איז דער קאראנא וויירוס געקומען פון דער וואהאן ווייראלאגיע לאבאטאריע?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רני פלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רני פלט »

מיגו האט געשריבן:ס'איז א פראבלעם אז מ'האט אזוי שטארק אפגעשלאגן אזא מעגליכקייט, אמת.
אבער אדער דען דעט, וואס א חילוק מאכט עס באמת? נניח אז דאס קומט פון א כינע לעב און לאמיר זאגן אונז זעמער יעצט ביים אנפאנג פונעם פאנדעמיק, וואס אין די וועלט וואלט מען געטון אנדערש?

עס מאכט א גרויסע חילוק צו וויסן ווער עס האט געהארגעט אונזערע ברודער און שוועסטער, טאטעס און מאמעס פעטערס און מומעס זיידעס און באבעס, א פאר טויזענט טויט אין איין יאר יאר.

עס מאכט אויך א חילוק צו עס איז געווען א טעות פון די כינעזער אדער נישט א טעות, און אויב א טעות, ווי זיי האבן נישט באצייטענס מודיע געווען דער וועלט אז מען זאל נאך קענען עפעס טוהן באצייטענס און ראטעווען וויפיל מען קען נאך. וואלט דער וועלט געוויסט אז עס האט געליעקט פון א לעב וואלט מען עס זיכער אנגענומען א סאך ערענסטער ווי מען האט.

מען רעדט דא פון א מערדערליכע מגיפה וואס איז געווען מען מעיד און געלעגן אין וואהאן לעב, דער שאלה איז נאר צו עס האט ארויס גערינען בטעות אדער בכוונה, און נניח אז עס בלייבט נאר א טעות און מען וועט קיינמאל נישט קענען אויף ווייזן און וויסן אויב עס איז געווען בכוונה, מוז כינע סאפערען די קאנסיקווענצעס פון נישט נעמען פאראנטפארליכקייט פאר זייער טעות באצייטענס און ראטעווען מענטשן.

Gross criminal neglect of the highest order is at stake, and the world has to make sure it doesn't happen again
רני פלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רני פלט »

יש ברירה האט געשריבן:בשעת'ן פענדעמיק איז עס געווען אירעלעוואנט און א דיסטרעקשין, עס מאכט אבער סענס יעצט צו מאכן אן אויספארשונג צו זען אויב מען קען עס פארמיידן פון זיך איבערשפילן אינעם עתיד ה"י.

איך בין מסכים מיטן צווייטן העלפט, אבער פארוואס עפעס איז עס געווען אירעלעוואנט און א דיסטרעקשין בשעת'ן פענדעמיק. א דיסטרעקשין פון וואס? און אירעלעוואנט צו וועם?
הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארמאניע »

אויב ווערט די לעב טעאריע קאנפירמד גייען ביידע פארטייען טוישן מיינונג בנוגע ווי שטארק די קאוויד נאמבערס זענען געווארן אויפגעבלאזן?
רני פלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רני פלט »

בעל דמיון האט געשריבן:סא יעצט מעג מען עס שוין רופן "טשיינע ווירוס"?

"וואהאן וויירוס" און מער ריכטיג, ווייל מיר ווייסן נאכנישט ווער נאך איז געווען פארמישט אין דעם חוץ די כינעזער. זיי זענען געווען די בעל אכסניא, דאס ווייסן מיר שוין אויף זיכער.

עס קען זייער מעגליך זיין אז דער WHO האט געוויסט דערפון, און אז דער NIH האט געוויסט דערפון, און אויב דער NIAID האט אויך געוויסט דערפון האט דאך לכאורה איר דירעקטער פון די לעצטע 41 יאר דאקטער פאוטשי אויך געוויסט דערפון. צו פיל קשיות, ווייניג ענטפערס.
רני פלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רני פלט »

נא_שכל האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:בשעת'ן פענדעמיק איז עס געווען אירעלעוואנט און א דיסטרעקשין, עס מאכט אבער סענס יעצט צו מאכן אן אויספארשונג צו זען אויב מען קען עס פארמיידן פון זיך איבערשפילן אינעם עתיד ה"י.

