פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אינהאלט | שפראך | אווער אלל | אריינגיין אין פיינעל?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג יאנואר 28, 2021 4:02 pm

2
1%
★★
2
1%
★★★
12
4%
★★★★
10
3%
★★★★★
50
17%
2
1%
★★
2
1%
★★★
4
1%
★★★★
13
4%
★★★★★
53
18%
3
1%
★★
4
1%
★★★
5
2%
★★★★
20
7%
★★★★★
44
15%
11
4%
••
14
5%
•••
42
14%
 
סך הכל שטימען: 293

אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

[align=center][/align]

די בעקעלעך ווערן אנגעהיצט, די שטערן דערווארעמט זיך, די אויערן פלאמען, נאך צוויי סעקונדען און די פנים פלאקערט!

יעדער איינער בלאשט פון צייט צו צייט. די שאלה איז נאר, ווי אפט, ווי שטארק, און ווי שנעל מען קען זיך אפקילן דערפון. אויף דעם איז געווידמעט אט דער ארטיקל, ווי מיר וועלן פרובירן אריינצוגיין און דורכאקערן דעם נושא, און האפענטליך ארויסקומען מיט א מהלך ווי אזוי איבערצוקומען דאס בלאשן.

צום ערשט לאמיר פארשטיין, וואס איז דאס בלאשן.

בלאשן איז אן ענגליש ווארט, וואס מיינט רויט ווערן. (איך האב נישט געטראפן קיין אידישע ווארט דערפאר).

בלאשן איז א נאטורליכע וועג וויאזוי די גוף רעגאירט צו א סכנה, אדער צו א שטארקע געפיל וואס באפאלט א מענטש. ווי פרעשור, בושה, פארשעמט ווערן, אדער עפנטליכע אויפמערקזאמקייט.

די אדערן אינעם פנים ווערן פארברייטערט און פארמערן די בלוט שטראם, וואס ברענגט אז די פנים זאל רויט ווערן.

הגם, עס זענען פארהאן פארשידענע אנדערע סיבות צו רויט ווערן, אריינגערעכנט: אלקאהאל, הייסע אדער געפעפערטע מאכלים, הייסע וועטער, פיבער, געוויסע מעדעצינען, איבונגען און שווערע ארבעט - וועלן מיר זיך אבער באציען צו די עיקר סיבה פארוואס מענטשן טוישן קאלירן; נעמליך, ווען מען ווערט פארשעמט, אדער ווען מענטשן קוקן אויף איינעם. שטודיעס צייגן, אז בלויז זאגן פאר איינעם אז ער ער בלאשט איז גענוג צו מאכן א מענטש בלאשן...

שטעלט זיך די פראגע, אויב א גרעסערע צאל בלאשערס, בלאשן אוועק בלויז פאר בושה, דארף מען נישט שרייבן אן ארטיקל וויאזוי צו איבערקומען בלאשן, נאר ענדערש אן איבערזיכט אויף וויאזוי זיך צו האלטן שטארק מיט קאנפידענס נישט צו פארשעמט ווערן.

אבער דער אמת איז, אז עס איז טאקע נארמאל און גענצליך נאטורליך צו בלאשן ווען מען ווערט פארשעמט אדער אומבאקוועם, אבער די שליסל איז, זיך צו האלטן ווייטער רואיג, ווי שפעטער ערקלערט.

רוב מענטשן בלאשן, ווייל זיי בלאשן... לאמיר עס ערקלערן מיט א קורצן עפיזאד פונעם נישט ווייטן פארגאנגענהייט.

יענקל גייט יעדן טאג אין דשאב, ווי ער ארבעט מיט א קבוצה היימישע אינגעלייט. ער איז נאך טאקע ניי, אבער ער האט זיך שנעל אויסגעלערנט וויאזוי צו צופרידן שטעלן דעם באאס. ער איז צייטליך ביי די ארבעט, ער הערט אויס די בויך וויי פונעם בעה''ב און לעקט איהם ווי אן אייזקריעם ווען מ'ברויך, ער קומט צו אלע מיטינגס צייטליך, (איך ווייס נישט ווי איהר ארבעט, אבער דאס טוט מען ביי אונז אין דשאב א מערהייט פונעם טאג...), ער האט זיך שנעל געלערנט וויאזוי די בעל boss גלייכט די קאַפיעס, מיט איין שיפע סטעפל אויבן, נישט צוויי! אין קורצן, ער טוט די ארבעט בשלימות.

