Who knows האט געשריבן:בבקשה האט געשריבן:
די ווילסט פארגלייכן די סייד עפעקטס פון קוה פאקס מיט די סייד עפעקטס פון די קאוויד וואקסין? וועמען פריווסטו צו נארן דא?
איך האב אמאל עפעס מדמה געווען? אדרבה קוק איבער פון ווי די וויכוח האט זיך אנגעפאנגען? בעריש'ל האט געזאגט אז אין ספר הברית שטייט אז מ'דארף נעמען א וואקסין אפילו איינס פון טויזנט שטארבט, האב איך געזאגט אז ביי מיר שטייט פארקערט, ותו לא מידי
אבער אז דו ווילסט יא רעדן צו וואס עס איז דומה, וועל איך מעתיק זיין אביסל מער פונעם לשון פונעם ספר הברית "
וכבר נסו זה אלפים רבבות בני אדם וכולם יצאו בשלום ולא מת אפילו אחד בכל אלה, ויהי כראות חכמי ישראל שהדבר בדוק ומנוסה מאד, ובכל יום ויום המנהג הזה מתפשט ומתקבל בכל מדינה ומדינה עד קצות הארץ ואיי ים רחוקים, ולא נשמע ולא נראה מכשול ותקלה לשום אדם גדול או קטן כי הוא דבר שאינו מזיק לעולם עמדו גם זקני ישראל ותופסי התורה בדור הזה והתירו זאת לכל ישראל על פי התורה", דו וואלסט געזאגט אזעלכע ווערטער אויף די קאוויד וואקסין? איך נישט
בעריש'ל האט געשריבן:קודם כל אין תפארת ישראל שטייט אז בפירוש וואס איך האב געזאגט, צווייטנס, היינט שטארבט אויך נישט.
1) אבער אין ספר הברית שטייט נישט אזוי, נאר עס שטייט אז רוב גדולי ישראל האבן נישט געהאלטן ווי די תפארת ישראל (וואס איז בכלל נישט געווען פאררעכנט אלס א פוסק)
2) מ'שטארבט היינט אויכעט (קיינער איז נאכנישט געשטארבן פון בלאד קלאטס?), די שאלה איז נאר וויפיל, און א קלארע תירוץ אויף דעם וועט מען לכאורה נישט וויסן ביז משיח וועט קומען, אדער אויב אונזער רעגירונג וועט אנהויבן צוזאמנעמען געהעריג דעטע
וואס איז וואריעלעיטשען? איז דאס טאקע וואס די תפארת ישראל רעדט פון? לאמיר זען
די מהלך פון וואריעלעיטשען איז געווען, אז אויב האט מען געטרפען איינער וואס האט געהאט סמאלפאקס אויף א שוואכע פארנעם, האט מען פון עם גענומען די germs, און מען האט דאס געגעבן פאר נאך מענטשען זאלן קראנק ווערן פון די סמאלפאקס, די מהלך המחשבה איז געווען, אז וויבאלד יענער מענטש האט עס געהאט אויף א שוואכע פארנעם, מוז זיין, אז די סטרעין וואס יענער האט געהאט, איז שוואכער פון די געהעריגע סטרעין, מילא איז בעסער צו ווערען אנגעשטעקט מיט די שוואכע סטרעין ווי איידער די געהעריגע סטרעין.
משל למה הדבר דומה? אז איינער זאל בידים גיין אין זיך אנשטעקען מיט פשוט'ע קאוויד, אזוי זיך צו באשיצן פון די דעלטע וועריענט, עס וועט ארבייטען, אבער פשוט'ע קאוויד איז אויך שעדליך. די זעלבע איז געווען מיט וואריעלעיטשען, אפילו די שוואכע סטרעין פון סמאלפאקס, איז געווען בכח צו הארגענען מענטשען, אויף א פיל א גרעסערע פארנעם ווי איינס פון טויזענט. טייל דאקטורים האבן אפילו געהאלטן אז ווארילעיטשען איז גארנישט בעסער ווי געהעריגע סמאלפאקס.
דערנאך איז אויפגעקומען א דאקטער עדווערד יענער, ער האט אויסגעטראפען אז די מחלה וואס הייסט קוה פאקס, טוהט אויך באשיצן קעגן סמאלפאקס, דהיינו איינער וואס האט קוה פאקס, קען נישט באקומען נאכדעם קיין סמאלפאקס, די פראבלעם איז געווען, אז קוה פאקס כאפט מען פון קוהן, און עס גייט שווערליך אריבער פון מענטש צו מענטש, האט יענער איינגעפירט אז מען זאל זיך דירעקט אנשטעקן מיט די קוה פאקס, און אזוי ארום ווערען אומיון צו די סמאלפאקס (נישט אזוי פשוט אבער אויפ'ן שפיץ גאפל), די מהלך האט ער גערופן וועקסינעטשען וואס זיין שורש מיינט אין לייטעניש "פון די קוה"
יעצט אויף די מהלך פון וואריעלעטשען זאגט די ספר הברית אז דאס האבן רוב גדולי ישראל גע'אסר'ט טאקע וויבאלד ס'איז נישט געווען קלאר אז דאס העלפט אפילו, אבער די מהלך פון וואקסינעטשען, האבן רוב גדולי ישראל יא מתיר געווען.
יעצט צוריק צום תפארת ישראל, די זאגסט נישט בפירוש, אבער מדבריך משמע, אז די האלטס אז די תפא"י רעדט פון וואריעלישען, וואס אויף דעם שרייבט די ספר הברית לאיסור, אבער האמת הוא, אז די תפא"י רעדט פון וועקסינעטשען, פון וואנעט ווייס איך? וויבאלד די תפא"י דערמאנט די זעלבע ווערטער פאקקע"ן, אויך אין מסכת אבות, און דארט שרייבט ער קלאר אז די מחדש דערפון איז יענער, מילא קומט ארויס קלאר, אז סיי די ספר הברית און סיי די תפא"י רעדן ביידע פון די זעלבע זאך, ביידע רעדן זיי פון קוה פאקס, און ביידע זאגן אז ס'איז מותר אדער אפילו גאר חובה.
לגופו של ענין, די ספר הברית איז מתיר צו מאכן קוה פאקס, יעצט אויב זאל מען פארגלייכן די סיי עפעקטס פון קוה פאקס, ביז די סייד עפעקטס פון די קאוויד וואקסין, וועט מען זעהן אז די סייד עפעקטס פון קוה פאקס, איז פיל, פיל מער, פון וויפיל די סייד עפעקטס פון קאוויד וואקסין, מילא אויב האט די ספר הברית מתיר געווען צו ניצן קוה פאקס איז קיין שום שאלה אז ער וואלט מתיר געווען צו ניצן די קאוויד וואקסין. 100% אזוי.