מחשב האט געשריבן:חדשות האט געשריבן:נאכאמאל איך פארשטיי נישט וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין מיין טענה.
פאקט # 1. עס איז דא טויזענטער אידן אין וויליאמסבורג, ב.פ. , מאנסי, קרית יואל, וואס האבן געהאט דעם וויירוס און מען האט נאך נישט געהערט אז עמיצער זאל האבן צוריקבאקומען יעצט 8 חדשים שפעטער (עכ"פ נישט מער ווי א' מני אלף). אין דעם מיין איך איז יעדער מודה.
פאקט # 2. אויף וויפיל איך ווייס איז די יחידים אלוועלטליך וואס האבן יא צוריקבאקומען דעם וויירוס, איז (כמעט) קיינער נישט געשטארבן.
פאקט # 3. די אימיון סיסטעם און די סעלס פונעם מענטש איז אנדערש ביי א מענטש וואס האט שוין געהאט דעם וויירוס ווי דער וואס האט נישט געהאט. סיי אויב ער האט שוואכע אדער שטארקע אנטי באדיס.
פאקט # 4. מען האט קיינמאל נישט געטעסט, און עס איז נישטא קיין איין איינציגע שטודיע (און אפילו נישט קיין ענעקדאטעל עווידענס)אויף מענטשען וואס האבן שוין געהאט דעם ווירוס אויב יעצט מוסיף זיין א וואקסין "בנוסף" צו די אנטי באדיס וואס דער מענטש האט שוין, גייט עפעס העלפען בכלל, און אויב יא מיט וויפיל פראצענט.
פאקט # 5. וויבאלד דער וואקסין איז א נייער איז נאך נישטא קיין וועק צו וויסן אויב עס קען האבן סייד עפעקטס נאך א לענגערע צייט. ס"ה ווייסט מען אז אין די ערשטע עטליכע חדשים האט מען נישט געזען קיין סייד עפעקטס.
איינער דינגט זיך ביז אהער?
לגבי פאקט נומער 3. דאס איז דאך די שאלה צו די אנדערשקייט בלייבט אויף אייביג, אדער וועפט אויס.
לגבי פאקט # 4. האב איך שוין געפרעגט אויבן. אויב לאמיר זאגן אז די אימיוניטי האלט אן 8 חדשים, און נאך אכט חדשים וועפט עס אויס. איז אזוי שווער צו פארשטיין די מושכל ראשון אז ווען די נעמסט יעצט א וואקסין וועט עס דיר געבן אימיוניטי כאטש פאר נאך א שטיקל צייט?
און טאמער אימיוניטי האלט אן פאר 24 חדשים איז אזוי שווער צו פארשטיין אז געבן יעצט א וואקסין גייט אויפטוען זילטש.
און אפשר האל עס פאר 60 חדשים, און אפשר 330 חדשים. איך מיין איך זאל מיר גיין שטעכען אויף הווילע שפעקולאציעס וואס האט ווייניגער דעקונג פון היידראסיקלאראקווין וואס איך טאר חלילה נישט נעמען אפילו איך וויל..
רעד איך שוין נישט פון זינק און ווייטאמין די, און אייווערמעקטין, און זעלענקא מיקס, וואס האבן הארטע דעטע, דארט זענען די אלע "מושכל ראשוןס נישט גוט. פאוטשי קלאפט אין טיש גאלד סטאנדארד, אפילו די זאכן האבן שוין א סעיפטי רעקארד פון צענדליגער יארן. מען דארף זען בלינד נישט צו זען אז עס איז דא צוויי סעטס אף רולס.