אבער מיט די ווארקמעיטס גייט עס נישט אזוי גלאטיג. ער שעמט זיך געפערליך.

מיינט איהר אז יענקל איז א שטילע פארמאכטע אינגערמאן, וואס קען נישט אויפמאכן זיין מויל אין פובליק. אבער עס איז לגמרי נישט אזוי, יענקל איז געווארן א שטילע אינגערמאן. וויאזוי? אט הערט;

איין טאג, האט יענקל געבראכט די פרישע נייעס, וואס ער האט נארוואס געהערט אויף תן תן ראדיא סטאנציע. ער הערט נישט קול מבשר, נאאא ער איז דאך א פארנומענע מענטש, ווי האט ער צייט פאר אזאנע שטותים... ער האט זיך עפעס אנגערופן אין קאפעטעריע, געקריגן אביסל עטענטשען צו וואס, נישט עפעס מורה'דיג, ער ווערט פארויטלט. שוין, נישט געפערליך. אבער יעצט שפירט ער אז ער איז רויט געווארן, ווערט ער נאך רויטער ווייל ער שעמט זיך אז ער טוישט קאלירן, און יעדער קוקט אויף איהם. און אזוי ווערט די רויטליכקייט נאך שטערקער אז ער כאפט זיך אז ער שטייט דא אין צענטער פון א גרופע מענטשן, מיט א פארבלאשטע געזיכט. ער הייבט אן שוויצן ווי ביים בעשוי, ער שפירט ווי זיין פנים איז הייס און רויט ווי בארשט, וואס פארארזאכט אז ער זאל נאך רויטער ווערן. דאן ווייסט ער שוין נישט ווי זיך צו באהאלטן פאר בושה אז ער בלאשט און בלאשט אן אויפהער בלויז ווייל ער האט זיך עפעס אנגערופן און קאווע שטיבל.

יעצט ווען איינער פרעגט איהם איבער, שפירט ער ווי יענער קוקט אויף איהם מיט וואונדער אויף דער שעמעדיגער אינגערמאן וואס איז נעבעך אזוי רויט געווארן, און ער קען שוין נישט געהעריג ענטפערן. זיינע רעיונות וואס ער וואלט ווען געוואלט מיטיילן מיטן ציבור בלייבן שטעקן ביי איהם ווי א שטיקל פענסיל שאלאכטס אינעם קענסיל פעיס, בשעת ער מאכט זיך פארנימען מיטן מישן די קאווע זיינעם, ווי איינער וואס פרובירט צו ברעכן א רעקארד צו וואס.

אבער דאס איז נאר די אנהויב פונעם קייט רעאקציע. צומארגנס וועט ער זיך שוין בכלל נישט אנרופן, צוליב מורא אז ער וועט נאכאמאל רויט ווערן אין פאבליק ווי א רויז צווישן דערנער, וועט ער ליבערשט שטיל בלייבן אינגאנצן, און זיך פארשליסן מער און מער און זיין באקוועמע זאנע.

און אזוי, ווערן פילצאליגע אומשילדיגע אידן פארוואנדלט אין א שטילער אינגערמאן, אויף א מאסן שטערבליך פארנעם.

קומט אויס, אז ס'איז לאו דוקא די בושה. קען זיין א אינגערמאן מיט די גרעסטע סעלף קאנפידענס און סעלף עסטיעם, ער איז אבער נאך אלס א שטילער צוליבן פחד פון רויט ווערן על לא עול בכפו. דעריבער, גייען מיר נישט רעדן דא וויאזוי צו בויען זעלבסט זיכערקייט, דאס וועלן מיר לאזן פאר די פילע פראדאקטיוו קורסעס צו לייזן א מטבע, מיר וועלן זיך באציען צום עצם ענין פון בלאשן, און וויאזוי דאס בייצוקומען.

אבער בעפאר מיר גייען ווייטער, לאמיר אייך פארשטעלן נאך א משל. ווייל אויב מיינט איהר אז יענקל'ס מעשה איז איבערגעטריבן, קענט איהר זיך אבער מעגליך יא טרעפן אינעם קומענדיגן געשיכטע.

בערל הייסט ער, א וואוילע אינגערמאן, נישט צו שטיל נישט צו הויעך, דעם שבת האב איך געכאפט א שמועס מיט איהם, און אנדעקט א שטוינענדע פאקט.

