פארלירן חוש הריח אדער טעם

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ליידט איר פון א מאדנעם גערוך אדער טעם ביים עסן?

די וואלן האבן זיך געשלאסן מאנטאג יולי 13, 2020 9:56 am

יא
54
42%
ניין
76
58%
 
סך הכל שטימען: 130

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשיגער »

בעקעלע.הפוכה האט געשריבן:רבותי
עס איז צייט צו מאכן עפעס א שאבטאן "חיזוק סאפארט גרופ"

געוואלדיגע איידיע...!!!
כ'מאך שוין רעזערוועישאן...!!!
זעה צו ברענגען אפאר גוטע בעלי דרשנים מחזק צו זיין דעם עולם.
גראדע האב איך מיר שוין ב"ה/ליידער צוגעוואונט צום ביטערן מציאות, כ'האלט שוין לאחר ייאוש...!!
געוויסע עסנווארג זענען ב"ה צוריקגעקומען צום טעם למחצה לשליש ולרביע...
געוויסע עסנווארג האב איך קאפליטלי רימאווד פון מיין היסטארי... א טייל דערפון וואס זענען געווען פון די שטארק באליבטע...
און צו די איבריגע האב איך זיך צוגעוואוינט...
דער עיקר נישט פארגעסן צו דאנקן און לויבן אונזער זיסער פאטער אין הימל וואס טוט דאס אלעס, און ב"ה מ'איז געזונט און שטארק...!!!

וכאן המקום להודות פאר'ן פותח האשכול און פאר אלע גוטע ידידים וואס האבן מיטגעטיילט זייערע ליידן און פריידן, עצות און פלייצעס, וויצן און טריצן.
ובפרט פאר דעם איבערגדרייטן בעקעלע, וואס זיצט שוין דא נאך פונפאנפאנג פון דעם שיקזאל, און העלפט כסדר ארויס מיט זיין הומאריסטישן פעדער...!!!
ס'האט זיכער פיהל פארגרינגערט דעם מצב ביי מיר און ביי פיהל אנדערע...!!!
יישר כחכם!!! ומצפים לישועה!!!
אוועטאר
Pinchus
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 4:46 pm
לאקאציע: אין מיין שיך

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Pinchus »

בעל מנוחה האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:רבותי ס'שרעקליך געהאט פאריאר קאראנא . דריי חדשים ציריק פארלירן די שמעק . און יעצט אודך א פרישע אנשיקינעש פלייש און טשיקען האט באקימען א גרויליגע טעם איך קען עס ממש נישט עסן איך האב געגעסן א טראפקעלע טשולנט און ס'געווען עקעלדיג איינער מיט אן עצה asap?

איך קען ליידער נאר זאגן welcome to the club

Like silver polish
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

בעל מנוחה האט געשריבן:בין איך געזעצן ביי א חתונה פון א קרוב דערציילט מיר א איד דארט אז זיין זוהן האט געהאט די גאנצע פאוסט קאראונע פראבלעמען ווי די געפערליכע גרוך און נישט אפעטיט וכו׳
און ער איז געפארן קיין סאראטאגע ספרינגס מינעראל בעדער פאר די צוועק
פרעג איך אים נו עס האט עפעס אויפגעטון?
ענפערט ער אז ער ווייסט נישט ווייל יענער איז נאכנישט ציריק געקומען,
און יעצט קען איך נישט נאכגיין די סוף פסוק ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי יענער הייסט בכלל,
וויל איך וויסן אויב איינער דא האט עס שוין פרובירט אדער ווייסט פון איינעם וואס איז דארט געווען אדער ביי אנדערע ענליכע זאכן
און וואס זענען געווען די רעזולטאטן

Update:
למעשה נאך אביסל פארש און אסאך סיעתא דשמיא בין איך אנגעקומען צום יוד וואס איז דארט געווען,
און עס האט אים גארנישט געהאלפן
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
פישל דער פישער
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:10 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל דער פישער »

בעקעלע.הפוכה האט געשריבן:רבותי
עס איז צייט צו מאכן עפעס א שאבטאן "חיזוק סאפארט גרופ"
זאל זיין זייער ביליג ווייל:
אונז דארף מען נישט עפעס א מי יימר קעטערער, ווייל אונז קעמער נישט (פר)עסן
אביסל חלה
מיט אביסל חלה
אויך חלה
נישט גרעיפ דזוס - נאר בלאש גרעיפ דזוס
אביסל פרוכט
אביסל מזונות מיט מילכיגס - קאווע אביסל, ווייל אפילו עס איז חלשות אבער מהעט צושטאפן נאז אין הרגש ווייל מען דארף דאך די קעפיען

