט פופציג אנדערע יונעסק''א אנערקענטע ערטער, דאס איז די מערסטע פון סיי וועלכע לאנד.

רוים איז די הויפט שטאט און איז ברייט באקאנט מיט אירע אלטע ארכיאלאגישע זאכן, ווי די ריזן היסטארישע טעאטער וואס געפינט זיך אין צענטער פון שטאט, און דערנעבן די באקאנטע 'שער טיטוס', און נאך אסאך גאר היסטארישע איבערבלייבענישן פון די אלטע רוימישע הערשאפט וואס איז דאן געווען די גרעסטע אימפעריע אין די וועלט.

ווי אויך געפינט זיך דארט די וואטיקאן, וואס איז די צענטער פון די קריסטישע וועלט און מיליאנען קריסטן קומען אהין יערליך זען די שטאט פונעם פויפסט.

דערנאך איז פארהאן די גאר אלטע שטאט פאפעא, א אלטע שטאט וואס איז געווארן ארויסגעגראבן פון אונטער א שיכט לאווע נאכן זיין פארדעקט פאר באלד צוויי טויזענט יאר! מען קען היינט זען דער שטאט כמעט אקוראט ווי עס האט אויסגעזען דאן ביים ווערן פלוצלינג באגראבן.

און דערנאך אוודאי די שטאט אויפן וואסער 'וועניציע', וואס ציט צו זיך יערליך מיליאנע טוריסטן צו זען דעם וואונדערליכע שטאט, און קענען ארומשיפלען צווישן די קאנאלן און מיטלעבן דעם אייגנארטיגן שטאט.

אויך פארמאגט איטאליע הערליכע בערג אויסגערימט מיט איר שיינקייט, די בערג קייט ציט זיך כמעט איבערן גאנצן לאנד, דאס ציט אויך צו זיך אסאך טוריסטן. צווישן די בערג אויף איינע פון די אינזלען געפינט זיך די מערסט אקטיווע וואלקענאו איבער גאנץ אייראפע.

און דאס איז נאר א גאר קליינע טייל פון וואס מען קען אלץ זען אין איטאליע.


די ריזן היסטארישע טעאטער


שער טיטוס


די גאר אלטע שטאט פאפעא




וועניציע'



די מערסט אקטיווע וואלקענאו איבער גאנץ אייראפע


4. טשיינע.

טשיינע איז אין די לעצטע יארן ארויף צו די פערט מערסט באזוכטע לאנד איבער די וועלט מיט א 63 מיליאן באזוכער יערליך. אויף אזוי ווייט אז עס האלט ביי א עלף פראצענט פונעם ארטיגן ריזן עקאנאמיע! דאס איז א ריזיגע פראצענט פאר אזא לאנד.

טשיינע איז א מעכטיג גרויסע לאנד דעריבער שטעלט עס פאר גאר אסאך צו זען. ווי ריזיגע שטעט ווי בעזשינג און שאנכיי און נאך וואס איז גאר אינטערעסאנט צו באטראכטן אזעלכע פארנומענע שטעט וואס ריען נישט קיין סעקונדע אין טאג.

דערנאך האט עס גאר שיינע בערג מיט הערליכע פאנאראמעס און וואסער פאלן, און ווי אויך די וועלט בארימטע מויער וואס לויפט הונדערטער מיילן און ווי די לעגענדע לויטעט קען מען עס אפילו זען פון די ספעיס (דאן צו וואס דארף מען אהינפארן עס זען, מען קען דאך עס זען פון די ספעיס?...).

ווי אויך פארמאגן זיי אסאך ארכיאלאגישע איבערבלייבענישן פון אור אלטע קעניגרייכן פון צוויי דריי טויזענט יאר צוריק, און מער קלארע איבערבלייבענישן פון דריי פיר הונדערט יאר צוריק, און טאקע אויך די גרעסטע פאלאץ איבער די וועלט 'די פארבאטענע שטאט'.


בעזשינג


שאנכיי



די טשיינע מויער


'די פארבאטענע שטאט'


3. אמעריקע.

אמעריקע איז שוין פאר לאנגע יארן א דעסטינאציע פאר טוריסטן פון איבער די גאנצע וועלט און עס קומען אריין יערליך צוויי און אכציג מיליאן טוריסטן!

אמעריקע איז דאך א ריזיגע לאנד און מען קען דא זען אלעס, אנגעהויבן פון ריזיגע פיסטע מדבריות אזוי גרויס ווי עטליכע אייראפעאישע לענדער אינאיינעם, וואס דארט געפינט זיך די וועלט בארימטע גרענד קעניאן, און גענדיגט ביי ריזיגע פארנומענע שטעט ווי ניו יארק און קאליפארניע וואס זענען עקאנאמישע ריזן וואס פירן די עקאנאמישע וועלט.

