איז אמיקראן די ישועה פאר דעם קאראנע פראבלעם און א נייטמעיר פאר די דראג/וואקסין קאמפאניס?

אחראי: יאנאש

חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

איז אמיקראן די ישועה פאר דעם קאראנע פראבלעם און א נייטמעיר פאר די דראג/וואקסין קאמפאניס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

ווי אלע אנדייטונגען ווייזן איז דער ענטפער יא. און די הארטע דעיטע פון סאוט אפריקע באשטעטיגט דאס. אין סאוט אפריקע ווערן כסדר ארויסגעגעבן דעיטע אז אמיקראן פארשפרייט זיך מיט א בליץ שטוינענדע שנעלקייט אבער איז עקסטרעם מילד (פילייכט לייכטער ווי די פלו). די וועי איטס גאינג (אויב קומט נישט אונטער א נייע ווערסיע) נעמט אמיקראן איבער אלע אלטע ווערסיעס אין עטליכע חדשים.

איר האט נישט געהערט דערפון, אמת?

דאס איז אמעריקאנע פרעסע קאווער אפ # 4 אין די סעריע פון קאראנע וויירוס ווי מען איגנארירט פשוט פאקטן. (נאכפאלגענדיג היידראקסי/זינק/ווייטאמין D הייל מיטל, וואהאן לעב, נאטירליכע אימיוניטי).

אבער זארגט אייך נישט פאוטשי וכת דיליה וועלן חלילה נישט פארראטען זייערע מעדיצינישע גוטע פריינט און וועלן שרייען ווי הויך זיי קענען אז על אף עס איז טאקע מילדער האט מען אבער געהערט פון 2 מיט א האלב מענטשען וואס זענען געשטארבן, און.. בכלל איז נאך נישטא גענוג ססיענטיפישע עווידענס, און ווי באלד עס איז א נייע סטרעין קען מען דאך נישט וויסן... וואסערע שרעקליכע פראבלעמען עס קען ברענגן אינעם לאנגען טערמין, ממילא איז "קריטיש וויכטיג" יעדער העכער 5 יאר אלט זאל לויפן נעמען דעם בוסטער # 1 און בוסטער # 2 און בוסטער # 3 וכולי וכולי.

נ.ב. איך בין אריינגעקומען דא נאך א לאנגע אייוועלט וואקעישאן, שפירענדיג אז איך מוז מיטטיילן מיט די חברים אייוועלט לייענער די שפאגל נייע קאווער אפ וואס האלט זיך אנמיטען אנטוויקלען און ווי עס זעט אויס וועט עס פונקט ווי די פאריגע דריי אריינפאלן ערגעץ אין ....רייט ווינג קאנספירעסי טעאריע וואס גלייבט נישט אין סייענס.
גיימיר צוריק צו מיין וואקעישאן... און ווער עס וויל איז מכובד צו ברענגען דעיטע און אויב נויטיג פראבירן מסביר זיין די גאר "ברייטע וויסענשאפטליכע" דא וואס גלייבן נאך די תורת לאקשן פון פאוטשי וואס... טוישט זיך יעדע צווייטע וואך.
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: איז אמיקראן די ישועה פאר דעם קאראנע פראבלעם און א נייטמעיר פאר די דראג/וואקסין קאמפאניס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

קורץ אבער שארף

כ'האף עס שטערט אבער נישט די רואיגקייט פון דיין וואקאציע...
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: איז אמיקראן די ישועה פאר דעם קאראנע פראבלעם און א נייטמעיר פאר די דראג/וואקסין קאמפאניס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

נאכן עפענען דעם אשכול, ראה זה מצאתי די רייט ווינג קאנספירעסי צייטונג ניו יארק פאסט האט שוין אנגעהויבן רעדן דעם נוסח און האבן שוין אפילו עפעס א סייענטיסט אין א לעב וואס שטיצט דאס אונטער.

The Omicron variant may have fragments of another virus, possibly the one that causes common cold in humans, researchers said.

Researchers from Nference, a Cambridge, Massachusetts-based data analytics firm, found a piece of genetic code in Omicron that is present in the virus that can bring about a cold, according to a pre-print study shared Thursday.

