הארצלאז! באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: הארצלאז! באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

קארן האט געשריבן:יעדע פאציענט וואס דארף אדורכגיין א טרענספלענט, באקומט מעדיקעישאן צו אפשוואכן די אימיון סיסטעם, סיי פארדעם און סיי נאכדעם. ביי געוויסע פעלער הרגט עס אינגאנצן אפ די אימיון סיסטעם, אבער נישט געפערליך, מוועט אים צווינגען צו נעמען די וואקסין, איי די מעדעצין גייט עס במילא אפהרגענן? וועם גייט עס אן.

די אימיון סיסטעם קען נאר בויען אנטי באדיס פונדאסניי אויב ער איז שטארק

ווען מען האט שוין אנטי באדיס געבויט אינעם סיסטעם איז עס אן אנדערע מעשה אפילו זיין אימיון סיסטעם איז שוואך
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: הארצלאז! באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

איך בין נישט וואקסינירט. איך האלט אז א וואקסין מאנדאט קען אין אסאך פעלער זיין אומ'יושר'דיג און שלעכטקייט.

אבער כ'שטוין ווי מען מאכט דא אפ מעדיצינישע כללים מיט א מחי יד ווי לאנגיעריגע פראפעסארן...
געשטימט פאר ראשעק הול
זאגעפעסגיט
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 09, 2016 1:51 am

Re: הארצלאז! באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאגעפעסגיט »

צולייגער האט געשריבן:איך בין נישט וואקסינירט. איך האלט אז א וואקסין מאנדאט קען אין אסאך פעלער זיין אומ'יושר'דיג און שלעכטקייט.

אבער כ'שטוין ווי מען מאכט דא אפ מעדיצינישע כללים מיט א מחי יד ווי לאנגיעריגע פראפעסארן...

דא טו קאוויד איז יעדער (אלע פאליטיקאנטן) געוואָרן לאנגיעריגע פראפעסארן....
נאר מיט א ריזיגע שמייכל
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: הארצלאז! באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

אנדערע ברענגען יא וואס זיין זייט איז:

קאוד: וועל אויס אלע

The organiser of the fundraiser said Mr Ferguson was concerned he could experience cardiac inflammation - a potential side effect from coronavirus vaccination that the US Centers for Disease Control and Prevention (CDC) emphasises is rare and temporary - and that it might prove dangerous given the weakness of his heart.

אדער:

קאוד: וועל אויס אלע

The fundraiser said that his resistance to the vaccine also has to do with his fears of heart inflammation, which health officials have said in rare cases have been associated with the shots.

“But in DJs case he can NOT afford for his heart to swell any more than it already is right now. He is at extremely high risk of sudden death if it does,” the page said.

“We have had many conversations with the doctors, who confirmed that his heart COULD swell and go into severe crisis but they can’t guarantee anything and it’s a choice we will have to make if he wants to be listed.”
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13509
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: הארצלאז! באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

פארווייטאגט האט געשריבן:אנדערע ברענגען יא וואס זיין זייט איז:

קוקט אויס ווי 'אלטערנאטיווע פאקטן' לצורך פרנסה.

דער טאטע און מאמע זיינע האבן געהאט א צווייטע ווערסיע.

“My son has gone to the edge of death to stick to his guns and he’s been pushed to the limit,” Ferguson said.

...

“It’s kind of against his basic principles; he doesn’t believe in it.
It’s a policy they are enforcing and so because he won’t get the shot, they took him off the list of a heart transplant,” Ferguson said.

...

While the family says DJ has received great care from doctors and nurses at Brigham and Women’s, they just don’t agree with the heart transplant COVID vaccination policy. “I think my boy is fighting pretty damn courageously and he has integrity and principles he really believes in and that makes me respect him all the more.”

Which is why the family is sticking by DJ’s side and hoping for the best. “It’s his body. It’s his choice,” Ferguson said.

ווען חתן דנן איז מיין זון וואלט איך אים געהייסן נעמען דעם וואקסין צו ראטעווען זיין לעבן. הארצלאז פון זיינע עלטערן צו שפילן זייער נארישע "רעספעקט" און "פרינציפן" און "אויסוואל" נאנסענס און לאזן זייער קינד, א טאטע און מאן, זיך מקריב אויפן מזבח פון פאלשע פרייהייט.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6753
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: הארצלאז! באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ווען חתן דנן איז מיין זון וואלט איך אים געהייסן נעמען דעם וואקסין צו ראטעווען זיין לעבן. הארצלאז פון זיינע עלטערן צו שפילן זייער נארישע "רעספעקט" און "פרינציפן" און "אויסוואל" נאנסענס און לאזן זייער קינד, א טאטע און מאן, זיך מקריב אויפן מזבח פון פאלשע פרייהייט.