ווי אויך פון פארפרוירענע גלעטשער'ס אין אלאסקע ביז טראפישע ים ברעגעס אין האוואי און אלעס אינדערמיט.

ניו יארק טאקע איז די צווייט מערסט באזוכטע שטאט איבער די וועלט, מיט א יערליכע צוויי און פופציג מיליאן טוריסטן! (דערווייל האב איך נישט קיין בלאסן אהנונג וואס מאכט מענטשן אהערקומען צו דעם אנגעבלאזענעם שטאט...)


'די גאלדען ברידזש' אין קאליפארניע


סענטראל פארק ניו יארק


גרענד קעניאן


אלאסקא


האוואי


2. שפאניע

דאס איז גאר אינטערעסאנט אז דוקא שפאניע איז די צווייט מערסט באזוכטע לאנד איבער די וועלט שוין פאר לאנגע יארן און באקומט 83 מיליאן טוריסטן יערליך.

צוועלף פראצענט פון זייער עקאנאמיע שטייט אויף טוריזם און דרייצן פראצענט זשאבס זענען אנגעוויזן אויף טוריסטן. דאס האט געברענגט פאר זיי גרויסע חורבנות ביים יעצטיגן קאראנע קריזיס.

די ערשטע סיבה דערצו איז דאס אז עס איז כמעט די ווארעמסטע לאנד אין אייראפע, און עס האט א ריזיגע ים ברעג דורכאויס רוב לאנד, דעריבער גייען אהין מערערע אייראפעאישע טוריסטן פאר א ווארעמערע קלימאט.

ווי אויך האט עס אסאך קריסטישע היסטארישע קלויסטער'ס און שטותים, און מיר אידן ווייסן דאס גוט אז שפאניע איז געווען פאר לאנגע יארן א שטרענג קריסטישע לאנד גענצליך אידן ריין.

ווייטער האבן זיי אסאך אלטע פעסטונגען און פאלאצן, און ווי אויך א גאר שיינע נאטור פון בערג קייטן און הערליכע טאלן און אפילו סעמי מדבריות.
די מערסט באזוכטע שטעט זענען בארצעלאנע און מאדריד.


בארצעלאנע



מאדריד


1. פראנקרייך.

פראנקרייך איז די מערסט באזוכטע לאנד אין די וועלט מיט ניינציג מיליאן טוריסטן יערליך! און עס ברענגט אריין 62 ביליאן דאללער פאר די עקאנאמיע.

די הויפט שטאט פאריז איז טאקע פון די שפיץ דעסטינאציעס פאר יעדע טוריסט, סיי צוליב די קולטור און סיי צוליב די עצם שטאט וואס שטעלט צו אסאך אינטערטעימענט פאר טוריסטן.

אבער אויך אין דרום פראנקרייך איז דא א גרויסע טוריזם אנלויפעניש, סיי צוליב די ביטשעס, און סיי צוליב די טרויבן פעלדער און וועלט בארימטע וויין קעלערן און נאך.



פאריז


די קומענדיגע צען זענען אויפן סדר אראפ:
יאפאן, עסטרייך, גריכנלאנד, האנג קאנג, מאלאזיע, רוסלאנד, פארטוגאל, קאנאדע, האלאנד און מעקאו טשיינע.

אז מען קוקט איבער די היסטאריע פון די לעצטע פערציג יאר זעט מען אז פראנקרייך איז אלע יארן געווען די מערסט באזוכטע לאנד אין די וועלט, דערנאך שפאניע און אמעריקע וואס שלאגן זיך אלע יארן ארום פאר די טיטל פון די צוויייט מערסטע, און דערנאך איטאליע מיט טשיינע וואס קריגן זיך ארום אויף די טיטל פון די פערט מערסטע.

פאר מערערע יארן איז אויך עסטרייך און קאנאדע געווען צווישן די צען מערסט באזוכטע אין די וועלט, אבער היינט איז עסטרייך די צוועלפטע אויף די ליסטע און קאנאדע די אכצנטע.

טיילאנד און טערקיי זענען רוב יארן בכלל נישט געווען אויף די ליסטע פון די צען מערסטע, נאר ערשט די לעצטע צען יאר זענען זיי שנעלערהייט ארויפגעשפרינגען ביזן אריינגיין אין די קאטעגאריע פון די צען מערסט באזוכטע לענדער און צווישן די שנעלסט וואקסנדע.

דערנאך קען מען רעדן איבער די צען ווייניגסט באזוכטע לענדער איבער די וועלט, רוב דערפון אזעלכע וואס דו האסט נאך אין דיין לעבן נישט געהערט דערפון.

