פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
א יאר צוריק ! גנוי די היינטיגע דאטום מארטש 3 2020 האב איך געלייגט א פאני פיקטשער.. א פאליס האט א מאסק אויף דרייצען עוועניו!! (פארענט פון טויס 4U ?)
א חידוש פון א זאך! א נארמאלע מענטש אויף די גאס גייט מיט א מאסק
היינט בלויז א יאר שפעטער... - קאמענטארן זענען איבריג!!

- אטעטשמענטס
-
- Untitled-2.jpg (187.34 KiB) געזען 5315 מאל
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10226
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
קאפעלע האט געשריבן:עומד מן הצד האט געשריבן:בערך די צייט פאריאר, האט מען אנגעהויבן זעהן געציילטע מענטשן טראגן מאסקעס אויפן פנים, בעיקר ביי די ערלים,
ביז דאן האבעך געמיינט אז דאס באלאנגט פאר די דאקטוירים, ס'קומט צוזאמען מיט'ן ווייסן שירצל, כהיום איז עס א חלק פונעם לעבן,
זעמיר געוועהן אין פלארידע ארום א וואך פאר פורים און נישט אויפגעהערט לאכן אין עירפארט פון די נערישע גוים וואס טראגען מאסקעס... אויפן וועג צוריק האט מען שוין איבעראל געזעהן שטרענגע מעלדונגען פאר מענטשען וואס קומען פון אפעקטירטע לענדער, אבער חוץ פון דעם איז אלעס אנגעגאנגען נארמאל.
די גרעסערע חידוש איז אז אפי' ווען די מצב איז געוועהן גאר ערענסט אין די וואכן ציווישען פורים און פסח איז נאכאלטס נישט געוועהן כמעט קיין מאסקעס בנמצא און ספעציעל ביים היימישען עולם, ווען מ'טראכט צוריק קען מען נישט פארשטיין וויאזוי מ'האט פארזעהן אזא פשוט'ע זאך, אבער די סיבה איז אז די רעגירונג האט עס דאן נישט רעקאמענדירט (צוליב די מאנגל)
דעמאלטס איז הענטשוך געווען אין סטייל.
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
זלמן ווידער האט אין די טעג נאך פורים אנגעהויבן רעדן אויף קול מבשר מיט מוסר דרשות און מעורר געווען כלל ישראל לתשובה ותיקון המעשים, צו איז דאס געווען יעדן ערב שבת ביי 113 ווי ער האט געגעבן א שטיקל סך הכל פונעם וואך באגלייט מיט פסוקים ומדרשי חז"ל (כדרכו) צו ביי 111 ווי ער האט טעגליך מעורר געווען קולו בבכי און אריינגעברענגט אן התעוררות אין די הערצער פון כלל ישראל.
אין די זעלבע צייט האט דרעזנער פרובירט צו הייבן די געמיטער מיט א טעגליכע כי בשמחה תצאון נאר מיט שמחה קען מען ארויסגיין פון די שווערע צייטן פראגראם ארויף ברענגענדיג בדחנים, פרייליך מאכער און גוטזאגער, אזוי אויך מיט פארשידענע אידישע דאקטורים. אזוי אויך מיט א "ועל המדינות בו ייאמר איזו לקאראנע" פראגראם א בליק איבער די מצב אין אלע חרדישע געגענטער איבער די גארע וועלט.
פנחס גלויבער האט שוין דאן אנגעהויבן רעדן און מסביר זיין די חילוק צווישן א פאנדעמיע און אן עפידעמיע....
שמעון ראלניצקי האט שוין דאן געברויזט אויף די אלע וואס פאלגן נישט אויס די קאראנע רעגולאציעס
אא"וו ביז א וואך שפעטער דאכצעך איז געעפענט געווארן א באזונדערע קנעפל איבער די קאראנע...