ווען די גבאי האט געבעטן בערל'ן צו צוגיין צום עמוד, האט ער שיינערהייט אפגעזאגט, און דערביי אויסגעגאסן דאס הארץ צו מיר, ווי א פישקע קליקס שבת כ'מיטאג. איך קען דאווענען, זאגט ער. איך קען גוט דאווענען, שטרייכט ער אינטער. נו פארוואס ווילסטו נישט דאווענען?

איך ציטער צו אויסלאזן.

וואס?

איך ציטער צו אויסלאזן. און ער הייבט אן מסביר זיין, נעמענדיג דעם ישיחנו לאחרים צום נעקסטן שטאפל, ווי גלייך ס'איז קיין מארגן נישט פארהאן. איך האב באמת הנאה צו דאווענען, ב''ה איך קען גוט דאווענען, זאגט ער, נישט שפארנדיג קיין גוטע ווערטער. די עולם גלייכט מיין דאווענען, רעדט ער אין ציבור'ס נאמען ווי א ריכטיגע שליח ציבור. איך זאג עס נישט צו גרויס האלטן, פראוועט ער עניוות צו אלע צרות. אבער ג-ט האט מיר געשאנקן א שיינע שטימע, ערקלערט ער מיט די וועלטס זיכערקייט, אריינבייסענדיג און זיין שפיץ בארד ווי א הונגעריגער אין א סלייס פיצא.

אני הקטן שאקל צו מיט הסכמה. איך שפאר אויך נישט קיין קאמפלימענטן צו זיין ריכטונג, מאכענדיג איהם שפירן דערהויבן ווי א פעני וואס שפירט זיך ווי טו סענטס... אבער דער איד וויל נישט אויפהערן. ער האט ווי פארגעסן אז ער וויל מיך יעצט מסביר זיין פארוואס ער וויל נישט צוגיין צום שטענדער. צוליב דעם האב איך איהם בכלל מסכים געווען אויסצוהערן.

אקעי, דעם צד פארשטיי איך שוין, זאג איך, דו גלייכסט דעם ברעטל, פארוואס אבער ווילסטו עס נישט נעמען? פרעג איך, ווען מיין נייגער שטייגט העכער ווי קאקא-קאלע מיט מענטאוס ביינעזאם.

אה, דערמאנט ער זיך, נאכלאזאנדיג עטוואס פונעם אנטוזיאציע, איך ציטער צו אויסלאזן.

יא כ'האב שוין געהערט, וואס האסטו מורא צו אויסלאזן? ברכו נאך מזמור לדוד?

לאמיר דיך מסביר זיין, זאגט ער, אריינגראבנדיג מיטן אצבע אינעם נאז ווי איינער וואס זוכט דיימאנטן. די דאווענען פארט שיין, איך שטיי מיך מיטן טלית איבערגעבויגן אויפן קאפ, איך זעה נישט קיינעם, קיינער זעהט מיך נישט, ס'א מחי'. אבער! גייט זיין שטימע ארויף א לעוועל באטראכטענדיג מיט קענטיגע הנאה דעם באשטאנדטייל אויפן טישו. ווי נאר איך לאז אויס דעם והי' ה' למלך על כל הארץ, דארט הויבט זיך אן די ריכטיגע יסורים. אלע שטייען אויסגעדרייט צו מזרח, און באטראכטן מיט שפאנונג ווי איך טוה אויס דאס טלית, דריי צוזאם די פיאות, און טוה אן דעם שטריימל און רעשוואולקע. גרויס און קליין נעמען נישט אראפ קיין אויג פון מיר, ווי פישכאפער אויפן ים. דאן, ווי א שלאקס רעגן אין סוכה, שרייען אלע אויס א ספאנטאנישע ש'כח! ש'כח! צו מיין ריכטונג און איך ווער אזוי רויט, אז קארס אויפן גאס וואלטן זיך אפגעשטעלט זיך באגעגנדיג מיט מיין געזיכט.

און ווער רעדט נאך, זאגט ער ווייטער מיט א דראמא אין זיין שטימע, באהאלטענדיג דעם אפגעניצטן טישו זיינעם אינטערן סידור ווי גלייך עס וועט דארט בלייבן עד יבא שילו. ווען ס'דא א קדיש יתום. אוי אוי אוי, קרעכצט ער ווי ס'וואלט קיין ערגערס נישט געווען. איך שטיי דארט ביים עמוד, איך קען נישט אפיאגן פון שטח, און די עולם קען נאכנישט אנהויבן מיט די ש'כח געשריי. שטייענדיג דארט קען איך גארנישט טאן אויסער ווערן רויטער, ווען די קורצע צייט וואס נעמט צו זאגן קדיש קוקט אויס לענגער ווי א חודש פון זונטאגס...