מיגו האט געשריבן:ס'איז א פראבלעם אז מ'האט אזוי שטארק אפגעשלאגן אזא מעגליכקייט, אמת.
אבער אדער דען דעט, וואס א חילוק מאכט עס באמת? נניח אז דאס קומט פון א כינע לעב און לאמיר זאגן אונז זעמער יעצט ביים אנפאנג פונעם פאנדעמיק, וואס אין די וועלט וואלט מען געטון אנדערש?

ביי יעדע פראבלעם, די ערשטע זאך דארף מען דערגיין די שורש פונעם פראבלעם, נאכדעם קען מען קלערן פון זיך ריכטיג באשוצען דערפון, זיך היילן, מאכן א פאבליק רפואה אדער וואקסין וכדומה. נישט מ'זאל טאפן אין די פינסטער און אויסגעבן טייערע צייט און ריסארסעס אויף די נישט ריכטיגע צילן.

דאס ווייסט יעדער בר בי רב דחד יומא, משום איזה סיבה איז דא קלוגע מענטשען וואס פארשטייען עס נישט ביי די יעצטיגע גרויסע פראבלעם.

דער סיבה איז איינעם'ס בייעס.
רני פלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רני פלט »

הארמאניע האט געשריבן:וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?

א יאר צוריק איז נאר געווען רעלאווענט דאס פאליטיזירן די סייענס כדי יעדער זאל וויסן וואספארא ראסיסט דער טראמפ איז (גענומען פין די מעין סטריעם מידיא)

יא, דאס איז נאר א חלק דערפון. עס גייט אבער א סאך טיעפער און ברייטער.
רני פלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רני פלט »

חזרה
קרייסלער האט געשריבן:דאס וואס כ'האב געשריבן דעם יאנאוואר אינעם פאטושי אשכול

קרייסלער האט געשריבן:אביסעלע בעקגראונד: דר. פאוטשי האט געפירט א קאמיסיע צו פארשן צו מקען נעמען א וויירוס און עס מאדיפיצירן אז עס זאל זיין מער קאנטעזשעס

אין יארע 2014 האט די אבאמא אדמיניסטראציע אפגעשטעלט די אלע סארט אקטיוויטעטן אויס זארג אז סאיז נישט סעיף אבער פאוטשי האט עס ארויס געגעבן פאר א אנדערע פירמע אין ניו יארק וועלכע האט עווענטועל געארבעט מיט די וואהאון לעב איבער דעם פראזשעקט

איך בין נישט קיין קאנספיראט און איך גלייב נישט אז איינער זאל האבן דירעקט עס ארויסגעליעקט צו די פובליק אבער פאוטשי איז פון איינציגסטע מענטשען אויף די וועלט וואס ווייסן די פונקטליכע גענעטישע קאודס פונעם וויירוס און האט ווארשיינליך עפעס אן אינטרעסע דא, כווייס נישט וואס אבער דער שטינקט פון קאפ ביז פיס, פרעזידענט ביידען יר"ה דארף נעמען איינער וואס האט ווייניגער קאנפליקט אוו אינטרעס
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

רני פלט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:בשעת'ן פענדעמיק איז עס געווען אירעלעוואנט און א דיסטרעקשין, עס מאכט אבער סענס יעצט צו מאכן אן אויספארשונג צו זען אויב מען קען עס פארמיידן פון זיך איבערשפילן אינעם עתיד ה"י.

איך בין מסכים מיטן צווייטן העלפט, אבער פארוואס עפעס איז עס געווען אירעלעוואנט און א דיסטרעקשין בשעת'ן פענדעמיק. א דיסטרעקשין פון וואס? און אירעלעוואנט צו וועם?

ווען די 'כינע-וויירוס' שלאג-ווארט איז געבוירן געווארן, איז דאס געווען אין די ברען פון די אויסברוך און מען האט געטאדעלט די טראמפ אדמיניסטראציע אין נישט גוט באהאנדלען דעם קריזיס. עס איז געווען א וועג צו אנצייגן אז נישט ער איז שולדיג אין די אויסברוך נאר כינע איז.

