פאליטישע עקספערט האט געשריבן:לאו דוקא אים, כמעט יעדע היימישער איד מיט סאציאלע מידיע שרייט די זעלבע, יעדע ריר פון דעבלאזיא ווערט קריטיקירט, און קיין גוט ווארט אויף אים איז נישט צום הערן.
סאמהאו, פונקט די היימישע עסקנים האלטן אז ער האט א זעלטענער אוזן קשבת פאר אונזערע געברויכן
אויב רעדסטו פון דעבלאזיא ביסטו אפשר גערעכט, אבער וואס האט עס מיטן טיימס?
איך האב געמיינט דו מיינסט די היימישע וואס טראמפיטטערן מיט אנטי וועקס פראפאגאנדע, אבער איך מיין אז עס איז עכט נישטא קיין סאך דערפון אין פאבליק, די איינציגסטע וועג וויאזוי די טיימס ווייסט דערפון איז דורך די מכם ובכם.