איך בין מסכים מיט דיר 100%!
אבער וואלט ער ווען געווען דיין זוהן און דיר נישט געפאלגט, וואלסטו אויך מיט א קאלטקייט געזאגט שטארבן זאל ער?????
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13509
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: הארצלאז! באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

די אמתע, נישט קראקאדיל טרערן, פלאנטער וואלט געווען ווען ער קען טאקע נישט נעמען דעם וואקסין צוליב מעדיצינישע אורזאכן, און די דאקטוירים זאגן אז זיי היפן אים איבער פאר דעם קומענדיגער אין ליניע וואס קען יא און וועט נישט האבן נישט די קאמפליקאציעס וואס ער האט, און די טאטע און מאמע מאכן א ויצעקו.

דאן וואלט יא געווען א ערנסטע פארלעגנהייט, כאטש די דאקטוירים וואלט אויך דאן געווען גערעכט.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: הארצלאז! באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

נאך א קרישקעלע אין די סעריע פון דאקטוירים'ס הארצלאזיגקייט: נישט לאנג צוריק איז געווען באריכטעט איבער א סוקסעספולע הארץ איבערפלאנצונג פון א גענעטיש מאדיפיצירטע חזיר צו א מענטש. די סיבה פארוואס דער מענטש האט געמוזט נעמען די ריזיקע צו אונטערנעמען אזא געוואגטע אפעראציע איז געווען וויבאלד מען האט אים אראפ געשטויסן פונעם וועיטינג ליסט, זינט ער האט פארפעלט צו קומען צו עטליכע סקעזשועלד דאקטאר אפוינטמענטס.

בקיצור ווי מען האט שוין געשריבן, פאר סאך קלענערע פארלעצונגען ווי דאס נישט נעמען א קאוויד וואקסין ווערט מען שוין אראפ געווארפן פון די ליסטע, עס איז דא קוים ארגאנען עוועיליבל מיט א לאנגע רייע פון טויזנטער מענטשן וואס ווארטן אויף די פאר אברים, און ווער עס איז נישט 100 פראצענט אין איינקלאנג מיט די פארשריפטן פארלירט זיין סלאט.

עס איז גראדע נישט קיין שלעכטע פועל יוצא פון אזא קאנטעקסט לאזן אשכול, אז די אומוואקסינירטע זאלן זיך שטארק דערשרעקן פון אזא שריט - עס אפלערנענדיג ווי אט אט גייט מען זיי רח"ל ווייס איך וואס טון - און לויפן זיך וואקסינירן...
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

נארמאליזעם האט געשריבן:אז ער טראסט זיי אויף זיין הארץ
פארוואס נישט אויף וואקסינס?

יעצט לאחר המעשה וואלט איך געזאגט פונקט פארקערט, א דאקטער אדער שפיטאל וואס איז עלול צו טון אזא שריט, אין אנדערע דיבורים דעי מענטש זאל ענדערש שטארבן און לאזן די פלאץ פאר וואקסינירטע,

אזא דאקטער/שפיטאל וואלט איך נישט געטראסט מיט א הארץ טרענספלעט! איך וואלט חושש געוועזן אז לדוגמא אויב קומט איהם אן אביסל שווער אינמיטן די אפעראציע און ער קען עס אדער לאזן לויפן און זאגן אז כ'האב געטוהן וואס כ'האב געקענט, אדער זיך אביסל אנשטרענגן מער ווי ער מוז, וואלט ער געקליבן די ערשטע אפציע,

וויבאלד ער האט געוויזן
אז א לעבן פון א מענטש איז נישט די טייערסטע/וויכטיגסטע זאך אויף די וועלט
לדוגמא אז די לעבן פון א מענטש איז נישט פאר זיין שיטה/אידעלאגיע ודי.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: הארצלאז! באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

דא אינעם אשכול לייגן געוויסע אראפ אז דער דאקטער האט א שטארקע טענה, אז אויב דער מענטש נעמט נישט די וואקסין איז ער עלול אז זיין גוף זאל נישט קענען פייטן שפעטער א וויירוס און די ארבעט גייט גיין לאיבוד.

איז צוויי זאכן, ערשטנס אויב איז עס תלוי בהא, דארף יעדע מענטש וואס גייט דורך אזא אפעראציע דארפן אינטערשרייבן אז ער גייט נעמען פאר זיין גאנצע לעבן יעדע וואקסין וואס קומט ארויס, ווייל אז נישט קען קומען מארגן א פרישע וויירוס און אויב וועט ער נישט זיין אנגעדאוזט מיט יענע וואקסין וועט דאך די ארבעט גיין לאיבוד.

און אפשר טאקע וועט מען אין באסטאן אויפהערן צו מאכן הארץ טרענספלעטס אפי' פאר וואקסינירטע וויבאלד ס'בוזשעוועט נאכאלץ קאוויד און אויב וועט דער וואקסינירטער נאכן אפעראציע נישט אניאגן צו נעמען די פרישע וואקסין, וועט אויסקומען אז די גאנצע הארץ טרענספלעט אינדערסטרי קען גיין לאיבוד, און ס'איז א שאד צו מאכן אזעלכע טייערע אפעראציעס ווען ס'קען נאך אנקומען פרישע וועריענטס.