אין יענע צייט איז געווען אירעלעוואנט ווער עס איז שולדיג, מען האט געהאט די סיקווענס פון די וויירוס און געארבעט אויף א וואקסין. עס האט נישט אויסגעמאכט אויב עס קומט פון א לעב אדער פלעדעמויז.
רני פלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רני פלט »

רעלאוואנטס
א פיין שמועס האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:סאו די גאנצע איידיע פארוואס מען שפילט זיך ארום מיט אזעלכע געפארפולע געמיקאלן איז צו קענען פראדוצירן ביאלאגישע וואפן?

מען קען זיך שפילן מיט א ווירוס צו:

• פארשן וויאזוי וויירוס ארבעט
• פראדוצירן א וואקסין
• פראדוצירן א ביאלאגישע וואפן
• פראדוצירן א ביאלאגישע וואפן + וואקסין דערקעגן וואס ווערט אויסגעטיילט פאר דיין באפעלקערונג פארן ארויסשיקן די וואפן
רני פלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רני פלט »

Does it matter where the virus that causes COVID-19 came from? In terms of frontline medicine, perhaps not — patients still need to be treated and the public health crisis managed

But when it comes to geopolitics, it matters greatly, particularly to the United States and China. So, a new investigation into the origins of the virus must be seen in the context of a long-running blame game between the US and China

Biden’s latest move
Last week, President Joe Biden announced he had ordered a further US intelligence investigation into the origins of COVID-19, asking for a report back in 90 days

He revealed the US intelligence community is split between two likely scenarios — human contact with animals or a lab accident — and could not assess whether one was “more likely than the other

וויל מען אונז זאגן אז "יעצט ערשט" הייבט דער אינטעלידזענס קאמיוניטי אן פארשן דאס! פארוואס פרעגט נישט קיינער דער קשיא, וואס זיי האבן געוויסט און געפארשט דעמאלט, און וואס פארשן זיי און וועלן וויסן מער יעצט נאך 90 טאג?

אויב ווייסן זיי שוין פון דעמאלט, איז צו וואס דארף מען נייע 90 טאג? און אויב האט מען פארהוילן איפארמאציע דעמאלט, איז מאן יימר אז זיי וועלן נישט טוהן אזוי יעצט אויך? וואס האט זיך געטוישט?
רני פלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רני פלט »

דאס געטראפן
The US rightly criticised early Chinese mishandling, with former secretary of state Mike Pompeo vocal about China’s suppression of early warnings and lack of transparency. The consistent message was the pandemic was “made in China”

From the Chinese side, it wants to be remembered as the regime that showed the world how to overcome the virus, not the one that unleashed it. China has already tried to muddy the waters around the origin of the virus, even suggesting

it might be [the] US army who brought the epidemic to Wuhan

ווייסט איינער אפשר וואס סודזעסט דא כינע? ווי קומט דער אמעריקאנער ארמיי דא אריין?

צו טענה'ט דא כינע אז דער קרענק איז גענומען געווארן פון א פלעדער מויז אין אמעריקע (אדער ערגעץ אנדערש) און געברענגט געווארן צום וואהאן לאבראטריע צו שטודירן און/אדער מאניפאלירן?

צו ארבעט אמעריקע (אדער אנדערע מדינות) צוזאמען מיט כינע אויף זייערע בייאלגישע וואפן אינדוסטריע?

איז דאס א סוד געהאלטן ביים אינטעלידזענס קאנמיוניטי, אדער איז ברייט באוויסט?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

רני פלט האט געשריבן:דאס געטראפן

ניין, זייער קלעים איז געווען אז אמעריקא האט סודות'פולע מיליטערישע לעבס, און אנשטאט קוקן אין דער וואהאן לעב זאלן זיי קוקן דארט.

(זאג מיר נישט אז דו נעמסט אן כינעס נאנסענס אפ-ענפער אלץ אן ערענסטע טעאריע. כינע ווערט דיר פלוצלונג א באגלייבטע סארס?...)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

יש ברירה האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:אין דער צייט וואס כמעט יעדע איינציגער עקספערט, אפישעל, צייטונג, איז שוין היינט צו טאג מודה אז די לעב ליעק טעאריע איז א נארמאלע מעגליכקייט אדער וויירשיינליכקייט, איז דא איין סייט וואס האט זיך כמעט נישט גערירט, איר נאמען איז וויקפידיע. דארט איז די לעב ליעק א געהעריגע קאנספיראציע, די קאנסענסוס פון עקספערטן אז עס קומט זיכער פון נאטור איז חי וקיים, און די הויפט נושא איז צו עס קומט דירעקטלי פונעם בעט צום מענטש אדער עס איז גווען עפעס אינצווישען.