- שר האלף
- תגובות: 1487
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
עס האט זיך שוין אנגעהויבן א טומעל [קודם האט מען עס גערופן "קאנסיפראציעס"] אז עפעס גייט פאר אין די שפיטעלער מען קען זיך שוין נישט צופיל סומך זיין אויף זייער נאמנות פון אמאל און מען פרובירט אלע מיני נאטורליכע עצות, מען הערט דא דארט האבן אידן זיך געשווערצט אומלעגאלע טראמפ מעדעצינען און ס'העלפט פלאות
[היינט שטייענדיג א יאר שפעטער ווען יעדער זעהט שוין בחוש דעם ביטערן מציאות, שטיי מיר נאך מיט פארלוירענע געמיטער נישט זעהנדיג א וועג ארויס פון די כאאטישער מצב וואס טוט זיך אפ אין די שפיטעלער, און אלע זענען שטיל....]

- א גולם
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4232
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
- לאקאציע: אין מיין שיך!
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
ליזענסק. דער עולם איז געווען אויף מיט די וויליאמסבורג מאטאריסט אז ער איז אנגעקומען קיין ליזענסק
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
די מעסעדזש האב איך געסעיווט, פון יענעם שווארצן דינסטאג נאכט ויק"פ - א וואך נאך פורים.
איך געדענק נאך ווי איך בין געווען ווען איך האב עס באקומען...
איך בין געווען דאן אין א פארמאסי, אויפן וועג אהיים פון א חתונה - די לעצטע (כמעט) נארמאלע חתונה פארן קריג, (אמער, א נאכט שפעטער זענען שוין חתונות נישט פארגעקומען, נאר אין בעקיארדס און אין גארדזשעס.) איך האב מיך זיבן מאל געוואשן פיורעל ביי די חתונה, געציטערט צו געבן די הענט, דער חתן דענק איך האט יא געגעבן.
אויפן וועג אהיים בין איך אריין אין א פארמאסי קויפן אלקאהאל פעדס... דאן איז אריינגעקומען די מעסעדזש.
כ'בין גלייך אריבער געלאפן אין מיין שול כאפן מיין טלית ותפלין נישט וואוסנדיג וואס וועט זיין מארגן.
די פאניק איז געווען אויפן העכסטן...
איי צייטן צייטן.....

פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן

- שר מאה
- תגובות: 117
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
יונגעלייט אין א כולל לאדענען יעצט זייערע חברים צו זייער שמחה
- אטעטשמענטס
-
- 1.JPG (345 KiB) געזען 4837 מאל
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
יעצט מוצש''ק איז כ''ג אדר.
איך מיין אז די ערשטע קאראנע נפטרים זענען געמאלדען געווארן אויף ivelt פרייטאג כ''ד אדר.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... tart=25100
איך מיין אז די ערשטע קאראנע נפטרים זענען געמאלדען געווארן אויף ivelt פרייטאג כ''ד אדר.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... tart=25100
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
עירוב תבשילין האט געשריבן:זלמן ווידער האט אין די טעג נאך פורים אנגעהויבן רעדן אויף קול מבשר מיט מוסר דרשות און מעורר געווען כלל ישראל לתשובה ותיקון המעשים, צו איז דאס געווען יעדן ערב שבת ביי 113 ווי ער האט געגעבן א שטיקל סך הכל פונעם וואך באגלייט מיט פסוקים ומדרשי חז"ל (כדרכו) צו ביי 111 ווי ער האט טעגליך מעורר געווען קולו בבכי און אריינגעברענגט אן התעוררות אין די הערצער פון כלל ישראל.
אין די זעלבע צייט האט דרעזנער פרובירט צו הייבן די געמיטער מיט א טעגליכע כי בשמחה תצאון נאר מיט שמחה קען מען ארויסגיין פון די שווערע צייטן פראגראם ארויף ברענגענדיג בדחנים, פרייליך מאכער און גוטזאגער, אזוי אויך מיט פארשידענע אידישע דאקטורים. אזוי אויך מיט א "ועל המדינות בו ייאמר איזו לקאראנע" פראגראם א בליק איבער די מצב אין אלע חרדישע געגענטער איבער די גארע וועלט.
פנחס גלויבער האט שוין דאן אנגעהויבן רעדן און מסביר זיין די חילוק צווישן א פאנדעמיע און אן עפידעמיע....