צווייטנס, וואס טוט זיך למשל מיט אן אנטי וועקסער דאקטער אין פלארידע?! וואס האלט אז די וואקסין העלפט נישט אדער קען אפשר שאטן,

האלטן זיי אויכעט אז ווען ס'קומט צו אזעלכע טייערע הארץ טרענספלעטס מוז מען איינשטעלן און נעמען די וואקסין?!, וויבאלד די צד אז מ'קען שטארבן נאך א הארץ טרענספלעט אויב באשיצט מען זיך נישט פון וויירוס'עס, איז סאך שטערקער פון דאס אז אפשר העלפט עס נישט אדער אז ס'קען מעגליך שאטן??!
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
שנעלער
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנעלער »

א שרייבערל האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:אז ער טראסט זיי אויף זיין הארץ
פארוואס נישט אויף וואקסינס?

יעצט לאחר המעשה וואלט איך געזאגט פונקט פארקערט, א דאקטער אדער שפיטאל וואס איז עלול צו טון אזא שריט, אין אנדערע דיבורים דעי מענטש זאל ענדערש שטארבן און לאזן די פלאץ פאר וואקסינירטע,

אזא דאקטער/שפיטאל וואלט איך נישט געטראסט מיט א הארץ טרענספלעט! איך וואלט חושש געוועזן אז לדוגמא אויב קומט איהם אן אביסל שווער אינמיטן די אפעראציע און ער קען עס אדער לאזן לויפן און זאגן אז כ'האב געטוהן וואס כ'האב געקענט, אדער זיך אביסל אנשטרענגן מער ווי ער מוז, וואלט ער געקליבן די ערשטע אפציע,

וויבאלד ער האט געוויזן
אז א לעבן פון א מענטש איז נישט די טייערסטע/וויכטיגסטע זאך אויף די וועלט
לדוגמא אז די לעבן פון א מענטש איז נישט פאר זיין שיטה/אידעלאגיע ודי.

גראדע אויפן הארץ האט ער דאך די חזקה אז אומן לא מרעה אמנתיה ער וויל דאך נישט קאליע מאכן זיין נאמען און רעפיוטאציע אין זיין ספעשילטי
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א שרייבערל האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:אז ער טראסט זיי אויף זיין הארץ
פארוואס נישט אויף וואקסינס?

יעצט לאחר המעשה וואלט איך געזאגט פונקט פארקערט, א דאקטער אדער שפיטאל וואס איז עלול צו טון אזא שריט, אין אנדערע דיבורים דעי מענטש זאל ענדערש שטארבן און לאזן די פלאץ פאר וואקסינירטע,

אזא דאקטער/שפיטאל וואלט איך נישט געטראסט מיט א הארץ טרענספלעט! איך וואלט חושש געוועזן אז לדוגמא אויב קומט איהם אן אביסל שווער אינמיטן די אפעראציע און ער קען עס אדער לאזן לויפן און זאגן אז כ'האב געטוהן וואס כ'האב געקענט, אדער זיך אביסל אנשטרענגן מער ווי ער מוז, וואלט ער געקליבן די ערשטע אפציע,

וויבאלד ער האט געוויזן
אז א לעבן פון א מענטש איז נישט די טייערסטע/וויכטיגסטע זאך אויף די וועלט
לדוגמא אז די לעבן פון א מענטש איז נישט פאר זיין שיטה/אידעלאגיע ודי.

לאחר וועלכע מעשה? נאכן מעשה אז איר זענט מחליט אז דאקטורים וואס נעמען אן וואס די CDC זאגט, און רעכענען איינס פלאס איינס, מיינט עס אז זיי האבן א שיטה/אידילאגיע?

טראכט א רגע, דער דר. האט נישט קיין מקוה אדער ביהמ"ד קאווע שטיבל ווי מען קען פרעדיגען קעגן די וואקסינען, זיין אינפארמאציע קומט פון איין קוואל, די פלאץ פון ווי ער נעמט זיין אינפארמעישן בנוגע יעדע סארט מעדיקאל זאך, אין יענע קוועלער הערט מען נישט די אלע זאכן וואס מען הערט אין מקוה.

יעצט דער דר. מאכט אזא חשבון, די וויירוס איז שטערבליך פאר מענטשן מיט קאנדישאנס, ספעציעל פאר אזא איינער וואס מען מאכט אפיציעל אז די אמיון סיסטעם זאל זיין שוואכער כדי נישט ארויסצושטויסן דעם נייעם הארץ, אויב זאל אים די וויירוס אנטרעפן איז עס כמעט א וודאי אז ער וועט גיין ביז א וואך, פונקט ווי אלע מיט קאנדישאנס וואס זענען ליידער אוועק פונעם וויירוס, פון די אנדערע זייט, אויב מאכט מען אים נישט די טרענספלענט יתכן ער וועט נאך קענען שטיפן צייט, איז א כמעט וודאי קעגן א ספק, נעמט מען די כמעט וודאי.