By mutating to include this piece into itself, Omicron might be making itself look more accustomed to being found in humans, helping it evade attack by the immune system, said Venky Soundararajan, a biological engineer who co-wrote the study.

“By virtue of Omicron adopting this insertion … it is essentially taking a leaf out of the seasonal coronaviruses’ page, which [explains] … how it lives and transmits more efficiently with human beings,” he said. the Washington Post reported.

Researchers in the study said it’s possible that COVID-19 picked up the genetic sequence from the other virus when a person was infected with both pathogens.

The mutation could mean the virus transmits more easily, while only causing mild or asymptomatic disease, according to the study, which has yet to be "peer-reviewed".
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: איז אמיקראן די ישועה פאר דעם קאראנע פראבלעם און א נייטמעיר פאר די דראג/וואקסין קאמפאניס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

אויף קול מבשר האב איך אויך געהערט אז עס איז פיל מילדער ווי די אנדערע ווערסיעס?
אפשר גיי-מיר מאכן אמיקראן פארטיס אין גרויסן?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: איז אמיקראן די ישועה פאר דעם קאראנע פראבלעם און א נייטמעיר פאר די דראג/וואקסין קאמפאניס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

איינער מיט אנטי באדיס(די שמעק איז נאך אלץ נישט צוריק.. ) קען כאפן די אמיקראן סטרעין? און די אמיקראן סטרעין געט אימיונעטי פאר אנדערע סטרעינ'ס?
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: איז אמיקראן די ישועה פאר דעם קאראנע פראבלעם און א נייטמעיר פאר די דראג/וואקסין קאמפאניס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

איז שוין דא צו באקומען "אמיקראן" אין די געשעפטן? אדער ס'ווערט אפגעהאלטן ביים פארט אין לאס אנזשעלעס?
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: איז אמיקראן די ישועה פאר דעם קאראנע פראבלעם און א נייטמעיר פאר די דראג/וואקסין קאמפאניס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

לייטער האט געשריבן:איינער מיט אנטי באדיס(די שמעק איז נאך אלץ נישט צוריק.. ) קען כאפן די אמיקראן סטרעין? און די אמיקראן סטרעין געט אימיונעטי פאר אנדערע סטרעינ'ס?

שמעק מיט אנטעבאדיס האבן קיין שייכות.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: איז אמיקראן די ישועה פאר דעם קאראנע פראבלעם און א נייטמעיר פאר די דראג/וואקסין קאמפאניס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איך ליין גראדע אסאך פון די מעינסטריעם אז מען האפט אז עס לייכטער אבער מען אין די שטאפל קוים א וואך נאכן אנטדעקן איז עכט אוומעגליך צו וויסן. פארוואס איז האספיטאליזאציעס ארויפגעשפרינגען אין סאוט אפריקע?

הלוואי ביסטו גערעכט
שויתי ה' לנגדי תמיד
קאודינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:53 pm

Re: איז אמיקראן די ישועה פאר דעם קאראנע פראבלעם און א נייטמעיר פאר די דראג/וואקסין קאמפאניס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאודינג »

עס קען זיך אפשר הערן טראל'יש, אבער עס איז וויכטיג צו האלטן קאפ

היידראקסי איז למעשה קיינמאל נישט באשטעטיגט געווארן דורך קיינעם אז עס העלפט, און אירע פראפאנענטס (אפגערעדט אז זיי אליין האבן דאס נישט גענומען ווען עס איז זיי נוגע געווען למעשה) זענען שוין לאנג פארנומען מיט די פערד מעדיצין אנשטאט... זינק און וויטאמין די זענען נישט קיינע הייל מיטלען פאר קאראנע, הגם עס קען מעגליך העלפן פארגרינגערן די קערפערליכע רעאקציע צום וויירוס (ווי אויך אפרוה קען אסאך צוהעלפן)
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: איז אמיקראן די ישועה פאר דעם קאראנע פראבלעם און א נייטמעיר פאר די דראג/וואקסין קאמפאניס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

קאודינג האט געשריבן:היידראקסי איז למעשה קיינמאל נישט באשטעטיגט געווארן דורך קיינעם אז עס העלפט

זאלענקא ??
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: איז אמיקראן די ישועה פאר דעם קאראנע פראבלעם און א נייטמעיר פאר די דראג/וואקסין קאמפאניס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

וואס איז פערד מעדעצין?
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1420
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: איז אמיקראן די ישועה פאר דעם קאראנע פראבלעם און א נייטמעיר פאר די דראג/וואקסין קאמפאניס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

שמעון ראלנצקי נעכטן אויף 'א טראפ טיפער' זאגט אויך אז סקען זיין אז סאיז די ישועה.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: איז אמיקראן די ישועה פאר דעם קאראנע פראבלעם און א נייטמעיר פאר די דראג/וואקסין קאמפאניס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

קארן האט געשריבן:וואס איז פערד מעדעצין?