נישט פיש, אייער, פלייש, טשולנט - וואס דאס אי די מעין טינג ביי די שאבאטאנס
נישט קיין דיפס, לעיבער, גאלע, פיקלס, חריין,
אפשר אביסל קישקע קוגעל ירושלמי קוגל - אבער מיט א גילוי דעת פארשטייט זיך, דיסקלעימער אז עס איז אהן צוויבל אדער קנאפל

מדארך נישט קיין סודע אוודאי נישט לעמאן אדער קאלע אין אפילו נישט גזינגזערעיל, - אפשר פיינעפל אדער בלעק טשערי- חאב נאך נישט געטרייט

ביים קידוש נאך מוסף אלעס קען מען עסן אויסער הערינג אדער עני מין פיש פלייש טשול....כנ"ל

סעים טינג ביי של"ש און מלו"מ

נא ווער איז אין???

איך ביך נייגעריג צו איינער וואס ליידט נישט אויף דעם מיינט אז איך בין משוגע..........

עניוועי, ב"ה אני חי ונושם, אני רואה שומע, הולך מרגיש, אני בריא בכל רמ"ח ושס"ה - הודו לו ברכו שמו על כל החסד אשר עשית עמדי ועם כל ב"ב.....

גראדע אראנזש סאדא איז גאנץ גוט ( במאמר המוסגר, פון דא זעה איך אז עס האט גארנישט מיט עכטע אראנזשעס, וויל עכטע אראנדזשן קען איך נישט סובל זיין אין דיזע טעג)
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

Seltzer is bh fine
גרעיפ דזוס דערווייל איז גיט
איך קים יעצט פון א שמחה מען האט סערווירט א פיינעם טעלער טשיקן גענימען א שטיקל און כמעט געבראכן
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

ממוצע האט געשריבן::lol:

cbd...

לאזט מיר וויסן וויאזוי ס'איז געווען...

אין אישי קען איך דיר אפשר געבן נעמען אויף אלע פון די 5 עצות וועם עס האט געהאלפן ב"ה
און אדרבה ווער עס פרובירט זאל אריינקומען דא אויך
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

דא שרייבן זיי אז יעדע סיינעס קען ברענגען צי א ביטערע טעיסט אבער עצות האבן זיי נישט קיין גרויסע דארט זיי דערמאנען אבער עטליכע זאכן בעיקר פאר פריווענשאן
Chew sugar-free gum or sugar-free mints.
Brush your teeth after meals.
Experiment with different foods, spices, and seasonings.
Use nonmetallic dishes, utensils, and cookware.
Stay hydrated.
Avoid smoking cigarettes.

https://www.healthline.com/health/metal ... nus-issues
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

דא שטייט אז צופיל זינק אדער איירן און קאפער און קאלסיום קען עס גאר גורם זיין
https://www.webmd.com/oral-health/metallic-taste-mouth
https://facty.com/conditions/mouth/caus ... e-mouth/7/
https://health.clevelandclinic.org/8-po ... our-mouth/

און דא שטייט אז אויך נידריגע זינק קען עס גורם זיין
https://www.medicalnewstoday.com/articl ... g-a-doctor
לעצט פארראכטן דורך געוואלטיג אום מיטוואך אפריל 14, 2021 12:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

געוואלטיג האט געשריבן:עצות פאר צוריקבאקומען טעם וריח וואס האט געהאלפן פאר אסאך אידן נאך קאראנע:

1) נעמען פאר 5 ביז 7 טעג די A1 מינערעל דרינק צו באקומען אין אלע פארמאסיס
2) RESTORE א רעמעדי פון די פירמע RELIEF דורך מרס שווייד פון וו"ב (פאר טייל העלפט עס נאך אפאר טאג און פאר טייל נעמט עס לענגער)
3) נעמען CBD קעפסעלס מען שפירט א חילוק נאך אפאר טעג און בעסער ממשיך צי זיין פאר א חודש
4) אויסשווענקען טעגליך די מויל מיט עפעלסיידער וויניגער און גארגלען און בעסער אריינלייגן אביסל דערפון אין א קאפ אין וואסער און אויסטרינקען
5) נעמען מאלטי ווייטעמין און אימיון בוסטער ווייטעמין טעגליך פאר א חודש צייט