איי ס'איז דא עפעס סטאדיס וואס לכתחילה האט גערעדט פון אז עס קען גורם זיין פראבלעמען מיט די הארץ - ווי איינער האט אויבן גע'טענה'ט, איז אהובי ידידי, מען גייט דאך אים טוישן די הארץ נאכן נעמען די וואקסין, ניין?...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: הארצלאז! באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א שרייבערל האט געשריבן:דא אינעם אשכול לייגן געוויסע אראפ אז דער דאקטער האט א שטארקע טענה, אז אויב דער מענטש נעמט נישט די וואקסין איז ער עלול אז זיין גוף זאל נישט קענען פייטן שפעטער א וויירוס און די ארבעט גייט גיין לאיבוד.

איז צוויי זאכן, ערשטנס אויב איז עס תלוי בהא, דארף יעדע מענטש וואס גייט דורך אזא אפעראציע דארפן אינטערשרייבן אז ער גייט נעמען פאר זיין גאנצע לעבן יעדע וואקסין וואס קומט ארויס, ווייל אז נישט קען קומען מארגן א פרישע וויירוס און אויב וועט ער נישט זיין אנגעדאוזט מיט יענע וואקסין וועט דאך די ארבעט גיין לאיבוד.

און אפשר טאקע וועט מען אין באסטאן אויפהערן צו מאכן הארץ טרענספלעטס אפי' פאר וואקסינירטע וויבאלד ס'בוזשעוועט נאכאלץ קאוויד און אויב וועט דער וואקסינירטער נאכן אפעראציע נישט אניאגן צו נעמען די פרישע וואקסין, וועט אויסקומען אז די גאנצע הארץ טרענספלעט אינדערסטרי קען גיין לאיבוד, און ס'איז א שאד צו מאכן אזעלכע טייערע אפעראציעס ווען ס'קען נאך אנקומען פרישע וועריענטס.

דער וואס האט גענומען די וואקסין איז דאך שוין נישט שייך קיין דין קדימה דעם פון יענעם, אלע זענען גלייך, איז פאר וועם זאל מען האלטן די הערצער, פאר געזונטע מענטשן?

א שרייבערל האט געשריבן:צווייטנס, וואס טוט זיך למשל מיט אן אנטי וועקסער דאקטער אין פלארידע?! וואס האלט אז די וואקסין העלפט נישט אדער קען אפשר שאטן,

האלטן זיי אויכעט אז ווען ס'קומט צו אזעלכע טייערע הארץ טרענספלעטס מוז מען איינשטעלן און נעמען די וואקסין?!, וויבאלד די צד אז מ'קען שטארבן נאך א הארץ טרענספלעט אויב באשיצט מען זיך נישט פון וויירוס'עס, איז סאך שטערקער פון דאס אז אפשר העלפט עס נישט אדער אז ס'קען מעגליך שאטן??!

ווער זאגט זיי האלטן מען דארף בכלל א הארץ טרענספלענט, אז די ווילסט הערן וואס זיי האלטן דא? יתכן זיי האלטן ער דארף פשוט אפאר מינערעל וואסער, אדער אפשר א ווייטאמין, אדער CBD, א מין רשעות פון גיין אויסשניידן א הארץ ווען מען קען עס היילן ווי נארמאלע מענטשן...
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: הארצלאז! באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

למעלה משבעים האט געשריבן:
א שרייבערל האט געשריבן:צווייטנס, וואס טוט זיך למשל מיט אן אנטי וועקסער דאקטער אין פלארידע?! וואס האלט אז די וואקסין העלפט נישט אדער קען אפשר שאטן,

האלטן זיי אויכעט אז ווען ס'קומט צו אזעלכע טייערע הארץ טרענספלעטס מוז מען איינשטעלן און נעמען די וואקסין?!, וויבאלד די צד אז מ'קען שטארבן נאך א הארץ טרענספלעט אויב באשיצט מען זיך נישט פון וויירוס'עס, איז סאך שטערקער פון דאס אז אפשר העלפט עס נישט אדער אז ס'קען מעגליך שאטן??!

ווער זאגט זיי האלטן מען דארף בכלל א הארץ טרענספלענט, אז די ווילסט הערן וואס זיי האלטן דא? יתכן זיי האלטן ער דארף פשוט אפאר מינערעל וואסער, אדער אפשר א ווייטאמין, אדער CBD, א מין רשעות פון גיין אויסשניידן א הארץ ווען מען קען עס היילן ווי נארמאלע מענטשן...

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: הארצלאז! באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

tesla האט געשריבן:

גראדע יעצט געליינט וויאזוי חיים מעדיקעל האט ערפינדען אז מען זאל נוצן סטעם סעלס און פשוט אויסגעהיילט א קינד'ס הארץ אנשטאט א טראנספלאנט....