נישט אז איך גיי דא דיפענדן וויקעפידיע אלץ אן באגלייבטע סאורס פאר אינפארמאציע, אבער די ווערטער וואס דו ברענגסט פון דארט זאגן נישט אז די וואהאן לעב ליעק איז א קאנספעראציע, זיי רעדן איבער די חלק אז לאנד כינע האט בייאו-אינדזשענירט דעם וויירוס אדער דאס פראדעצירט אלץ א בייאלאגישע וואפן.

אודאי, זיי שרייבן אזוי אין א געקינצעלטע וועג, מען מישט אויס ביידע טעאריעס דער לייענער זאל זיך דאכטען אז דער גאנצער לעב ליעק איז א קאנספיראציע.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

פרינדזשעס.. האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:
BREAKING

‘[S]ome crazy people in this world’: Fauci exchanged emails with China public health official early in the pandemic

https://www.marketwatch.com/story/email ... 1622617356

די אלע אימעילס אויף דראפשאכטל
https://www.dropbox.com/s/qz299ji9n7j6o ... 9.pdf?dl=0

אפשר מאכט איינער אן אשכול ווי מען קען ארויפלייגן אינטרעסאנטע אי מעילס פון פאוטשי, אנשטאט יעדער זאל דארפן דורכלייענען 800 פעיזשעס..
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

מיגו האט געשריבן:ס'איז א פראבלעם אז מ'האט אזוי שטארק אפגעשלאגן אזא מעגליכקייט, אמת.
אבער אדער דען דעט, וואס א חילוק מאכט עס באמת? נניח אז דאס קומט פון א כינע לעב און לאמיר זאגן אונז זעמער יעצט ביים אנפאנג פונעם פאנדעמיק, וואס אין די וועלט וואלט מען געטון אנדערש?

די זעלבע מענטשען וואס פרעגן די תמימותדיגע קושיא, וואס איז א גרויסע נ"מ וואס האט געברענגט עטליכע מיליאן טויטע, שרייען מיט קולות אז מען מוז האבן א קאמישאן צו דערגיין......

......ווער האט צוגעברענגט אן איווענט אין JAN 6 ווי צוויי און א האלב מענטעשן זענען געשטארבן און מען ווייסט שוין בעסיקעלי כמעט אלעס.

הה"ד ווענדט זיך ווי דער חמר שטייט איין, ביי טראמפ צו ביי כינע.
רני פלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רני פלט »

קנאפער ידען האט געשריבן:
רני פלט האט געשריבן:דאס געטראפן
The US rightly criticised early Chinese mishandling, with former secretary of state Mike Pompeo vocal about China’s suppression of early warnings and lack of transparency. The consistent message was the pandemic was “made in China”

From the Chinese side, it wants to be remembered as the regime that showed the world how to overcome the virus, not the one that unleashed it. China has already tried to muddy the waters around the origin of the virus, even suggesting

it might be [the] US army who brought the epidemic to Wuhan

ווייסט איינער אפשר וואס סודזעסט דא כינע? ווי קומט דער אמעריקאנער ארמיי דא אריין?

צו טענה'ט דא כינע אז דער קרענק איז גענומען געווארן פון א פלעדער מויז אין אמעריקע (אדער ערגעץ אנדערש) און געברענגט געווארן צום וואהאן לאבראטריע צו שטודירן און/אדער מאניפאלירן?

צו ארבעט אמעריקע (אדער אנדערע מדינות) צוזאמען מיט כינע אויף זייערע בייאלגישע וואפן אינדוסטריע?

ניין, זייער קלעים איז געווען אז אמעריקא האט סודות'פולע מיליטערישע לעבס, און אנשטאט קוקן אין דער וואהאן לעב זאלן זיי קוקן דארט.

(זאג מיר נישט אז דו נעמסט אן כינעס נאנסענס אפ-ענפער אלץ אן ערענסטע טעאריע. כינע ווערט דיר פלוצלונג א באגלייבטע סארס?...)