און דאס איז די ליסטע: נאורע (א נישטיגע 200 באזוכער פער יאר... שוין ווייניגער ווי ביי מיך אינדערהיים...), טאוועלא, סאמאליע, קיריבאטי, דרום סודאן, עקוועטירעל גינואה, מארשאל אינזלען, ליביע, טורקמעניסטאן און 'סעאו טאם ענד פרינסיפה' (יא, דאס איז א נאמען פון א לאנד אין אפריקע...)

די סיבה צו מערסטנס דערפון איז, וויבאלד עס איז לענדער וואס געפינען זיך אויפן גיגאנטישן פאסיפיק אקעאן ווייט אוועק פון סיי וועלכע אנדערע לאנד און אנצוקומען אהין איז זייער קאסטבאר און שווער.

און די זעלבע מיט עטליכע אפריקאנע לענדער וואס זענען נישט אהערגעשטעלט און אויך איז נישטא צופיל וואס צו זען דארט, אדער איז עס גאר סכנה'דיג.
געוויסע מענטשן וועלן טאקע דוקא יא פארן צו די דאזיגע לענדער טאקע ווייל קיינער קומט נישט אהין...

ווער עס האט עפעס צוצולייגן אויף דעם באשרייבונג, איז מכובד...


[align=center]דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.[/align]
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

דאס איז אמאל זיכער דער ארטיקל האט געווינען די 'ספיד' אין שנעלקייט פון קענען אפליינען די ארטיקל... זייער פיין באשריבן די הקדמה איבער טוריזעם און די פוינטס פון יעדע פון די לענדער.

זייער הנאה געהאט פון די הערליכע געקליבענע בילדער איינס שענער פונם צווייטן...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

WOW!!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער שיין אין רייך

אבער וואס איז מיט ארץ ישראל?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

געפלאנט האב איך צו געבן א בליק איבער, און געענדיגט אפליינען ס'גאנצע...

זייער אינטערסאנט, שיינע ידיעות, ליינט זיך פליסיג.

יישר כח!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

מומחה יוחס האט געשריבן:זייער שיין אין רייך

אבער וואס איז מיט ארץ ישראל?

מעג מען דען גיין אויף ארץ ישראל סתם ארום טור'ן?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

זייער אינפארמאטיוו! הערליך באשריבן!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:זייער שיין אין רייך

אבער וואס איז מיט ארץ ישראל?

מעג מען דען גיין אויף ארץ ישראל סתם ארום טור'ן?


איך האב נישט גערעדט וועגן סתם טור'ן אין אר''י איך רעדט פין פאקטן פין ארום דער וועלט... וואס אר''י האט אויך פין די מערסטע באזוכער'ס
סתם פין א שרייבער'ישער ווינקל...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

ווייזט אויס סיניש פון די 10 מערסטע
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

זייער געשמאק צי ליינען!
זייער אינפארמאטיוו.
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

זייער שיין! לאמיר האפן די נאמבערס זאלן צוריקקומען.. דערווייל איז עס ליידער ווי די שרייבסט...

אייוועלט פארמעסט האט געשריבן:[align=center][/align]



בעצם דארפסטו שוין היינט נישט אין ערגעץ נישט אראפ פארן לעבעדיג, אלעס קענסטו זען ביי דיך אינדערהיים זיצענדיג אויפן ריקליינער מיט די פיס ארויף אויף א קליינעם פשוט'ן סקרין...



[align=center][/align]
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

שטארק הנאה געהאט! ש'כח
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זייער א שיינע ארטיקל, אנגעפאקט מיט ידיעות אראפגעלייגט מיט א גוטע שפראך.
איך האב עס אפגעליינט מיט איין אטעם און איך רעיט אלעס 5.

ס'קומט אויס אז פון 52 מיליאן פון די 83 וואס קומען קיין אמעריקא קומען קיין ניו יארק סיטי, והשאר חולקין צווישן די איבריגע סיטיס אין לאנד?
אדער אפשר איז די 83 מיליאן פון אזעלכע וואס קומען אריין פון אויסלאנד, און די 52 מיליאן נעמט אויך אריין א פלארידאנער וואס קומט קיין ניו יארק סיטי?

הגה, די פיקטשערס זענען זייער היי רעז און זעען כמעט אויס פעיק. נאך א הגהה, אז די פיקטשער פון Horseshoe Bend אין גרענד קעניאן געט נישט געהעריג קיין אימעדזש פון די אויגפארכאפנדע וויוס וואס מ'זעהט ביי די קעניאנס.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

וואס מיינט די פארבאטענע שטאט פון כינע?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

שטומפיג האט געשריבן:זייער א שיינע ארטיקל, אנגעפאקט מיט ידיעות אראפגעלייגט מיט א גוטע שפראך.
איך האב עס אפגעליינט מיט איין אטעם און איך רעיט אלעס 5.