דערפאר, פירט ער אויס מיט ביטערניש, גיי איך ליבערשט בכלל נישט צו, כדי צו פארמיידן דו בושה פון רויט ווערן.

אט די געשיכטע רבותי, האט מיר געמאכט איינזעהן אז ס'קען זיין א איד מיט די גרעסטע זיכערקייט, ער איז איבערצייגט אז די עולם קומט אין ביהמ''ד בלויז פאר זיין דאווענען, ער ציטערט אבער צו צוגיין צום עמוד ווייל ער וויל נישט רויט ווערן.

דאס, (און די פארמעסט), האט מיר באוואויגן צו נעמען די פענסיל אין האנט אריין און ארויסהעלפן אחב''י מיט עצות, ווי אזוי זיך צו ספראווענען מיט אט דעם סטראגל.

ווי אזוי צו בייקומען בלאשן.
די שליסל צו אויפהערן מיטן בלאשן, איז זיך צו האלטן רואיג. אבער לאמיר אייך, ליבע ליינער, צוטיילן די ענין אויף פארשידענע ווירקזאמע און אויסגעפרואווטע עצות:

אטעם, און האלט דיך רואיג:
צום ערשט איז ווערד צו פרובירן די אלט באקאנטע מהלך פון אטעמען טיף שטייטלעך, אריין און ארויס, וואס העלפט פאר אלע מיני סטרעס און אנגעצויגנקייט. אזוי אויך פרובירן צו בארואיגן די גוף, רילעקסן די אקסלען און שטיין גראד. נאכלאזן פון די אנגעצויגנקייט וואס מען שפירט אויף די מינוט, און זיך דערמאנען, אז בלאשן איז א נארמאלע זאך. ס'איז נישט די ערשטע מאל און נישט די לעצטע מאל וואס דו בלאשסט.

בלאשן קומט פיל מאל אינאיינעם מיט סטרעס, דערפאר איז כדי צו נידערן די סטרעס, וואס וועט אטאמאטיש בארואיגן די בלוט געלויף אינעם קאפ און אפקילן די רויטקייט.

שמייכל:
יא, א שמייכל, אפילו אן קיין שום סיבה, קען האבן א געוואלדיגע השפעה אויפן מענטש. פילצאליגע שטודיעס צייגן, אז מענטשן וואס שמייכלען מער, אפילו זיי מאכן זיך נאר, דערגרייכן פיל ווייטער אין יעדע פעלד. דאס האט אן השפעה אויפן מח און טוט איהם ווי איינרעדן אז די ביסט רואיג, טראץ וואס אין ריאליטעט הערשט א אנגעצויגנקייט אין די קישקעס. (איהר מוזט נישט גלייבן, לאמיר עס צוזאמען אויספרובירן. איינס, צוויי, דריי, שמייכל! איהר שפירט בעסער? איך האף אזוי...)

אזוי אויך, זעהט מען אויס בעסער ווען מען איז רויט מיט א שמייכל ווי אן א שמייכל, ווייל ווען מען שמייכלט קען מען צומאל נאטורליך קריגן רויטע בעקעלעך.

זעה נאר אז די שמייכל זאל אריינקומען, נישט ווען איינער זאגט דיר אז זיין טאטע איז נארוואס געשטארבן...
שמייכלען איז גוט צו ניצן ווען מען טרעפט א געוויסע פערזענליכקייט וואס מ'ווערט רויט אין זיין געגענווארג, פאר סיי וואספארא סיבה.

טראכט נישט פון בלאשן!:
ווי אויבן אויסגעשמיעסט, רוב מענטשן בלאשן מער, ווייל זיי טראכטן אז זיי בלאשן. טראכט נישט! מאך דיין מח פארנימען מיט סיי וואס ס'זאל נאר נישט זיין, אבי נישט פון דעם.