ווי זאג איך אז איך נעם זיי אן? איך פרעג נאר וואס איז פשט אין וואס "זיי" זאגן?

און אגב האסטו (און אנדערע) מיר געקוואוט אוט אוו קאנטעקסט אין דער גאנצער אשכול, און אריין געלייגט אין מיין מויל ווערטער וואס איך האב נישט געזאגט און נאכדעם זיי אטאקירט. ביטע הערט אויף.

איך האב נישט געזאגט אז כינע האט עס בכוונה ארויס געלאזט, נאר אז "עס איז דא א מעגליכקייט" אז זיי האב עס ארויס געלאזט, און א מעגליכקייט בלייבט עס. דעטס אול.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

יש ברירה האט געשריבן:
רני פלט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:בשעת'ן פענדעמיק איז עס געווען אירעלעוואנט און א דיסטרעקשין, עס מאכט אבער סענס יעצט צו מאכן אן אויספארשונג צו זען אויב מען קען עס פארמיידן פון זיך איבערשפילן אינעם עתיד ה"י.

איך בין מסכים מיטן צווייטן העלפט, אבער פארוואס עפעס איז עס געווען אירעלעוואנט און א דיסטרעקשין בשעת'ן פענדעמיק. א דיסטרעקשין פון וואס? און אירעלעוואנט צו וועם?

אין יענע צייט איז געווען אירעלעוואנט ווער עס איז שולדיג, מען האט געהאט די סיקווענס פון די וויירוס און געארבעט אויף א וואקסין. עס האט נישט אויסגעמאכט אויב עס קומט פון א לעב אדער פלעדעמויז.

יעצט האסטו מיך פארלוירען. וואס העט ווען גווען שלעכט אז בשעת דער עולם זיצט פארשפארט אין די הייזער, און יעדער וואס באקומט קאראנע האט עפ"י צוואת פאוטשי געדארפט טוען גארנישט און ווארטען ביז ער קען שווער אטעמען אז ער זאל קענען גיין אין שפיטאל אויף א ווענטילעיטאר, זאל די אינטעליזשענס קאמיוניטי אויספארשען די כינע לעב???

איך ווייס אז טייל אין די מידיא נוצען דאס פאר א תירוץ, אבער עס איז א שקר גס גארנישט ווייניגער ווי די ערשטע ליגענט אז אז די וואהאן לעב טעאריע איז א קאנספיראציע. (ב.ד.וו. די מידיא איז געווען ביזי מיט צענדליגער אנדערע טעמעס וואס איז הונדערט מאל ווייניגער וויכטיג ווי דאס)

און דאס איז חוץ א מעשה אז עס איז דא א מעגליכקייט עכ"פ אז אויב מען וואלט געוויסט פונקטליך פון וואסערע באשטאנדטיילן און בע"ח דער וויירוס איז צוזאמגעשטעלט וואלט מען אפשר געקענט שנעלער טרעפען א רפואה אדער א וואקסין. די חלק אבער איז נישט קיין הכרח.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

מיין ערשטע רעזעלוציע נאכן וויסען אז עס קומט פון די וואהאן לעב.... וואלט גווען צו מאכן אן אינטערנאציאנאלער פארבאט אויף די ריזיקאלישע געין אף פאנקשען ריסערטש (און פארשטייט זיך אויך בילאגישע וואפען).

צווייטע רעזעלוציע: א לאנד וואס מען כאפט אז ער טועט יא די ריסערטש ווערט ארויסגעווארפן פון די וועלט געמיינדע און מען לאזט נישט אריין זייערע בירגער אין לאנד.

דאס וואלט גווען א גוטע סטארטינג פוינט.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

רני פלט האט געשריבן:
מיגו האט געשריבן:Gross criminal neglect of the highest order is at stake, and the world has to make sure it doesn't happen again

ווען א ריסערטשער אין אמעריקא באהאנדעלט ווען א ליעק אויף זעלבען שטייגער ווי כינע וואלט ער געגאנגו זיצען פאר לאנגע יארן אן קיין פראגע.