שמעון ראלניצקי האט שוין דאן געברויזט אויף די אלע וואס פאלגן נישט אויס די קאראנע רעגולאציעס
אא"וו ביז א וואך שפעטער דאכצעך איז געעפענט געווארן א באזונדערע קנעפל איבער די קאראנע...
נא אפשר טאקע קען איינער צוברענגען די שטיקלעך פון זלמן ווידער?
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
שלג כצמר האט געשריבן:די מעסעדזש האב איך געסעיווט, פון יענעם שווארצן דינסטאג נאכט ויק"פ - א וואך נאך פורים.
איך געדענק נאך ווי איך בין געווען ווען איך האב עס באקומען...
איך בין געווען דאן אין א פארמאסי, אויפן וועג אהיים פון א חתונה - די לעצטע (כמעט) נארמאלע חתונה פארן קריג, (אמער, א נאכט שפעטער זענען שוין חתונות נישט פארגעקומען, נאר אין בעקיארדס און אין גארדזשעס.) איך האב מיך זיבן מאל געוואשן פיורעל ביי די חתונה, געציטערט צו געבן די הענט, דער חתן דענק איך האט יא געגעבן.
אויפן וועג אהיים בין איך אריין אין א פארמאסי קויפן אלקאהאל פעדס... דאן איז אריינגעקומען די מעסעדזש.
כ'בין גלייך אריבער געלאפן אין מיין שול כאפן מיין טלית ותפלין נישט וואוסנדיג וואס וועט זיין מארגן.
די פאניק איז געווען אויפן העכסטן...
איי צייטן צייטן.....
איך געדענק נאך פינקטלעך וויי אויפן fdr איך בין דערמאלץ געפארן ווען איך האב עס באקומען.
איך בין געווען אויפן וועג אויפצופיקען איינעם פין קארנעל האספיטעל.
איך האב גערופן מיין ווייב זאגט זי מיר די עיקר אז מיין כתה א אינגעל האט יא חדר, ער זאל כאטש קענען די עברי.
איך מיין אבער ער האט אויך שוין נישט געהאט.
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
עומד מן הצד האט געשריבן:געהערט פון א קרוב פון ר' אברהם יהושע ע''ה, אז מ'האט גענומען א קאראנא טעסט לאחר מותו און ס'איז צוריקגעקומען נעגעטיוו,
ווייסעך נישט וויפיל מ'קען איהם גלייבן,
און איך געדענק נאך וואו מ'האט זיך דעמאלטס געשלאגן די זעלבע ווי יעצט.....
- עומד מן הצד
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3393
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
קאפעלע האט געשריבן:איינער זאל ביטע דעקן די דינסטאג נאך פורים (אויב כאניש קיין טעות) ווען די נייעס האט זיך גענומען שטורעמען ווילד, יעדע דריי מינוט נאך א אפדעיט, די קאנפרענס מיט די ווייסע הויז(?), און צום סוף יענע נאכט ווען די גרויסע קהילות האבן איינס נאכן אנדערען געמאלדן אז די בתי מדרשים ווערן פארמעכט און די עולם שפאצירט אהיים מיט טלית ותפילין פארלוירענערהייט.
כ'מיין אז יענע טאג איז געוועהן די טאג ווען אלעס האט זיך געטוישט, מ'האט אנגעהויבן כאפן אז די מצב איז ערענסט, די צומישעניש איז געוועהן אויף די העכסטע שטאפלען, און אידן האבן זיך נישט געקענט איינהאלטן די טרערן זעהנדיג ווי די אונזער שוהלן ווערן פארשלאסן צום ערשטען מאל אין די אמעריקאנע היסטאריע.