דאס איז נישט גרינג פאר יעדעם. מענטשן מיט ברייטע פאנטאזיעס וועלן גריגער קענען פראקטעצירן דעם מעטאד. מען קען זיך פאר עטליכע סקונדעס אויספלאגן אינגאנצן פון די סביבה, ווי גלייך מען וואלט נישט דא געווען, ביז די רויטליכקייט קילט אפ. טראכט פון א רואיגע געשמאקע ארט, וואו די גלייכסט זיך צו געפונען.

אן איטערסאנטע זאך זאגן געוויסע, אז טראכטן פון קאלטע זאכן קען העלפן אפקילן די רויטקייט. ווי א קאלט גלעזל וואסער מיט אייז קעסטלעך דערין, אדער ווי איהר גייט אריין אין א קאלטן שווים באסיין, וכדו'. אזוי אויך, העלפט צומאל צו טראכטן פון א לאכעדיגע זאך, וואס דאס מאכט א מענטש מער אויפגעלייגט און רואיג.

פליק אראפ די מאסקע:
אמאל טוט מען עפעס נישט ריכטיג, און מען האפט אז די ערד זאל זיך עפענען אינטער זיך פאר בושה. די בעסטע וועג זיך ארויסצודרייען, (ווי נאר מען זעהט אז די ערד האט זיך נישט געעפענט,) איז דורך רעדן דערפון. צום ביישפיל, איינער גייט אריבער די פרישע האנטוכער אין מקוה, און בטעות גיבט ער א דריי איבער די גאנצע הויפן... אנשטאט צו ווערן פארשעמט און אוועק שפאצירן, אדרעסירט מען די נושא פאר אלע ארימיגע, אראפנעמענדיג די מאסקע. מען קראכט א קארני דשאוק; א שטייגער ווי, רבותי, כאפטס האנטוכער ווי לאנג ס'נאך דא טריקענע... אדער, סארי חברה, גלייבטס מיר כ'האב עס נישט געוואלט טוהן, ווען יא מאך איך א בעסערע דשאב... וכדו'. אזוי ברעכט מען די אייז, און די בושה גייט האלבוועגס אוועק.

דאס זעלבע, איז אן אפציע צו טוהן ווען ס'קומט צו בלאשן. מען קען זיך אנרופען, איך בין רויט? כ'ווייס נישט פארוואס כ'בלאש עפעס אזוי יעצט... אדער, ס'איז געפערליך הייס דא, כ'שפיר ווי מיין פנים איז הייס... און מיטן אדרעסירן די עלעפאנט אינעם צימער, ווערט די פרעשור נאכגעלאזט. (ס'איז כדאי צו האבן רעדי איינס אדער צוויי פון די סטעיטמענטס, צו זיין גרייט צו ניצן שנעל אין א נויטפאל...)

פארשטייט זיך אליין, אז אט דעם מעטאד איז נישט געמאכט פאר יעדן, און נישט פאר יעדע סיטואציע, ס'דא פאר וועם ס'קען ערגער מאכן. אבער ס'איז ווערד צו האבן אינעם טול שאכטל.

קעמפף די בלאש מיט א בלאש:
אקעי, בלויז צו שרייבן דאס קומענדיגע הייב איך אן צו בלאשן...
ווען איהר שפירט אז איהר ווערט רויט, האב איך אן עצה פאר אייך, פרובירט צו בלאשן די שטערקסטע מעגליך! דאס וועט העלפן די בלאשן אוועקגיין... פארשער ווייסן נישט פינקטלעך וויאזוי דאס ארבעט, אבער געוויסע זאגן אז דאס האט זיי גאר שטארק געהאלפן און די במשך די צייט, צו האלטן דאס בלאשן אינטער קאנטראל. גאנץ מעגליך אז ס'האלט פשוט די קאפ פארנימען מיט עפעס...

אגב, זאגן ספעציעליסטן אין דעם פעלד, אז איינער וואס בלאשט אסאך, איז כדאי צו פראקטעצירן די בלאש. דהיינו, זיך רויט מאכן אין א ליידיגע שטוב, ווען קיינער זעהט נישט, וואס דעמאלס איז ער רואיג. דאס וועט איהם העלפן קאנטראלירן די בלאש ווען ער איז יא צווישן מענטשן.

אויב איז עס צו שווער פאר אייך, מעגליך די קומענדיגע עצה קען אייך צונוץ קומען.

שפיר די בלאש:
דער מעטאד דא, איז שוין מיין אייגנס, און ס'ארבעט וואונדער!