אפשר דארף מען עס פארשלאגן פאר דעם פאציענט. עס איז נאך אין די פריע ריסערטש שטאפלן
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: הארצלאז! באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

Goodmorning האט געשריבן:
tesla האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
א שרייבערל האט געשריבן:...

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

גראדע יעצט געליינט וויאזוי חיים מעדיקעל האט ערפינדען אז מען זאל נוצן סטעם סעלס און פשוט אויסגעהיילט א קינד'ס הארץ אנשטאט א טראנספלאנט....

אפשר דארף מען עס פארשלאגן פאר דעם פאציענט. עס איז נאך אין די פריע ריסערטש שטאפלן

איך גלייב נישט אז זיי פארמאגן א ש. כהנא זאל עס ארלעדיגן פאר עם...
א'מונה ב'טחון ג'עלט
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: הארצלאז! באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

Amazing האט געשריבן:

יא יא
שויתי ה' לנגדי תמיד
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

לכאורה האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:א 31 יעריגער מאן פון באסטאן וועלכע איז געווען אויבן פון די ליסטע צו דורכגיין א הארץ טראנספלעט, איז אראפ גענומען געווארן פון די ליסטע, צוליב וואס ער איז נישט וואקסינירט.

זאג אים נעקסט טיים זאל ער כאטש מאכן א פאלשע אויב וויל ער נישט נעמען...
אבער באמת גערעט איז עס ריכטיג ראסיזעם וואס גייט פאר

ראסיזם גאר, וועלכע ראסע איז דער מענטש?

ווען איך ווייס ביים ערשטן בלאט אז די פרא וועקסערס וועלן עס נעמען אזוי ערנסט די שיטה הקדושה (באלד אזוי עקסטרעים ווי די אנטיס..) וואלט איך גארנישט געשריבן אין דעם אשכול א ווארט כדרכי נישט צי נעמען שטעלונגען במחלוקת בכלל ובפרט במחלוקת הרופאים

אבער אז דו פרעגסט וועלכע ראסע סארט מענטש מרעדט
קוק דורך די 6 בלעטער וועסטו זעהן 2 סארט באשעפענישן (אויב נישט מער..)
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: הארצלאז! באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

Goodmorning האט געשריבן:גראדע יעצט געליינט וויאזוי חיים מעדיקעל האט ערפינדען אז מען זאל נוצן סטעם סעלס און פשוט אויסגעהיילט א קינד'ס הארץ אנשטאט א טראנספלאנט....

אפשר דארף מען עס פארשלאגן פאר דעם פאציענט. עס איז נאך אין די פריע ריסערטש שטאפלן

אויב איז דא אן אלטערנאטיוו קען דאך דער פאציענט פון באסטאן זיכער נעמען די וואקסין, וויבאלד לויט וואס די 'יעצטיגע' שטודיעס צייגן אז פונעם וואקסין קען אפשר זיין סייד עפעקטס 'נאר' פון הארץ פראבלעמען!
קען מען דאך עס באלד היילן!
ווי @למעלה שרייבט אז אויב מאכט זיך עניטינג געבט מען איהם באלד א נייעם הארץ, נאך פאר די סייד עפעקטס פונעם וואקסין האט אפי' שאנסן איהם אוועקצולייגן.
למעלה משבעים האט געשריבן:איי ס'איז דא עפעס סטאדיס וואס לכתחילה האט גערעדט פון אז עס קען גורם זיין פראבלעמען מיט די הארץ - ווי איינער האט אויבן גע'טענה'ט, איז אהובי ידידי, מען גייט דאך אים טוישן די הארץ נאכן נעמען די וואקסין, ניין?..

און דא מיט דעם נייעם רפואה דארף ער אפי' נישט ציקומען צו א טרענספלענט.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: הארצלאז! באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

איך זעה די נייעס האט געמאכט א שטיקל שטורעם און איז אנגעקומען ביז קיין ענגלאנד, היינט איז עס געווען באריכטעט אויף בי בי סי.
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7391
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: הארצלאז! באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