יא, יא, טראכטענדיג נאר דערפון, הייבן די געפילען אהן שטורומען ווי די כוואליעס אינעם ים הגדול, די בתי מדרשים וואס זענען אונזער רוחניות'דיגער ליפט צום אטעמען, זענען פארשטומט געווארן פין איין מינוט אויפן צווייטן, אין געשטעלט געווארן אינטער שלאס אין ריגל, די מקור התורה והתפלה ויסוד הקדושה פון כלל ישרא', איז געקומען אינטער אטאקע דורכ'ן מלאך המשחית וואס האט זיך באקליידעט און א פיצעלע באציל, וואס האט זיך נישט אפגעשטעלט פאר גארנישט,
טאקע יענעם ביטער'ן דינסטאג נאך פורים איז עס געווען, ווען כלל ישרא' בכלל אין דרי ניו יארק בפרט, זענען איינגעהילט געווארן אין א פארנעפלטע גייסט, נישט געוואוסט מה ילד יום, אלע בתי מדרשים זענען באהאנגען געווארן מיט שרעקעדיגע צעטלען וואס האט זיך געליינט בערך אזוי:
''מטעם ה... ווילן מיר מודיע זיין, לאור המצב, זאל יעדער אהיימנעמען די טלית ותפילין אין אנדערע וויכטיגע חפצים נאך היינט נאכט, ויה''ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות''
עד היום הזה וואונדערט מיר וויאזוי די הארצלאזע פאפיר האט צוגעלאזט אזעלכע ווערטער זאל געשריבן ווערן אויף איר,
זינט דעם צווייטן וועלט מלחמה, איז כלל ישרא' נישט דורך אזא בירור אחר בירור במלא מובן המילה, די גאסן יענע דינסטאג נאכט האבן אויסגעזעהן ווי סליחות, דער עולם איז געלאפן מיט די טלית ותפילין ברחובות ובשווקים ווי פון א געביסענער פון א שלאנג, וואוסענדיג אז א טויטליכע וויירוס בוזשעוועט אט יעצט ארום, אין קיינער ווייסט נישט ווער ס'איז נעקסט אויף די ליסט,
ברעכעדיגע נייעס האט זיך געהערט יעדע מינוט פינעם גאווארמענט'ס אפיס גראד אריין אין אונזער לאקאלע נייעס קוואל הנקרא ''קול מבשר'', די מומחים אין סייענטיסטן האבן אלע געשריגן ''מיר ווייסן גארנישט'', דאס קומט גלייך פינעם גרויסן מנהיג הבירה, וואס ברצותו ממית וברצותו מחי',
יעדער האט שוין דעמאלטס געהאט געהערט פון עפעס א קרוב משפחה וואס ראנגעלט זיך צווישן לעבן אין טויט, אין מ'האט אפי' נישט געהאט די מינדעסטע אינפארמאציע וואס טוט זיך מיט'ן חולה,
אנקומענדיג אהיים יענעם שווארצן דינסטאג, האט מען פארהאקט דעם טיר פון אינטער זיך, אין זיך אנגעהויבן באקוועם מאכן אויף וויפיל ס'שייך אינעם מקום ווי מ'גייט יעצט פארברענגען ביז... איין בורא עולם ווייסט, זייענדיג אזוי אינדערהיים איז מקיום געווארן די תוכחה ''בבקר תאמר מי יתן ערב וכו'', יעדער האט פרובירט זיך מחזק צו זיין, אבער מ'האט נישט געהאט די מינימאלע מקור פון ווי צו שעפן די חיזוק, נעמליך, מ'איז געווען אפגעהאקט פון די חבירים, משפחה, וכדו'
דער ''השכיבנו אבינו לשלום'' וואס מ'זאגט ביי קרי''ש, האט באקומען א פרישן באדייט, געלאזט אפאר טרערעלעך ביי ''והסר מעלינו איוב דבר וכו''',אין זיך געלייגט שלאפן מיט א ציטערדיג הארץ נישט וואוסענדיג וואס דער מארגן וועט ברענגען מיט זיך,
יעדן טאג איז מען אויפגעשטאנען צו א פרישע ליסטע נפטרים, א כאאס צישטאנד איז אנטשטאנען ביי די חברה קדישא, פון די קארידארן פון די געטרייע חברה קדישא לייט, האט מען געבעטן אויב איינער קען זיך וואלינטירן ארויסצוהעלפן מיט די איבערפלוס פון ארבעט, אין ניטאמאל האבן די קדושים באקומען דעם כבוד האחרון כראוי,
די געשמאקע פרייליכע ערב פסח טעג, וואס קומט געווענליך אינאיינעם מיט די בא'טעמ'טע פרילינג וועטער, האבן זיך ענדערש געשפירט ווי א פארוואלקנטע תשעה באב נאכמיטאג, מ'איז געווען שרוי בהסתרה שבתוך הסתרה,
און אזוי קען מען שרייבן אין שרייבן, ווען די צייט וואלט ווען ערלויבט,
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
ווער געדענקט נאך ווי מ'האט דעמאלטס געזאגט אז מ'שפארט די מוסדות נאר אויף צוויי וואכן?
