מודעה - והבהרת דברים - ונא לפרסם
א קעי,
קים איך יעצט פון קעדעני ערפארט, א.ק.א. דזעי-עפ-קעי בלע"ז
דער חתן-בחור אי"ה בעתו ובזמנו איז שוין ב"ה אין די לופטן -דורך די "ווירזין עטלענטיק" - געבוקט דורך דעלטא מיט מייל 37500- + 61
בלי עין הרע זיכער 200 בחורים על פלייט הזאת - דעם דאזיגן פלייט
ממאכט א סטאפ אי"ה אין לאנדאן עיר הבירה פאר אנדערטהאלבן שעה (פונקט גוט פאר מנחה מעריב ספירה ביי ר"ת)
- בוו"ד סאיז גאנץ א גוטער פלייט פאר נישט דערפן דאווענען אויפן פליגער בכלל- ווייל עס איז געפלויגן בס"ד 8:15, במילא איז געווען שחרית לאקאל-
איז אזוי כאב עם ארויסגעפרינט א גאנצן לאאס ליף מיט דאקומענטן וזהו החלו בעזהשי"ת:
- פארשטייט זיך צום ערשט א פרישען קאוויד טעסט
- פערמיט פאר ארצינו הקדושה
- קאווויד טעסט עפוינמענט און לוד בשעת'ן אנקומען, מזאל נישט דארפן ווארטן, מקען דאס מאכן אויפן זייטל
https://check2fly.co.il/auth - עס איז פריי פון אפצאהל ווי איר וועט זעהן אויפן לעצטן בלאט ביי די פעימענט אפשן free1 promotion
- Public Health Passenger Locator פאר לאנדאן
- אישור בידוד - אבער עס איז נישט נאר דעם צעטל פונעם אישור , הערטס גוט צו מדארף אויך די אפליקעישאן, דעם Israel Entry Reportאיך האב עס נישט געהאט, איז בס"ד איז א שיקסע דארט געווען העלפבאר אין געפרעגט צו אפשר קען מען עס בליץ-פאסטן, (דער גראבער גוי דארטן האט דאס ניחשט געוואלט טוען), אין ווי וועט גיין אין אפיס עס ארויספרינטן,
איז וואס טוט מען דא? אין ב"ה די איינציגסטע צוויי עפפס וואס איך האב אויך מיין סעל איז די קאלקיולעיטער מיטן וועקער-זייגער (העיקר שכחכתי...אויך וואויס רעקארדער)
האב איך מיך דערמאנט אז איך האב עס נעכטן געבליץ פאסט פאר מיין ידיד ער זאל וויסן וואס צו טוען מיט זיינס,, אין פון חסד דערלייגט מען נישט- האב איך עס געקאלט 6 פארטאגס - מסתם געוועקט- אין ער האט עס געשיקט אהין
לכן מורי ורבותי לייגט צו צום פאלדער אויך דעם אפליקעישן בנוסף צום "אישור בידוד"כתבתי באריכות, ואם יהיה לתועלת אפילו יחיד, והיה זה שכרי - ווייל א בחור האט מיר געזאגט דארט אז זיין טאטע איז צוריק געפארן קיין ב"פ עס אויפצופיקן - אין פלענטי חברה זענען געווען פארלוירן, הבטחתי לפרסם בזכות ר ישעי ב"ר משה זצ"ל לזכות שידוכים לבחורי ובתולות ישראל בעגלא ובזמן קריב, אמן
דיסקליעמער: אפשר איז דאס נאר פאר ווירדזיו עלטענטיק, ווייס איך נישט, אבער החכם עיניו הראשו
א גוטן טאג