אקעי, נישט ממש אייגנס, איך האב געמאכט א גזירה שוה פון ערגעץ אנדערש... ס'איז א באקאנטע מעטאד וואס מען לערנט אויס פאר עדיקשאן.

למשל, א שיכור וואס וויל זיך אפגעוואוינען פונעם ביטערן טראפן. ווען ער וויל נעמען א גלעזעלע משקה, שפירט ער א געוויסע פילינג, א געפיל פון גליסטעניש. אביסל און די מויל, אביסל אין קאפ, אבער בעיקר אין די טשעסט, וואס דארט שפירט מען רוב שפירונגען. יעצט, ווען ער הייבט אן פילן די אלע פילינגס, זאל ער זיך מתבונן זיין אינעם פילינג, און פילן די פילינג. פילן, און אריינקלערן וואס ער שפירט. ווי נאר ער וועט דאס טוהן וועט זיך די געפיל בארואיגן.

טעראפיסטן ניצן דאס פאר אלע סארטן עדדיקטס. אריינגערעכנט: אלקאהאל, דראגס, רייכערן, געמבלינג, אינטערנעט, טעלעוויזיע, שאַפינג, איבערעסן, און איך וויל נישט זאגן וואס נאך.

פינקטלעך וויאזוי דאס ארבעט, וועלן מיר נישט אריינגיין דא, אבער מען קען ניצן די זעלבע מעטאד פאר בלאשן.

ווען דו שפירט אז דו בלאשסט, הייב אן פילן וואס דו פילסט. פיל ווי די בליט פילט אן דיינע באקן, פיל עס. אט דעם מעטאד האב איך דורכגעפירט כמה פעמים מיט גרויס סוקסעס, און עס העלפט נישט נאר אויף די מינוט, נאר אין די לאנגע געלויף מען זאל שוין נישט בלאשן אזויפיל. די הסבר וועלן מיר לאזן פאר א צווייטע געלעגענהייט. פרובירט עס אויס!

קוק נישט אויף אנדערע מענטשן:
די עצה גייט צוזאמען מיט אנדערע. בשעת מען נעמט די פאר סעקונדעס זיך אפצוקילן, זאל מען נישט קוקן אויף אנדערע מענטשן, וואס וועט פארשנעלערן די פראצעדור צו געווינען קאנטראל אויפן בלאש.

דאס איז באשטעטיגט געווארן דורך א געוויסע סייקאלאדזשיסט, וואס האט אמאל געדינגן עטליכע מענטשן זאלן באטראכטן איינעם, און ווי ערווארטעט האט די סאבדזשעקט אוועקגעבלאשט ווי א רייפע טאמאטע. שפעטער האט ער אנגעטון פאר די באטראכטערס שווארצע זון-גלעזער, דאסמאל האט דער מענטש שוין נישט אזוי געבלאשט, אפילו ער האט געוויסט אז זיי קוקן אויף איהם, ווייל ער האט נישט געזען זייער אויגן.



דאס איז אלעס ווען מען בלאשט שוין. אבער ס'כדאי צו פרובירן צו פארמיידן דאס בלאשן, דורך די פאלגאנדע טיפס:

- טרינקן קאלטס ביפאר דו קלערסט אז דו וועסט בלאשן. ווי למשל, דו דארפסט זיך טרעפן מיט איינעם, אדער בעפאר דו גרייטסט דיך אויפצוטרעטן מיט א דרשה. (אגב, דאס העלפט אויך בשעת'ן בלאשן, נעם א גלעזל וואסער און זיפ דערפון, זיך אפצוקילן).

- זיי אין א קאלטע צימער, אויב מעגליך. די הייסע טעמפוטשער מאכט מען זאל שנעלער בלאשן.

- האלט זיך היידרעידעד. מענטשן וואס טרינקן מער וואסער דורכ'ן טאג, בלאשן ווייניגער.

- מענטשן וואס מאכן טעגליך עקסערסייז, בלאשן ווייניגער.

- פארמייד מענטשן אדער ערטער וואס מאכן בלאשן.