זשינפינג איז א געהעריגער קריגס פארברעכער מיטן הרגנן מענטשען פון אנדערע לענדער. סימפעל עז דעט. וואס דארף מען טוען לכבוד דעם, דאס איז שוין גאר א שווערע פראגע....(אפשר אן אטענטאט.... :oops: )
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

צ"ק די לשון "באשאפען" שמעקט נישט גוט, ווייל נאר די באשעפער באשאפט זאכען.

ס'וואלט געווען שיין צו טוישען די קעפל צו "געווארען פראדוצירט" אד"ג.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

פנימחדשות האט געשריבן:צ"ק די לשון "באשאפען" שמעקט נישט גוט, ווייל נאר די באשעפער באשאפט זאכען.

ס'וואלט געווען שיין צו טוישען די קעפל צו "געווארען פראדוצירט" אד"ג.

גלייכע הערה. איך קען שוין נישט טוישען, אויב די מנהלים קענען טוישען העט ווען גווען א גוטע זאך
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

חדשות האט געשריבן:
מיגו האט געשריבן:ס'איז א פראבלעם אז מ'האט אזוי שטארק אפגעשלאגן אזא מעגליכקייט, אמת.
אבער אדער דען דעט, וואס א חילוק מאכט עס באמת? נניח אז דאס קומט פון א כינע לעב און לאמיר זאגן אונז זעמער יעצט ביים אנפאנג פונעם פאנדעמיק, וואס אין די וועלט וואלט מען געטון אנדערש?

די זעלבע מענטשען וואס פרעגן די תמימותדיגע קושיא, וואס איז א גרויסע נ"מ וואס האט געברענגט עטליכע מיליאן טויטע

לאו דוקא. יעדער איז שוין מסכים היינט צו פארשן פון וואו די וויירוס קומט און טראמפ ענד קא האבן שוין דעמאלטס פראבירט צו פארשען אבער געטאפט א וואנט ווייל כינע האט געשטערט

מיין שאלה איז נישט לגבי די מעגליכקייט אז עס קומט פון כינע נאר איבער די סוי קאלד פארברעכן פון די וואס האבן נישט געהאלטן אזוי אדער אפגעשפעט פון די מעגליכקייט... מיי קאלא ראש...

אויך וויל איך דיך בארואיגן איבער דעם שטורעם וואס דאס גייט כאילו ברענגען ווען מ'גייט זיך דערוויסן מער איבער די אראנדזשעס פון די וויירוס
חדשות האט געשריבן:
If the Wuhan lab-leak hypothesis is true, expect a political earthquake

The potential consequences of the origins of the virus are shattering – if they can be proved

ווי דו זאגסט אליין ווענדט זיך דאך וואו דער חמר שטיין איין און די מידיע דארף נאר אויפקומען מיט די ריכטיגע ליין און עולם כמנהגו נוהג
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

חדשות האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
רני פלט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:בשעת'ן פענדעמיק איז עס געווען אירעלעוואנט און א דיסטרעקשין.

יעצט האסטו מיך פארלוירען. וואס העט ווען גווען שלעכט אז בשעת דער עולם זיצט פארשפארט אין די הייזער, און יעדער וואס באקומט קאראנע האט עפ"י צוואת פאוטשי געדארפט טוען גארנישט און ווארטען ביז ער קען שווער אטעמען אז ער זאל קענען גיין אין שפיטאל אויף א ווענטילעיטאר, זאל די אינטעליזשענס קאמיוניטי אויספארשען די כינע לעב???

איך ווייס אז טייל אין די מידיא נוצען דאס פאר א תירוץ, אבער עס איז א שקר גס גארנישט ווייניגער ווי די ערשטע ליגענט אז אז די וואהאן לעב טעאריע איז א קאנספיראציע. (ב.ד.וו. די מידיא איז געווען ביזי מיט צענדליגער אנדערע טעמעס וואס איז הונדערט מאל ווייניגער וויכטיג ווי דאס)

און דאס איז חוץ א מעשה אז עס איז דא א מעגליכקייט עכ"פ אז אויב מען וואלט געוויסט פונקטליך פון וואסערע באשטאנדטיילן און בע"ח דער וויירוס איז צוזאמגעשטעלט וואלט מען אפשר געקענט שנעלער טרעפען א רפואה אדער א וואקסין. די חלק אבער איז נישט קיין הכרח.