ביטע קומט אריין מיט רעזאלטס אויב איר פרובירט איינע פון די אויבנדערמאנטע
יישר כח

דא שטייט כמו נומער 4 ווי אויסשווענקען מיט זאלץ וואסער און בעקינג סאדע (עס איז די זעלבע ווי עפעל סיידער וויניגער ביידע שטייט צי טוהן ביי קאלדס)

Drink water and chew sugar-free gum to keep away oral infections that could cause a metallic taste in the mouth.

Before meals, rinse your mouth with a combination of a 1/2 teaspoon of salt and 1/2 teaspoon of baking soda in 1 cup of warm water.

https://www.webmd.com/oral-health/metallic-taste-mouth
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

גיי פארשטיי, וואס טוט זינק? קען איינער מסביר זיין?
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
בעקעלע.הפוכה
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקעלע.הפוכה »

לא קשיא
הא לן והא להו
הא להו: פאר די וואס האבן עס מילד אביסל געהאט דא דארט העלפט עס אפשר -אויך זיצן ביים ים 3 שעה עיין למעלה, צוויבל ביי די פוס, עיין לעיל, זינק ווי א נאר, ואי אפשר לפורטם כי רבים הם
אבער ווידעראמאל והא לן: פאר אונז העלפט נאר דער הייליגער לעכטיגער זיסער טאטע, אונזער לעבעדיגער באשעפער בזמן ובעת הנכון אי"ה, אויסערדעים איז אלעס ווערט א רעטעך...
(הג"ה: לאו דוקא רעטעך ווייל אנפאנג איז עס גאנץ פיין געווען, אבער ביי כרפס האט מען עס עכט אונזין געהאט דאס צו פטר'ן צוזאמען מיטן מרור, וואס די חריין האט גע...כעט, (סליחה על לשוני) האט מען געגעסן אזוי ווי אין צאנז שאלאטן)
א גוטן טאג - לענ"ד כתבתי
השתדלות בפרנסה, מיט הכנסות, האבן נישט קיין שייכות - מדארף טוען ווייל מדארף טוהן לקיים גזירת המלך בזיעת אפך וכו', און דער בורא עולם האט שוין זיינע וועגן צו געבן - ב"ה וב"ש
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

וואס איך עס טעיסט ווי א מייז
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

fiena nieas האט געשריבן:וואס איך עס טעיסט ווי א מייז

אוי רבוש"ע
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

fiena nieas האט געשריבן:וואס איך עס טעיסט ווי א מייז
מעיקס מי וואנדער וויאזוי די ווייסט די טעם פון א מייז :P
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

אויף ערענסט גערעדט, איך פיל מיט מיט דיר.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

פון אמעריקע האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:וואס איך עס טעיסט ווי א מייז
מעיקס מי וואנדער וויאזוי די ווייסט די טעם פון א מייז :P

מענטשן פרעגן מיר דעס און מיין ענטפער איז קענסט דיך פארשטעלן וויזוי א מייז טעיסט ? אט דאס טעיסט איך :x
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

fiena nieas האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:וואס איך עס טעיסט ווי א מייז
מעיקס מי וואנדער וויאזוי די ווייסט די טעם פון א מייז :P

מענטשן פרעגן מיר דעס און מיין ענטפער איז קענסט דיך פארשטעלן וויזוי א מייז טעיסט ? אט דאס טעיסט איך :x

שרעקליך! זאל דער פון אויבן זיך מרחם זיין!
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

פון אמעריקע האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:וואס איך עס טעיסט ווי א מייז
מעיקס מי וואנדער וויאזוי די ווייסט די טעם פון א מייז :P

מענטשן פרעגן מיר דעס און מיין ענטפער איז קענסט דיך פארשטעלן וויזוי א מייז טעיסט ? אט דאס טעיסט איך :x

שרעקליך! זאל דער פון אויבן זיך מרחם זיין!