ווייס איך נישט צו ס'קומט דא אריין... אבער אז מ'רעדט דא אז די דאקטאר הייסט נעמען די וואקסין האט ער זיכער רעכט... איך האב אויך אזוי אמאל געהאלטען... ביז איך האב מיט געהאלטען אויף מיין אייגענע ביינער... ביי די מיזעלס פרשה איז מיין קליינע 5 חדשים'דיגע יונגל געווען אויסגעשטעלט צו די מיזילס און אזוי מ'קען נישט געבען די וואקסין אזוי יונג האט די העלט דיפ. מיך גערופן אז איך דארף געבען א ig שאט פאר מיין יונגל... נו אז מ'הייסט פאלגט מען... א חודש שפעטער איז ער נאך אמאל געווען עקספאסט צו מיזליס רופט מיך די העלט דיפ אן אז יעצט איז ער שוין 6 חדשים דארף ער שוין נעמען די וואקסין... גיי איך צום דאקטער זאגט ער אז נאך א ig איז א סכנה צו נעמען די וואקסין... ער האט אריין געשיקט צו די העלט דיפ... און דא האט זיך אנגעפאנגען א מין רדיפה פון די העלט דיפ און עגמת נפש וואס מ"קען נישט אראפ שרייבן (איך מיין איך האב עס שוין אמאל געשריבן דא ערגעטס בארכות)... אנגעפאנגען פון 10 קאלס יעדען טאג פון די העלט דיפ. צו גיין נעמען די וואקסין (יעדע מאל האב איך נאך אמאל געזגט די מעשה רוב האבן ניטאמאל געוואלט הערן...) נעקסט סטעפ איז געווען אריין האקן מיט שעריף צו מיך אינדערהיים פארטאגס ווי א געמיינע פארברעכער... געגעבן א סאמענס.... אראפ רופן און די אפיס... צו געמאכט די דעי קעיר ווי מיין יונגל איז געגאנגען... וכו'
ס'קומט נישט דא אריין עכט ס'איז נאר די נקידה וואס פאר א רדיפות א מענטש קען אויסשטיין פאר'ן נישט נעמען די וואקסין אפי' ער קען עס נישט נעמען... און ווי די העלט דיפ קען שרייען נעם די וואקסין אפי' ס'שטייט קלאר און זייער גארדליינס אז ס'איז א סכנה...
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: הארצלאז! באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

“It’s kind of against his basic principles; he doesn’t believe in it

דאס איז דעם פאציענט'ס שטאנדפונקט אקעגן נעמען דעם וואקסין, אראפגעגעבן דורך זיינע עלטערן.

אויב איז "ער" נישט בכלל שוטה שאסור לרחם עליו ווייס איך נישט ווער עס איז יא.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: הארצלאז! באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

רעים האט געשריבן:ווייס איך נישט צו ס'קומט דא אריין... אבער אז מ'רעדט דא אז די דאקטאר הייסט נעמען די וואקסין האט ער זיכער רעכט... איך האב אויך אזוי אמאל געהאלטען... ביז איך האב מיט געהאלטען אויף מיין אייגענע ביינער... ביי די מיזעלס פרשה איז מיין קליינע 5 חדשים'דיגע יונגל געווען אויסגעשטעלט צו די מיזילס און אזוי מ'קען נישט געבען די וואקסין אזוי יונג האט די העלט דיפ. מיך גערופן אז איך דארף געבען א ig שאט פאר מיין יונגל... נו אז מ'הייסט פאלגט מען... א חודש שפעטער איז ער נאך אמאל געווען עקספאסט צו מיזליס רופט מיך די העלט דיפ אן אז יעצט איז ער שוין 6 חדשים דארף ער שוין נעמען די וואקסין... גיי איך צום דאקטער זאגט ער אז נאך א ig איז א סכנה צו נעמען די וואקסין... ער האט אריין געשיקט צו די העלט דיפ... און דא האט זיך אנגעפאנגען א מין רדיפה פון די העלט דיפ און עגמת נפש וואס מ"קען נישט אראפ שרייבן (איך מיין איך האב עס שוין אמאל געשריבן דא ערגעטס בארכות)... אנגעפאנגען פון 10 קאלס יעדען טאג פון די העלט דיפ. צו גיין נעמען די וואקסין (יעדע מאל האב איך נאך אמאל געזגט די מעשה רוב האבן ניטאמאל געוואלט הערן...) נעקסט סטעפ איז געווען אריין האקן מיט שעריף צו מיך אינדערהיים פארטאגס ווי א געמיינע פארברעכער... געגעבן א סאמענס.... אראפ רופן און די אפיס... צו געמאכט די דעי קעיר ווי מיין יונגל איז געגאנגען... וכו'
ס'קומט נישט דא אריין עכט ס'איז נאר די נקידה וואס פאר א רדיפות א מענטש קען אויסשטיין פאר'ן נישט נעמען די וואקסין אפי' ער קען עס נישט נעמען... און ווי די העלט דיפ קען שרייען נעם די וואקסין אפי' ס'שטייט קלאר און זייער גארדליינס אז ס'איז א סכנה...

דאס הייבט ביוראקראטיע איבער קאמאן סענס....
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

געוואלטיג האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:א 31 יעריגער מאן פון באסטאן וועלכע איז געווען אויבן פון די ליסטע צו דורכגיין א הארץ טראנספלעט, איז אראפ גענומען געווארן פון די ליסטע, צוליב וואס ער איז נישט וואקסינירט.

זאג אים נעקסט טיים זאל ער כאטש מאכן א פאלשע אויב וויל ער נישט נעמען...
אבער באמת גערעט איז עס ריכטיג ראסיזעם וואס גייט פאר

ראסיזם גאר, וועלכע ראסע איז דער מענטש?