עס וואלט גארנישט געשען (פארשטייט זיך עס וואלט געווען גאר שווער דאס צו טון אונטער די דעמאלטדיגע אומשטענדן) רעלעוואנט מיין איך אין די קאמף קעגן די וויירוס. עס איז נישט געווען נוגע די עצם אויסברוך, איך האב נאכנישט געהערט פון קיינעם זאגן אז עס וואלט געהאלפן שאפן די וואקסין. די וויירוס האט מען גוט ארויסגעהאט און די וואקסין איז ארויסגעקומען אין א רעקארד צייט.

עס איז גרינג צו באשולדיגן די מידיא, אבער זיי זענען געפאלן א קרבן צו אן אלטע פענאמענען... עס זענען דא ביכער דערפון...
אטעטשמענטס
91wllR6P-sL.jpg
91wllR6P-sL.jpg (517.5 KiB) געזען 1183 מאל
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

רני פלט האט געשריבן:ווי זאג איך אז איך נעם זיי אן? איך פרעג נאר וואס איז פשט אין וואס "זיי" זאגן?

און אגב האסטו (און אנדערע) מיר געקוואוט אוט אוו קאנטעקסט אין דער גאנצער אשכול, און אריין געלייגט אין מיין מויל ווערטער וואס איך האב נישט געזאגט און נאכדעם זיי אטאקירט. ביטע הערט אויף.

איך האב נישט געזאגט אז כינע האט עס בכוונה ארויס געלאזט, נאר אז "עס איז דא א מעגליכקייט" אז זיי האב עס ארויס געלאזט, און א מעגליכקייט בלייבט עס. דעטס אול.

נאכן אליינס ארויסברענגען מער ווי איינמאל אין דער אשכול ווי ווייט דאס וואס זיי זאגן איז ווייט פון אמת ביסטו אינטערסירט פשוט צו פארשטיין די עומק הדברים פון זייערע טיפע און קראנטע ווערטער (וואס אפילו זיי טענה'ן נישט אז זיי ווייסן עס אדער האבן ראיות, נאר אז פשוט עס איז א מעגליכקייט... ווייל פארוואס נישט...) איי געס אז עס איז דיר מער ניחא צו אננעמען אז כינע רעדט יא אביסל צודערזאך אבי נאר אז אמעריקא זאל גאר האבן ארויסגעגעבן דער וויירוס.

זה דרכם פון אלע קאנספיראציע טעאריקער צו זאגן "איך פרעג נאר" בשעת'ן פרעגן זאכן וואס האבן נישט קיין גרינד און מאכן נישט קיין סענס. דאס אז דו זאגסט עס בלשון שאלה מיינט נאכנישט אז דער געדאנק ווערט ווייניגער אפגעפרעגט און נאריש און אז מען רעדט פון נארישע זאכן איז דער ענפער דערויף אז עס איז נאריש.

"אוט אוו קאנטעקסט"? דו ווייסט וואס די ווערטער מיינען? וואט די העק אר יו טאלקינג אבאוט?! איך האב דיר געקוואויטעד דא פיר מאל, אלע פון זיי האב איך ציטירט דיין גאנצע תגובה און אלע פון זיי איז געווען היבש נארמאלע ענפערס (לאו דוקא אן אפפרעג, נאר פשוט געענפערט אויף דיין שאלה) אויף וואס דו האסט געזאגט/געפרעגט (דריי פון זיי זענען געווען טעכנישע שאלות וואס דו האסט געפרעגט פאר הסבר און דער פערטער וואו דו האסט זיך געגרויסט אז דו האסט שוין געוואוסט אז דו האסט שוין געוואוסט דאס אלעס (און נאך אסאך זאכן...) לעצטע יאר און איך האב דיר געענפערט אז דו האסט "געוואוסט" אסאך אנדערע זאכן וואס זענען לופט סאו אז איין זאך איז יא געווען אמת מיינט נישט אז אלע לופטיגע זאכן ווערן דערמיט אמת.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: די וואהאן לעב ווי דער קאראנע מאנסטער איז געווארן באשאפען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

די אמת פאנגט אן ארויסצוקריכן

f.JPG
f.JPG (35.78 KiB) געזען 1139 מאל

https://nypost.com/2021/06/02/fauci-was ... ed-emails/
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”