יא, הלואי.
יא, הלואי.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
moishy56 האט געשריבן:איך מיין אז די ערשטע קאראנע נפטרים זענען געמאלדען געווארן אויף ivelt פרייטאג כ''ד אדר.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... tart=25100
היינט כ"ד אדר איז די ערשטע יאהרצייט
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
ר' אברהם יושע פריינד עליו השלו' פרייטאג קען זיין פון קאוויד, נאכדעם וואס מען ווייסט מער דערוועגן.
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17017
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
דא איז שוין דא צען מ'קען נישט אריין, נעקסטע מנין אויפן דריטן שטאק אין סטארידזש...
האסט צען דאלער? ניין? גיי זוך א אנדערע מקוה אבער שנעל ווייל אין א הלבע שעה איזעס פופצן ..
האלאו... יא.... מ'שטייט דא שוין דא איבער א שעה אין טרעפיק וואס קען איך טון... מיינסט אז מ'דארף נישט אזויפיל עסן!? ..... מילך זאל איך נישט נעמען? .. אבער ס'קומט א באקס און שוין מ'קען נישט ארויסנעמען!?....
אפשר א שכן קען ניצן.... זיי האבן יעצט געברענגט? וואס מילך?....
טאטי! טאטי! דעי פורים טראק פארט יעצט אריבער !!
און אזוי...

ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
- יעך פארשטיי
- שר חמש מאות
- תגובות: 568
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 9:19 am
- לאקאציע: אין הימעל
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
לונדון גייט נאך אן ווי געהעריג!!!
אַכָּבֵּ"י
הַנְּתוּנִים בַּצָּרָה וּבַשִּׁבְיָה הָעוֹמְדִים בֵּין בַּיָּם וּבֵין בַּיַּבָּשָׁה הַמָּקוֹם יְרַחֵם עֲלֵיהֶם וְיוֹצִיאֵם מִצָּרָה לִרְוָחָה וּמֵאֲפֵלָה לְאוֹרָה וּמִשִּׁעְבּוּד לִגְאֻלָּה הָשָׁתָא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב וְנֹ"א

- קאקאש קעיק מיט מילך
- שר האלפיים
- תגובות: 2921
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
דענק איך די נאכט וואס עס איז אריינגעקומען די נייעס אז מע גייט פארשפארן די בתי מדרשים בין איך נישט געווען אין מיין שטאט
איך האב שנעל געקאלט מיין שוואגער זאל ארויסנעמען מיין טו"ת אויך פון ביהמ"ד און איך וועל עס שוין שפעטער אפנעמען פון אים
צופרי האב איך געבארגט איינעמס תפילין ביז נאכמיטאג ווען איך בין אהיימגעקומען

געבאקן נאך פסח תשפ"ב
- יעך פארשטיי
- שר חמש מאות
- תגובות: 568
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 9:19 am
- לאקאציע: אין הימעל
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
פארגעסען צו זאגן כדתיא לאט שוין נישט געבן קיין קאפי אין שול
אַכָּבֵּ"י
הַנְּתוּנִים בַּצָּרָה וּבַשִּׁבְיָה הָעוֹמְדִים בֵּין בַּיָּם וּבֵין בַּיַּבָּשָׁה הַמָּקוֹם יְרַחֵם עֲלֵיהֶם וְיוֹצִיאֵם מִצָּרָה לִרְוָחָה וּמֵאֲפֵלָה לְאוֹרָה וּמִשִּׁעְבּוּד לִגְאֻלָּה הָשָׁתָא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב וְנֹ"א
הַנְּתוּנִים בַּצָּרָה וּבַשִּׁבְיָה הָעוֹמְדִים בֵּין בַּיָּם וּבֵין בַּיַּבָּשָׁה הַמָּקוֹם יְרַחֵם עֲלֵיהֶם וְיוֹצִיאֵם מִצָּרָה לִרְוָחָה וּמֵאֲפֵלָה לְאוֹרָה וּמִשִּׁעְבּוּד לִגְאֻלָּה הָשָׁתָא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב וְנֹ"א
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
דער שכן האט פיבער, אבער עס איז א סטרעפ, נישט קיין קאראנע..