ווען איך ווייס ביים ערשטן בלאט אז די פרא וועקסערס וועלן עס נעמען אזוי ערנסט די שיטה הקדושה (באלד אזוי עקסטרעים ווי די אנטיס..) וואלט איך גארנישט געשריבן אין דעם אשכול א ווארט כדרכי נישט צי נעמען שטעלונגען במחלוקת בכלל ובפרט במחלוקת הרופאים

אבער אז דו פרעגסט וועלכע ראסע סארט מענטש מרעדט
קוק דורך די 6 בלעטער וועסטו זעהן 2 סארט באשעפענישן (אויב נישט מער..)

איך בין אביסל צומישט אויב דו מיינסט עפעס "אביסל" ערנסט מיט דיינע ראסע אויסדרוקן, אדער ווילסטו נאכאמאל קלארשטעלן אז דו האסט פון די ערשטע מינוט געמאכט א ווערטל וואס האט באמת נישט קיין שום שייכות מיט דעם אמת'ן באדייט פון די איינגערעדטע "ראסע צעטיילונגען"
איז דעריבער כיון דאתי לידן נימא ביה מילתא, און קען אויך זיין אז דו האסט נישט ארויס דעם טיפקייט פון די באדייט פון "ראסע" און "ראסיזם", דעריבער וויל איך עס אביסל קלארער ארויסברענגען. פארשטייט זיך אז עס איז שטותים און הבלים און האט נישט קיין שום האפט, אבער אז מען באנוצט זיך יא אמאל מיט דיזע זינלאזע טערמינען זאל מען כאטש פארשטיין וואס די איינרעדעניש איז בכלל.
און אויב איינער האלט אז די דעזיגנאציעס צו צעטיילן די מענטשהייט אין ראסעס האט יא עפעס א זין און א ברעקל אמת אין זיך איז ער במחילת כבודו (אדער דארף ער גאר נישט מוחל זיין...) א "ראסיסט".
די נאציס ימש"ו האבן אויסגעטראפן א נייע איידיע, (אדער גאר איז עס שוין געווען באוואוסט פאר די גאר אור אלטע אנטיסעמיטן, דארף מען דאס נאכקוקן.)
דהיינו אז די וועלט באשטייט פון עטליכע סארט "ראסעס" די "אויבערראסע" זענען פארשטייט זיך די "אריער" אפשטאמיגע, נאכדעם איז דא עפעס א "מיטלראסע" געדענק איך נישט פונקטליך אבער די פלעינע גויים וואס זענען נישט אריער - ווייסע אייראפעער זענען אין דעם הגדרה.
און נאכדעם קומט די "אונטערראסע" דאס איז כולל צום ערשט די "סעמיטן" דהיינו אייניקלעך פון "שם" - אידישע קינדער, און דערפאר זענען זייערע קעגנער "אנטי-סעמיטן", און די ציגיינער להבדיל אויך וכו' וכו'.(ביי די קריג האט מען אויך געשאכטן מאסן ציגיינער אבער נישט אויף דעם סארט שטייגער ווי אידישע קינדער הי"ד, ווייל דער אמת'ער געדאנק וואס ליגט אונטער די גאנצע איידיע איז נאר צו בויען א לעגיטימער תירוץ צו האסן דעם אידיש קינד בני אברהם יצחק ויעקב און נאך האבן א פנים ווי א פראפעסאר וואס איז נישט א בלויזער בלוטדארשטיגער רוצח וואס האט פיינט דעם איד ווייל ער איז געשטאנען ביים בארג סיני שמשם ירדה שנאה וכו'.)
מען דארף באטאנען אז די נאציס האבן אויסגעשאכטן זייערע אייגענע קראנקע קינדער איבער גאנץ דייטשלאנד ווייל א אומגעזונטער מענטש "פארדארבט" די לויטערע וועלט ווי עס דארף הערשן דער אריער - דער אויבער-מענטש, איבער אלעמען. ואין כאן המקום להאריך כ"כ בדמיונותיהם העקומות.
אבער למעשה איז די נקודה קלאר, אז כלומר'שט איז ראסעס צוטיילט אין די אפשטאם "פון וועמען" מען איז געבוירן, אבער עס קען אויך זיין אז א "אונטער-מענטש" ווערט געבוירן צו אן אריער אפשטאמיגער וכדו' למשל אויב איז עס קראנק איז עס אן "אונטער-מענטש" לשיטתם. און עס ווענדט זיך "וויאזוי מען איז געבוירן" געווארן, געזונט/קראנק.

און דער עיקר וואס זיי ווילן מיט דעם גאנצן תורת לאקשן איז, אז דער אויבער-מענטש האט די מערסטע רעכטן און דער אונטער-מענטש האט אפילו נישט קיין רעכט צו לעבן עפ"ל.

היינט ווילן די חברה לינקע-אטעאיסטן-אנטיסעמיטן בכל שום וחניכא דאית להו ודלית להו ווייזט אויס מחדש זיין א חידוש אין ראסיזם: אז עס איז לאו דווקא געוואנדן פון וועמען מען שטאמט, און וויאזוי מען איז געבוירן. נאר אין פעולות אינמיטן דיין לעבן וואס דו טוסט יא אדער נישט, טוען דיר אריינשטעלן אין א קאטעגאריע ווי גרויס דיינע רעכטן זענען, צו: לעבן, איינקויפן עסן, גיין אינדזשויען לייף, מאכן עקסערסייז, וכו' וכו'...