דאס איז טאקע קעגן אונזער ציל, וואס מיר ווילן זיך נישט צוריקהאלטן פון טוהן עפעס בלויז ווייל מען גייט בלאשן. אבער מיר רעדן נישט פון אינגאנצן אויסמיידן די סיטואציע ווי א בת היענה. נאר עס קען העלפן צו אבזעווירן וואס מאכט דיר בלאשן און עס טוהן אנדערש. ווי למשל זיצן אויף א אנדערע בענקל אין קאנפערענס רום, אדער שטיין אין א געוויסע ארט וואס מען שפירט זיך באקוועמער וכדו' קען אמאל אויסמאכן. איין שטודיע האט געקוקט אויף מענטשן אין פנים אריין, בשעת זיי האבן געזינגען איינער אליינס, און פארשטייט זיך זיי זענען רויט געווארן ווי א טשערי לייט. דערנאך זענען זיי געשטאנען אין די זייט פונעם זינגער און געקוקט אויף איהם, האבן זיי געזען אז די זייט פונעם פנים ווי זיי האבן געקוקט איז געווארן רויטער ווי די אנדערע זייט...

- פראקטאציר די בלאש (ווי אויבן דערמאנט).

- זיי וויסן אז קיינעם גייט נישט אן אז דו בלאשסט, קוים וואס מ'באמערקט. יעדער האט גענוג אנדערע דאגות, יעדער איז פארנימען מיט זיך. ווען איז די לעצטע מאל דו האסט געטראכט אויף איינעם אז ער בלאשט?

היייב אן טראכטן פאזאטיוו. דו וועסט קיינמאל נישט זיין הונדערט פערצענט פערפעקט. (יא, דאס הייסט געטראכט פאזאטיוו...) קיינער איז נישט. ס'איז אן אלטע איינרעדעניש פון מענטשן, אז ווען זיי וועלן זיין פערפעקט וועלן מענטשן זיי מער ליב האבן. קוק דיך אום, פארהאן פילע נישט-פערפעקט מענטשן וואס זענען באליבט ביי אלעמען. זיי דיך אליינס, און הער אויף פארגיסן אומשילדיגע אידיש בלוט!

צום לעצט, איז כדאי צו אנווייזן וואס געוויסע שטודיעס האבן געצייגט, אז מענטשן גלייכן נישט איינער וואס בלאשט בכלל נישט. מענטשן וועלן שנעלער פארגעבן איינעם וואס האט געטון אן עוולה, ווען יענער בלאשט דערױף, ווייל בלאשן איז א צייכן פון א נארמאלע מענטש מיט געזינטע געפילן.

און מיט דעם וועלן מיר ענדיגן, מיר האפן אז איהר האט הנאה געהאט, און זיך געלערנט עפעס פריש.

דרך צליחה




[align=center]דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.[/align]
לעצט פארראכטן דורך אייוועלט פארמעסט אום דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 9:24 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
וועןרענטל
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועןרענטל »

Wow
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער אינטערסאנט, חומר למחשבה
רייך אין געשמאק
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

דער איז פיינע נייעס!
ער קומט אריין קלאר, מיט א זאפטיגן שפראך, און ברענגט ארויס דעם ענין מיט אלע מטעמים.

האמיר שוין נאך א געווינער!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
א פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 3:56 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פוינט »

א זיסע ארטיקל פאר טאג טעגליכע ערשיינונגען...
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

*****
*****
*****
***
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

זייער געשמאק באשריבן א דיפרענט נושא, דיינע לשונות איבער בערל׳ען פונם עמוד זענען געוואלדיג.

כ׳האף נאר אז דו בלאשט מיר נישט יעצט..
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

5 ביי 5
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

געליינט די ערשטע האלב, אבער איך קען מיך נישט קוקן אין פנים פאר אזוי לאנג אין א צי... דעריבער וועלן מיר ממשיך זיין אין א צווייטע געלעגנהייט.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער א זיסע איידיע פון אן ארטיקל.
איך מיין איך שמעק ווער דער שרייבער איז אבער איך וויל אים נישט מאכן בלאשן
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

וואף ענדליך איינער ברענגט נוצבארע לעזונגן פאר כלל ישראל

גבאי בית מדרש! ס'קומט א שטראם פון גוטע בעל תפילות
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

שטארק הנאה געהאט!
זיס און געשמאק צו לייענען. טענקס.
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

זייער קלאר
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אלס א ליידענדער פון דעם פראבלעם קען איך נישט מער ווי אגריען צו יעדעס ווארט. איך בין ב"ה ארויסגעקראכן דערפון אבער איך קראך אריין אין דעם יעדע שטיק צייט.