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
דער איד דעילי היינט:
וואשינגטאן – היינט דאנערשטאג דערווארט מען אפּצוצייכענען דעם טרויעריגן ערשטן יארטאג פון ווען אמעריקע איז אריינגעגאנגען אונטער א נאציאנאלן לאקדאון, צוליב דער קאראנאווירוס מגיפה וואס האט אנגעהויבן בושעווען מיט א יאר צוריק אויף א שטארקן פארנעם.
צווישן די צערעמאניעס וואס ווערן ערווארטעט, איז אז פּרעזידענט ביידען וועט אויפטרעטן פארנאכטס מיט א רעדע פאר'ן אמעריקאנער פאלק. דאס ווייסע הויז זאגט אז ער וועט ארויסברענגען די פילע פארלוסטן פון דעם לעצטן יאר צייט, און אויסלויבן דאס פאלק פאר זייער קאאפּעראציע.

כ"ז אדר (מארטש 23 למס')
היינט האט פרעזידענט טראמפ אקטיוועזירט די נעשינעל גארד אין עטליכע סטעיטס. שמועות דרייען זיך איבער א שארטעזש אין וועטילעיטרס, מחוץ תשכל חרב ומחדרים אימה. חדרים, שולן פארשפארט צענדליגע נפטרים טעגליך מיאמאנידיס שפיטאל אין ב"פ אויפגעשטעלט א טענט פארענט פון שפיטאל צוליב איבערפולס פון פאציענטן, יום תפילה עולמי פארריפן פאר ער"ח ניסן, עטליכע רבנים קומען ארויס מיט א רוף נישט צו פאסטן ווייל ס'איז א שעת מגיפה

כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
-
- שר האלף
- תגובות: 1284
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
פאריאר אזאטאג איז געווען ער״ח ניסן א יום תפילה אויפן טעלעפאון ברוב קהילות ישראל. דאס מצב איז שוין ליידער געווען שרעקליך. שוין געווען מערערע נפטרים ל״ע מיט צענדליגע חולים אין שפיטאל אין גאר שווערע מצבים. א חוץ דעם זענען געווען צענדליגער אויב נישט הונדערטער יודן וואס זענען געזיצן אינדערהיים שווער קראנק. הצלה האט מען געהערט ארומפארן ארום דעם זייגער אן קיין אפשטעל.
די גאסן האבן ענדערש אויסגעזעהן ווי תשעה באב ווי ער״ח ניסן. ווי עס איז געווען א צוזאמקום פון מענטשען, צו ביי געוויסע געשעפטען וואס זענען ערלויבט געבליבן אפען צו זיין צו ביי די עסן פעקלעך פארטיילונג פון די מוסדות האט געהערשט עפעס אזא מין שטילקייט אז עס האט זיך ענדערש געשפירט ווי ביי א לוי׳.
מען האט נישט געוויסט איין טאג וואס דער מארגען וועט ברענגען, זיך געלייגט ביינאכט נישט וועלענדיג וויסן וואס די מארגענדיגע שמועות מחרידות וועלן זיין. מיר האבן ליידער דעמאלטס אביסל געשפירט דעם בבוקר תאמר מי יתן ערב ובערב תאמר מי יתן בקר..
ברויך מיר אבער דאנקן דעם רבש״ע אז מען האלט שוין דא, האלבוועגס פאראיבער דעם מצב אבער בבקשה על ההוה והעתיד על החולים שיתרפאו ועל הבריאים שלא יחלו.
בניסן נאגאלו ובניסן עתידין להגאל, ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים בב״א