ווען מענטשן האבן צעטיילטע מיינונגען איז עס נישט ווייל זיי זענען פון צוויי סארט ראסעס אפילו לשיטת ראסיסטן, ער איז פשוט באוואוסטזיניג צו אנדערע זאכן ווי יענער און ער גלייבט עפעס אנדערש, אלזא אלע "באשעפענישן פון די לעצטע זעקס בלעטער" ווי דו זאגסט, זענען מיר אלע פון דעם זעלבן "ראסע" נאר מיר טראכטן אנדערש איינער פונעם צווייטן, איך זעה נישט דא קיין ראסעס.

אבער ווען מען וויל קאטעגאריזירן די געזונטע סארט מענטשן און די קראנקע סארט מענטשן אין מער אדער ווייניגער רעכטן, טו איך ווידערהאלן אז עס "שמעקט" מיט ראסיזם. כ'גיי נישט זאגן "ריכטיג ראסיזם" אבער מען קען עס אזוי אראפלייגן ווי איך האב אויבן געשריבן
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:א נייע וועג צו צעטיילן די מענטשהייט אין ראסעס:
ביזטו וואקסינירט, ביזטו פון די געזונטע ראסע וואס קענען מאריך ימים זיין
ביזטו נישט וואקסינירט, ביזטו פון די קראנקע ראסע וואס שטעקט אן די געזונטע ראסעס מיט טויטליכע קרענק. און ווי פארשטענדליך אז די מענטשן פון די אומגעזונטע ראסע איז אזא משוגענע אז מען קומט יעדן טאג אויף מיט נייע קאנספיראציעס...
און אלץ שטראף דארף מען דיר לאזן אויסגיין....
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: הארצלאז! באסטאן נעמט אראפ אומוואקסינירטער מאן פון ליסטע צו באקומען א הארץ טראנספלענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

ירקרקות האט געשריבן:“It’s kind of against his basic principles; he doesn’t believe in it

דאס איז דעם פאציענט'ס שטאנדפונקט אקעגן נעמען דעם וואקסין, אראפגעגעבן דורך זיינע עלטערן.

אויב איז "ער" נישט בכלל שוטה שאסור לרחם עליו ווייס איך נישט ווער עס איז יא.

ניטאמאל טענה'ט ער רעליגיע אדער אז ער האט מורא פון ביל געיטס. פשוט 'עס איז אקעגן זיין פרינציפ, ער גלויבט נישט דערין'.

אין דעם ספעציפישן פאל שטעלן זיך די דאקטוירים ארויס צו זיין די פראגמאטישע און דער פאציענט איז דער אידעאלאג. אלזא אויב איינעמ'ס אידעאלאגיע שפילט א ראלע אין מי יחיה ומי ימות, איז עס דעם פאציענט'ס נישט זיי.

_ _ _
מעדיצינישע עטיקס איז א זעלבסטפארשטענדליכע און מוכרח'דיגע זאך, יעדער און טשארזש פון הארץ טראנספלאנטן וואלט געמאכט פארשריפטן ווען און וויאזוי מען זאל עס געבן.

יתכן אז על פי תורה גילט דער כלל פון אין דוחין נפש מפני נפש (כ'ווייס נישט אויב עס האט נישט א יוצא מן הכלל), אבער דער גוי האט דאך נישט געוואלט מקבל זיין די תורה, און דארום האט מען אים עס טאקע נישט געגעבן (יש על זה סיפור ארוך עם כמה פרטים, ואכמ"ל), און דעריבער מאכט ער רעגולאציעס לויט זיין פארשטאנד.
אין פאקט האט יעדע סארט טראנספלאנט גאנצעטע כללים פון ווער עס איז קודם און ווער נאכדעם, כפי ראות עיני אדם. וואס'זשע דען?

- - -
א דילעמא וואלט געווען, ווען דער פאציענט טענה'ט רעליגיעזע אורזאכן וועלכע לאזן אים נישט נעמען א וואקסין, דאן וואלט עס אפשר געווארן א יסודות'דיגער שמועס בנוגע רעליגיעזא רעכטן, אבער לעת כזאת האט עס גארנישט מיט עפעס טיפערס. ס'איז פשוט דא א פראטאקאל אויסצופאלגן בעפאר מען קומט א טראנספלאנט.

ווען א מעדיקעל צענטער אנטזאגט זיך אריינצולאזן א פאציענט מיט א ציגארעטל אין מויל ווילאנג ער ווארפט עס נישט אראפ, ווער איז דער רוצח אויב דער פאציענט פאלגט נישט און גייט אויס?
לעצט פארראכטן דורך ירקרקות אום מיטוואך יאנואר 26, 2022 12:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”