ס'קומט אויס אז פון 52 מיליאן פון די 83 וואס קומען קיין אמעריקא קומען קיין ניו יארק סיטי, והשאר חולקין צווישן די איבריגע סיטיס אין לאנד?
"אדער אפשר איז די 83 מיליאן פון אזעלכע וואס קומען אריין פון אויסלאנד, און די 52 מיליאן נעמט אויך אריין א פלארידאנער וואס קומט קיין ניו יארק סיטי?"

הגה, די פיקטשערס זענען זייער היי רעז און זעען כמעט אויס פעיק. נאך א הגהה, אז די פיקטשער פון Horseshoe Bend אין גרענד קעניאן געט נישט געהעריג קיין אימעדזש פון די אויגפארכאפנדע וויוס וואס מ'זעהט ביי די קעניאנס.




יא מרעכנט אויך וואס קומען פון אנדערע סטעיטס
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

איך האב זייער הנאה געהאט פון די ארטיקל זיי מוסיף

פינף פאר אלעס
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

אקעי. כעל מוזן איבערניצן דעם הקדמה וואס כאב געשריבן אינעם פאריגן ארטיקל.

שוין זייער לאנג נישט געליינט קיין ארטיקלן אויף אייוועלט (מסתם ווייל סיז נישטא צופיל וואס ציהט מיין אינטערעסע) האב איך אבער דעם אינטערסאנטן אינפארמאטיווע ארטיקל באגעגענט. און שטארק הנאה געהאט. דער הקדמה איז אויך זייער גוט צעלייגט און אראפגעגעבן.

קודם, דער תוכן הדבר - פערצופאל כגלייך אלעס ארום טרעוול. (הגם גראדע דיירעקט מער צו די נישט אזוי באזוכטע ערטער ווי טוריזם איז הייס.)
דערנאך, די הערליכע געקליבענע בילדער. וואס ערגענצט דעם שלימות הארטיקל.

און אויך די גוטע לייכטע שפראך. איין הערה, כוואלט נישט פאראידישט די אלע ענגליש געניצטע ווערטער ס׳פארפּלאנטערט אביסל דאס ליינען
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אינפארמאטיוו, און ליינט זיך פליסנד!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

זייער אינפארמאטיוו, גרינג צי לייענען, שיינע בילדער,

כ'טראכט נאר צו מיר אז ס'קען נישט זיין אז 52 מיליאן מענטשן זאלן וועלן קומען זעהן די שיינקייט פון די שטאט נוא יארק ווייל ס'דאך נישטא וואס צו זעהן אויסער אנגעפירקלטע ווענט און שמוציגע גאסען, פארדעם מוז זיין אז די מיליאנען מענטשן וואס קומען קיין נוא יארק זענען ס"ה קאנסטראקשען ארבעטער פון איבער די גאנצע וועלט וואס קומען בלויז צי קוקען ווי אזוי איינע פון די פארנומענסטע שטעט איבער די וועלט האלט זיך אינמיטן בויען, זיי קומען און לערנען זיך אויס וועלכע מיסטעיקס מ'זאל נישט מאכן ביים בויען אא"וו, ס'איז אלץ דא וואס צי זעהן, נוא יארק איז אלץ אונטער קאנסטראקשען.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

*****
*****
*****
***

א דאנק אייך (...) קענסטו עס זען ביי דיך אינדערהיים זיצענדיג אויפן ריקליינער מיט די פיס ארויף אויף א קליינעם פשוט'ן סקרין!!!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שטארק!!!

ווער רעדט נאך פון די בילדער...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

דאס איז א "כאפ" פון אן ארטיקל.

די בילדער זענען פארכאפנד פאר זיך.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

שטארק און אינפארמאטיוו.
ליינט זיך גוט, אנגעפאקט מיט אסאך ידיעות.
4
5
4
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אמת ניתן לאמירה
עס שוין געליינט צוויי וואכן צוריק אויפן PDF אבער אן די בילדער
און יאפס יעצט מיט די בילדער (און אוואו פארשאפט מען אזוינע קלארע און נישט נערמאלע שיינע בילדער??) איז אדס ממש אויט אוו די ווארלד...
גאר א שיינע און רייכע ארטיקל
און איך האב נעבעך געמיינט אז וויליאמסבורג איז די מערסט באזוכענדע פלאץ אין די וועלט....
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #11 - טוריזעם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

הערליך הערליך
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”