איך פלעג אמאל נישט קענען רעדן צו קיין פרעמדן, צוגיין צום עמוד, אנקומען אינמיטן א חתונה ווען איך רעד מיך איין אז יעדער קוקט אויף מיר, וכו'. טייל פון די זאכן ווערן צעבלאזן פון זיך אליין, אנדערע זענען נאך געבליבן אין פלאץ. ס'איז א נחת אז איינער נעמט די קוראדזש מייעץ צו זיין אנדערע איבער דעם.

איך גיי מיך קריגן מיט איין שורה: פארמייד מענטשן אדער ערטער וואס מאכן בלאשן. פונקט פארקערט, גיי אהין וואס מער, טויש נישט קיין פלעצער און מאך דיך בלאשן שנעלער, נאר אזוי וועסטו ארויסקריכן דערפון. ברעך דיך, זעץ אריין דערין, אזוי וועסטו עס ארויסקנאקן שנעלער.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פיינע נייעס! גוטע שפראך. דער שרייבער שרייבט פראפעסיאנאל. גוט און רייך צענומען די נושא.

5 פאר די תוכן און לייק פאר'ן קעפל!


איך האב אויך א שפיר איבער'ן שרייבער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

זייער א גיטע און וויכטיגע טאפיק, ס'וועט ציניץ קומען פאר מיר און - איך גלייב - פאר פיל אנדערע.
זייער קלאר און גוט געשריבען
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דבר בעתו מה טוב... געליינט דעם ארטיקל האלטנדיג נאך ד' כוסות 'בלאש' גרעיפ דזשוס...

זייער א געשמאקע 'ריעד', קוקט אויס נוצבאר (הגם איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען זיך מאכן בלאשן וכדומה, מסתמא לייד איך נישט דערויף, ב"ה)
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

לכאורה האט געשריבן: (הגם איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען זיך מאכן בלאשן וכדומה, מסתמא לייד איך נישט דערויף, ב"ה)

האסט אמאל א צייט ווען דו בלאשט? (נישט אויף גרעיפ דזשוס...)

דערמאן דיך יענע מאמענטן. שטעל דיך פאר ווי די ביסט יעצט דארט, און עס פאסירט כך וכך...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

איינע פון די עצות איז געווען פראקטיצירן 'בלאש' אן ארומיגע אין געגנווארט, איך מיין אז מיין ערשטע בלאש אין דעם עקסערסייז סעריע איז געווען אינמיטן לייענען דעם זאפטיגען ארטיקל,

ביז יעצט פלעג איך נישט צופיל צולייגן מחשבה צי איך בלאש אדער סתם הייס, מכאן ולהבא וועט מיין מח ביי יעדן סענזאציע עקסטער אנפאנגען ווירבלען צי דאס הייסט געבלאשט און אויב יא וועט עס אנפאנגען פיבערהאפטיג דורכנישטערן וועלכע פון די אויסגערעכנטע מיטלען וועט דא ראטעווען די בלאשעראציע.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זיסע ארטיקל אויף א דיפפערענט טאפיק.
די שפראך איז זייער פליסיג און געשמאק, הגם ס'איז נישט ווייסעכוואס שרייבעריש, גיימער פאר א 4'ער אויף שפראך.
די נושא איז יוניק און הלכה למעשה'דיג, וועלמער עס רעיטן א 5'ער
און אוועראלל זיכער א 5'ער
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

און כאפארגעסן, די קעפל איז ווערד 5 סטארס פאר זיך.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

שטומפיג האט געשריבן:און כאפארגעסן, די קעפל איז ווערד 5 סטארס פאר זיך.

יאפ. דאס איז מיר מוראדיג געפאלן!
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

איך בין נישט קיין בלאש'ער, אבער פינקט היינט איז מיר עס גיט צוניץ געקימען,
דאנקע שיין!
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1126
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

זייער הנאה געהאט, זאפטיג געשריבן.. די פראבלעם איז נאר, אז ווען איך האב עס געדארפט נוצן, האב איך פונקט פארגעסן אלע עצות...
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטש 2 פראצענט אמת.
מפתח - פויליש פארווע ארטיקלען
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #9 - הערט אויף פארגיסן אידיש בלוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

פיינע נייעס דער ארטיקל... געליינט עטליכע מאל, און הנאה געהאט יעדעס מאל מיט א פרישקייט.

גערעיטעד 5 5 5 3 אן קיין צווייפל!

אויב האב איך איין הערה פארן שרייבער, איז עס ער זאל שרייבן אפטער!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”