דאס איז די נאמען וואס פערדן נוצן פאר אייווערמעקטין...

נ.ב. איך גלייב רובא דרובא דאקטוירים וואס זאגן אז היידראקסיקלאראקווין העלפט נישט, און אייווערמעקטין האט נישט קיין שטארקע עווידענס, אבער די וואס נוצן די ווארט פערד מעדיצין איז עס נישט ווייל זיי גלייבן דאקטוירים, נאר ווייל זיי גלייבן יעדע זאך וואס די טעלעוויזיע פארקויפט זיי.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: איז אמיקראן די ישועה פאר דעם קאראנע פראבלעם און א נייטמעיר פאר די דראג/וואקסין קאמפאניס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יואל שרייבער האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:וואס איז פערד מעדעצין?


דאס איז די נאמען וואס פערדן נוצן פאר אייווערמעקטין...

נ.ב. איך גלייב רובא דרובא דאקטוירים וואס זאגן אז היידראקסיקלאראקווין העלפט נישט, און אייווערמעקטין האט נישט קיין שטארקע עווידענס, אבער די וואס נוצן די ווארט פערד מעדיצין איז עס נישט ווייל זיי גלייבן דאקטוירים, נאר ווייל זיי גלייבן יעדע זאך וואס די טעלעוויזיע פארקויפט זיי.

אייווערמעקטין איז א מעדיצין וואס מ'גיט פאר פערד און אַנדערע בעלי חיים ווען זיי האבן ווערים אדער אנדערע פאראזיטן אינעם בויך/מאגן.

עס איז אויך דא אייווערמעקטין פּילן פאר מענטשן וואס מ'נוצט אויך אויב א מענטש האט ווערים/פאראזיטן, א זאך וואס מאכט זיך נישט טאג טעגליך ביי מענטשן.

עס קומט איצט פאר קליניקעל טרייעלס איבער אייווערמעקטין'ס ווירקונג אויף קאוויד.

-------

די עיקר סכנה פון די אייווערמעקטין אנשיקעניש איז, וויבאלד די אייווערמעקטין פּילן פאר מענטשן ברויך א דאקטאר פרוסקרייבן, אין קעגנזאץ צו די אייווערמעקטין ווערסיע וואס מ'מאכט פאר בעלי חיים. יענס קען מען קויפן אין סיי וועלכע 'פּעט' (בעלי חיים) געשעפט, נישט אין פארעם פון פּילן, נאר אין אנדערע פארמען צב"ש פליסיג וואס מ'דארף איינשפריצן, פעיסט, און נאך.

די וואס ווילן נעמען אייווערמעקטין פאר קאוויד קענען דאס נישט באקומען אין די מענטשליכע פּילן פארעם, אלזא קויפן זיי די פערד/בעלי חיים ווערסיע, און נעמען דאס...

די פראבלעם איז פשוט, עס איז געמאכט פאר בעלי חיים און נישט פאר מענטשן, דעריבער ווען א מענטש נעמט דאס איז עס א פיל העכערע דאזע וואס א מענטש קען פארנעמען, ווי אויך אנטהאלט עס באשטאנדטיילן וואס בעלי חיים קענען פארנעמען אבער נישט מענטשן. בקיצור, עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז מ'ברויך נישט נעמען די בעלי חיים ווערסיע פון א מעדיצין.

אבער נישט ביי אלע מענטשן איז דאס זעלבסטפארשטענדליך, ווייל געוויסע לויפן אין די מאסן צו נעמען די בעלי חיים ווערסיע, און פארשטייט זיך אז זיי קומען אן אין שפיטאל, געוויסע מיט ערענסטע שאדן פאר'ן גוף.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”