קומטס כאטש אריין וואס איר האט פרובירט און וואס האט "נישט" געארבעט וועל איך מעגליך העלפן מיט וואס נאך אדער וויאזוי איר זאלט דאס פרובירן בעזר השם
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

געוואלטיג האט געשריבן:

דערווייל גארנישט אדרבא זאג מיר וואס צו טון
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

fiena nieas האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן: מעיקס מי וואנדער וויאזוי די ווייסט די טעם פון א מייז :P

מענטשן פרעגן מיר דעס און מיין ענטפער איז קענסט דיך פארשטעלן וויזוי א מייז טעיסט ? אט דאס טעיסט איך :x

שרעקליך! זאל דער פון אויבן זיך מרחם זיין!

קומטס כאטש אריין וואס איר האט פרובירט און וואס האט "נישט" געארבעט וועל איך מעגליך העלפן מיט וואס נאך אדער וויאזוי איר זאלט דאס פרובירן בעזר השם

דערווייל גארנישט אדרבא זאג מיר וואס צו טון

דא האסטו

געוואלטיג האט געשריבן:עצות פאר צוריקבאקומען טעם וריח וואס האט געהאלפן פאר אסאך אידן נאך קאראנע:

1) נעמען פאר 5 ביז 7 טעג די A1 מינערעל דרינק צו באקומען אין אלע פארמאסיס

2) RESTORE א רעמעדי פון די פירמע RELIEF דורך מרס שווייד פון וו"ב (פאר טייל העלפט עס נאך אפאר טאג און פאר טייל נעמט עס לענגער)

3) נעמען CBD קעפסעלס מען שפירט א חילוק נאך אפאר טעג און בעסער ממשיך צי זיין פאר א חודש

4) אויסשווענקען טעגליך די מויל מיט עפעלסיידער וויניגער און/אדער בעקינג סאדע און/אדער זאלץ וואסער, און גארגלען מיט די אוינבדערמאנטע און בעסער אריינלייגן א משהו עפעלסיידער וויניגער אין א קאפ אין וואסער און אויסטרינקען

5) נעמען מאלטי ווייטעמין און/אדער אימיון בוסטער ווייטעמין טעגליך פאר א חודש צייט

ביטע קומט אריין מיט רעזאלטס אויב איר פרובירט איינע פון די אויבנדערמאנטע
יישר כח
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

א גיט וואך יעדער איינער פיש און פלייש איז נישט געווען אין מויל אריינצונעמען אבער אינטערסאנט אז ווען איך האב געגעסן די זופ האט געהאלפן פארשטאפן די נאז וכן ביי די קאווע
אוועטאר
פליפ פאון
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 1:01 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליפ פאון »

געהאט קאראנע אפאר חדשים צוריק, און באלד פארלוירען די טעם וריח.
כ'האב גענומען זינק, און עס האט נישט קיין סאך געהאלפן, האב איך אפויגעהערט. בערך 3 חדשים שפעטער איז אריין געקומען א געפערליכע גערוך, אפילו נישט ביים עסן, אזוי אז ווען עס איז געווען סיי וועלכע שטערקערע שמעק, בעיקר אינדערהיים ווען עסן האט געקאכט וכדו', איז עס נישט געווען צום אויסהאלטן. נאכן נישט קענען אנגיין געהעריג מיטן סדר היום, ווייל די גערוך האט ממש מיך קראנק געמאכט, געטוהן איבסל ריסוירטש דא אויפן וועלטל און געטראפן אז שמעקן 4 ערליי ESSENTIAL OILS קענען העלפן, כ'האב זיי באשטעלט, און כ'קען זאגן אז זאכן האבן זיך בא'רוהג'ט, נישט ממש חדש ימינו כקדם, אבער די שמעק וואס איז דעמאלט געווען איז אוועק.
זאכן קענען נאך שמעקן אביסל OFF, אבער עס שטערט נישט.
מאכלים קען מען נישט אויסרעכענען, אמאל איז דער זעלבע מאכל גוט, און אן אנדערע מאל נישט צום אויסהאלטן.
אבער לסיכום: ווען די מצב איז געווען אומדרעטרעגליך האבן די ESSENTIAL OILS געהאלפן.
די OILS זענען ווי פאלגענד: ROSE, eucalyptus, LEMON, CLOVE און געקויפט פאר צוגענגליכע פרייז אויף עמעזאן.

כ'האף אז דאס קען ארויסהעלפן אחב"י וואס ליידן פון דעם.
אוועטאר
פישל דער פישער
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:10 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל דער פישער »

געוואלטיג האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:מענטשן פרעגן מיר דעס און מיין ענטפער איז קענסט דיך פארשטעלן וויזוי א מייז טעיסט ? אט דאס טעיסט איך :x

שרעקליך! זאל דער פון אויבן זיך מרחם זיין!

קומטס כאטש אריין וואס איר האט פרובירט און וואס האט "נישט" געארבעט וועל איך מעגליך העלפן מיט וואס נאך אדער וויאזוי איר זאלט דאס פרובירן בעזר השם

דערווייל גארנישט אדרבא זאג מיר וואס צו טון

דא האסטו

געוואלטיג האט געשריבן:עצות פאר צוריקבאקומען טעם וריח וואס האט געהאלפן פאר אסאך אידן נאך קאראנע:

1) נעמען פאר 5 ביז 7 טעג די A1 מינערעל דרינק צו באקומען אין אלע פארמאסיס

2) RESTORE א רעמעדי פון די פירמע RELIEF דורך מרס שווייד פון וו"ב (פאר טייל העלפט עס נאך אפאר טאג און פאר טייל נעמט עס לענגער)

3) נעמען CBD קעפסעלס מען שפירט א חילוק נאך אפאר טעג און בעסער ממשיך צי זיין פאר א חודש

4) אויסשווענקען טעגליך די מויל מיט עפעלסיידער וויניגער און/אדער בעקינג סאדע און/אדער זאלץ וואסער, און גארגלען מיט די אוינבדערמאנטע און בעסער אריינלייגן א משהו עפעלסיידער וויניגער אין א קאפ אין וואסער און אויסטרינקען

5) נעמען מאלטי ווייטעמין און/אדער אימיון בוסטער ווייטעמין טעגליך פאר א חודש צייט

ביטע קומט אריין מיט רעזאלטס אויב איר פרובירט איינע פון די אויבנדערמאנטע
יישר כח

שוין געפרעגט און נישט באקומען קיין ענטפער
אלע 5 צוזאם אדער יעדע פארזוך העלפט?
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

מאכט סענס אז חוש הטעם זאל מען 'ווידער' פארלירן עטליכע חדשים נאכן זיין פאזיטיוו?
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

פישל דער פישער האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:
שרעקליך! זאל דער פון אויבן זיך מרחם זיין!

קומטס כאטש אריין וואס איר האט פרובירט און וואס האט "נישט" געארבעט וועל איך מעגליך העלפן מיט וואס נאך אדער וויאזוי איר זאלט דאס פרובירן בעזר השם

דערווייל גארנישט אדרבא זאג מיר וואס צו טון

דא האסטו

געוואלטיג האט געשריבן:עצות פאר צוריקבאקומען טעם וריח וואס האט געהאלפן פאר אסאך אידן נאך קאראנע:

1) נעמען פאר 5 ביז 7 טעג די A1 מינערעל דרינק צו באקומען אין אלע פארמאסיס

2) RESTORE א רעמעדי פון די פירמע RELIEF דורך מרס שווייד פון וו"ב (פאר טייל העלפט עס נאך אפאר טאג און פאר טייל נעמט עס לענגער)

3) נעמען CBD קעפסעלס מען שפירט א חילוק נאך אפאר טעג און בעסער ממשיך צי זיין פאר א חודש

4) אויסשווענקען טעגליך די מויל מיט עפעלסיידער וויניגער און/אדער בעקינג סאדע און/אדער זאלץ וואסער, און גארגלען מיט די אוינבדערמאנטע און בעסער אריינלייגן א משהו עפעלסיידער וויניגער אין א קאפ אין וואסער און אויסטרינקען

5) נעמען מאלטי ווייטעמין און/אדער אימיון בוסטער ווייטעמין טעגליך פאר א חודש צייט

ביטע קומט אריין מיט רעזאלטס אויב איר פרובירט איינע פון די אויבנדערמאנטע
יישר כח

שוין געפרעגט און נישט באקומען קיין ענטפער
אלע 5 צוזאם אדער יעדע פארזוך העלפט?

יעדע עקסטערע

אגב יעצט געהערט פון הרב לייפער אז נעמען 5 מולטי ווייטעמינען פאר 5 טעג אין א צי קען אויך העלפן (נישט ווי נומער 5 אז עס מוז זיין אויך מיט אימיון בוסטער נאר מולטי אליין)
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”